אבער יעצט טענה'ן אפאר וויסנשאפטלער אז זיי זענען אויפגעקומען מיט א פשוט'ן לעזונג צו די מיסטעריע. די וויסנשאפטלער לייגן אראפ די פראבלעם ווי פאלגנד. די שטיינער זענען דאך געשלעפט געווארן אויף מדבר זאמד. ווען מען שלעפט שווערע לאסט אויף זאמד טוען זיך בערגלעך פון זאמד פארמירן פארנט פון די שווערע לאסט, און אויב פוצט מען דאס נישט אוועק ווערן די בערגלעך גרעסער און גרעסער. די וויסנשאפטלער זענען אבער אויפגעקומען מיט א פאטענט וויאזוי צו פארמיידן די בערגלעך - א פשוט'ער פאטענט וואס נאכן הערן דערפון וואונדערט מען זיך וויאזוי מען האט נישט אליין געטראכט דערפון. נאר טרוקענע זאמד פארמירן בערגלעך, אבער נאסע זאמד קלעבן צוזאמען, אזוי אז זיי בלייבן אין איין פלאץ! דאס האט נאך אלץ נישט פארענטפערט די קושיא וויאזוי זיי האבן געקענט שלעפן אזעלכע שווערע שטיינער, עס האט אבער פארענטפערט וויאזוי די זאמד האט נישט געשטערט דאס שלעפן. אבער דאן האבן די וויסנשאפטלער אנטדעקט נאך א פרט וואס האט געטוישט דעם גאנצן בילד. זיי האבן אנדעקט אז ווי מער וואסער אין די זאמד, אלס גליטשיגער איז די זאמד, און ווי גליטשיגער די זאמד, אלס גרינגער איז דאס שלעפן שווערע לאסטן דערויף. (פארשטייט זיך אז צופיל וואסער מאכט שוין די זאמד מאראסטיג, אבער אביסל וואסער איז פונקט גענוג צו מאכן די זאמד קלעבעדיג און גליטשיג.)
די וויסנשאפטלער האבן אפילו אנטדעקט ארכעאלאגישע עדות צו זייער טעאריע. אט:
![בילד](http://i.kinja-img.com/gawker-media/image/upload/s--Nn21zZg7--/c_fit,fl_progressive,q_80,w_636/rfvr8xbksgfrfqjcv52s.jpg)
אז איר קוקט גוט וועט איר זען ווי אויפן 'סלעד' וואס שלעפט דעם סטאטוע שטייט א קנעכט און גיסט אריין וואסער אין די זאמד!
די איינציגסטע שוועריקייט וואס איז דא אויף די טעאריע איז וויאזוי די מצריים האבן געהאט צוטריט צו אזופיל קוואנטומען וואסער אין מדבר, און צו משפט'ן לויט דעם בילד, קוקט אויס ווי זיי האבן געגאסן גאר ווייניג וואסער, פיל ווייניגער פון וויפיל עס פארלאנגט זיך אז די וואסער זאל ווערן גליטשיג.
(מקור: http://physics.aps.org/synopsis-for/10. ... 112.175502)