מיין געליטענע גענעראציע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל

מיין געליטענע גענעראציע

שליחה דורך זר זהב »

די דור - 25 45 יעריגע (גיוו אר טעיק) - וואס זייערע עלטערן זענען די פירות פונעם חינוך פון האלאקאסט סורווייווער'ס איז א אנגעליטענע דור – טאקע נישט אויפ'ן פאפיר, נאר אין הארץ. ווען איך קוק אן מיינע 2 קליינע ווער איך זייער דזשעלעס: פארוואס האב איך נישט געהאט עלטערן וואס זאלן מיר "באוואשן" מיט ליבע? פארוואס האב איך געהאט עלטערן וואס האבן מיר גארנישט צוליב געטון מיינע קינדערישע תאוות, און נאך אלעס מיט א תירוץ אז די תורה לאזט נישט?

א קינד וואס וויינט אז ער דארף א ביציקל ווייל אלע פרענד'ס האבן און ער באקומט עס נישט האט דאס קינד פונקט אזויפיל צער ווי א 30 יעריגער נארמאלער בחור וואס קוקט צו וויאזוי זיינע חברים האבן שוין אלע לאנג חתונה געהאט און אויפגעשטעלט שטובער און דאס לעבן גייט אן כמנהגו של עולם. א קינד האט קליינע השגות, פראפארציאנאל איז זיין צער פאר'ן נישט האבן וואס ער וויל (ווילאנג ס'ע"פ תורה - נישט חומרות) גארנישט ווייניגער.

איך האב פארלוירן מיינע קינדער יארן. די תורה איז די סימבאל פון מרה שחורה לויט די חינוך וואס איך האב באקומען. מיינע עלטערן זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן זיי זענען נאר א תוצאה פון עלטערן וואס האבן "סורווייווט", און יענע סורווייוערס זענען נאכער געווארן "הארד ליינערס" אלעס איז צוגעגאנגען מיט'ן שטרענגן. שלעק און געשרייען אויף די העכטע טענער צו פארסירן יעדע חומרא! לויט וויפיל ציפעס און פראסקעס איך האב געכאפט אין מיינע קינדער יארן וואלט איך היינט געדארפט זיין א דיין, און קענען האלב ש"ס בע"פ.

קיין לאוו האב איך קיינמאל נישט באקומען, און אזוי ווי די אידן אין לאגער וואס האבן פארקויפט ציגארן פאר א שטיקעל ברויט האב איך געקויפט צייט צו פארן אויף מיין נעיבאר'ס טו-ווילער מיט פלעי מאני. אלע אינגלעך (אויך פון סאטמאר חדר) זענען געפלויגן מיט זייערע בייקס און איך האב מיר נאכגעשלעפט מיט מיין סקוטער (יא, לאך נישט, קינדערישע צער). יעדעס מאל נאכ'ן קויפן צייט מיט א בייק האב איך נאכאמאל געבעטן מיין טאטן פליז איך דארף א בייק ס'איז אזוי גוט, יעדער האט פארוואס נאר נישט איך!

שוין ווייטער יעדער!! שוין ווייטער יעדער!! מ'טאר נישט האבן א ביציקעל! ס'איז א גוי'אישע זאך!

די פאלשע חינוך פון אונזערע עלטערן וואס האבן נעבעך געמיינט גוט האט אפגע'הרג'ט א דור. זיי האבן נישט געוואוסט וואו איין וואו אויס און מ'קען זיי נישט קיין סאך בלעמען ווייל רוב פון זיי זענען באמת געווען "וועל מינינג". איין זאך יא, זיי האבן זיך קיין סאך נישט געוואלט דערלענען, ווען ס'זענען געווען פראפעסיאנאלע מחנכים וואס האבן געשריבן ארטיקלען און גערעדט דרשות איבער חינוך האבן אסאך פון אונזערע עלטערן זיי אוועקגעמאכט, עה! זיי פארשטייען נישט נאר איך פארשטיי! (פאר דעם קומט זיי פעטש)

----------------

אפאר יאר גייט דורך און איך האב מיר דערזעהן אז איך גלייך און פארשטיי צו מוזיק. איך האב געשפילט אויף א "קעסיא" דא און דארט, געפארן צו סטארס וועלכע האבן געהאט קיעבארד'ס אויף דיספלעי, אפגעזיצן ביי א פרענד שעה'ן און געשפיעלט, ווייל אין מיין היים האט מיין טאט'ן חינוך געוואלט סורפרעס'ן מיינע געפילען, אמער, מוזיק איז פארבאטן!

איי מיין נשמה וויל עס, און איך האב א טאלאנט דערצו, וויזוי ווילסטו עס לייקענען ?

קיין קעסיא האב איך קיינמאל נישט באקומען, ווייל ווי געזאגט, די תורה ערלויבט עס נישט...

די זעלבע תורה האט אויך נישט באפוילן ליב צו האבן א טאטע מאמע, יא! האט איר געוואוסט דערפון ? די תורה האט נישט מצווה געווען קיינעם ליעב צו האבן א טאטע מאמע. מכבד זיין יא, ליעב האבן ניין, פארוואס טאקע ?

דער תירוץ ליגט אין די תגובה מיינע.

------------------------

דאס איז נאר איין קליינער טייל. ועוד חזון.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר