לעצטנס איז דא א נייער מושג. אז די הלכה ווערט נקבע לויט וויפיל מענטשען ווילען עס זאל זיין די הלכה אזוי. און אז א רב האלט אז אן עירוב איז כשר, אבער אנדערע רבנים אדער סתם מענטשען ווילען נישט עס זאל זיין אן עירוב מאיזה סיבה שיהיה, ווערט דער עירוב ממילא פסול, ע"פ הלכות טעראר ושליטה, אדער אויף לשון הקודש "השקפה".
אויך ביי די ליטווישע אין לעיקוואד איז די זעלבע זאך. די ראשי ישיבות האבען עפעס א מנהג אז "מען מאכט נישט אן עירוב". זיי ווייסען אליינס נישט פונקט פארוואס, אבער אזוי. און אז זיי ווילען אזוי, האט קיינער נישט קיין רעכט זיך צו דינגען. לעצטנס האט עפעס ר שטיקל געגנט זיך געמאכט אן עירוב בהכשר איינער פון די מערסטע אנגענומענע פוסקים אין לעיקוואד, אבער נאך דרוק פון די משתלטים על הציבור איז זיין הכשר בטל. קוקטס גוט די נוסח וויאזוי רבנים פסקנען הלכות היינטיגע טעג.
![בילד](http://4.bp.blogspot.com/-QCHmzoNHiv4/U2X9re50jbI/AAAAAAACcdY/g6nSLv47yf4/s1600/no+eiriv05032014232017.jpg)