(קודם כל איז א וואונדער פארוואס קיינער האט נאכנישט געפענט א אשכול וועגן דעם)
אין מאנטריאל קומט שוין ארויס די לעצטע צוויי יאר א וועכנטליכע צייטונג מיטן נאמען דער מאמענט (נישט פארמישן מיט די נייע אויסגאבע מאמענט) די צייטונג אנהאלט לאקאלע נייעס פין קוויבעק בריוון פין די ליינער, א עדאטאריאל, פינאנציאלע נייעס פון קאנאדע, א שיינע שפאנענדע פארזעצונג, אין אויך א גאנצע אפטיילונג פון נייעס אויף ענגליש, די צייטנג ווערט ארויסגעגעבן דורך די ארגאנאזאציע ילדי וואס זיי העלפן קינדער מיט דיסעבילעטיס אין די צייטונג ווערט פארשפרייט איבער גאנץ מאנטריאל אויך האבן זיי א באזע פון צוויי טויזענט ליינער וואס באקומען די צייטונג א יעדע וואך דורך אימעיל
דאס איז א לינק צי זייער צייטונג פון לעצטע וואך
http://dermoment.ca/weekly/
דער מאמענט מאנטריאל חרידישע צייטונג
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טאון 1: ייש"כ. אלס א געוועזענער איינוואוינער אין מאנטריאל האב איך מיך מחי' געוועין מיט די דערפרישענדע נייעס און וויאזוי די שטאט איז ב"ה געוואקסן לשם ולתפארת. ס'איז מיר זייער שטארק אינטרעסאנט צו זעען אז מאנטריאל איז גארנישט צוריקשטענדיג אין טעכנאלאגיע. איך האב פארלאזט די שטאט נאך פאר די קאמפיוטער/סעללפאון/אינטערנעט תקופה. (1972( למספ'. ..
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
כ'האב נישט קיין צייט לעת עתה צו געבן א פונקטליכע אפשאצונג אויף "דער מאמענט" אבער דאך א קורצע איבערזוכט קען נישט שאטן, ועוד חזון למועד.
דער מאמענט איז גאר א אינהאלטסרייכע פרעסטיזשפולע צייטונג, די רעדאקציע טוט וואס נאר מעגליך צו האלטן דעם הויכן ניווא, זיי פארמאגן א שטאב פון גאר געלונגענע שרייבערס, לייגן אראפ די פאקטן קורץ און שארף, ועוד כמה מעלות...
איינע פון די שטארק מערקווירדיגע זאכן איז על אף וואס זי ווערט ארויסגעגעבן דורך א סאטמארע יונגערמאן איז זי גאר שטארק אומפארטייאיש, און בכלל די איינציגסטע עכט נוטראלע אידישע צייטונג פון וואס א בעלזער, סאטמארער, ליובאוויטשער, פאפאנער, צו גאר א זאבליטובער אדער מילקשעיקער צוגלייך פילט זיך שטארק באקוועם דערמיט.
אפגערעדט פון דעם אז די אלע הוילע רבי'שע פראפאגאנדע פארנעמט נישט קיין ארט ביי זיי די אלע וינועו אמות הסיפים, מפזז ומכרכר, צו צענדליגע טויזענטע וכדו' טרעפסטו נישט דארט. ווען א רבי קומט אין שטאט ווערט ער קורץ און שיין באשריבן, וזהו. ועוד כמה מעלות טובות.
די ענגלישע אפטיילונג ווערט געשריבן מערסטנס דורך צבי הערשקוויטש א ליובאוויטשע שליח לשעבר און היינט צוטאגס א יונגע דזשורנאליסט, ער איז באקאנט מיט זיין בלאג
http://www.bill613.com
אני הקטן האף אז עס וועט האבן שטארק הצלחה, און זיין א מוסטער פאר אנדערע אז א צייטונג קען רעדן צו די זאך און מצליח זיין,

דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק