סטעטן איילענד- נייע ישוב?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
סטעטען איילענד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 06, 2014 1:36 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך סטעטען איילענד »

געשוויסטער האט געשריבן:[tag]סטעטען איילענד[/tag], לויט ווי איך פארשטיי, וועט מען צוזאמענשטעלן א ווען צו א באס פאר די קינדער, זיי צו פירן קיין בארא פארק יעדער טאג.

דו קענסט אפשר מער מסביר זיין ווי אזוי דאס וועט ארבעטן, און אזוי אויך, אויב מען וועט צושטעלן א ווען פאר פרויען וואס דארפן פארן צו זייערע דזשאב אין ברוקלין?

עס זענען שוין יעצט דא ווענס וואס פארן יעדן טאג קיין בארא פארק, צו בית יעקב און צו סטאלין.
מאנסי טרעילס האט יעדן טאג זיבן באסעס פון לעיקוואד צו בארא פארק. זיי האבן שוין באשטעטיגט אז ווי נאר געציילטע משפחות וועלן זיך אריבערציען, ווען אלע באסעס מאכן א סטאפ און סטעטען איילענד אויפ'ן וועג קיין בארא פארק. דאס מיינט יעדן טאג זיבן באסעס פון סטעטען איילענד צו בארא פארק.
סטעטען איילענד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 06, 2014 1:36 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך סטעטען איילענד »

אפטעמיסט האט געשריבן:און וואס איז די מעשה מיט די ריעל עסטעיט דארט, איז דא גענוג הייזער צום פארקויפן אז סזאל קענען ווערן א ישוב?

איך האב נישט די פינקטליכע נומערן, אבער ס'זענען דא אסאך הייזער עוועילעבל הן אין די אידישע געגענט, און נאך מער אינדרויסן ארויס - דאס מיינט אז מ'קען זיך גרינג אויסשפרייטן.
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
קאנטאקט:

חסידי גער???

שליחה דורך הירשל ציג »

מיר איז שווער צו גלייבען אז געררער חסידים פארען וואוינען קיין סטעטן איילענד.

ראשית כל זענען דא ווייניג אינגעלייט בכלל. רוב האבען חתונה אין ארת ישראל און בלייבען דארט וואוינען

צווייטענס כל: קוים וואס זיי פארען קיין מאנסי, ביי זיי איז אדער ברוקלין אדער לעיקוואוד. זאלען זיי נאך פארען קיין סט"א? שווער צו גלייבען

זו רק דעתי. מה דעתכם?
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
סטעטען איילענד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 06, 2014 1:36 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך סטעטען איילענד »

סטעטען איילענד האט פיל מער מעלות פון מאנסי. ס'איז באמת גאר נאנט צו בארא פארק, די פרייזן זענען אביסל ביליגער ווי מאנסי, פלאס, טעקסעס זענען שטאטישע פרייזן וואס איז אסאך ביליגער ווי מאנסי. און יא, ס'איז א פאקט א גערער יונגעלייט ציען זיך אריין קיין סטעטען איילענד.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

פארוואס מיינען מענטשן אז א ישוב מוז האבן עטליכע טויזענט משפחות?
.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

וויפיל משפחות ברויך מען האבן אז א געגנט זאל זיין סעלף-סופישענט, סיי מיט מוסדות, ס'אל זיין גענוג פאר מער ווי איין שול, ביזנעסער פאר וויכטיגער צרכים זאלן זיין פראפיטעבל

מיין נומער איז 120, ברייט גערעדט

וואס האלט דער עולם?
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

איך וואלט געזאגט אז איינמאל מען האלט ביי 250 קען מען זיך ווייטער רוקן. (קיין ניו דזשערסי)
.
סטעטען איילענד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 06, 2014 1:36 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך סטעטען איילענד »

עס איז כדי צו באמערקן א וויכטיגע נקודה.

אויב מענטשן וועלן אליינס אריבערלויפן און זוכן צו קויפן דירות וועט מען קיין ערגעץ נישט אנקומען. די פרייזן וועלן גלייך ארויפפליען, און פאר די געלט וועט מען שוין קענען בלייבן אין ברוקלין... קיינער גייט נישט פארדינען פון ארומגיין אליין קוקן הייזער, ווייל די פרייזן וועלן ארויפשיסן און עס וועט מער נישט זיין אפארדעבל צו קויפן. יעדער האט דאך אן אינטערעסע אז נישט נאר ער זאל אנקומען קיין סטעטען איילענד, נאר ער וויל דאך אז עס זאל ווערן א מוצלח'דיגע ישוב, ווי נאך הונדערטער אדער טויזענטער מענטשן זאלן קומען ווייל זיי וועלן טרעפן באקוועמע אפארעבל דירות. יעדע זאך וואס א מענטש טוט וואס קען הייבן די פרייזן מאכט נישט חרוב נאר פאר דעם גאנצן כלל, נאר אויך פאר אים אליין. ווייל ס'איז אין יעדנ'ס אינטערעסע אז די הייזער זאלן זיין עפארדעבל פאר נאך און נאך מענטשן.

די עצה פאר דעם איז אז מ'זאל נישט טוהן קיין זאכן אויף די אייגענע האנט. מ'דארף האבן א בראקער, אדער עטליכע בראקערס, וואס וועלן ארבייטן עקסקלוסיוו מיט'ן היימישן עולם, און מיט זייער עקספיריענס וועלן זיי זיכער מאכן אז די פרייזן וועלן זיך נישט הייבן. אדער אז די פרייזן זאלן זיך נישט הייבן צופיל. די בראקערס האבן אויך אן אינטערעסע אז די פרייזן זאלן זיך נישט צופיל הייבן, ווייל זיי ווייסן אז אויב עס וועט זיך הייבן וועלן מענטשן למעשה נישט אהינקומען און זיי וועלן פארלירן אלע היימישע קאסטומערס.

מ'דארף געדענקען אז די יונגעלייט וואס טוען אין דעם ענין זענען נישט דא צו פארדינען אויף דעם געשעפט. די איינציגסטע זאך וואס מ'וויל פארדינען איז א דאך איבער'ן קאפ! דאס איז נישט קיין דעוועלאפמענט פון וואס אינוועסטארס און בויערס פארדינען, דאס איז נאר א געדאנק וואס מ'זוכט צו פארשפרייטן אז אידן זאלן דאס ארייננעמען אין קאפ, און זאלן זיין גרייט צו קויפן הייזער און סטעטען איילענד. נישט אז קיינער גייט נישט פארדינען דערפון. איך בין זיכער אז ס'איז דא מענטשן וואס האבן אינוועסטירט אין סטעטען איילענד און זיי וועלן מעגליך פארדינען אויב דער היימישער עולם ציט זיך אריבער. אבער די יונגעלייט וואס זענען אין דעם אריינגעטוהן ראשם ורובם זענען דא צו העלפן דעם עולם און זיך אליין. איינער פון די יונגעלייט וואס זענען שטארק טעטיג איז ר' ישראל לויבער, א סקווערער יונגערמאן. ער אליין קויפט א הויז אין סטעטען איילענד, און זיין הויפט ציל איז אז ס'זאל זיך אויסארבעטן צו ווערן אן עקסטענטשען פון בארא פארק און אנדערע אידישע ישובים. ער וויל פאר זיך א דאך איבער'ן קאפ, און כדי דאס זאל זיך אויסארבייטן וויל ער אז דער געדאנק פון סטעטען איילענד זאל מצליח זיין.

דערפאר איז זייער וויכטיג צו האלטן די געדולד ביז מ'וועט זיך צאמנעמען אונטער א בראקער, און אזוי וועט דער עולם צוזאמען קענען זיך נעמען זוכן הייזער. דאס וועט פארזיכערן אז די פראיעקט זאל בע"ה מצליח זיין.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ס'איז נאריש צו זאגן אז דער עולם זאל נישט ארבעטן אויף די אייגענע הענט. מ'רעד נישט פון קיין חדר אינגלעך וואס מ'קען פירן כצאן לטבח. אז איינער קלערט פון קויפן דארט א הויז, וועט ער שיינערהייט אליין ארום גיין, קלעטערן און זיכן דאס בעסטע פאר זיין געלד. צו גיין הייסן דעם עולם נישט צו ארבעטן אליין, איז קיין וועג. וואס מען קען יא בעטן איז אז דער עולם זאל האבן שכל — און א טובה טון פאר גאנץ כלל ישראל און זיך אויך — און נישט צאלן מער ווי דער פרייז בשום אין פנים ואופן. מ'דארף נישט מער ווי א פאר איינצעלע בטלנים וואס וועלן איבערצאלן מיט א פאר דאללאר, און מען קען זאגן קדיש אויף דער נייעם ישוב.
אויב זאל די פלאן זיך ווייטער אנטוויקלען, וואלט געוועהן כדאי צו האלטן דרשות פאר'ן עולם (וואס ווייסט נישט קיין כי הוא זה, און פארשטיין נישט צו ריעל עסטעיט) און זיי אויפקלערן אז מען זאל ארבעטן מיט שכל. סתם גיין בעטן אז מען זאל נישט אליין ארום פארן און רעדן מיט בראקערס, איז געקייט וואסער.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

http://newyork.craigslist.org/search/re ... e=&excats=

בכלל נישט אזוי ביליג.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קיק די ערשטע הויז אויף די ליסט.
http://newyork.craigslist.org/stn/reb/4457042489.html
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

מיר געפעלט דאס מערסטע אז ס'איז שוין דא דארט אן עירוב, אזוי וועט מען זיך שפארן א פאטענטשעל מחלוקה.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך הירשל ציג »

דריידל האט געשריבן:מיר געפעלט דאס מערסטע אז ס'איז שוין דא דארט אן עירוב, אזוי וועט מען זיך שפארן א פאטענטשעל מחלוקה.


ווטעט מען די ערשטע זאך אסר'ן דעם עירוב... חחחח
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

שליחה דורך Big Boy »

סטעטען איילענד האט געשריבן:
געשוויסטער האט געשריבן:[tag]סטעטען איילענד[/tag], לויט ווי איך פארשטיי, וועט מען צוזאמענשטעלן א ווען צו א באס פאר די קינדער, זיי צו פירן קיין בארא פארק יעדער טאג.

דו קענסט אפשר מער מסביר זיין ווי אזוי דאס וועט ארבעטן, און אזוי אויך, אויב מען וועט צושטעלן א ווען פאר פרויען וואס דארפן פארן צו זייערע דזשאב אין ברוקלין?

עס זענען שוין יעצט דא ווענס וואס פארן יעדן טאג קיין בארא פארק, צו בית יעקב און צו סטאלין.
מאנסי טרעילס האט יעדן טאג זיבן באסעס פון לעיקוואד צו בארא פארק. זיי האבן שוין באשטעטיגט אז ווי נאר געציילטע משפחות וועלן זיך אריבערציען, ווען אלע באסעס מאכן א סטאפ און סטעטען איילענד אויפ'ן וועג קיין בארא פארק. דאס מיינט יעדן טאג זיבן באסעס פון סטעטען איילענד צו בארא פארק.


You think the Lakewood people won't have a problem with getting off the highway and making stops everyday? Also, what if the buses are full? Makes no sense.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הירשל ציג האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מיר געפעלט דאס מערסטע אז ס'איז שוין דא דארט אן עירוב, אזוי וועט מען זיך שפארן א פאטענטשעל מחלוקה.


ווטעט מען די ערשטע זאך אסר'ן דעם עירוב... חחחח

דער רבי האט קיינמאל נישט גע'אסר'ט אין לאנג איילענד דוכט זיך
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

נישטא וואס צו מאכן. ס'ביטער ווי א גל.
א חבר דערציילט מיר יעצט א זיין בעה"ב האט געהערט אז די עולם פלאנט אהין צו גיין, ער האלט שוין אינדערמיט פון האנדלען מיט כמה בעל בתים פון הייזער אין די סטעטען אילענד.
רבותי ס'דא גראויליגע מענטשען וואס האבן נאר זיך אינזינען, ווי אזוי צו מאכן נאך אפאר דאללער, אין גייט נישט אן די מצב פון די כלל.
סטעטען איילענד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 06, 2014 1:36 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך סטעטען איילענד »

זיי מאכן זיך אליינס חרוב. אויב זיי גייען גורם זיין אז די פרייזן זאלן ארויפגיין, וועט דאך די עולם נישט אהינגיין, וועלן זיי בלייבן שטעקן מיט זייערע אינוועסטמענטס...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

סטעטן איילענד ־ דער נייער ישוב מיט א פּראספּעקטיוו פין א סטע

שליחה דורך שבת אחים »

ברוכים הבאים צי אונזרע טייערע ברידער אין שוועסטער וואס פלאנירן זיך צי באזעצן אין אונזער קאָמינוטי

אני הקטן האָבֿ גענימען דעם וואַנדער שטעקן אַ קנאַפּע 3 יאָהר צוריק און אלײנס אַריבער געקראָסט די בּריטש און זיך בּאַזעצט מיט מײן פאמילע אין אַ שטילע ווינקל אין סטעטן אײלענד לעבּן די יודישע געגענט אין איך בּין הײנט צי טאָגס פין די אײנציגסטע (אדער טאַקע די אײנציגסטער) חסידישער יוד מיט אַ שטרײמל דא אין ס״א

איך וועל נישט יעצט אַרײנגײן אין די פּרטים וואָס האָט מיך געמאַכט צי טוהן די שריט (האָפֿנטליך אין אַנדרע געלעגנהײט אי״ה) אָבּער וואס איך װאָלט יא געװאלט ארויסבּרענגן אין אַפּילן צים הײמישע עולם איז אפשר אַ האַקעלע קאַנטיווערסיל אישו וואָס איך גלײב אז עס איז שוין דורך גערעדט כמה פעמים דא אין שטיבעל

אין סטעטן איילענד איז פאַרהאַנען אסאַך ערליי אידן פין פארשידנע בּעקראונדס אין פין פאַרשידנע קרײזען אבער הצד השוה שבהן אַז רוב אײנװױנער זענען זײער ליבּעראַל געשטימט אַסאך מעהר ווי רוב הײנטיגע יודישע קאמיונטיס אין אמעריקא

רוב סטעטן אײלענדערס האָבן נישט קײן פּראבּלעם מיט קײן חסידים אבּער זײ װאלטן בּכל אויפן נישט געװאָלט סזאל װערן פֿאַרװאַנדלעט אין אַ חסידישע שטעטל , זײ ווילן בלײבּן לעבּן אין זײער קולטור אזוי װי זײ האבּן געלעבּט ביז יעצט , אין אזוי װי קײן שום אַנדרע קאמיונטי װאָלטן נישט געװאלט ס׳זאָלן זיך דאָרט אנרוקען אַ אַנדרע גרופּע מיט אַנדערע השקפות אין אַ טאָטאַלער אַנדערע קולטור, ווילן זײ דעס אויך נישט

איך זאָג נישט אַז חסידים אַר נאַט װעלקום עט אָלל , אונז װילן נאָר נישט אַז די פּאָולס אויף װיקטאָרי בּולאַװרט זאל װערן אנגעהאנגען מיט התאַחדות הרבּנים װײ געשרײ קעגן מציצה בּפּה אין שמאָלע געפּאַסטע קלײדער וד״ל אין אַװאַדי נישט אַרויפטרײבּן די ריעל עסטעט אין אלף הששי אַרײן

מ׳קען אַרומרעדן אַסאַך װעגן די נושא אבּער איך װעל נישט יעצט אַרײנגײן אין קײן פּרטים אבּער עס צים האָפן אַז דער עולם װעט נישט אױסדרײען מײנע װערטער אין פאַרשטײן מײן מטרה אין נעמען אין אַכט אַז עס װױאנען דא הונדרעטער יודישע משפּחות יאָרן לאַנג אויף אַ באזונדרע אײגענאַרטיגע לעבּענס שטײגער װאָס לויט װי איך קען בּײדע צדדדים זעט מיר עס אויס װי כּלאים װאס װעט זיך נישט גיט אויסאַרבּעטן צום סוף
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אנטשולדיגט די קעפל / טעמע האט געדארפט זיין׃

סטעטן איילענד ־ דער נייער ישוב מיט א פּראספּעקטיוו פין א סטעטען איילענדער
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

איר זענט כשר גערעכט, אבער אין מה לעשות. גראדע, אויפ'ן וועג וויאזוי עס פארט איצט זעהט אויס אז ס'גיין דארט קומען וואוינען א געמישאכטס פון אסאך ערליי קרייזן, און נישט נאר די עקסטרעמע פון די קנאי'שע לאגער, אבער נאך אלעמען — חרדי'שע אידן. איר מוזט פארשטיין אז דא איז די פרייע אמעריקע און איש כל הישר בעיניו יעשה. מיר האט אויך נישט מורא'דיג געשמעקט ווען די ארטיסטן האבן זיך באזעצט אין ווילי, אבער מען האט מיר קיין סך נישט געפרעגט. עס איז צום האפן אז איר — סטעטנד איילענד אידעלעך — וועלן פראבירן צו לעבן אין הארמאניע מיט די חסידים, און נישט שאפן איבריגע קריגערייען.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אפטעמיסט האט געשריבן:איר זענט כשר גערעכט, אבער אין מה לעשות. גראדע, אויפ'ן וועג וויאזוי עס פארט איצט זעהט אויס אז ס'גיין דארט קומען וואוינען א געמישאכטס פון אסאך ערליי קרייזן, און נישט נאר די עקסטרעמע פון די קנאי'שע לאגער, אבער נאך אלעמען — חרדי'שע אידן. איר מוזט פארשטיין אז דא איז די פרייע אמעריקע און איש כל הישר בעיניו יעשה. מיר האט אויך נישט מורא'דיג געשמעקט ווען די ארטיסטן האבן זיך באזעצט אין ווילי, אבער מען האט מיר קיין סך נישט געפרעגט. עס איז צום האפן אז איר — סטעטנד איילענד אידעלעך — וועלן פראבירן צו לעבן אין הארמאניע מיט די חסידים, און נישט שאפן איבריגע קריגערייען.


קודם כל יישר כח פארן מיר געבן גערעכט ,

דעס וואס די זאגסט אז יעדער האט א רעכט צי טוהן וואס זיי ווילן אין אמעריקא איז אמת ויציב, אבער צי סאיז גערעכט דאס ווייס איך שוין נישט , מקען זיך איבער דעם מפלפּל זיין שעות אריכות

דעס וואס די זאגסט וועגן די ארטיסטן אין ווילי איז אזוי׃
קודם כל די ארטיסטן וואוינען 90 פּראצענט נישט אין די אידישע געגענט בכלל, זיי וואוינען נישט טיר ביי טיר מיטן היימישען עולם אין זיי פלאנען נישט צי ניצן די זעלבע עירוב , גראסערי , ביהמ״ד , מקוה , רעסטעראנט , וכדומה וכדומה ,
אין טאמער קענסטו אביסל היסטערי ווייסטו גאנץ גיט אז אונז אידלעך האבן זיי אהער געברענגט אין זיי האבן פיין אנ׳געקעשט מיט דעי אינוועסטמענט זייענדיג די בעלי בתים פין רוב ריעל עסטעיט אין די נארט אין סאיז צי שפעט צי שרייען מה לי הצרה הזאת

איך זאג אייך נאכמאל רוב אידן וואס וואוינען דא ווילן נישט קיין חסידים דאס איז ליידער די פאקט !!!
אפשר וועלן זיי דיר נישט דאס מודה זיין אין פנים אבער סאיז א מציאות
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
galitzyana
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:22 am
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך galitzyana »

Toooo baaad
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

אבי גערעד. די ארטיסטן וואוינען יא צווישן די אידן ממש. נעם די "זאזא בילדינג" אויף סויט אכט פאר א ביישפיל. און גראדע, אויב דאס איז דיין פראבלעם לאמיך אייך מודיע זיין אז די חסידים פלאנען נישט צו ניצען די זעלבע מקוה, בתי מדרשים און גראסעריס — דאס קען איך אייך צו זאגן. און איך זאג דיר נאכאמאל: רוב חסידים וואס קומען דארט גייט נישט אן וואס די איינוואוינער האבן צו זאגן, אפשר וועלן זיי דאס נישט מודה זיין אין פנים, אבער ס'איז א מציאות.
פארשפארט