טשיקאווע ענינים אויף די סדרה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

געפילטע פיש האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:אזויווי די וואכעדיגע פרשה רעדט וועגן עניני נידה וזבה, האב איך געקלערט אז איך זאל עס אהערשטעלן. קודם, פאר די וואס ווערן עקסיידעט וויל איך זאגן אז ניין, דאס איז נישט קיין מאחורי שמועס.

איך האב דאס געזעהן לאנג צוריק אין א ספר און איך זיך עס שוין פאר יארן אבער קען עס נישט טרעפן, ולמצוה גדולה יחשב פאר דער וואס קען אנצייכענען די מקור.

שטייט דארט אז דם נידות איז דאך איינע פון די קללות וואס חוה איז געשאלטן געווארן פאר'ן חטא עץ הדעת. די גמרא אין מס' סנהדרין דף ק"א זאגט אז א טייל פון די דור הפלגה זענען געווארן מאנקיס. איז זייער אינטערעסאנט אז א טייל מאנקיס ווי טשימפענזינס און גארילעס האבן אויך דם נידות, אנדערש ווי אלע אנדערע בעלי חיים. דאס איז שלא יהא חוטא נשכר - די אנשי דור הפלגה וואס זענען געווארן מאנקיס האבן מיטגענומען די קללה וואס איז געיארשענט פון די באבע חוה.

נאכאמאל, ווער עס קען צושטעלן די מקור איז ווערי עפרישיעטעד

און פארוואס האבן קיען, בערן, און זעברא'ס אויך דם נידות, אזויווי אלע Mammals?

ס'זענען דא צוויי אופנים פון menstruation
די ערשטע הייסט Overt menstruation וואס דאס טרעפט זיך ביי יומענס און ביי פארשידענע מאנקיס. ביי די סארט קומט די בלוט ארויס פון די גוף.
ביי אלע אנדערע מעמעלס הייסט עס covert menstruation און ביי זיי ווערט אלעס איינגעזאפט אין די גוף און קומט נישט ארויס.
פארדריי די דיר דיין קאפ
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אהא.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

פרשת מצורע

שליחה דורך מצטמק ויפה »

אין מושב זקינים, פון די בעלי תוספות, ווערט געברענגט, מצאתי כתוב אז ווען איינער גייט נעבן א מצורע זאל ער זייער נזהר זיין נישט צו שפייען, ווייל אויב וועט ער שפייען און די מצורע וועט זיך אנשמירען מיט זיין שפייאכץ, וועט דער מצורע ווערן אויסגעהיילט און די צרעת וועט גיין אויף דער וואס האט געשפיגען. און ער פירט אויס "ואין לגלות הטעם למה.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

פרשת מצורע

שליחה דורך מצטמק ויפה »

רש"י דה טהורות. פרט וכו' לפי שהנגעים באים על לשון הרע וגו'
איך וויל נאר אויפמערקזאם מאכן, אז דאס וואס די קינדער זאגן אין חדר, אז ווער עס רעדט לשון הרע גייט אלע זיינע מצוות פאר דעם וועם ער האט בארעדט, איז נישט סתם א באבע מעשה, נאר עס ווערט געברענגט אין חובת הלבהות שער הכניעה פרק ז', אז די עבירות פון וועם מען האט בערעדט גייט צו דער וואס האט גערעדט, און פארקערט מיט די מצוות.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

מצטמק ויפה האט געשריבן:אין מושב זקינים, פון די בעלי תוספות, ווערט געברענגט, מצאתי כתוב אז ווען איינער גייט נעבן א מצורע זאל ער זייער נזהר זיין נישט צו שפייען, ווייל אויב וועט ער שפייען און די מצורע וועט זיך אנשמירען מיט זיין שפייאכץ, וועט דער מצורע ווערן אויסגעהיילט און די צרעת וועט גיין אויף דער וואס האט געשפיגען. און ער פירט אויס "ואין לגלות הטעם למה.

מיינסט אפשר דעת זקנים?
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

דריידל האט געשריבן:

ניין, מושב זקנים
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

פרשת מצורע

שליחה דורך מצטמק ויפה »

אין מדרש תנחומא שטייט א פלא פון א זאך; אז די צייכענ'עס וואס א נחש האט אויף זיך, איז צרעת, און עס איז זיך איהם געקומען ווייל ער האט גערעדט לשון הרע אויפ'ן אייבערשטען, ווען ער האט געזאגט ( בראשית ג, ה) כי יודע אלוקים, כי ביום אכלכם ממנו ונפקחו עיניכם והייתם כאלוקים יודעי טוב ורע.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

הה"ד (איוב כ, כח): "יִגֶל יְבוּל בֵּיתוֹ נִגָּרוֹת בְּיוֹם אַפּוֹ" יהו גוררין ומוציאין אימתי ביום שיגרה הקדוש ברוך הוא אפו באותו האיש הא כיצד אדם אומר לחבירו השאילני קב חטים ואמר לו אין לי קב שעורים אין לי קב תמרים אין לי אשה אומרת לחברתה השאילני נפה היא אומרת אין לי השאילני כברה ואומרת אין לי מה הקב"ה עושה מגרה נגעים בתוך ביתו ומתוך שהוא מוציא את כליו הבריות רואות ואומרות לא היה אומר אין לי כלום ראו כמה חטים יש כאן כמה שעורים כמה תמרים יש כאן לווט ביתא באילן לווטיא רבי יצחק ברבי אליעזר מייתי לה מן הדין קרא (ויקרא יד, לז): "שְׁקַעֲרוּרֹת" שקע ביתא באלין לווטיא לפיכך משה מזהיר את ישראל כִּי תָבֹאוּ אֶל אֶרֶץ כְּנַעַן
<< · ויקרא רבה · יז · ג · >>
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

וְלָקַח הַכֹּהֵן מִדַּם הָאָשָׁם וְנָתַן הַכֹּהֵן עַל תְּנוּךְ אֹזֶן הַמִּטַּהֵר וגו'.
וְלָקַח הַכֹּהֵן מִלֹּג הַשָּׁמֶן וְיָצַק עַל כַּף הַכֹּהֵן הַשְּׂמָאלִית. וְטָבַל הַכֹּהֵן אֶת אֶצְבָּעוֹ הַיְמָנִית מִן הַשֶּׁמֶן אֲשֶׁר עַל כַּפּוֹ הַשְּׂמָאלִית וְהִזָּה וגו'.

פארוואס ביי די בלוט האט דער כהן איינגעטינקען זיין פינגער גלייך אין די כלי, און ביי די אויל האט ער קודם אריינגעגאסן אין זיין לינקע האנט און דארט איינגעטינקען זיין פינגער?
האב איך געזעהן די וואך פונעם ריזשענער זי"ע אז אזוי ווי די איבריגע אויל פונעם פלאש איז געגעבן געווארן פאר די כהנים צו עסן, פאסט נישט דארט איינצוטינקען די פינגער.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

גאלד האט געשריבן:קען זיין איך זאג א אמעראצעס,
אבער איך האב מיך אזוי מעיין געווען אין פרשת החודש די וואך, כאניש געזעהן אין ערגעץ וואו מ'זאל ארויסנעמען אז דער "החודש" הזה לכם איז חודש "ניסן", כאב דורכגעקוקט יעדן איינציגן פסוק כאנישט געזעהן ווי דער הכרח איז אז יציאת מצרים איז געווען אין חודש ניסן, ער זאגט החודש "הזה", וואס "הזה"? אפשר איז עס חודש תמוז צו ווען?

למעשה שפעטער אין משנה תורה פ' ראה זאגט אבער יא דער פסוק ארויס מפורש "...כי בחדש "האביב" הוציאך ה' אלהיך ממצרים..." וואס דאס איז טאקע קלאר חודש ניסן, פרילינג, וואס הייבט זיך אן תקופות ניסן,
אבער ביז פ' ראה איז טאקע נישטא קיין שום הכרח?

כבוד [tag]ברסלבער[/tag][tag]גאלד[/tag], אמעראצים וואס מיר זענען! מ'זאגט דאך דאס יעדן טאג : היום אתם יוצאים בחודש האביב. דאס שטייט סוף פרשת בא
שעים אן אס
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
לשוא הכיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך לשוא הכיתי »

גאלד האט געשריבן:קען זיין איך זאג א אמעראצעס,
אבער איך האב מיך אזוי מעיין געווען אין פרשת החודש די וואך, כאניש געזעהן אין ערגעץ וואו מ'זאל ארויסנעמען אז דער "החודש" הזה לכם איז חודש "ניסן", כאב דורכגעקוקט יעדן איינציגן פסוק כאנישט געזעהן ווי דער הכרח איז אז יציאת מצרים איז געווען אין חודש ניסן, ער זאגט החודש "הזה", וואס "הזה"? אפשר איז עס חודש תמוז צו ווען?

למעשה שפעטער אין משנה תורה פ' ראה זאגט אבער יא דער פסוק ארויס מפורש "...כי בחדש "האביב" הוציאך ה' אלהיך ממצרים..." וואס דאס איז טאקע קלאר חודש ניסן, פרילינג, וואס הייבט זיך אן תקופות ניסן,
אבער ביז פ' ראה איז טאקע נישטא קיין שום הכרח?

בדרך אגב, עפ"י משאחז"ל שהראהו לבנה בחידושו הפי' בהחודש הז"ה הוא על חידוש הלבנה. שבחידושו יקבע ר"ח. וצ"ע שמציאות החדשים הוא רק גלגל חידוש הלבנה. ומה חידשה תורה בזה?
לשוא הכיתי את־בניכם מוסר לא לקחו
באניצער אוואטאר
לשוא הכיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך לשוא הכיתי »

מצטמק ויפה האט געשריבן:רש"י דה טהורות. פרט וכו' לפי שהנגעים באים על לשון הרע וגו'
איך וויל נאר אויפמערקזאם מאכן, אז דאס וואס די קינדער זאגן אין חדר, אז ווער עס רעדט לשון הרע גייט אלע זיינע מצוות פאר דעם וועם ער האט בארעדט, איז נישט סתם א באבע מעשה, נאר עס ווערט געברענגט אין חובת הלבהות שער הכניעה פרק ז', אז די עבירות פון וועם מען האט בערעדט גייט צו דער וואס האט גערעדט, און פארקערט מיט די מצוות.

הפליאה הוא על מקורו של הרב בחיי על דבר זה שלא מצאנוה בדחז"ל. ובכלליות הרבה יש לדבר על בנין ספר חוה"ל שבנוי על פילוסופי' ערבית ודרך העבודה בה הוא בכלליות אוניברסלי ולאו דוקא יהודית...
לשוא הכיתי את־בניכם מוסר לא לקחו
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

פרשת אחרי

שליחה דורך מצטמק ויפה »

ושפך את דמו וכסהו בעפר (יז, יג)
און רשב"ם און אין חזקוני שטייט אז די טעם פון כיסו הדם, איז וויבאלד די דם איז אסור באכילה האט מען עס געהייסן צודעקן מיט זאמד, אזוי וועט עס מער נישט זיין ראוי לאכילה.
אבער אין מדרש שטייט אז ווען קין האט געהארגעט הבל, זענען געקומען חיות ועופות און מכסה געווען די דם, איז וועגן דעם האבן מיר א מצווה פון כיסו הדם.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

פרשת אחרי

שליחה דורך מצטמק ויפה »

אין וולאזי'ן האט אמאהל געוואוינט א גרויסער עושר א בעל צדקה און יראת שמים. געווען אמאהל וואס ער איז געווען זייער פארנומען אין א משולח איז פונקט דאן געקומען נאך געלט פאר א ישיבה, האט איהם דער עושר אנגעשריגן אז איך בין זייער פארנומען אין לאמיך אפ. דער משולח איז אוועק פון דארט בפחי נפש.
ווען דער עושר האט זיך געכאפט וואס ער האט דא געטוען און אזוי פארשעמט א איד האט עס איהם זייער געבאדערט, און האט גערופן דעם משולח און געזאגט: און הלכות כיסו הדם שטייט אז מ'קען מכסה זיין מיט עפרות זהב אויך, אויב האט מען נישט קיין געהעריגע זאמד. ממילא אזוי ווי איך האב דיר פארשעמט און פארגאסן דיין בלוט, וויל איך עס מכסה זיין מיט עפרות זהב, און האט איהם אהינגעגעבן גאר א שיינע סכום פאר'ן ישיבה....
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

מצטמק ויפה האט געשריבן:ושפך את דמו וכסהו בעפר (יז, יג)
אבער אין מדרש שטייט אז ווען קין האט געהארגעט הבל, זענען געקומען חיות ועופות און מכסה געווען די דם, איז וועגן דעם האבן מיר א מצווה פון כיסו הדם.

איך ווייס נישט פון וועלעכע מדרש די רעדסט פון, אבער אין מדרש תנחומא פרשת בראשית שטייט אז ווען קין האט געהארגט הבל האט ער נישט געוויסט וואס צו טון מיט דו גוף פון הבל (אלס ערשטע מת האט ער נישט געוויסט וואס צו טון מיט א טויטע קערפער) האט די באשעפער ציגעשיקט צוויי פייגעלעך וואס איינע האט דערהארגעט דעם צווייטען, דערנאך האט די לעבעדיגע פייגעל באערדיגט די צווייטע, אזוי האט זיך קין אויסגעלערנט אז א טויטע קערפער באערדיגט מען מיט ערד, ובשכר זאת האבן די פייגעלעך זוכה געווען אז מ'מאכט כיסוי הדם אויף זייער בלוט.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

א דאנק [tag]פלעין יודיש[/tag] פאר'ן מעורר זיין. אגב האסט עס געמאכט נאך מער טשיקאווע ..!
און בנוגע מיין מדרש, איך האב עס נאר געזען צוברענגן, און לכאורה האט יענער געמאכט א שטיקל טשולענט פונ'ם מדרש.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

אמור

שליחה דורך ונבנתה העיר »

איך געדענק נישט וואו איך האב געזעהן אז דער מקלל האט געהאט דעם נפש פון אותו האיש, פארדעם ווערט ער נאר דערמאנט מיט'ן מאמע'ס נאמען, און ונוקב שם ה' איז ר"ת יש"ו.

אינעם ספר עץ הדעת טוב [וואס ר' חיים וויטאל האט מחבר געווען ע"ד הנגלה ע"פ ציווי רבו האריז"ל] איז ער מרמז דעם אותו האיש און מוחמד אויף צוויי ערטער אין די תורה.

אין פרשת בלק:

לא איש אל ויכזב וכו׳ בכל ימי עולם לא נמצא כענין שני אנשים שהא' עשה א"ע אלוה והוא יש״ו הנוצרי, והשני עשה עצמו נביא והוא של הישמעאלים, וחידשו דתות חזקות קיימות לעולם, וכל העולם נתחלק לשתי אמונות אלו בלבד, ובלעם נתנבא עליהם תחלה, וכנגד הראשון אמר כי הנה איש ילוד אשה הי׳ ואי אפשר שאיש יהי׳ אל, ואם הוא אומר שהוא אל, דעו כי [מ]כזב לכן אל תטעו אחריו, וכנגד השני שהודה שהוא בן אדם ואינו אל, אמנם עשה עצמו נביא מחדש דתות, גם זה שקר וסופו להתנחם ממה שעשה.

והנה ביש"ו כולם מודים שהוא איש ילוד אשה מרים, אבל אינו בן אדם, אלא מאליו נולד ואדם לא ידעה, לכן אמר כי אעפ׳׳י שאמר שאינו בן אדם, הרי אמר שהוא איש, וא״כ אי אפשר שהאיש יהי׳ אל, אבל בהישמעאלים שלא די שהודה שהוא איש, אלא כי גם בן אדם הוא, ולזה קראו בן אדם, והנה ההוא, ר״ל אם ח"ו יש״ו הי' הוא האל בעצמו, איך זה שאמר לא יעשה, וכן אם אינו הוא האל, שהוא נביא שדבר אליו האל, איך לא ׳קימנה, וז״ש דיבר ולא יקימנה.

און אין פרשת ראה:

כי עתידין לקום בעולם שני בני אדם להטעות את הבריות ואת ישראל, הא׳ הוא מחמ״ד נביא הישמעאלים, כי ע״י חלום שחלם שראה אילן צומח בכף ידו אלף מדרגות כנודע עשה עצמו נבי"א להטעות את ישראל, כי סיפר חלומו לחכם אחד ישראלי ופתר לו שעתיד למלוך וכו׳, נמצא כי ע״י החכם הנז׳ שהוא מקרבינו הי׳ זה, וז"ש מקרבך, והזהירנו כי גם שיקום ויתן לנו אות או מופת כנודע לא יאמין בו, וכנגדו כתב פרשת כי יקום בקרבך וכו׳.

ופרשת כי יסיתך אחיך שלאחר פרשה זו, ניבא ענין יש״ו הנוצרי, כי עשה כשפים והסית והדיח את ישראל לע״ז, והיה מכשף לנערי בני ישראל שיעבדו עבודה זרה כנזכר כתלמוד בבלי וירושלמי, והנה זה היה כמוני ישראלי, וז"ש כי יסיתך אחיך, האמנם הי׳ ישראל אחינו כמוני מצד מרי״ם אמו, אך לא מן אביו כי הי׳ פנדיר״א הנוצרי כנודע, וז"ש בן אמך ולא אמר בן אביך.

והנה הראשון שהוא של הישמעאלי׳ לא בידינו להמיתו הוא, אמנם בישרנו כי יומת ע״י הנערה הכהנת כנודע, אך זה השני הישראל אשר בידינו הי׳ להמיתו כנז׳ במסכת סנהדרין, צוונו בפירוש כי הרוג תהרגנו ע״י ב״ד סנהדרי ישראל, וידינו של בני ישראל היתה להמיתו בראשונה בערב פסח בחודש ניסן הראשון, וז"ש בראשונה, וגם ירמוז אל מה שנודע כי תחילה נדון בסנהדרין ואח״כ לקחו רשות מהפקיד רומ״א ששמו פילאטו״ס היושב אז בירושלים, וז"ש ויד כל העם באחרונה.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך ברוך שאמר »

ברסלבער האט געשריבן:וְלָקַח הַכֹּהֵן מִדַּם הָאָשָׁם וְנָתַן הַכֹּהֵן עַל תְּנוּךְ אֹזֶן הַמִּטַּהֵר וגו'.
וְלָקַח הַכֹּהֵן מִלֹּג הַשָּׁמֶן וְיָצַק עַל כַּף הַכֹּהֵן הַשְּׂמָאלִית. וְטָבַל הַכֹּהֵן אֶת אֶצְבָּעוֹ הַיְמָנִית מִן הַשֶּׁמֶן אֲשֶׁר עַל כַּפּוֹ הַשְּׂמָאלִית וְהִזָּה וגו'.

פארוואס ביי די בלוט האט דער כהן איינגעטינקען זיין פינגער גלייך אין די כלי, און ביי די אויל האט ער קודם אריינגעגאסן אין זיין לינקע האנט און דארט איינגעטינקען זיין פינגער?
האב איך געזעהן די וואך פונעם ריזשענער זי"ע אז אזוי ווי די איבריגע אויל פונעם פלאש איז געגעבן געווארן פאר די כהנים צו עסן, פאסט נישט דארט איינצוטינקען די פינגער.

זייער שיין אפשר קאנסטי מיר זאגן ווי דאס שטייט (אותיות מחכימות)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך האב עס געזעהן אין איינע פון די תורה בלעטלעך יענע וואך. איך געדענק נישט אין וועלכע.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך ברוך שאמר »

ברסלבער האט געשריבן:איך האב עס געזעהן אין איינע פון די תורה בלעטלעך יענע וואך. איך געדענק נישט אין וועלכע.

אבער איך האב געפרעגט איטליכע ריזשענע folowers אין זיי האבן מיר געזאגט זייער שיין אבער דעס האט די ריזשענער ניט געזאגט !
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

דאס איז געשטאנען אינעם גליון "סיפורי צדיקים" פ' מצורע.
אויב ס'איז אמת אדער נישט, ווייסט איך נישט. אבער א גוט ווארט איז עס זיכער.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך ברוך שאמר »

ברסלבער האט געשריבן:דאס איז געשטאנען אינעם גליון "סיפורי צדיקים" פ' מצורע.
אויב ס'איז אמת אדער נישט, ווייסט איך נישט. אבער א גוט ווארט איז עס זיכער.

יישר כוחכם
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

פרשת בחוקותי

שליחה דורך מצטמק ויפה »

ואולך אתכם קוממיות.
די גמ' זאגט אין סנהדרין אז לעתיד לבוא, וועלן מענטשען זיין הויך 200 אמות, ווייל די קומה פון אדם הראשון איז געווען 100 אמה (גמ' חגיגה), און קוממיות מיינט דאך צוויי קומות, קומט אויס צוויי הונדערט אמות.
פארשפארט