אפטעמיסט האט געשריבן:איר זענט כשר גערעכט, אבער אין מה לעשות. גראדע, אויפ'ן וועג וויאזוי עס פארט איצט זעהט אויס אז ס'גיין דארט קומען וואוינען א געמישאכטס פון אסאך ערליי קרייזן, און נישט נאר די עקסטרעמע פון די קנאי'שע לאגער, אבער נאך אלעמען — חרדי'שע אידן. איר מוזט פארשטיין אז דא איז די פרייע אמעריקע און איש כל הישר בעיניו יעשה. מיר האט אויך נישט מורא'דיג געשמעקט ווען די ארטיסטן האבן זיך באזעצט אין ווילי, אבער מען האט מיר קיין סך נישט געפרעגט. עס איז צום האפן אז איר — סטעטנד איילענד אידעלעך — וועלן פראבירן צו לעבן אין הארמאניע מיט די חסידים, און נישט שאפן איבריגע קריגערייען.
קודם כל יישר כח פארן מיר געבן גערעכט ,
דעס וואס די זאגסט אז יעדער האט א רעכט צי טוהן וואס זיי ווילן אין אמעריקא איז אמת ויציב, אבער צי סאיז גערעכט דאס ווייס איך שוין נישט , מקען זיך איבער דעם מפלפּל זיין שעות אריכות
דעס וואס די זאגסט וועגן די ארטיסטן אין ווילי איז אזוי׃
קודם כל די ארטיסטן וואוינען 90 פּראצענט נישט אין די אידישע געגענט בכלל, זיי וואוינען נישט טיר ביי טיר מיטן היימישען עולם אין זיי פלאנען נישט צי ניצן די זעלבע עירוב , גראסערי , ביהמ״ד , מקוה , רעסטעראנט , וכדומה וכדומה ,
אין טאמער קענסטו אביסל היסטערי ווייסטו גאנץ גיט אז אונז אידלעך האבן זיי אהער געברענגט אין זיי האבן פיין אנ׳געקעשט מיט דעי אינוועסטמענט זייענדיג די בעלי בתים פין רוב ריעל עסטעיט אין די נארט אין סאיז צי שפעט צי שרייען מה לי הצרה הזאת
איך זאג אייך נאכמאל רוב אידן וואס וואוינען דא ווילן נישט קיין חסידים דאס איז ליידער די פאקט !!!
אפשר וועלן זיי דיר נישט דאס מודה זיין אין פנים אבער סאיז א מציאות
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius