[justify]א שאקירענדע באריכט קומט אן פון ישראל, אז א חסיד'ישער איד, א פרימישלאנער חסיד מיט'ן נאמען אלי אריה כהן, איז ארעסטירט געווארן אויף פארראט קלאגעס אין בן גריון לופט-פעלד, ביים פראבירן צו פארלאזן דאס לאנד.
כהן, איז ארעסטירט געווארן אויפ'ן פארלאנג פון די אמעריקאנער פעדעראלע אינסטאנצן נאכ'ן ווערן אנגעקלאגט מיטן פארקויפן טיילן פון מיליטערישע פליגערס, פאר איראן, און נאך פאברעכן פון כשר'ן געלט פון יאר 2000 ביז יאר 2004.
כהן איז שוין אין דער פארגאנגענהייט געזעצן אין אן אמעריקאנער תפיסה אויף ענליכע קלאגעס.
פריער אין טאג ווען ער האט פראבירט ארויסצוגיין פון לאנד, מיט זיין פרוי, איז ער אראפגעהאלטן געווארן דורך מדינת ישראל אגענטן, און געפירט געווארן אין טורמע.
עס ווארט אים אפ צוואנציג יאר טורמע מיט א געלט שטראף ביז איין מיליאן דאללאר אויב זאל ער געפינען ווערן שולדיג אויף די קלאגעס.
אין בני ברק האט מען אויפגענומען די נייעס מיט שאק, און אנגעגעבן אז כהן, פינף און זעכציג-יאר-אלט, איז א באקאנטער איש צדקה און די קלאגעס קעגן אים מוזן זיין פאלש.[/justify]
חסיד'ישער איד ארעסטירט אויף פארראט קלאגעס
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ממי_שאמרו האט געשריבן:ווייל ער טיילט אסאך צדקה איז די קלאגעס פאלש?
יא. זיכער אזוי. דער "משפחה" מאגאזין באטיטלט דעם באוואוסטן קרוק, וועלכער וואוינט אין לעיקוואוד מיטן שיינעם נאמען "הנגיד" ווען זיי האבן באריכטעט די נייעס איבער זיין ארעסט דורך די עף.בי.איי. האבן זיי געשריבן "האף.בי.איי. עצרו את הנגיד..."
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
כתר מלכות האט געשריבן:עס איז בלי שום ספק אמת! דער כהן איז א באטריגער. וויאזוי ווייס איך? פשוט ווייל ער איז א חסידישע איד. איז נאך דא אפילו מקום צו צווייפלען? איבערהויפט אז ער גיבט נאך צדקה אויכעט.
#השנאה מקלקלת השורה
אוודאי אזוי, די עף בי איי און די נאצישע פייער דעפארטמענט (בארא פארק) ארבעטען ציזאמען אויף א מיסיע אינטער צי ברענעגען כלל ישראל איבערהויפט די חסידישע אידען
יאפ ביסט גערעכט
ווייל מיר היימישע חסידישע טשאלענט עסער און מקוה ווייקערס און קניידלעך קייערס קענען פשוט נישט טין קיין עבירות
אין די רגע וואס די באקימסט שיריים פון דער רבי שליט"א ווערט מיסטיש פארברענט יעדע חשש יצר הרע
- רחב רחב
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 7:29 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
אפטעמיסט האט געשריבן:כהן, איז ארעסטירט געווארן אויפ'ן פארלאנג פון די אמעריקאנער פעדעראלע אינסטאנצן נאכ'ן ווערן אנגעקלאגט מיטן פארקויפן טיילן פון מיליטערישע פליגערס, פאר איראן, און נאך פאברעכן פון כשר'ן געלט פון יאר 2000 ביז יאר 2004.
ווי אזוי קען מען איהם יעצט קלאגן פאר כשר'ן געלט פון 2000 ביז 2004, עס איז שוין צען יאר צוריק, די סטאטיו אף לימיטעשן'ס איז דאך שוין פאראיבער?