עולם הישיבות 2014

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

עולם הישיבות 2014

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]"זאגט מיר נעכטן א בחור אז ער וואלט גערן געגאנגען ארבעטן... לכתחלה, זאגט ער, זאל עס זיין עפעס אן ארבעט וואס האט צוטוען מיט עבודת כפים, עפעס פיזיש, און ער מאכט נאך אזוי מיט די הענט כאילו ער קנעט טייג, אויב דאס איז נישט אוועליבעל קען עס זיין עפעס מיט די פיס... הערסט, אלעס איז ער גרייט צו טוען אויסער ניצן דאס קעפעלע, כ'זאג דיר ס'איז נישט צו גלייבן וואספארא השגות ס'פאלט ביי פאר די היינטיגע יונגווארג.. און מיין נישט אז מען רעדט דא פון א אינגערמאן פון פינעף יאר נאכן חתונה, מען רעדט דא פון א פופצן יעריגער שנוק, א בחור וואס האט ניטאמאל קיין חתימת זקן.

פאר צען פופצן יאר צוריק, ווען א צוויי און צוואנציג יעריגער בחור האט געוואלט ווערן אוצר גבאי האט ער זיך געשעמט צו זיין א תובע בפה, ער איז געקומען מיט אלע מיני רמזים ווילאנג מ'האט פארשטאנען וואס ער וויל, און נאכדעם איז ער געגאנגען פארקויפן פאר יעדעם אז באמת האט ער נישט געוואלט ווערן גבאי, נאר מ'האט אים ממש געצווינגען אזוי ווי מען האט געצווינגען אלע רעבעס צו ווערן רבי .

און מיין נישט אז דאס איז אן אויסנאם פאל, א צווייטער בחור זאגט מיר גראב אין פנים אריין: איך האב נישט קיין נערוון צו לערנען, פארשטאנען? זאגט ער מיר מיט א שפראך דלא משתמע לשתי אנפין, דאס לערנען האט א טעם פון ערד, נישט פון סתם ערד נאר ערד אריינגעמישט מלח סדומית ... כ'פארשטיי נישט ווי שעמט זיך נישט א בחור מיר צו זאגן אין פנים אריין אז ער האט נישט קיין געדולד צו לערנען, נישט נאר דאס נאר ער האט נאך די העזה מיר צו זאגן אז ער פארשטייט פשוט נישט ווי איינער קען זיך שאקלן צוועלעף שעה איבער א גמרא אין אלו מציאות! פארשטייסטו מיר "ער"-דער באנדיט- איז גאר דער נארמאלער וואס פארשטייט פשוט נישט ווי יענער מאדנער בריאה-דער מתמיד- קען לערנען צוועלעף שעה, סאיז זיי נישט גענוג פאר די חברה אז מען עפענט נישט קיין ספר משבת לשבת זיי זענען נאך מהפך קערה על פיה כאילו דאס איז די נארמע און ווען איינער לערנט שוין יא איז מען אים בודק בציציותיו צו ער איז מיט אלעמען.

נעכטען נעם איך א בחור און איך זאג אים קום בחורל לאמיר לערנען צוזאמען פאר א האלבע שעה, כהאב געטראכט צו מיר ער מוז אוודאי זיין אויסגעהונגערט פאר א שטיקל גמרא, ער האט דאך נישט געלערענט קיין תיבה אחת א גאנצן טאג, אוי האסטו געמוזט זעהן ווי ער האט אויסגעקוקט נאך צוואנציג מינוט לערענן.. ער האט אויסגעזעהן ווי א באלאן וואס גייט אט אט פלאצן, אדער ווי א רייפע רויטע טאמאטע וואס האט שוין געפלאצט, די אדערן זיינע האט ארויסגעשטארצט ווי גרינע צווייגעלעך, און שנירעלעך שווייס האבן זיך געגליטש אויף זיינע רויטע בעקעלעך, כהאב פשוט מורא געהאט אז ער האלט פאר א נערווען צוזאמברוך.

סקען נישט אנדערש זיין נאר שולדיג דערין זענען די כלים, אז מען דרייט זיך מיט די כלים דרייען זיך די כלים אריין אינעם מענטש, זיי זענען צוגעבינדן צו די כלים און שעפן סיפוק פון די כלים נו... אז מען שעפט סיפוק פון אנדערע פלעצער איז שוין נישט קיין קשיא וואו זייער שאיפה איז אוועקגעפלויגן...

אוי! וויפיל מען פרובירט צו כאפן די כלים קען מען דאס נישט אויסראטן, מען כאפט איינס אין עס שפראצט ארויס נאך צוואנציג זיי זענען זיך מפרה ומרבה ווי די אידן אין מצרים, אדער אפשר גאר ווי די אידן אין וויליאמסבורג...

מ'ברויך אזויפיל רחמי שמים אז סאיז א פחד.. סאיז נורא ואיום! איך זאג אייביג אז ווען דער רבי לעבט נאך וואלט ער עס נישט איבער געלעבט... וואס זאל איך דיר זאגן דער איינציגסטער זאך וואס עס איז אונז געבליבן צו טוען איז תפילות תפילות און נאכאמאל תפילות, און כולי האי ואולי... צומאל איז דאס אויך נישט גענוג.. מען רעדט פון בחורים פון פיינע שטיבער.. משמנה ומסלתה פון דאס שענסטע און דאס בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט.

צומאל קוק איך מיר ארום א פארמיטאג-סדר און פון הונדערט בחורים לערנען ניטאמאל קיין צען, הערסט? זאגט ער מיר, ס'איז נישטא קיין אלוקינו קוים א מזומן איז דא, און דארפסט זען ווען עס ווערט צוויי אזייגער וואו דער עולם לויפט צו מיטאג. קענסט מיינען אז זיי האבן נאר וואס געענדיגט פאסטן א דרייערעל, איך וויל אויסקלאפן מיט א זעץ אויפן טיש און שרייען ווי א וואנזיניגער -אזוי ווי רבי אליעזר האט געטוען בימיו-פרעסערס! זויפערס! וואס עטץ זענטס, קיין מלה אחת נישט געלערנט פארטאליעוועט די צייט, זיך אויס געפאפען, איבער געלאזט ימים מיט טל תחיית המתים אויף די טישן און בענק און ווען דער זייגער קלאפט צוויי איז יעדער אויף די פיס ווייל מען געט בשר ודגים.

פאר א צייט צוריק זאגט מיר א בחור אז מען ברויך צו שטעלן א סווימיניג פול און א עקסערזייס פלאץ וואו בחורים זאלן זיך קענען אויסגעבן... הערסט א חוצפה? וועסטו אוודאי מיינען אז מען רעדט דא פון א בחור וואס לערנט אכטצן שעה א מעת לעת און דארף פשוט האבן א סווימינג פול פאר די נערווען, ניין זאג איך דיר מען רעדט דא פון א רעגולער ליידיג גייער פון איינער וואס לערנט ניטאמאל קיין האלבע שעה א סדר אבער ער דארף זיך אויסגעבן ער איז אנגעזאמעלט מיט ווייס'עכ'וואס און ער דארף קריטיש זיך אויסגעבן, פון וואו קומט צו זיי אזעלעכע השגות מיינסטו? נו אוודאי פון די כלים..
עס שיינט אז נישט נאר זענען די כלים מכלה נפש ובשר נאר עס נעמט נאך אוועק יעדער טראפל בושה וואס מען האט אמאל געהאט. פארוואס מיינסטו אז מען זעט מען לעצטענס א מגיפה פון אינגעלייט וואס גייען אין טי-שערטס אן הוטן און רעקלעך? פון וואו מיינסטו נעמט זיך לעצטענס דעם עפעדעמיע פון געשטיצטע בערד למחצה לשליש ולרביע? אלעס ווייל די יונגעלייט האבן פארלוירן דאס ביסל בושה!! נו, אז מען האט נישט קיין בושה קומט ארויס דער פרא אדם און אוודאי וויל דער פרא אדם גיין אנע הוט און רעקל...

מארק מיי ווערדס, זאגט ער מיר, ווען דאס הארץ טראפט אים בלוט, עס וועט נאך קומען א צייט ווען א אינגערמאן וועט זיך שעמען ארויסצוגיין מיט א הוט און רעקל אויפן גאס. יא יא קוק מיך נישט אן אזוי, וועסט נאך זען דזשי ענד דזשי וועט פארקויפן טי- שערטס ר"ת און רש"י'ס, און קרויס וועט פארקויפן דאטשיקלעך און קעפס.

איך זאג דיר ס'איז שומו שמים איך זעה נישט קיין צוקונפט פאר דער עולם הישיבות... ווארט נאר ווארט ווען די ליידאקעס וועלן ווערן טאטעס ווי אזוי זייערע קינדער וועלן אויסזעהן, איך וויל נישט טראכטן, ס'ווערט מיר פשוט שלעכט. איך זאגט דיר משיח דארף שוין קומען ווייל אויב ווארט ער נאך א פינעף יאר וועט ער קענען שאלן מיט א שופר און דער עולם וועט אים נישט הערן, די אויערן וועלן זיין אנגעשטאפט מיט עיר פאונס, ער וועט קענען פליען מיט א אייזל און דער עולם וועט אים פשוט נישט באמערקן, די אויגן וועלן זיין צוגעקלעבט צום איי פאון און ווי עס שיינט דער איינציסטער וועג ווי אזוי משיח וועט באקומען אונזער אטענשן איז דורכן אהערשטעלן א מעכטיגער פרי וויא אויף יוא טואב אז דער עולם זאל זיין גרייט"[/justify]
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

ולפרענקלין אמר, איינס און א גוטס. עס האט זיך געלוינט צו ווארטן. ס'קומט צו לאכן און וויינען ביינעזאם ווי איר לייגט אראפ דעם זויערן מצב. זאגט מיר א איד איבערן הסתרת פנים, אז ווען ער'ז גאט באהאלט ער זיך ווען אויך, לויט ווי צוקוטשקעט דער מצב איז.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

זייער שיין און אמת!!! אבער מיט די כלים האט עס נישט קיין שייכות וויל ווען איך בין גיוועהן אין ישיבה איז נאך ניטאמאל גיוועהן MP3'ס און עס איז גיוועהן די זעלבע מצב נאר מען האט געקוואקעט על טהרת הקודש. פארשטייט זיך אז עס איז בעסער צו קוואקען על טהרת הקודש ווי אויף א I Pad אבער די פיקטשע"ר וואס די לייגסט אראפ איז גיוועהן די זעלבע.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
פאלשע פיש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך פאלשע פיש »

אמת ויצב יעדעס ווארט וואס די זאגסט, די יסוד פון די פראבלעם איז אז ווען מ׳זאל ברענדען די תורה אזוי געשמאק ווי סעמסאנג און עפפעל ברענדען זייערע כלים, וואלט געווען א גרעסע טשענס אז מ׳זאל יא האבן געדולד צים לערנען.

איך האב אלס בחור נישט געהאט קיין סעלפואן, און אזוי אויך נישט געפילט קיין טראפ געשמאק אין לערנען, ווייל קיינער האט עס אין אונז נישט ארייגעגבען.

דאנט געט מי ראנג, דאס איז נאך נישט גענוג א גוטע תירץ אויף נישט צים לערנען.. אבער גענוג אויף צו זוכען עפעס וואס זעט אויס געשמאקער.
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

גיוואלדיג !! איך וואלט ווען געראטען מען זאל גיין אויף א סטרייק מיט'ן טיילען לייק'ס ביז ער איז נישט מבטיח לכה''פ איינמאל א חודש חמין,

לעניננו, פארוואס זאל נישט ווערן אפיציעל די אויסגעהאלטענע טעכנעלאגישע כלים ווי נוק א חלק פינעם עולם הישיבות? אדרבה ברענגט אריין א געשמאק אין לימוד התורה מיט די זעלבע כלים ווי דער שטן דעליווערט זיינע סחורה כאפט ארויס דעם חנות מיד המצרי
דא האט איר אביסעל מער איבער די ווינדערליכע טעכנעלאגישער מאשין
2014-05-06-08-41-47-1233961786.jpeg
2014-05-06-08-41-47-1233961786.jpeg (5.93 KiB) געזען געווארן 2232 מאל

באריכט איבער די כלי
2014-05-06-08-41-54--763422010.jpeg
2014-05-06-08-41-54--763422010.jpeg (8.5 KiB) געזען געווארן 2232 מאל
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

[justify]אויף וזאת חוקת התורה, זאגט רש"י אז די אומות העולם דערצערענען די אידן און זאגן "מה טעם יש בה"...

אויב איז דאס לערנען ווי א חוק, בלי טעם, לאזט זיך פרעגן מה טעם יש בה...

געשמאק ווערט איבערגעגעבן מיט געשמאק. טופח על מנת להטפיח. ווען יונגע אויגן קוקן צו ווי א רבי אדער מגיד שיעור "לעבט" אין תורה כי מוצאיה מוצאי חיים, זאפט רינט איהם פון די ליפן נופת תיטופנה מור, און זיין גאנצע וועזן און אהבה ליגט נאר אין די הייליגע תורה ערוכה בכל ושמורה, דאן ווערט ער אינפלוענסט אויך דאס צו ליבען.

אבער, אויב זעהן די יונגע אויגעלעך א נערוועזע פארשלאפענע מגיד שיעור, קוים וואס ער איז ריכטיג פארגעקוקט על אפו ועל חמתו די קומענדיגע צוויי בלאט, די תורה איז רחיים על צווארו ועוסק בתורה, נו, ווי קען אזא געלערנעכטס זיין בנותן טעם?

סדרים זענען אויסגעשטעלט פאר שעות אין א ציה, אבער די מטרה פון די סדרים איז נישט קלאר פאר דער בחור, כ'מיין ענדיגן מסכת-כ'ווייס-וואס איז טאקע א שיינע זאך אבער עס איז נישט גענוג "מטרה" אוועקצולייגן יעדן טאג 14 שעה דערפאר.

אויב א בחור טרעפט א געשמאק אין הלכות שבת, אבער אין ישיבה איז נישט דא אזא סדר, און מען קלאפט איהם אראפ פאר'ן לערנען "פרעמדע לימודים", וואסארא טעם קען ער שוין טרעפן אין לערנען במקום שאין לבו חפץ?

זאת ועוד כהנה רבות, דרוש וקבל שכר.[/justify]
(- - -)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הערליך בענזשאמין, יעדעס ווארט איז איבריג וכל המוסיף גורע...
די אלע עצות וואס יעדער גיבט דא אז מען זאל מאכן די תורה געשמאק איז נישט אינגאנצן ריכטיג, מען פארגעסט אז צו לערנען תורה איז דא א שטארקער יצר און צו אלע תענוגי עוה"ז נישט, איז ווי קען מען פארלייכן די כלים צו די גמרא.
נרפים אתם נרפים, מיר האלטן זיך נישט ביים ברעכן, אמאל האט מען זיך געבראכן דעם חומר און מען איז נישט געווען אזוי מגושם און נישט אזוי באקוועם, היינט שטעלט מען צו די שענסטע נייעסטע ספרים, באקוועמע טישן און בענקלעך, הערליכע לעקטערס, גוטע עירקאנדישאן און סטיעם, געשמאקע מגידי שיעור און משגיחים, מען לערנט ווייניגער, מען מאכט קומזיצן און מען פראוועט ליל ששי'ס מיט טשולענט און נשמת, און עכ"ז האלט מען ביי גארנישט, מען לערנט פיל ווייניגער ווי א קנאפע דור צוריק ווען מיר זענען געווען בחורים...

דער אמת איז אויך ווי פישעלע שרייבט שוין, אז מען קען נישט צווינגען יעדן בחור זיך צוצושטעלן צו די סדרי הישיבה, נישט יעדער בחור איז מסוגל צו הארעווען שעות רצופות אין חזקת הבתים מיטן קצות, עס וואלט געדארפט זיין חבורות פון גרינגערע לימודים, אין אדם לומד אלא במקום שלבו חפץ, איינעם ציעט מער תנ"ך, איינעם מוסר אדער חסידות, איינעם שולחן ערוך אדער קיצור שו"ע אדער שו"ת,

און בנוסף לזה, ווי בענזשאמין שרייבט שוין, לאזן טון אביסל עקסערסייז, אפילו גיין שווימען, אדער מיט די עלטערע בחורים לערנען א נוצבארע פאך, וואלט געווען אויסגעצייכענט, ווי אזוי פארלאנגסטו אז מען זאל זיצן מן הבוקר ועד הערב און לערנען שעות רצופות, אלעס ווייל אזוי איז די מסורה און מען טאר נישט משנה זיין ח"ו.... ממילא גייט מען מיטן קאפ אין וואנט...

מען קען רעדן דערפון שעות, עס איז א שאד, א ווייטאג, לבי לבי על חלליהם, עס פאלן שטיקער, עס איז נישטא באמת וואס און וועמען צו בלעימען, נישט פאראן דער ריכטיגער מנהיג וואס זאל אונז זאגן הדרך אשר יעשון - חוץ אויב [tag]קופערניקוס[/tag] און בענדזשאמין וועלן עפענען א ישיבה אינאיינעם, אפשר וועט ווערן ארדענונג :P
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

[justify]ווען איך בין ווען פון די אנשי כנסת הגדולה וואלט איך קובע געוועהן אז בחורים זאל'ן ארבעטן און זיך לערנען א פאך, און איינמאל מ'איז עלטער זאל מען לערנען אין ישיבה. פארשטייט זיך מ'דארף עפעס לערנען ווען מ'איז אינג, אויב נישט וועט מען דאך נישט קענען ווען מען איז עלטער.

ס'איז היינט געווארן אז אלס בחור לערנט מען נישט, און אלס אינגערמאן איז נישט דא קיין פרנסה. אויב זאל מען אביסעלע פארדרייען די יוצרות, וואלט מען געשאסן צוויי פייגלעך מיט איין קויל.
(כמובן איז דאס ווייטער נישט געזאגט געווארן ביי ממש יעדעם, ווייל אויב יא איז ווידער דא א פראבלעם מיט א חלק בחורים וואס האלטן יא ביים לערנען. אבער מער ווייניגער וואלט דאס געסאלווט דעם פראבלעם).[/justify]
אי איתמר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך אי איתמר »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:געשמאק ווערט איבערגעגעבן מיט געשמאק. טופח על מנת להטפיח. ווען יונגע אויגן קוקן צו ווי א רבי אדער מגיד שיעור "לעבט" אין תורה כי מוצאיה מוצאי חיים, זאפט רינט איהם פון די ליפן נופת תיטופנה מור, און זיין גאנצע וועזן און אהבה ליגט נאר אין די הייליגע תורה ערוכה בכל ושמורה, דאן ווערט ער אינפלוענסט אויך דאס צו ליבען.

אבער, אויב זעהן די יונגע אויגעלעך א נערוועזע פארשלאפענע מגיד שיעור, קוים וואס ער איז ריכטיג פארגעקוקט על אפו ועל חמתו די קומענדיגע צוויי בלאט, די תורה איז רחיים על צווארו ועוסק בתורה, נו, ווי קען אזא געלערנעכטס זיין בנותן טעם?

דעס איז טאקע די יסוד פון די גוטע ליטווישע ישיבה'ס,
און די חסיד'ישע וועלט האט מען נישט קיין מושג מה זה ועל מה זה..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אמר רבי בנימן: ייש"כ. דו האסט אראפגעלייגט דעם מצב כמו שהוא. (מער ווייניגער.) אבער מיט איין זאך ביניך מחולק מיט דיר:דו האסט פעסטגעשטעלט אז די סיבה פארוואס דאס לערנען תורה האט א טעם ווי געזאלצענע ערד (בשם א בחור.) איז ווייל מ'איז משוקע אין די טעכנאלאגישע כלים מכלים שונים. אני הקטן. ווען איך בין געווען7,8,9, און צען יאר ביניך נישט געווען פון די גרעסטע מתמידים. (ניטאמאל פון די קלענערע.) ביי די צוועלף יאר האטציך מיר אנגעצונדן דער התמדה דזשוק. און איך בין געווארן שטארק נייגעריג וואס די גמרא (און תוספות) זאגט. אבער די אלע פריער-אויסגערעכנטע יארן האט די גמרא געהאט א טעם פון ערד. (נישט געזאלצן). און דאמאלס איז נאכנישט געווען די אלע טעכנאלאגישע כלים. ניטאמאל דער ענדזשיניר וועלכער האט אינווענטעד די אלע כלים איז (מסתמא) נאכנישט געבוירן. נו, פון ווי האטציך גענומען מיין נישט שפירן א זיסן טעם אין לערנען תורה???... :? :roll: :roll: :roll: ;) :P :oops: :o
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:[justify]זאפט רינט איהם פון די ליפן נופת תיטופנה מור[/justify]

זאפט רינט איהם - דעם [tag]פישל'ע העררינג[/tag] - פון די ליפן, נופת תיטופנה מור פון יעדע תגובה'לע וואס ער שרייבט דא
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

שמעקעדיג האט געשריבן:דער אמת איז אויך ווי פישעלע שרייבט שוין, אז מען קען נישט צווינגען יעדן בחור זיך צוצושטעלן צו די סדרי הישיבה, נישט יעדער בחור איז מסוגל צו הארעווען שעות רצופות אין חזקת הבתים מיטן קצות, עס וואלט געדארפט זיין חבורות פון גרינגערע לימודים, אין אדם לומד אלא במקום שלבו חפץ, איינעם ציעט מער תנ"ך, איינעם מוסר אדער חסידות, איינעם שולחן ערוך אדער קיצור שו"ע אדער שו"ת, :P

כשמעקי ועוד, פארוואס זאל מען טאקע נישט איינפירן אזא סיסטעם ווי אין די אלגעמיינע קאלעדזשעס ווי זיי שטעלן ארויס אלע מיני קלאסן און יעדער סטודענט נעמט וועלעכע קלאסן/קורסן ער פילט איז פאסיג פאר אים, זאל דא אויך אזוי זיין
באניצער אוואטאר
בן בג בג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 21, 2014 1:20 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך בן בג בג »

זייער א שיינע ארטיקל מיט אסאך שטארקע נקודות איבער די היינטיג טעכנעלאגיא וואס שלעפט אראפ די מענטשהייט בחורים און ערוואקסענע צוגלייך, אבער מאידך גיסא ישיבה איז נישט געמאכט פאר יעדעם נישט יעדע בחור קען לערנען א גאנצע טאג, און מיט די פופצען יעריגען בחור'ל וואס זוכט נאר פיזישע ארבעט מוז נאכנישט זיין אז ער האלט נישט ביים ניצען זיין קאפ (קען זיין ער יא, איך מיין בכלליות) נאר ס'קען זיין אז ער לערנען א גאנצע טאג איז נישט געמאכט פאר אים וואס איז גאנץ א נארמאלער זאך, און גיין גיין אין סקול זיך לערנען א פאך איז דאך מאן דכר שמיה אפילו ביי ערוואקסענע, צו טוהן עפעס א נארמאלער ארבעט קען ער אויך נישט ווייל ער איז נאך צו יונג דערצו, בלייבט איבער די אלע ארבעט ווי למשל א דעליווערי בוי אדער סתם עפעס א שלאק וואס זענען פאסיג פאר אים, און בנוגע אז אמאל האט מען סאך מער געלערנט ווי היינט, האב איך מורא. אז דער עולם פארגעסט שוין אביסעלע, די יצר הרע איז נישט היינט געבוירין גאווארען, ער האט זיך אייביג געהאט זיינע פאטענטען אין טרעפן נארישקייטען צו האלטען די בחורים אוועק פון די גמרא, די ביה'כ איז אייביג געווען פול אינמיטען סדר צו מיטען ליינען צייטונגען אדער מיטען אויסהערען די נייע טעיפ פון מב'ד, אדער סתם אזוי געקופקעט אין לאנטש רום רעדענדיג איבער פאליטיק, קען זיין ס'בעסער ווי די היינטיכע כלים וואס פארטאמען די קאפ אינגאנצען אבער מיט די לערנען חלק בין איך נישט אזוי איבערצייגט אז ס'איז היינט אזוי פול ערגער ווי אמאל
כ'רעד צום זאך? דיין לייק טוט עס באשטעטיגען
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן בג בג: ייש"כ פאר ארויסברענגען אט די נקודה: מיין ראש ישיבה ז"ל האט דערציילט אז אין אייראפע פאר די צווייטע וועלט מלחמה איז געוועין אנאנדער (איינס פון א סאך) יצר הרע. פוטבאלל. וואס מ'רופט אין אמעריקע "סאקער". די בחורים אין יענע תקופה זענען געווען אזוי שטארק אריינגעטון אין דעים. אז זייער משגיח האט בשעתו געהאלטן א "שמועס" איבער דעים סובדזשעקט. ר'האט געזאגט לאמור: "כ'פארשטיי נישט די נארישע פוטבאלל שפילער. ער יאגט זיך נאכ'ן באלל, און ווען ער האט עס שוין שטויסט ער עס אוועק"... דאן איז אויך געווען זייער שטארק איינגעריסן דאס שפילן קארטן ביי די בחורים. וואו זיי פלעיגן פארברענגען גאנצע נעכט. פארשטייט זיך אז דעם קומענדיגן טאג האט מען נישט געהאט קיין קאפ צו לערנען... :? 8-) 8-) 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :( :o
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

פאר ווער עס האט נישט געכאפט, דאס אויבערדערמאנטע איז אויסצוגן פון א שמועס וואס איך האב געכאפט מיט מיין זון'ס מנהל, און דאס אלעס איז ס"ה דער מנהל'ס ווערסיע איבער די פרשה (באזאלצן מיט אביסעל היימישע מלח סדומית), קומענדיגעס מאל אי"ה וועלן מיר איבערגעבן מיין בחורל'ס גירסא אין דעם נושא, ועוד חזון למוצאי שבת.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:[justify]אבער, אויב זעהן די יונגע אויגעלעך א נערוועזע פארשלאפענע מגיד שיעור, קוים וואס ער איז ריכטיג פארגעקוקט על אפו ועל חמתו די קומענדיגע צוויי בלאט, די תורה איז רחיים על צווארו ועוסק בתורה, נו, ווי קען אזא געלערנעכטס זיין בנותן טעם?[/justify]


פונקט די וואך פארציילט מיר א אינגל אז זיין מלמד אין ק"י, א איד וואס האט שוין חתונה געמאכט אלע קינדער, שפילט מיט זיין "פרומע טעלעפאן" געימס בשעת די קינדער חזר'ן. "וואס מיינט דאס פרומע טעלעפאן?", פרעג אים איך. קוקט ער מיך אן ווי גלייך כ'מיז אליין פארשטיין: א "צאמלייג-פאן."

"וועלכע געים שפילט דיין רבי, קענדי קראש אדער 2048?"

ס'קינד ווייסט נישט גענוי, אבער די קינדער ריפען עס די "פישעלעך געים."
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:פאר ווער עס האט נישט געכאפט, דאס אויבערדערמאנטע איז אויסצוגן פון א שמועס וואס איך האב געכאפט מיט מיין זון'ס מנהל, און דאס אלעס איז ס"ה דער מנהל'ס ווערסיע איבער די פרשה (באזאלצן מיט אביסעל היימישע מלח סדומית), קומענדיגעס מאל אי"ה וועלן מיר איבערגעבן מיין בחורל'ס גירסא אין דעם נושא, ועוד חזון למוצאי שבת.

צדיקים הקודמים פלעגן זיך אויסדרוקן,
נישטא נאך אזא גאנצע זאך ווי א צובראכן הארץ,
און ס'איז נישטא נאך אזא זיסע זאך ווי בענדזשאמין'ס מלח סדומית
ודפח"ח.
וירח ה' את ריח הניחוח
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

א שטיק צייט האב איך עוסק געווען מיט לערנען פריוואט מיט בחורים במשך די צייט בין איך נאנט געווארן מיט א גאר חשובע בחור, איין טאג טרעף איך דעם בחור אין איך זעה ווי ער שפילט זיך ארום מיט א סמארטפאון, געב איך אים זאג נאר די ווייסט דאך איך מיין נישט דיין שלעכטס די ביסט דאך א גאר חשובע בחור פארוואס דרייסטו דיך ארום מיט א סמארטפאון?, ענפערט ער מיר די וויייסט דאך צו זיצן ביים מגיד שיעור אין כיתה האב איך נישט קיין טראפ נערווען זיץ איך אויפן סמארטפאון, איך הער אזויפיל דרשות אז מען טאר נישט האבן סמארטפאון אבער וואס מען זאל יא טון הער איך נישט פארענדיגט ער מיט זיין זיין ביטער הארץ,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום town1, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

פאר די וואס שלאגן פאר מען זאל געבן א "אויסוואל" פון שיעורים, איר זענט? אדער איר מאכט זיך?

עס קלונגט ווי די פסח'דיגע אויסוואל

קארטאפל
אייער
כרעמזלעך
קארטאפל קוגל
אייער בלינצעס מיט קארטאפל אינדערמיט
וכו.

אדער ווי די פילפארביגע שטוינענדע ברייטע אויסוואל אין א קורס דירעקטארי פון א מאדערן ארטאדאקס פרויען סעמינאר

Chumash
Chumash and Halacha Quiz
Chumash and Rashi
Chumash and Rashi Review
Conflicts in Genesis
Inner Dimensions of the Parsha
Living Torah
Parsha
Parsha Wisdom
Parsha - Mussar
Parsha - Chasidut
Parsha According to Midrash

Nach
Navi
Tehillim - Psalms
Women in Tanach
Song of Songs
Prophets
Kings
Ezra

Halacha 101
Halacha 200
Contemporary Halachic Issues
Shulchan Aruch - Jewish Law
Halacha in life
Halacha and you
Why Halacha
Halacha - Big and Small
Its all about Halacha
Bringing Heaven Down to Earth

Preparing for the Holidays
Why Tshuvah?
Elul!
4 Seasons
Redemption
Day of atonement
High Holidays
The Shofar
month of preperation
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
פארשפארט