זאל איך גיין וואוטען אדער נישט?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

זאל איך גיין וואוטען אדער נישט?

שליחה דורך טעלעפאן »

בשיטה געפעלט מיר דער געדאנק צו וואוטען, האבן א ״בלאק וואוט״, זאלן די פאליטיקאנטן וויסן אז מיר זענען נישט קיין שטח הפקר. ס׳איז קלאר אז אין וויליאמסבורג מאכט מען פון אונז דאס גענאר. ציב״ש, אני הקטן האב באקומען ער״ה דהאי שעתא א טיקעט פאר ״סיט בעלטס״ (ווען איך טוה אייביג אן מיינע סיטבעלטס ווען איך דרייוו און דאס מאל אויך.), אבער פארשטייט זיך אז ס׳איז נישט געווען צו וועם צו רעדן. וכהנה וכהנה איך בין זיכער אז יעדער קאווע שטיבל לייענער האט אויך מיטגעמאכט עפעס ענליך.. איז ביזדערווייל רעד איך מיך איין אז אויב מיר וועלן קומען מיט א בלאקוואוט צו די פאליטישטנס וועט דער מצב ווערן עטוואס בעסער.

אבער דא עקא.. קוקענדיג אינעם ״איד״ ״בלאט״ און אפילו ״המודיע״ זעה איך א בילד ווי ס״ה האנדעלט זיך וועלכע זייט פון סאטמאר וועט געווינען דעם קומענדיגן קאורט.... און מיט אונז, המוני עם, קימערט מען זיך גאנץ ווייניג.. ניטאמאל ״פרובירן זיי״ מיך איינצורעדן אז מען וועט עפעס פרובירן טוהן לטובת אונז... אחוץ די ״מוסדות״ליכע אנגעלעגנהייטן... קעמפס, בילדונגס, אפילו וואוטשערס, אבער דא ענדיגט זיך עס.

איז וואס טוה איך? זאל איך נאך אלץ גיין שטימען און העלפן א ״בלאק וואוט״ ווייל כאטש זאלן זיי זיך רעכענען מיט אונז אדער דארף איך נישט צוהעלפן ווי א נאר אז די קהילות - וואס האבן מיך דארט ווי איך האב זיי - זאלן קענען ערפילן זייערע באגערן...?

איך האף איך בין גענוג קלאר....
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך גדעון »

סקול וואוטשערס,
סעקשאן 8,
בראדוועי טרייענגעל, לאו אינקאם האוזינג,
רובאשקין, אסטרייכער,
עסקנות פאר יחידים בעת צר,
רעגירונג הילף אין אזא אנטי האסידיק אינוויירעמענט,

אויב איינס פון די זאכן -וואס האט גארנישט מיט סאטמאר- איז דיר נוגע, דאן מיינט די וואלן דיר פערזענליך.
קוק איבער די אמת'ע היסטערי פון די קאנדידאטן (נישט פון בלויז פאר די וואלן) און פרעג די נאך צו וועלעכע עסקנים מ'ווענד זיך ווען מ'האט סיי וועלעכע פראבלעם (נישט בלויז פאר די וואלן) און ווער ס'וועט דיך אויסהערן מיט די גרעסטע מאס געדולט און דיך פראבירן צו העלפן (נישט בלויז פאר די וואלן)

און מאך דיין באשלוס,

פון שטומען האט קיינער נישט חרטה, ספעציעל ווען מיר חסידים ווערן צושמירט און די נאציאנאלע פרעסע דארפן מיר נוצן וואס מיר האבן.

ווען אזא פארשוין ווי 'ענדערסאן קופער' (וואס אגב ווער געדענקט ווען ער האט זיך נישט געקענט כאפן דעם אטעם פאר געלעכטער ווי א קינד) קען זיך נעמען איבער אינזער קאמיונעטי און בלויז אויף די ווארט פון א וואנזיניגע ראביי אויף א פארק-באנק קען ער רעפארטן אומגלויבליכע שמוץ אויף אונז, ווי זענען מיר? דער האט דאך שוין ביי די פעלדמאן פרשה גענומען אונז ווי א אייגענס און איינזייטיג געמאכט איר מעשה נעשאנאל,

ווען מיר מאכן העדליינס יעדן שני וחמישי - און לאו דוקא אויף לשון הרע טאבעלאוידס - וואס ענטפערן מיר?

לדעתי איז אונזער שטימע יעצט וויכטיג ווי קיינמאל ביפאר
יונגערמאנטשיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך יונגערמאנטשיק »

הממממ. לאמער כאפן א בליק אויף די אלע זאכן.

סקול וואוטשערס? קיינע פון די צוויי, ענדערש גיי צו די וואס העלפן צושטעלן אנדערע פראגראמען, ווי "שעלי סילווער" וואס האט אינדארסירט וואלעסקעז.

סעקשאן 8? קיינער פון די צוויי.

בראדוויי טרייענגל? לאפעז איז געווען שטארק דערפאר, ער האט געקעמפט פאר זיינע ספאנישע ברודער, ער האט געוואלט אז זיינע ספאנישע חברה זאלן באקומען די דירות אויף די שטחים פון אונזערע היימישע יודישע ברודער. וואלעסקעז האט געהאלטן אז דאס איז דיסקרימינעישן קעגן פארשידענע אנדערע גרופעס (אריינגערעכענט די יודן וואס שטעלן זיך נישט צו צו UJO) און זי האט גע'קעמפט דערקעגן, און אצינד בויעט מען שוין דארט הייזער פאר יודן, און אנדערע גרייטן זיך צו בויען.

לאו אינקאם האוזינג? וואס וועלעסקעז האט געטוהן ווייס איך נישט, אבער דאס אז וויטא לאפעז האט ארויסגעריקט צענדליגער יודן פון די פראדזשעקטס און אריינגעלייגט די ספאנישע און די דראג דיעלערס אנשטאטס, דאס ווייסעך יא.

רובאשקין, אסטרייכער? איך געדענק נישט אויף די מינוט אז איינע פון די צוויי זאלן אמאל האבן עפעס געטוהן, אזויפיהל ווייס איך יא, אז קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער וואס האט אינדארסירט וואלעסקעז האט געארבייט שטארק לטובת עסטרייכער.

עסקנות פאר יחידים בעת צר? דאס ווענצעך וואס דו רופסט העלפן יודן בעת צר, אויב רעדסטו פון זיך פיקטשערן מיט פאלעטישנס? גיי צו די וואס פיקטשערן זיך כסדר. אויב רעדסטו פון אזעלעכע עסקנים ווי ר' ארי' לייב גלאנץ וואס גייט דורך שבעה מדורי גהינם בלויז פארן העלפן יודן, אדער ר' אברהם רובין וואס מ'האט ארעסטירט פארן העלפן יודן, דעמאלטס גיי וואוט פאר וועלעסקעז, וועם זיי האבן אינדארסירט.

רעגירונג הילף אין אזא אנטי האסידיק אינוויירעמענט? איז די רעדע פון העלפן מיט מעדיקעיד פוס סטעמפ אדער סעקשאן עיט? גיי צו מרס. שווארץ, זי העלפט די מערסטע מעדיקעיד און פוד סטעמפ, סעקאשן אכט גיי צו ר' שלום יוסף הערשקאוויטש.

און פאר דיר הרב טעלעפאן, אויב זענען קיינע פון די זאכן נישט נוגע, גיי צו א קאנדידאט וואס קיינער האט נישט אינדארסירט, אזוי וועלן די עסקנים זעהן אז ס'דא א גרופע וואס רעכענען זיך נישט מיט וואס זיי זאגן, און האפענטליך ביי די נעקסטע אילעקשן וועלן די עסקנים זיך ווענדן צו דיין קהילה פאר זייערע שטומען אין אויסטויש פאר הילף ווען זיי דארפן.
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך גדעון »

יונגערמאנטשיק האט געשריבן:הממממ. לאמער כאפן א בליק אויף די אלע זאכן.

סקול וואוטשערס? קיינע פון די צוויי, ענדערש גיי צו די וואס העלפן צושטעלן אנדערע פראגראמען, ווי "שעלי סילווער" וואס האט אינדארסירט וואלעסקעז.
שקר! און די ווייסט עס. דילאן האט מיטגעשטאנען מיט די עסקנים פון אלע מוסדות התורה, וועלעסקועז נישט
סעקשאן 8? קיינער פון די צוויי.
איינער פון די צוויי רעדט פון די אישו, און א קאנגרעסמאן קען ארבייטן צו ברענגן פאנדס.
בראדוויי טרייענגל? לאפעז איז געווען שטארק דערפאר, ער האט געקעמפט פאר זיינע ספאנישע ברודער,
ער האט געוואלט אז זיינע ספאנישע חברה זאלן באקומען די דירות אויף די שטחים פון אונזערע היימישע יודישע ברודער. וואלעסקעז האט געהאלטן אז דאס איז דיסקרימינעישן קעגן פארשידענע אנדערע גרופעס (אריינגערעכענט די יודן וואס שטעלן זיך נישט צו צו UJO) און זי האט גע'קעמפט דערקעגן, און אצינד בויעט מען שוין דארט הייזער פאר יודן, און אנדערע גרייטן זיך צו בויען.
דער בלאט מדבר מתוך גרונך, יא וואלעסקועז האט זיך ציגעשטעלט מיט א רייע אנטי חסידישע גרופעס מייסטענס ספאנישע.. זיך אנצונעמען פאר אונז חסידים...
לאו אינקאם האוזינג? וואס וועלעסקעז האט געטוהן ווייס איך נישט, אבער דאס אז וויטא לאפעז האט ארויסגעריקט צענדליגער יודן פון די פראדזשעקטס און אריינגעלייגט די ספאנישע און די דראג דיעלערס אנשטאטס, דאס ווייסעך יא.
דאס האט זיך געטוישט ווען ער האט אנגעהויבן צו ארבייטן האנט ביי האנט מיט וויליאמסבורג,
רובאשקין, אסטרייכער? איך געדענק נישט אויף די מינוט אז איינע פון די צוויי זאלן אמאל האבן עפעס געטוהן, אזויפיהל ווייס איך יא, אז קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער וואס האט אינדארסירט וואלעסקעז האט געארבייט שטארק לטובת עסטרייכער.
אודאי געדענקסטו נישט..
עסקנות פאר יחידים בעת צר? דאס ווענצעך וואס דו רופסט העלפן יודן בעת צר, אויב רעדסטו פון זיך פיקטשערן מיט פאלעטישנס? גיי צו די וואס פיקטשערן זיך כסדר. אויב רעדסטו פון אזעלעכע עסקנים ווי ר' ארי' לייב גלאנץ וואס גייט דורך שבעה מדורי גהינם בלויז פארן העלפן יודן, אדער ר' אברהם רובין וואס מ'האט ארעסטירט פארן העלפן יודן, דעמאלטס גיי וואוט פאר וועלעסקעז, וועם זיי האבן אינדארסירט.
די אידן וואס האבן געדארפט הילף דערציילן א אנדערע געשיכטע, אדרבא גיי צו צי רמ"ד ניעדערמאן, ער איז יעדע צופרי אין צעהלימע ביהמ"ד און בעט אים סיי וואס און נאכדעם קום צוריק
רעגירונג הילף אין אזא אנטי האסידיק אינוויירעמענט? איז די רעדע פון העלפן מיט מעדיקעיד פוס סטעמפ אדער סעקשאן עיט? גיי צו מרס. שווארץ, זי העלפט די מערסטע מעדיקעיד און פוד סטעמפ, סעקאשן אכט גיי צו ר' שלום יוסף הערשקאוויטש.
ניין איך רעד נישט פון דעם,
און פאר דיר הרב טעלעפאן, אויב זענען קיינע פון די זאכן נישט נוגע, גיי צו א קאנדידאט וואס קיינער האט נישט אינדארסירט, אזוי וועלן די עסקנים זעהן אז ס'דא א גרופע וואס רעכענען זיך נישט מיט וואס זיי זאגן, און האפענטליך ביי די נעקסטע אילעקשן וועלן די עסקנים זיך ווענדן צו דיין קהילה פאר זייערע שטומען אין אויסטויש פאר הילף ווען זיי דארפן.

איך האב לכתחילה נישט געוואלט נעמען קיין זייט דא, ספעציעל אין דעם אשכול ווי מרעדט איבער שטימען בכלל, און דאס איז בלי נדר דאס לעצטע מאל וואס איך בין מיך מטפל מיט דעם
יונגערמאנטשיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך יונגערמאנטשיק »

גדעון, איך האב דיר געענטפערט אויף דיין שפראך, און פאר טעלעפאן זיין שפראך.

וויליאמסבורגע יודן פלעגט מען גרינג קענען פארקויפן לאקשן! נישט קיין חילוק ווער ס'איז געלאפן, זאל זיין א דיסטריקט לידער, א קאנסילמאן, סטעיט סענעטאר, סענעטאר, פרעזידענט דעלעגאטן, און אפילו פאר א שופט, אלעס איז געווען "האוזינג, האוזינג, האוזינג", די לעצטע פאר יאר ווען דער עולם איז קלוגער געווארן האט מען גענומען א נייע טאקטיק, מ'לייגט צו יודישע נעמען מיט יודישע פראבלעמען, און ס'פארט א באן! דניאל סקוואדראן און מרדכי קאננער זענען געלאפן וועגן מציצה בפה.

קאט די קרעפ! די צייטן האבן זיך געענדיגט! יעדער ווייסט אז די זאלוינים ווילן דילאן ווייל וויטא לאפעז וויל אזוי, און דאס איז די סיבה פארוואס די ארונים ווילן נישט! און דאס פרעגט טעלעפאון, ער פרעגט די פראגע וואס צענדליגער יודן פרעגן, וואס האט דאס "מיט מיר?"

און איך גיי אדרעסירן דיין פארפירערישע ענטפער. דו רעדסט פון וואוטשערס, א סטעיט פראגראם, און דו זאגסט א וועלעזקעס איז נישט מיטגעשטאנען דערמיט, ס'האט גארנישט מיט איר, זי איז אויף די פעדעראלע לעוול, נישט קיין סטעיט. און אפשר ברענגסטו אהער די רעקארד ווי מ'זעהט עריק דילאן ארבייטן פאר וואוטשערס? ווידער, דאס אז שעלי סילווער ארבייט שווער צו ברענגען פראגראמען פאר ישיבות איז באקאנט פאר יעדן, און דער שעלי סילווער איז אראפעקומען און געבעטן מ'זאל וואוטן פאר איר, דאס איז גארנישט?

און דאס אז דילאן "רעדט" פון סעקשאן 8 יעצט פאר ער לויפט מיינט גארנישט! צוזאגן און ליב האבן קאסט נישט! איין זאך וואס איך ווייס יא, וואלעסקעז ארבייט מיט עסקנים צו עפענען א סאושעל סערוויס אפיס אין וויליאמסבורג, צו העלפן דעם עולם מיט פראגראמען וואס איז עוועלעבל.

וועגן די בראדוויי טרייענגל שרייבסטו אז בלאט מדברת מתוך גרויני. אנטשולדיגט, גיב א קוק אין שפיגל, דער איד מדברת מתות גרונך! די פאקט איז סיי וויטא לאפעז און סיי וואלעסקעז האבן זיך זייער אייגענע אגענדע, די חילוק איז נאר, וויטא לאפעס האט געקעמפט אז מ'זאל אוועקנעמען יודישע שטחים און בויען דירות פאר עפארדעבל פרייז, און ער אינאיינעם מיט UJO זאלן דאס קאנטראלירן, אויב קוקט מען אויף אנדערע פראיעקטן ווי "שפר" מיינט דאס אז מ'נעמט אוועק שטחים פון יודן וואס ווילן בויען דירות פאר יודן, און מ'גייט דאס איבערגיבן פאר די פובליק וואס א גרויסע רוב וועט גיין פאר גוים. משא"כ וואלעסקעז האט געקעמפט פאר יושר! זי האט זיך ארויסגעשטעלט קעמפן פאר די יודן וואס מ'האט געוואלט אוועקנעמען זייערע שטחים, אינאיינעם מיט UJCARE און נאך אנדערע ספאנישע ארגענעזאציעס וואס מ'האט דיקרימענירט קעגן זיי.

ב"ה יושר האט געזיגט, און די יודן זענען דערווייל צוריב בעה"ב אויף זייער לאט, און מ'זעהט שוין ב"ה די פירות, עפעס דירות בויעט מען שוין, די איבעריגע גרייט מען זיך צו בויען, און "אלעס" גייט גיין פאר יודן!

נישט וואלעסקעז און נישט לאפעז האבן געמיינט יודן, נאר לאפעז איז געווען קעגן יושר, און ווען ער זיגט ווען וואלט דאס געמיינט א טובה בעיקר פאר ספאנישע, און וועלעסקעז האט געקעמפט פאר יושר, און די תוצאה איז פרישע הונדערטער דירות פאר יודן בקרוב דורך פריוואטע דיוועלאפערס.

און איך זעה אז דו ביסט מודה צו מיר אז וויטא לאפעז האט א לאנגע רעקארד אלס א שונא ישראל, און ארויסשטעלן יודן פון פראדזשעקטס, איך זעה נישט אז ער זאל זיך האבן געטוישט, ער האט נאך גאנץ לעצטענס גע'קעמפט קעגן יודישע נכסים, און איך זעה נישט אז די פראדזשעקטס זאל בעסער ווערן. איך בין נישט מחיוב אפצוקויפן די פרישע לאקשן פון די עסקנים וואס פארקויפן שוין יארן לאקשן. מיר קוקט אויס ווי וויטא לאפעז איז די זעלבע שונא ישראל, נאר רמ"ד מוז צוקומען צו זיין כוח, שטעלט ער זיך צו צו עם.

און וועגן רובאשקין עסטרייכער, אפשר געדענקסטו יא? וואו האט דילאן געארבייט פאר די יודן? דאס איז פובליק רעקארדס, קאנגרעסמאן נאדלער האט שטארק געקעמפט פאר עסטרייכער, און ער איז געקומען אינדארסן וואלעסקעז, ער זאגט אז זי האט עם געהאלפן דערמיט, און ער בעט מ'זאל איר שטיצן, דארף מען נישט מכיר טובה זיין?

און איך גיי מודה זיין אז ר' משה דוד העלפט אסאך יודן, אבער ליידער זיין פארגאנגענהייט ווייזט אז ווען ס'קומט צו געוויסע אינטערעסן העלפט ער נישט, ער שטערט גאר, דאס האט מען געזעהן ווען ער איז געווען גרייט צו שאדן מאכן פאר א יוד ביי ראוז פלאזא, דאס האט מען געזעהן ווען ער האט געטרינקען דאס בלוט פאר די יודן אין אוטאסוויל תפיסה ביי די פרשה פון מיעל מארט. אנדערש איז מיט ר' ארי לייב, ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר מענטשן וואס זענען נישט פון זיין פארטיי, מענטשן וואס האבן עם פיינט, און זיי האבן עם ליידער אונטערגעשטעלט פיסלעך! ר' אברהם רובין איז נישט אויף די זעלבע פארטיי ווי ר' נחמי' וועבערמאן, ער האט עם געהאלפן, און ער ליידט פארדעם! די יודן הייסן ביי מיר עסקנים לשם שמים! עסקנים מיט מסורת נפש!

און אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס דו רעדסט נישט פון סעקשאן 8 פוד סטעמפ און מעדיקעיד? נאר ווען דילאן "רעדט" דערפון איז דיר עס אינטערעסאנט? פארוואס זענען די וויכטיגסטע אישוס וואס זענען נוגע רוב פונעם ציבור יודן דיר נישט אינטערעסאנט? ר' שלום יוסף הערשקאוויטש וואס איז באקאנט צו העלפן יודן פון אלע קרייזן מיט סעקשאן אכט שרייט, ביטע גייטס ארויס שטומען פאר וואלאסקעז, אויב זי געווינט גייט אי"ה זיין א אפיס אין וויליאמסבורג און דאס וועט שטארק ארויסהעלפן פאר די שטאטישע פראגראמען! איז דא עפעס וויכטיגער פון דעם? איז דיין פארטיי וויכטיגער פון דעם?
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך גדעון »

איך גיי נישט ענטפערן ווי איך האב ציגעזאגט, סאיז נאר אינטערסאנט אז דו וואס דיין סאטמארע איינזייטיגקייט שרייט ארויס פון דיר, און דו שטופסט ארום דיין אגענדעס מיט א בולדאזער און לאו דוקא אין דעם אשכול, איז גאר דער וואס וועט זאגן פאר סתם וויליאמסבורגע אידן וואס צו טון...
אין מיין ערשטע תגובה האב איך בכלל נישט געשריבן פאר וועם צו שטומען, איך האב בעיקר ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון שטימען בכלל אין די יעציגע צייט ווען די מידיע איז פול מיט אנטי חסידים פראפעגאנדע, דו האסט אבער געשפירט אז דו מיזט נעמען דעם אשכול און אויך באשמירן מיט דיינע ענגע אינטערעסן, דאס וואס דו האסט שוין געטון און עטליכע אנדערע אשכול און דאס וואס דו האסט וואהרשיינדליך געטון ביז לעצטענס אויפן כל העולם כולו.
און מיין צווייטע תגובה האב איך פרובירט צו באלאנסירן דיין ספעציעל אינטערעסע תגובה, און ספעציעל נישט מאריך געווען מיט קיין מח שווענקעריי צו לאזן יעדן איינעם נאכגיין די אמת'ע פאקטן און באשליסן פאר זיך פארוועם צו שטומען.
און מיט מיין דריטע וויל איך דיר זאגן, אז דאס איז אויך דאס לעצטע מאל וואס איך ענטפער דיך אפ, איך האב שוין אסאך ארומגעטענה'ט דא אין שטיבל אבער קיינמאהל מיט א בלינדע פארטיי מענטש, אויב וויל איך קייען פלאטשיגע פארטייאישקייט וועל איך עפענען א ניק אויף הייד פארק.
א גוט שבת
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיין עצה:
וואוט פאר א דריטע קאנדידאט וואס ביידע האבען נישט אינדארסט
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך גדעון »

ראשעקאל האט געשריבן:מיין עצה:
וואוט פאר א דריטע קאנדידאט וואס ביידע האבען נישט אינדארסט

דאס וואלט אפשר געקענט ארבייטן, אבער וועט לכאורה נישט ווערן אנערקענט אלס א אידישע וואוט, צוליב וואס די צוויי אנדערע קאנדידאטן 'מארטינעז' די אוקעפיי אקטעוויסט ציהט טייל פון די קאקעיזשאן וואוטס און ''קאנער' וואס רעדט א פליסיגע מאנדערין ארבייט אויף די כינעזע אין טשיינע טאון, און זיי ווערן ביידע נישט געשטיצט דורך אידישע פירער,
איך וואלט ענדערש געזאגט זאלסט שטימען פאר איינס פון די צוויי אידיש געשטיצטע קאנדידאטן, וועמענס נאז ס'געפעלט דיר בעסער
יונגערמאנטשיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך יונגערמאנטשיק »

איך וועל איבערלאזן פאר יעדן באזונדער אפצומאכן צו איך האב אן אגענדע, און דו און זר זהב זענען נוטראל, אן קיין אגענדעס.

מיין ענטפער צום פותח האשכול איז קוק וואס איז דיר בעסער, אויב האסטו עפעס פון איינע פון די קאנדידאטן, שטום פאר זיי, אויב נישט, גיי שטום פאר א דריטע קאנדידאט.
ריק סאנטורעם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 9:48 am
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך ריק סאנטורעם »

אפגעזעהן פארוועם די גייסט גיין שטימען דעם דינסטאג צו אין ווילאמסבורג צו אין בארא פארק אדער אפילו אן אנדערע אידישע געגענט

די פאליטישענס ווייסן נאר איין שפראך און דאס איז וואוטס סאו ווען די עסקנים אדער די יחיד וועסט ווילן עפעס א טובה פון די פאליטישאן אדער אפילו פון אן אנדערע פאליטישען וואס וועט לויפן אין א פאר יאר ארום גייט ער/זי קוקען ווי אזוי די ציבור שטימט אלגעמיין וועט ער נאר קוקען וואס באקומט ער צוריק פארן א טובה טוהן פאר דיר/ציבור.

אין די גויאישע וועלט לויפט די פאליטישען ארום פון טיר צו טיר און קלאפט אין ער בעט זיך מ'זאל אים שטיצען אבער ווען ער ווייסט אז עס איז דא א בלאק וואוט פון א פאר טויזענט שטימען זעצט ער זיך צוזאם מיט די פירער פון די בלאק וואוט אין ער טרייט זיך צוצושטעלען צו זיייערע פארלאנגען

סאו די עיקר איז נעם דיך אראפ פון דיין טייערע צייט דעם דינסטאג צופרי און גיב אפ דיין שטיצע פארוועם די ווילסט אדער דיין קהילה/מוסד/עסקן אינדארסירט
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

איך זעה דאך אז די גאנצע וואס די "עסקנים" צילן דא איז צו עס ניצן פאר די סאטמארע מחלוקה, צו מאבד שמם זיין פון דעם צד שכנגד,

פארוואס זאל איך שטיפן דעם וואגן פון די סאטמארע מחלוקת, א ריב לא לו, ביי מיט איז דאס זייער א ערנסטע זאך,

ביטע קוקט די שרעקעדיגע ווערטער פון לעצטע וואך פ' קרח זאגט רש"י:

בא וראה כמה קשה המחלוקת, שהרי בית דין של מטה אינם מענישים את הקטנים, ובית דין של מעלה אין מענישים עד עשרים שנה, וכאן במחלוקת קורח, מתו אף יונקי שדיים

יא איך וויל וומ"ב זאל האבן א בלאק וואוט אבער איך וויל ח"ו נישט זיין קיין מסייע פאר שנאת חנם ומחלוקה,
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

גדעון פארוואס שטעלסטו א נייטראלע פנים?
לויט דיר איז דער צייטונג ''דער איד'' פין וועם די זאגסט נאך, אויך נייטראל?

צום ענין, אוודאי איז וויכטיג צו שטומען
אבער די רשעות אין טעראר אין די טאג פין די וואלען מאכט זיך זיכער איך זאל בלייבן אינדערהיים

די ארונים האבען שוין צוגעזאגט אז זיי גייען נישט מאכען די טראקס מיט די JBL ספיקערס צו טעראזירן די שטאט
איך האף אז די זאליס וועלן עס נאכטוהן
אויב נישט ראט איך דעם עולם נישט צו שטומען פאר דעם וואס טעראזירט די איינוואינער
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
דעמאקראטיע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך דעמאקראטיע »

ווער פון ענק האט שוין אמאל געהערט די נאמען ''וועלעזקעז''?
דאס ווייזט וויפיל מען האט געהאט פון איר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דעמאקראטיע האט געשריבן:ווער פון ענק האט שוין אמאל געהערט די נאמען ''וועלעזקעז''?
דאס ווייזט וויפיל מען האט געהאט פון איר

ווענד זיך וועלכע צייטונג מ'ליינט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

איך פארשטיי באמת נישט וואס דער שמועס דא איז פארגאנגען אין א געפעכט פאר וועלכען קאנדידאט צו שטימען

דער פותח האשכול האט ס"ה געפרעגט פארוואס זאל ער גיין שטימען, וואס גייט אים עס ברענגן

האט איינער א הוה אמינא אז איינער וואס גייט שטימען וועט שטימען פאר אזא קאנדידאט פארקערט ווי זיין חסידות וועגן א אשכול דא אין קאווע שטיבל? זיכער אז נישט! נו וואס איז די טענה'ריי דא?

און מר. גאלד לאמיר דיר בארואיגן א מינוט

ביז היינט האבן די זאליס אהערגעשטעלט א בלאק וואט אז זיי פארטרעטן וומס"ב, יעצט ווילן די ארונים ווייזן אז זיי האבן א בלאוק וואוט
נו וואס גייט פאסירן, די פאלאטישנס וועלן זען אז דא האנדלט מען מיט צוויי גרויסע פארטייען, קיינער וועט זיך נישט וועלן אנהייבן מיט קיינעם, און פון היינט און ווייטער וועט מער קיין איין פאלאטישאן נישט וועלן טאטשן די סאטמארע פאליטיק, נו וואס איז שלעכט?
שוין איך מיין גאלד קענסט גיין וואטן
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ביז היינט האבן די זאליס אהערגעשטעלט א בלאק וואט אז זיי פארטרעטן וומס"ב, יעצט ווילן די ארונים ווייזן אז זיי האבן א בלאוק וואוט

וויפיל מאל דארפן די ארוינים ווייזן אז זיי האבן א בלאק וואוט? זיי האבן עס שוין געוויזן אין 2009 ביי די סיטי קאונסיל וואלן ווען ר' אייזיק אבראהאם זז"ג איז געלאפן קעגן סטיוו לעווין. ---- UJO האט געשטיצט לעווין און די ארוינים האבן געשטיצט הרב אבראהאם.

די רעזאלטס אין ווילי איז געווען ווי פאלגענד:

לעווין, 3,879 וואוטס (70%- בערך)

אבראהאם, 1,830 וואוטס (30%- בערך)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

מען האט יעצט רעגעסטרירט נאך אסאך מענטשן, עמיר זען היינט נאכט די רעזולטאטן
יונגערמאנטשיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך יונגערמאנטשיק »

זר, דו גייסט מיר זאגן אז די אריבער טויזענט ספאנישע האבן געוואוט פאר אבראהאם? זיי האבן געוואוט פארוועם זייער פארזארגער וויטא לאפעז האט זיי געהייסן - לעווין.

די ארונים האבן געוויזן אז קעגן אלע קהילות אריינגערעכענט די זאלים אינאיינעם מיט די ספאנישע קענען זיי ארויסברענגען 30 פראצענט. און דאס איז טראצדעם וואס זיי האבן נישט אזא פאליטישע ארגענעזעישן ווי UJO וואס געלט איז נישט קיין פראבלעם.

ביי די יעצטיגע וואלן זענען די ארונים מער ארגענעזירט ווי אין 2009, און מ'וועט זיך איבערצייגן וויפיל שטומען מער זיי קענען ארויסברענגען.
פארשפארט