זענען אינזערע ישיבות געזעצלאז? ווי אין א 3'טע וועלטס לאנד?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

זענען אינזערע ישיבות געזעצלאז? ווי אין א 3'טע וועלטס לאנד?

שליחה דורך חרבונה »

[justify]יעצט איינגענימען עטליכע פרעשור פילען ווייל ס'מיר שווער צו דערהייבען אזוינע שוידערליכע שמועות מבהילות.
איך האמיר נאר יעצט אנגעהערט איבער עטליכע ישיבות שומו שמים!! דער אייבערשטער זאל אינז באהיטען פון די היינטיגע פוסעים על ראשי עם קודש.

שוין.. למעשה ווייסט איינער ווי מען קען איינגעבן א אנקלאגע נגד איינער וואס האט גענימען אויף זיינע לייצעס הינדערטער בחורים און טוט כאוות נפשו אהן קענען אפילו איינגעבן א קלאגע און געריכט, ב"ד, וכדומה, אפילו אן אימעיל צו א פי או באקס איז נישטא ווי צו שיקען די בלוטיגע זוידיגע טרערן בכתב.

ווי אימער איך האב נאר פרובירט נעמט קיינער נישט אהן אזוינע קלאגעס, דאס אז מען גייט אים ווארפען אין עטליכע יאר ארום און דאן וועט מען זיך אפרעכענען איז מיר נישט גענוג, איך ברויך יעצט וויסען וואס צו טון להציל הנעשק מיד עושקו.

איז מעגליך דא אויסצולופטערן בדרכי נועם אהנע דערמאנען שמות פרטיים קלאגעס וואס כ'האב און נאך פילע האבען, קעגן געוויסע הנהגות פון א.ג. פירער פון ישיבות?


"אין יעדע נארמאלע משפט היינט צוטאגס איז דא אן אדוואקאט א פראסעקוטער א שופט און א דשזורי און יעדער האט זיין פליכט אינעם משפט, און יעדער בר דעת פארשטייט אז אויב וועט פעלן איינע פון די פאקטארן איז דא זייער שוואכע שאנסן אז עס זאל ארויסקומען א משפט צדק.

היינט אין די ישיבה וועלט איז געווארען א מצב וואס דער מנהל איז דער סניגור קטיגור דער שופט און דער זשורי, און צו דעם אלעם האט ער נאך א טוץ נגיעות אויך, און מען רעדט נישטא פון דיני ממנות דא מען רעדט פון דיני נפשות ה"י אידיש בלוט איז ממש הפקר ! ! ! דאס אומדערהערטע דארף זיף אפשטעלן, אבער באצייטנס פאר דער המון עם וועט נעמען די זאך אין די הענט... און בלוט וועט זיך גיסן אין די גאסן פון מצרים
.."

דאס איז אן אזהרה חמורה איר זאלט נישט זאגען מען האט אייך נישט געווארענט, ווייל די כותלי ה'קאווע וועלן קומען לדין מעיד זיין אויף אייערע התראות.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חרבונה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

זעץ דיך אראפ, כאפ דיך דעם אטעם, מאך א טיי, בארוהיג דיך, רעדט שטאט און קלאר. וואס האט פאסירט? פארצייל...
מ'האט נישט אנגענומען דיין זוהן אין ישיבה?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שלום עליכם. ביטע שרייבט ארויס קלארער (אסאך קלארער) אויף וואס און ווען איר רעגט זיך אזוי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך חרבונה »

איך האלט מיר נאך אינמיטען בארואיגען, צו זיך קומען, איך וועל מער פרטים איבערגעבן שפעטער.
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך חרבונה »

[justify]די מעשה איז אזוי, עס האנדעלט זיך פון אידישע נפשות, נישט מיינע קינדער, נאר דעם אויבערשטענ'ס קינדער בני ק-ל חי, וואס זענען אריינגעפאלען אין מאנסטערישע נעגל, וואס ווייסען נאר יעצט אין די ימי בין הזמנים אז עס איז דא א חובת חינוך אויף די צאן קדשים וואס ווערן נתחנך בבי מדרשא דרב.

(די עצם מעשה איז נישט אזוי נוגע ווייל עס האנדעלט זיך מער אין דיטעיל'ס וואס איז דערווייל נישט כדאי צו מפרסם זיין)

איך וואלט אים געוואלט פרעגן דעם א.ג. פארשטייער, ביסטו טאקע פטור דעם גאנצען זמן החורף וזמן הקיץ א קיימא לן פון 'צען' חדשים ''פערציג'' וואכען צו מחנך זיין די בחורים? פארוואס לערנט מען נישט דעם בחור איבער וויאזוי צו שטיין מיט א פעסטקייט און שטארקייט ווייט פון די כלי השחתה היינט?
פארוואס איז די איינציגסטער גאול אינעם ישיבה פאר'ן בחור אז עטליכע קנייטשען ודיוקים וואס דער מגי''ש לערנט פאר דאס און זירא מער פון דעם ברויך ער וויסען?
פארוואס לאדענט מען נישט אהן דעם בחור אין משך פון די צען חדשים גענוג ווארע אז ווען די שטן פארלייגט זיך אין די צוויי חדשי החופש אין די אכט בין הזמנים וואכען, זאל ער האבען מה להשיב.

מנהל ומחנך היקר, מיינסטו אז נאר יעצט מיטען שפילען שטרענג, און טעראר, אימה ופחד, נאר אזוי גייסטו אים מדריך זיין וויאזוי צו בויען זיין אידישער עתיד?
ווען ער וועט נאך די חתונה זיך אנשטויסען בינו לבין קונו מיט שוועריקייטען חלומסטו אז ס'ועלן אים די שארפע בליקען באגלייטען? א מכה.[/justify]
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

די מיינסט טאקע אז די מנהל איז אינטערעסירט מחנך צו זיין דעם בחור? אבערוואס!
רוב מנהלים און מגי"ש זענען דא צו באקומען זייער פעיטשעק און אויפציבויען זייער נאמען אלץ א מנהל פון א גיטע ישיבה. וויבאלט ס'איז נישטא דאס מינדעסטע געפיל, טראגט די היינטיגע חינוך אזא פנים.
איך זאג "רוב" מנהלים און מחנכים, ווייל איך קען פערזענטליך עטליכע וואס געבן יא א חינוך מיט געפיל. אבער אפילו די געציילטע, זענען אויך לימיטעט. וויבאלד זיי זענען איינגעשטעלטע אונטער אן אדמו"ר אדער א. ג. ראש ישיבה. האבן זיי נישט די מעגליכקייט אויפצובויען דעם תלמוד, ווייל מ'שטעלט עים אינטער פיסלעך און אויב ווערט ער צו פאפיולער צווישן די בחורים וועט ער פליען.

איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערע אשכול אז מ'שטיימיר פאר א קאטאסטראפע. די איינציגסטע סאלושען וועט זיין אויב ס'וועלן זיך עפענען קלענערע ישיבות געפירט דורך תלמידי חכמים ויראי ה'
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דריידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

זענען אינזערע ישיבות געזעצלאז?
לדאבונינו, יא.

עס איז געווארן אזא מצב היינט ווי יעדע מוסד קוקט זיך אהן ווי א ביזנעס ווי די איינציגסטע זאך וואס איז וויכטיג איז די באדעם ליין – וויפיהל מצוינים זיי האבן געמאכט.
נישט בין אדם לחבירו, און אפילו נישט בין אדם למקום. איין זאך מצוינים 'ישיבה למצוינים'
וואס געשענט צו די בחורים גייט קיינעם נישט אהן. ביסטו א מצוין הרי טוב, אז נישט ארויס. איי וואס ווען געשעהן מיט דעם בחור אויב די ווארפסט עם ארויס? נאט מיי פראבלעם

א גוי האט מיר אמאהל געפרעגט וואס מיינט "יעשיווע" האב איך עם מסביר געווען אז עס איז א ראביניק היי סקול. נאכדעם האב איך צו מיר געטראכט, "סקול"?! וואס סקול ווען סקול?! אין א סקול געט מען עדזשעקעישן – מ'לערענט עפעס אויס. ליינען, שרייבען, זינגען, טאנצען, מאהלען, ספורטס, ארטס, היסטערי, סייענס, וכו'. נישט אלעס אבער כאטשיק עפעס.
וואס לערענט מען אין "יעשיווע"? גארנישט! מ'שטיפט די צייט, מדרייט מיט די פינגער און נאכדעם האט מען נאך די חוצפה עס צו רופן 'מוסדות החינוך'
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

@חרבונה איך זעה מען האט ערגעץ שוין דערהערט דיין צעקה דער שערי יושר ראש ישיבה פארפירט אצינד אז עס איז עק וועלט און מען ברויך מער אויפארבעטן די מגי''ש ומלמדים אויפצובויען אינזערע קינדער.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו זעען אן אנאנס אין א לעיקוואדע צייטונג פון די "וועד הלעיקוואד" וואס רופט צו אלע עלטערן וואס האבען א קינד וואס איז נישט אנגענומען געווארן דורך כאטש איין לעיקוואדע מוסד זיך צו מעלדען צו זיי.

זאגט מיר א לעיקוואדע איינוואינער אז ווי לאנג עס איז דא איין מיידעל אדער אינגעל וואס האט נישט ווי צו לערנען עפענט זיך נישט קיין איין מוסד אין לעיקוואד פאר די נייע זמן.

אויב ס'איז אמת וועט משיח ווייזען מיט די אצבע צרדה אויף די וועד; די זענען די אידען וואס האבען מקרב געווען די גאולה.

פארשטייט זיך אז די רבי ז"ל הבטחה וועט נישט גיין לטמיון, און ער וועט קומען ווייזען קיין וויליאמסבורג אויך.. אבער האט שוין סיני מאלעביצקי פארענטפערט דעם דברי יואל, אז אויף אונז וועט ער ווייזען מיט די מיטעלסטע פינגער..!..
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך חרבונה »

אן אמת'ע נקודה פון א פארווייטאגטער בחור
town1 האט געשריבן:א שטיק צייט האב איך עוסק געווען מיט לערנען פריוואט מיט בחורים במשך די צייט בין איך נאנט געווארן מיט א גאר חשובע בחור, איין טאג טרעף איך דעם בחור אין איך זעה ווי ער שפילט זיך ארום מיט א סמארטפאון, געב איך אים זאג נאר די ווייסט דאך איך מיין נישט דיין שלעכטס די ביסט דאך א גאר חשובע בחור פארוואס דרייסטו דיך ארום מיט א סמארטפאון?, ענפערט ער מיר די וויייסט דאך צו זיצן ביים מגיד שיעור אין כיתה האב איך נישט קיין טראפ נערווען זיץ איך אויפן סמארטפאון, איך הער אזויפיל דרשות אז מען טאר נישט האבן סמארטפאון אבער וואס מען זאל יא טון הער איך נישט פארענדיגט ער מיט זיין זיין ביטער הארץ,
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

א (וואויל) בחור פון 20 יאר פארציילט מיר, ער האט באקומען א לא נתקבל אין די פאסט, ער איז אראפ צום אפיס, האט מען אים געזאגט, ער דארף אונטערשרייבען קאלעדז פראגרעם , טעפ און געבען העד טשעקס אויף אגאנצען זמן,און ער מעג נאר קומען נאכמיטאג סדר, ער איז א קלוג בחור האט ער געזאגט פארן טאטע אז ער וועט בלייבען אין כולל א גאנצע טאג, האט אים זיין טאטע געזאגט, ' ס'האט מיר געקאסט הונדריטער אלפים דיר אויפצוציען זאלסט טון א גוטע שידוך וועל איך נישט פאר אפאר אלפים (וואס ער האט נישט) פארהארגענן מיין אינוועסטמענט.

דאכט זיך קאמענטירן זענען איבריג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום outspoken, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
פאלשע פיש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך פאלשע פיש »

א קליגער בחור ווייס איך נישט, אבער א קליגער טאטע דאס יא
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

פאלשע פיש האט געשריבן:א קליגער בחור ווייס איך נישט, אבער א קליגער טאטע דאס יא


גוט געזאגט, קליגער בחור אז ער פארשטייט אז something smells wrong און א קליגער טאטע אז ער ווייסט אז ער איז נאר איין אקס אין די סטאדע און וועט נישט טוישען די סיסטעם אויף זיין בחור'ס קאפ.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיין ראש ישיבה , ז"ל, ווען ער האט ארויסגעגעיבן א בריוו אז דער בחור האט געענדיגט קאלעדזש , האט ער געטענה'ט אז גמרא-תוספות איז אויך קאלעדזש. אבער דאס איז דאך גארנישט גלייך צו דעם היינטיגן מצב וואו די מנהלי המוסדות לייגן דאס געלט אין די טאש. אויף דעים חשבון דארף דער בחור (און זיין טאטע) אויסשטעלן מפוקפק'דיגע אינקאם רעפארטס. מ'מיינט גארנישט די תורה. מ'מיינט נאר געלט. און אויף דעים חשבון איז מען דן דיני נפשות. מ'קען אמת'דיג זאגן "תורה, תורה חגרי שק"... :roll: :twisted: :evil: :( :cry: :oops: :( :cry: :o
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך חרבונה »

א שק ברויך מיר זיך אלע אנקליידען על שבר בת עמי אז אינזערע קינדער ווערן נתחנך אזוי אהן אחריות.
גיווואאאללללדדדד !
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

איך וויל דא פרעגן א פלעינע קשיא, אבער ענטפער נאר מיט אמת. איך קען עס נישט קאנטראלירן, יעדער קען דאך שרייבן דא און זאגן אז ער זאגט אמת, אבער איך בעט אייך דאך.

וועלכע פון די שרייבער דא, האט א זוהן וועלכער איז צווישן דרייצן און זעכצן יאר אלט, און איז (באמת) גרייט אים ארייצושטעלן אין א ישיבה - א חסיד'ישע פארשטייצעך - וועלכע גייט זיך עפענען נעקסטן זמן, און גייט אפיציעל זיין א תורה עם דרך ארץ ישיבה. מען גייט האבן א פעסטן סדר הלימודים, גמרא, הלכה, חומש רש"י, מוסר, חסידות און השקפת היהדות, און צו דעם וועט מען געהעריג לערנען סעקולערע לימודים, אז דער בחור זאל ענדיגן די ישיבה מיט א פולן היי סקול דיפלאמע פון איין און צוואנציג און אהאלב קרעדיטס.

לאמיר זאגן עס גייט זיך עפענען אזא ישיבה. וויפיל טאטעס זענען באמת גרייט אריינצושטעלן זייערע קינדער אין אזא ישיבה?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב אויפגעהויבן די האנט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב אויפגעהויבן די האנט.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב אויפגעהויבן די האנט.

פארוואס נישט מאכען ווי רבי מיכאל בער ז"ל, צו וואס דייקא סעקולרא לימודים, ?
אינעם משנה טוב תורה עם דרך ארץ מיז נישט דייקא ליגען סעקולארע למודים, מען קען פשוט לערנען טעכנישע למודים וויאזוי צו האנדלען, קענען וואקסען א שטארקע ביזנעסמאן אויפען עמעזאן וועלט, צו אפילו מדריך זיין וויאזוי צו ניצען טעכנעלאגיע בטהרה, אהן זיין עדיקטעד צו די תועבות הגוי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב אויפגעהויבן די האנט.

פרעיגט תוספות א קשיא. "מאי חידשת"? שמעקעדיג'ס מאמר האמיר דאך געזעין. (עכ"פ די וועלכע האבן געוואלט זעהן(... :roll: :?:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עפל סיידער האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב אויפגעהויבן די האנט.

פארוואס נישט מאכען ווי רבי מיכאל בער ז"ל, צו וואס דייקא סעקולרא לימודים, ?
אינעם משנה טוב תורה עם דרך ארץ מיז נישט דייקא ליגען סעקולארע למודים, מען קען פשוט לערנען טעכנישע למודים וויאזוי צו האנדלען, קענען וואקסען א שטארקע ביזנעסמאן אויפען עמעזאן וועלט, צו אפילו מדריך זיין וויאזוי צו ניצען טעכנעלאגיע בטהרה, אהן זיין עדיקטעד צו די תועבות הגוי.

עפל סיידער: "סעקולערע לימודים" מיינט נישט דווקא. "עוואלושאן" און "שעיקספיער" (ימ"ש). ס'קען מיינען שרייבן און רעדן נארמאל ענגליש, און "מעטה", וכו'... :x :oops: :roll: :o
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

שליחה דורך smartinof »

איך הייב אויף מיין האנט און איך לייג עס שנעל צוריק אראפ, צו דעם פאדערט זיך אז עס זאל זיין אבזאווירט דורך א דורכגעטראכטער ערנסטער מענטש, כדוגמת הגאון רבי יוסף דוב סאלאוויטשיק ז"ל, זיין ברענדיגער און פלאמדיגער אהבת התורה איז שווער ארפצולייגען, און זיין דראנג צו אמת און ריכטיקייט איז אויך געווען זייער גרויס, ווען די תלמידים זענען געזעצען ביי זיין שיעור האבן זיי געזען א פארצייטישע בריסקער למדן, אזא איינער קען פירען אזא פלאץ, ווען זיי זענען געזעצען און קאלעדזש און אפילו יא ביי סעקולארע לימודים, האט זיי נאך געקלינגען און אויערען די ווערטער פוינעם רב,
באניצער אוואטאר
חיימקה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל

שליחה דורך חיימקה »

איך הייב אויך אויף מיין הענט
נישט אזוי ווייט פאר די סעקולערע לימודים נאר פאר די אנדערע לימודים וואס מען גייט דארט לערנען וואס מען לערענט נישט מיט אינזער קינדער.
פארשפארט