חסיד'ישער איד ארעסטירט אויף פארראט קלאגעס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3230 מאל

חסיד'ישער איד ארעסטירט אויף פארראט קלאגעס

שליחה דורך אפטעמיסט »

[justify]א שאקירענדע באריכט קומט אן פון ישראל, אז א חסיד'ישער איד, א פרימישלאנער חסיד מיט'ן נאמען אלי אריה כהן, איז ארעסטירט געווארן אויף פארראט קלאגעס אין בן גריון לופט-פעלד, ביים פראבירן צו פארלאזן דאס לאנד.

כהן, איז ארעסטירט געווארן אויפ'ן פארלאנג פון די אמעריקאנער פעדעראלע אינסטאנצן נאכ'ן ווערן אנגעקלאגט מיטן פארקויפן טיילן פון מיליטערישע פליגערס, פאר איראן, און נאך פאברעכן פון כשר'ן געלט פון יאר 2000 ביז יאר 2004.

כהן איז שוין אין דער פארגאנגענהייט געזעצן אין אן אמעריקאנער תפיסה אויף ענליכע קלאגעס.

פריער אין טאג ווען ער האט פראבירט ארויסצוגיין פון לאנד, מיט זיין פרוי, איז ער אראפגעהאלטן געווארן דורך מדינת ישראל אגענטן, און געפירט געווארן אין טורמע.

עס ווארט אים אפ צוואנציג יאר טורמע מיט א געלט שטראף ביז איין מיליאן דאללאר אויב זאל ער געפינען ווערן שולדיג אויף די קלאגעס.

אין בני ברק האט מען אויפגענומען די נייעס מיט שאק, און אנגעגעבן אז כהן, פינף און זעכציג-יאר-אלט, איז א באקאנטער איש צדקה און די קלאגעס קעגן אים מוזן זיין פאלש.[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
article1_bbc6c2434a2a4a54b863f916e2081322.jpg
article1_bbc6c2434a2a4a54b863f916e2081322.jpg (48.5 KiB) געזען געווארן 1615 מאל

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר