עולם הישיבות 2014

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3281 מאל

עולם הישיבות 2014

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]"זאגט מיר נעכטן א בחור אז ער וואלט גערן געגאנגען ארבעטן... לכתחלה, זאגט ער, זאל עס זיין עפעס אן ארבעט וואס האט צוטוען מיט עבודת כפים, עפעס פיזיש, און ער מאכט נאך אזוי מיט די הענט כאילו ער קנעט טייג, אויב דאס איז נישט אוועליבעל קען עס זיין עפעס מיט די פיס... הערסט, אלעס איז ער גרייט צו טוען אויסער ניצן דאס קעפעלע, כ'זאג דיר ס'איז נישט צו גלייבן וואספארא השגות ס'פאלט ביי פאר די היינטיגע יונגווארג.. און מיין נישט אז מען רעדט דא פון א אינגערמאן פון פינעף יאר נאכן חתונה, מען רעדט דא פון א פופצן יעריגער שנוק, א בחור וואס האט ניטאמאל קיין חתימת זקן.

פאר צען פופצן יאר צוריק, ווען א צוויי און צוואנציג יעריגער בחור האט געוואלט ווערן אוצר גבאי האט ער זיך געשעמט צו זיין א תובע בפה, ער איז געקומען מיט אלע מיני רמזים ווילאנג מ'האט פארשטאנען וואס ער וויל, און נאכדעם איז ער געגאנגען פארקויפן פאר יעדעם אז באמת האט ער נישט געוואלט ווערן גבאי, נאר מ'האט אים ממש געצווינגען אזוי ווי מען האט געצווינגען אלע רעבעס צו ווערן רבי .

און מיין נישט אז דאס איז אן אויסנאם פאל, א צווייטער בחור זאגט מיר גראב אין פנים אריין: איך האב נישט קיין נערוון צו לערנען, פארשטאנען? זאגט ער מיר מיט א שפראך דלא משתמע לשתי אנפין, דאס לערנען האט א טעם פון ערד, נישט פון סתם ערד נאר ערד אריינגעמישט מלח סדומית ... כ'פארשטיי נישט ווי שעמט זיך נישט א בחור מיר צו זאגן אין פנים אריין אז ער האט נישט קיין געדולד צו לערנען, נישט נאר דאס נאר ער האט נאך די העזה מיר צו זאגן אז ער פארשטייט פשוט נישט ווי איינער קען זיך שאקלן צוועלעף שעה איבער א גמרא אין אלו מציאות! פארשטייסטו מיר "ער"-דער באנדיט- איז גאר דער נארמאלער וואס פארשטייט פשוט נישט ווי יענער מאדנער בריאה-דער מתמיד- קען לערנען צוועלעף שעה, סאיז זיי נישט גענוג פאר די חברה אז מען עפענט נישט קיין ספר משבת לשבת זיי זענען נאך מהפך קערה על פיה כאילו דאס איז די נארמע און ווען איינער לערנט שוין יא איז מען אים בודק בציציותיו צו ער איז מיט אלעמען.

נעכטען נעם איך א בחור און איך זאג אים קום בחורל לאמיר לערנען צוזאמען פאר א האלבע שעה, כהאב געטראכט צו מיר ער מוז אוודאי זיין אויסגעהונגערט פאר א שטיקל גמרא, ער האט דאך נישט געלערענט קיין תיבה אחת א גאנצן טאג, אוי האסטו געמוזט זעהן ווי ער האט אויסגעקוקט נאך צוואנציג מינוט לערענן.. ער האט אויסגעזעהן ווי א באלאן וואס גייט אט אט פלאצן, אדער ווי א רייפע רויטע טאמאטע וואס האט שוין געפלאצט, די אדערן זיינע האט ארויסגעשטארצט ווי גרינע צווייגעלעך, און שנירעלעך שווייס האבן זיך געגליטש אויף זיינע רויטע בעקעלעך, כהאב פשוט מורא געהאט אז ער האלט פאר א נערווען צוזאמברוך.

סקען נישט אנדערש זיין נאר שולדיג דערין זענען די כלים, אז מען דרייט זיך מיט די כלים דרייען זיך די כלים אריין אינעם מענטש, זיי זענען צוגעבינדן צו די כלים און שעפן סיפוק פון די כלים נו... אז מען שעפט סיפוק פון אנדערע פלעצער איז שוין נישט קיין קשיא וואו זייער שאיפה איז אוועקגעפלויגן...

אוי! וויפיל מען פרובירט צו כאפן די כלים קען מען דאס נישט אויסראטן, מען כאפט איינס אין עס שפראצט ארויס נאך צוואנציג זיי זענען זיך מפרה ומרבה ווי די אידן אין מצרים, אדער אפשר גאר ווי די אידן אין וויליאמסבורג...

מ'ברויך אזויפיל רחמי שמים אז סאיז א פחד.. סאיז נורא ואיום! איך זאג אייביג אז ווען דער רבי לעבט נאך וואלט ער עס נישט איבער געלעבט... וואס זאל איך דיר זאגן דער איינציגסטער זאך וואס עס איז אונז געבליבן צו טוען איז תפילות תפילות און נאכאמאל תפילות, און כולי האי ואולי... צומאל איז דאס אויך נישט גענוג.. מען רעדט פון בחורים פון פיינע שטיבער.. משמנה ומסלתה פון דאס שענסטע און דאס בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט.

צומאל קוק איך מיר ארום א פארמיטאג-סדר און פון הונדערט בחורים לערנען ניטאמאל קיין צען, הערסט? זאגט ער מיר, ס'איז נישטא קיין אלוקינו קוים א מזומן איז דא, און דארפסט זען ווען עס ווערט צוויי אזייגער וואו דער עולם לויפט צו מיטאג. קענסט מיינען אז זיי האבן נאר וואס געענדיגט פאסטן א דרייערעל, איך וויל אויסקלאפן מיט א זעץ אויפן טיש און שרייען ווי א וואנזיניגער -אזוי ווי רבי אליעזר האט געטוען בימיו-פרעסערס! זויפערס! וואס עטץ זענטס, קיין מלה אחת נישט געלערנט פארטאליעוועט די צייט, זיך אויס געפאפען, איבער געלאזט ימים מיט טל תחיית המתים אויף די טישן און בענק און ווען דער זייגער קלאפט צוויי איז יעדער אויף די פיס ווייל מען געט בשר ודגים.

פאר א צייט צוריק זאגט מיר א בחור אז מען ברויך צו שטעלן א סווימיניג פול און א עקסערזייס פלאץ וואו בחורים זאלן זיך קענען אויסגעבן... הערסט א חוצפה? וועסטו אוודאי מיינען אז מען רעדט דא פון א בחור וואס לערנט אכטצן שעה א מעת לעת און דארף פשוט האבן א סווימינג פול פאר די נערווען, ניין זאג איך דיר מען רעדט דא פון א רעגולער ליידיג גייער פון איינער וואס לערנט ניטאמאל קיין האלבע שעה א סדר אבער ער דארף זיך אויסגעבן ער איז אנגעזאמעלט מיט ווייס'עכ'וואס און ער דארף קריטיש זיך אויסגעבן, פון וואו קומט צו זיי אזעלעכע השגות מיינסטו? נו אוודאי פון די כלים..
עס שיינט אז נישט נאר זענען די כלים מכלה נפש ובשר נאר עס נעמט נאך אוועק יעדער טראפל בושה וואס מען האט אמאל געהאט. פארוואס מיינסטו אז מען זעט מען לעצטענס א מגיפה פון אינגעלייט וואס גייען אין טי-שערטס אן הוטן און רעקלעך? פון וואו מיינסטו נעמט זיך לעצטענס דעם עפעדעמיע פון געשטיצטע בערד למחצה לשליש ולרביע? אלעס ווייל די יונגעלייט האבן פארלוירן דאס ביסל בושה!! נו, אז מען האט נישט קיין בושה קומט ארויס דער פרא אדם און אוודאי וויל דער פרא אדם גיין אנע הוט און רעקל...

מארק מיי ווערדס, זאגט ער מיר, ווען דאס הארץ טראפט אים בלוט, עס וועט נאך קומען א צייט ווען א אינגערמאן וועט זיך שעמען ארויסצוגיין מיט א הוט און רעקל אויפן גאס. יא יא קוק מיך נישט אן אזוי, וועסט נאך זען דזשי ענד דזשי וועט פארקויפן טי- שערטס ר"ת און רש"י'ס, און קרויס וועט פארקויפן דאטשיקלעך און קעפס.

איך זאג דיר ס'איז שומו שמים איך זעה נישט קיין צוקונפט פאר דער עולם הישיבות... ווארט נאר ווארט ווען די ליידאקעס וועלן ווערן טאטעס ווי אזוי זייערע קינדער וועלן אויסזעהן, איך וויל נישט טראכטן, ס'ווערט מיר פשוט שלעכט. איך זאגט דיר משיח דארף שוין קומען ווייל אויב ווארט ער נאך א פינעף יאר וועט ער קענען שאלן מיט א שופר און דער עולם וועט אים נישט הערן, די אויערן וועלן זיין אנגעשטאפט מיט עיר פאונס, ער וועט קענען פליען מיט א אייזל און דער עולם וועט אים פשוט נישט באמערקן, די אויגן וועלן זיין צוגעקלעבט צום איי פאון און ווי עס שיינט דער איינציסטער וועג ווי אזוי משיח וועט באקומען אונזער אטענשן איז דורכן אהערשטעלן א מעכטיגער פרי וויא אויף יוא טואב אז דער עולם זאל זיין גרייט"[/justify]
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר