איך בין איין בעלזער!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
יושב קרן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 11:26 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

איך בין איין בעלזער!!

שליחה דורך יושב קרן »

[מיין שפיל-זאץ פון ''איך בין איין בערלינער!'']

אין דער איד פון פאריגע וואך איז, אין א לענגערע ארטיקל איבער בעלזע רב'ס התנגדות צו ציונות, אויך געווען איבערגעדריקט אן ארטיקל וואס א ציוניסטישער שרייבער האט געשריבן 50 יאר צוריק "דער בעלזער רבי זי"ע האט דאס פאראויסגעזען"... ווי ער גיט גערעכט געגעבן דעם בעלז'ן רב פערציג יאר שפעטער... איך ברענג עס דא אראפ כמעט ווארט צו ווארט.

דער איד: פאלגענד איז אן ארטיקל וואס איז ערשינען גענוי מיט פופציג יאר צוריק אין אן אר''י'דיגער צייטונג ''ידיעות רמת גן''. דאס האט געשריבן א באקאנטער ציוניסטישער פובליציסט אורי צבי גרינבערג, וועלכער האט געשטאמט פון גרויסע רבי'ס אין גאליציע. ער האט געשריבן דאס ארטיקל סוף ווינטער תשכ''ד, אין די וואכן נאך וואס מדינת ישראל האט זיך איבערגעקערט מיט'ן באזוך פונעם פויבסט, וואס איז געקומען אהין צו פארן. דער ציוניסטישער שרייבער איז אליין געווען ביטערליך שאקירט, וואס אין דער ''אידישער'' מדינה רעדט מען מיט אזא ברען און קאך פונעם פויבסט, אז ער האט אפגעשריבן דעם פאלגענדן ארטיקל און דערין פארעפנטליכט אינטערעסאנטע פאקטן וואס ער האט פון אלס קינד געהערט און געזען אין בעלזא.

שטייענדיג יעצט מיט פופציג יאר שפעטער איז כדאי עס פריש איבערצודריקן פאר'ן יונגערן דור, אין אידישער איבערזעצונג צו זען געשריבן פון א לעבעדיגן עדות וויאזוי מ'האט אין בעלזא, אונטער די השפעה פונעם צדיק אמת מהרי''ד מבעלזע זי''ע, זיך געשלאגן קעגן די טומאה פון ציונות נאך איידער ס'איז אפילו געווען א מדינה, און ווי דער בעלזער רב איז געשטאנען ווי א חומה בצורה און עמוד אש פאר אידישע קינדער זיי צו דערלייכטן דעם וועג אין דעם פינסטערן גלות זיי זאלן נישט נאכגעשלעפט ווערן מיט'ן רעיון פון כפירה און מינות.

והזמן גרמא, האבן מיר אויך צוגעברענגט נאך פילע מאמרים וואס דער בעלזער רב זי''ע האט זיך אויסגעדרוקט קעגן די ציוניסטן, מזרחי'סטן און אגודיסטן, ווי מ'זעט ממש אז רוח הקודש הופיע בבית מדרשו... וכול'.

אט איז וואס דער ציוניסטישער שרייבער (אורי צבי גרינבערג) שרייבט:

עס איז אויף אונז געקומען אן אנשיקעניש: דער באזוך פונעם פויבסט. דער בלאז-זאק פון דער''ישראל'דיגער'' פרעסע האט צובלזאן א פלאקערדיגן התלהבות ווי קעגן משיח'ן (להבדיל)... עס איז געווען א וואך ווען ס'איז פארקריסטליכט געווארן די אידישע שטימע, די אידישע פען, און אפילו די אידישע ערד. אפילו אין די צייטן פון חורבן ביהמ''ק האבן טיטוס און די רוימער געוויסט אז ארץ ישראל איז די הייליגע ערד פון די אידן. אבער אצינד אין טבת תשכ''ד זענען מיר געוואויר געווארן אז די קדושה פון אר''י באלאנגט גאר צו אן אנדערן, צום וואטיקאן, וואס זיין הויפט און זיינע באגלייטער מעגן און קענען קומען אין לאנד ווען נאר זיי ווילן. זיי קומען אין דעם טאג וואס ווערט באשטימט אין רוים, און זיי גייען אריין ביי דעם גרעניץ-פונקט וואס ווערט באשטימט פון רוים. און דער גאנצער אידישער אנטי-רעליגיעזער רעזשים שטעלט זיך צו זיין דינסט מיט'ן גאנצן רעגירונג'ס אפאראט, מיט'ן מיליטער, און מ'דארף אפילו נישט נעמען א הסכמה ביים פארלאמענט אויסצוגעבן הונדערטער טויזנטער פונטן.

לגבי דעם וואטיקאן פארהאנדלט נישט די ''כנסת'' קיין בודזשעט און כלפי דעם וואטיקאן איז נישט טעטיג די ''ליגע קעגן רעליגיעזן צוואנג''. איר ארגאן פלייצט נישט קעגן וואטיקאן מיט דברי כפירה ווי ער איז געוואוינט לגבי דער אידישער אמונה. די זעלבע ''ליגע'' וואס האט צוזאמגענומען אלע אירע כוחות און ארויס אין א שטעקן מארש קעגן די שבת און יום טוב אידן פון ירושלים, איז איצט שטיל געווארן.

אלע - אחוץ די מאה שערים אידן און נאך אזעלכע חרדי'שע אידן - זענען פול מיט לויב-געזאנג און התפעלות צו דער וואטיקאן רייזע. א רייזע וואס אפילו די מפ''ם שרייבער האבן זי באטראכט ווי עפעס א ''התגלות''.

די העברעאישע פרעסע, וואס 99 פראצענט פון אירע שרייבער זענען כופרים בדת און מלכות ישראל, האבן ארויסגעוויזן אזא געניטע רעליגיעזע און געבילדעטע קענטשאפט פון די אלע קאטוילישע ''מקומות הקודש'' אין אר''י מיט א ברייטע האנט. און כ'האב געזען ווי געוויסע שרייבערלעך זענען אפילו מיטגעריסן געווארן פון גרויס התלהבות און זיי האבן אזש דערזען אז אפילו ''אויף דעם קאלך פון די ווענט אויף דער תיפלה אין נצרת איז אויסגעגאסן א פראכט פון קדושה''... (עפ''ל)

די קראנקהאפטע באגייסטערונג פונעם פויבסט איז דערגאנגען אזוי ווייט, אז דער ''ראש פון דער אידישער ממשלה'' וואס אליין קומט ער פון ''עמך'' און נישט פון ''אקספארד'' האט נישט געפינען קיין גענוג דערהויבענע ווערטער אויסצודריקן זייין גרויס התפעלות פון דעם פויבסטליכן צוזאמענטרעף, איבערהויפט ווען דער פויבסט האט ארויסגעלאזט פון זיין מויל די ווערטער ''דער ג-ט פון אברהם, יצחק און יעקב''... - ער, אשכול, איז נישט פארפליכטעט צו דאווענען דריי מאל אין טאג די שמונה עשרה אזוי ווי זיין פאטער און זאגן די ווערטער ''אלוקי אברהם יצחק ויעקב''; זיין פרוי איז נישט מחוייב צו זאגן די תפילה מוצאי שבת '' ג-ט פון אברהם פון יצחק פון יעקב'', ווי עס האבן געזאגט אונזערע מאמעס און באבעס, דאס אלץ, פארשטייט זיך, פארפליכטעט אים נישט זיין פרעמיערשאפט... אבער געוואלד, דער זכרון! צי איז אים שוין דער זכרון אויך אפגעשטארבן? צי געדענקט ער שוין נישט זיין מוטער אדער זיין באבע, ווען זי איז געזעסן אין דער טונקלקייט שבת פארנאכט און געווארט אויף די ערשטע דריי שטערנס און דאן האט זי געזאגט מיט הארציגן מתיקות'דיגן ''ג-ט פון אברהם''. דאס אלץ האט דער פרעמיער פארגעסן, ביז עס איז געקומען דער פויבסט און ער האט געזאגט די דאזיגע ווערטער אין דער לאטיינישער שפראך, און דער פרעמיער איז שיעור נישט אויסגעגאנגען פון התפעלות...

[center]***[/center]

פערציג יאר זענען שוין אריבער זינט איך האב עולה געווען אהער קיין ארץ ישראל, און איך שעם זיך פאר די אידישע אותיות וואס איך דארף איצט שרייבן, און איך שעם זיך פאר דעם הייליגן קלסתר פנים פון די קדושים וואס זענען אומגעקומען צוליב זייער אידישקייט און צוליב דער קדושה פון אר''י זינט טיטוס הרשע ביז היטלער ימ''ש - דא און ביי אלע שבעים אומות.

און איך האב זיך דערמאנט א מעשה וואס איך האב בייגעוואוינט ביים בעלזער רבי'ן (ר' ישכר בער זצ''ל) - אומגעפער מיט דריי און פופציג יאר צוריק [תרע''א]...... ביי מיין זיידן אין שטוב האב איך דאן געהערט זאגן, אז דער בעלזער רבי האט באפוילן אראפצורייסן אלע מגן דוד'ס פון די פרוכת'ן פון ארון קודש און פןן די טישטוכער פון די שולחנ'ס אויף די באלעמערס, ''ווייל זינט די ציונים האבן זיך גענומען באנוצן מיט דעם ''מגן דוד'' איז זיין קדושה פסול געווארן. ווארים דער ציוניזם פירט צו שמד ר''ל!''

כאטש איך בין דעמאלט אלט געווען בלויז ארום 14-13 יאר, האבן מיר די רייד פון בעלזער רבי'ן גאר שטארק פארדראסן. איך בין נאך געווען א יונגל, אבער אין מיין הארצן האב איך צו אים געטראגן א האס צוליב זיינע ווערטער.

שפעטער אין איינעם א ווינטער טאג ווען די גאסן זענען געווען באדעקט מיט הויפענ'ס שניי, האב איך באמערקט ווי צוויי יונגעלייט אין סטודענטישער קליידונג שפרייזן אין דעם ריכטונג פון דעם בעלזער בית המדרש, און אין די הענט האבן זיי געהאלטן בלוי-ווייסע ''קרן קיימת'' פושקעס. איך בין זיי נאכגעגאנגען צו זען וואס דארט וועט פאסירן ווען די ציוניסטישע יונגעלייט וועלן אריינגיין ממש אין דעם ''מויל פון לייבן'' אין בעלזער בית המדרש.

[i]און אט וואס עס האט פאסירט: ווען מ'האט דערזען די צוויי יונגעלייט און זייערע ציוניסטישע פישקעס, האבן זיך די חסידי'שע יונגעלייט צוגעשארט צו זיי און גענומען זיי באפאלן מיט שטעך-ווערטלעך, און שפעטער איז מען אריבער אויך צו באוועגן מיט די הענט... מען האט די ציוניסטישע יונגעלייט צוגעדריקט צום באלעמער, ארויסעגריסן פון זייערע הענט די בלויע-ווייסע פישקעס און זיי אוועקגעשליידערט צו דער ערד. ווען די סטודענטן-ציוניסטן האבן זיך ארונטערגעבויגן אויפצוהייבן די פושקעס, האבן די קנאי'שע יונגעלייט אראפגעשלעפט די טישטוכער און געווארפן אויף די יונגעלייט, דערפאר וואס זיי האבן געוואגט אריינצוקומען אין א מקום קדוש מיט ציוניסטישע פושקעס.
(נישט פארגעסן מ'רעדט דא פון בעלזע יונגעלייט! נישט סאטמארער... - י.ק.)

איך געדענק אז א היציגער כעס איז מיר דעמאלט באפאלן און איך האב זיך א שטעל געגעבן, מעשה גיבור, און אויסגערופן מיט שטאלץ, ''שלאגט מיר אויך! איך בין אויך א ציוניסט!'' די חסידי'שע יונגעלייט, וועלכע האבן געוואוסט מיין אפשטאם, אז איך בין אן אייניקל פון ר' מאיר'ל מפרעמישלאן און פונעם שרף רבי אורי'לע מסטרעליסק, האבן מיר גענומען מסביר זיין אז איך בין משמעות געכאפט געווארן ר''ל פון דעם דאזיגן מנוול (יצר הרע) און איך זאל זען שנעל זיך צו דערווייטערן פון זיי, פןן די ציונים!...... אבער איך האב געענטפערט מיט העזה: איך האב נישט מורא פאר אייך, שלאגט מיר אויך! אינצווישן איז מען געוואויר געווארן ביי מיין פאטער אין הויז אז איך געפין זיך אויף דעם ''שלאכט-פעלד'' און מיין מוטער און מיינע שוועסטער זענען געקומען אפראטעווען זייער ''קינד'' פון די קנאים.

פון דעמאלט אן האב איך אנגעפאנגען דוקא ליב צו האבן די ציוני'סטישע סטעמפס, פון דעמאלט אן האב איך אנגעפאנגען בענקען צו דער ציוני'סטישער פאלעסטינע.


[center]***[/center]

און די גאנצע צייט האב איך געטראגן א טינא בלב צו בעלז!

אבער אין די טעג פון דעם פויבסטליכן באזוך אין מדינת ישראל האב איך זיך דערמאנט אין יענער מעשה און אין די רייד פונעם בעלזער רבי'ן: ניבא וידע מה ניבא!...... אין פארלויף פון די פערציג יאר וואס איך געפין זיך אין לאנד, האב איך געזען - און זע אויך איצטער - דעם פראצעס פון כפירה און אפלייקענונג, וואס איז אצינד דערגאנגען צום קלימאקס מיט דעם בולמוס פון פארקריסטליכן די לופט און שריפט פון ארץ ישראל. די אטעאיסטשע שרייבער האבן מיטאמאל אנגעפאנגען צו נוצן דעם זעלבן נוסח ווי די קאטאליקן שרייבן.

אצינד בין איך גענייגט צו פירן מיין געדאנקען-גאנג לויט ווי דער בעלזער האט זיך דאן מיט 53 יאר צוריק געזאגט: "דער ציוניזם פוירט צו שמד!'' - נישט פונקטליך ממש שמד מיט דער צערעמאניע פון באשפריצן מיט ''הייליג וואסער'', נאר א זעלישער און געדאנקליכער שמד, א דערווייטערונג פון אידישן מקוד פון אלע פריערדיגע דורות, און אן אריבערגאנג צו א פרעמד געביט, אן אנולירינג פון אלע טראדיציאנאלע באגריפן פון אידישן פאלק.

און אויב אזוי, זענען דאך די הונדערטער מיליאנען קריסטליכע קרייץ-טרעגער ''גערעכט'' וואס זיי באטראכטן זיך אלס די ריכטיגע יורשים פון הייליגן לאנד, אז זיי זענען עס די אור אלטע ''בני ישראל''...

עס איז טאקע א ביטער געלעכטער! און איך האב נאך נישט געשריבן אלצדינג וואס מ'האט געדארפט צו שרייבן וועגן די וואטיקאן רייזע אויף אונזער הייליגער ערד אין שנת תשכ''ד - וואס דער אטעאיסטישער רעזשים פון דער מדינה און זיין מיניסטעריום פון רעליגיעס האט אזוי שטארק מתפלל געווען און געגארט עס זאל צושטאנדקומען...

''לא ידעו ולא יבינו בחשיכה יתהלכו, ימוטו כל מוסדי ארץ''...
[/i]


unnamed (12).jpg
unnamed (12).jpg (181.85 KiB) געזען געווארן 832 מאל


unnamed (13).jpg
unnamed (13).jpg (106.59 KiB) געזען געווארן 832 מאל


נאכ'ן אפליינען דעם ארטיקל פונקט אין דעם טאג ה' אייר האב איך זיך געפרעגט, "א סאטמרער בין איך? איך בין איין בעלזער!''

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר