ענדליך! אסיפת רבנים ור"י פאר די עכטע פראבלעמען פונם דור

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

ענדליך! אסיפת רבנים ור"י פאר די עכטע פראבלעמען פונם דור

שליחה דורך טיטאניק »

די מצב ביי כלל ישראל איז ביטער שווער, פילע פראבלעמען קליינע און גרויסע ליגען אויפען טיש כאבן שאין להם הופכין, כלל ישראל לויפט ארים פארדאגהט מיט צרות כצאן בלא רועה, די ווינטען בלאזען און קיינער כאפט נישט קאנטראל אויף די שיף וועלכע וואקעלט זיך כספינה שאבדה קברניטה
הונדערטע בחורים האבען נישט קיין ישיבות ווייל מען נעמט נאר אריין מצוינים אדער גבירישע קינדער, אָן א שיעור אלטע מיידלעך און בחורים זיכען שידוכים און קיינעם גייט עס נישט אָן, א שרעקליכער מאנגעל אין דירות אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק בשעת ווען אין בארא פארק זענען דא פילע ליידיגע גרויסע לאטס וואס רביס האלטען ליידיג שוין לאנגע יארען ווי למשל די ליידיגע געביידע פון מונקאטשער סקול וואס שטייט ביי 41 און 15 אין די צייט וואס מען קען ארויף ציען דארט א גיטע 30 דירות און אזוי ווייטער, פילע יתומים ובני גרושים דרייען זיך און וואלגערען זיך אן דעם וואס איין רב זאל עפעס טין דערצי און שענקען א בליק צי זייער זייט, אן א שיעור יונגעלייט מאכט מען חתונה אין די צייט וואס זיי קענען נישט קיין טיפה סרוחה ענגליש און הייבען נישט אן צי וויסען ווי אזוי צי בערנגען פרנסה, אימשילדיגע טיען-עידזשערס ווערען געצווינגען חתונה צי האבען און געבוירען בעיביס אויף בלאטיגע פלארס אין גוואטמאלא, און די ליסטע איז ריזיג גרויס
כלל ישראל וויינט און קלאגט פארוואס מיר האבען נישט קיין מנהיגים וואס זאלען באמת טראגען אינזערע דאגות, אמת עס זענען דא גדולי הדור אבער די אלע גדולים זענען נעבעך חרוב קראנק און שוואך ווי פליגען און קענען פשוט נישט אָנגיין אָן פאָרען 7 מאָל א יאָר אויף דאַטשע, מען קען נישט צי זיי ציקימען ווייל די צדיקים זענען נושא בעול הגדול פון שווענדען געלט פאר זיך און זייערע קינדער און זיי דארפען דעקען ריזיגע בודזשעטען וואס קען שפייזען א האלבע שטאט, נעבעך
אפגערעדט די צדיקים וואס זיצען איינגעשפארט און באוויינען די מצב השורר ווען די נאציס קאנטראלירען די פייער דיפארטמענט, א חורבן עולם ממש, ווי עס שיינט גרייטען די צדיקים אן ריזיגע זאפאסען פון וואפען צי קענען לוחם זיין קעגען די נאציס בבוא יום הדין (גרייט אייך פאר די קימענדיגע יאר ביי שריפת חמץ!!!)
אנדערע צדיקים זענען ממש שרעקליך ביזי מיט מסדר ווייץ און בויען שעכטהייזער ווייל ביז היינט האט מען פשוט געגעסען חזיר פלייש און געשלינגען חמץ'דיגע מצות אין פסח, אדער זענען דא צדיקים וואס זענען אזוי ביזי מיט קלאפען מזוזות אין נייע ביזנעסער (סליחה, קרי: הייליגע ארגאניזאציעס ווי טעג, חסד לאברהם, גאליציאנע און אינגערישע כולל וכו')
אין די איבעריגע ליידיגע מיניטען לויפען זיי ארים צי משמח זיין ציבראכענע רעבישע שמחות, ווי מען קען טאקע זען זייער ציבראכענקייט אז זיי וויינען און קלאגען אפילו ביי א חתונה (מצוה טאנץ) בדמעות שליש, נאכדעם האבען נאך די צידיקים שלאפלאזע נעכט צי קער נעמען פון דער אינטערנעט משחית
און עם כל זה נעמען די צדיקים די מי און מסירת נפש און פארען קיין ארץ ישראל מחזק זיין די שארית הפליטה וואס שמאכטען א ביטערע לעבען אינטער די שטיוועל פון די ציונים וואס צווינגען די אידען דארט צי גיין ליידיג און שטאָפען זיי אן מיט געלט פארען גארנישט טין מיטען טאג, (ברעיקינג: לעצטענעס ווילען כמה מרשעי ישראל אוועק נעמען די געלט פון די פיסטע ליידיג גייערס דארט אין בני ברק-ירושלים-בית שמש און מה תהא אויף די טויזענטע עשרה בטלנים???)
האקיצער,
נאך די אלע זאכען בלייבט כלל ישראל איבער אן קיין מנהיג וואס קען קער נעמען פון די ריכטיגע פראבלעמען פון די דור, און יתומים היינו ואין אב, נישטא צי וועמען זיך צי ווענדען נישטא צי וועמען צי וויינען, קיינער האט פשוט נישט קיין כח אוועק צי רייסען איין מיניט צייט
אבער ענדליך הערט זיך די בשורה טובה, כי עת לחננה כי בא מועד! געקימען די צייט וואס רבנים וראשי ישיבות ומנהלים זענען ציריק געקימען פון זייער וואקאציע אין מיאמי אין פון פרעשבארג, ענדליך נאך לאנגע שתדלנות פון מיילעך פירער און אנדערע רפואה עסקנים האבען די דאקטוירים געגעבען ערלויבעניש פאר די צדיקים ציריק צי קימען פון שווייץ,
http://www.jdn.co.il/news/346456
און ענדליך האט מען געמאכט א אסיפה בראשות דער זקן ראשי ישיבות (דער צעהלימער דיין האט געגעבען א גאנצע שמיעס איבער דעם צי מען קען טאקע זאגען "זקן ראשי ישיבות" צי נישט טאקע א ערנסטע שאלה), און דער זקן ראשי ישיבות האט זיך זייער געפרייט צי זען אז די אלע אדרמורים ורבנים האבען זיך געפערליך מטריח געווען אין געשיקט זייערע מנהלים (עפעס מעגען זיי נאך טין פאר זייער געשוואלענע פעיראל וואס מען געבט זיי!) און גיין הערען די דבר השם וואס דער צעהלימער דיין דער ערל שפתים גייט איבער געבען וואס ער האט געחלומט שבת נאכמיטאג ביי מעלה גרה זיין די טשאלענט
מען האט דערט גערעדט פון דברים העומדים ברומו של עולם, דברים העומדים על הפרק, זאכען וואס שטייען און ווארטען שוין יארען אז מען זאל דאס צירירען, און ענדליך גייט מען דאס באשמיסען
אלע מנהלים האבען באקימען געפילטערטע cute tips און נאכען זיך וואשען די הענט מיט וואסער וואס די תהלים כולל יונגעלייטט האבען ביי דעם אויסגעזאגט 79 מאל די חד גדיא אויף אראביש האט מען געפיצט די שמיציגע מילעכיגע אויערען לעכער (ווייל די מנהלים האלטען די לעכער פון די אויער מיליכיג נאכען מישען די קאווע גלעזער מיט די הענטל פון די גלעזער און נאכער וואס דאס איז פייכט פיצט מען די אויערען מיט די הענטל) מיט די גע'ככשר'טע קיוט טיפס
דער זקן ראש הישיבות האט בעצם נישט געוויסט פינקלעך איבער וועלכע פראבלעם מען גייט רעדען פשוט ווייל עס זענען דא אזויפיל
אבער בשליחותו ובהדרכתו האט דער הייליגער גאון דער סיני ועוקר הרים דער צעהלימער דיין גענימען דאס ווארט און געגאסען פייער און וואסער, פייער אנציצינדען די הערצער און וואסער צי לעשען די פייער פון די אינטערנעט
הקיצער די סך הכול פון די פייער\וואסערדיגע דרשה איז געווען 3 זאכען, 1 אז די מנהלים האבען אויפגעהערט געניצען (נאכען געניצען פאר 2 שעה פון די דרשה) 2 אז מען גייט עוקר מן השורש זיין דעם אינטערנעט 3 אז מען גייט זיך בקרוב נאכאמאל זיך ציזאמען קימען
און זייט דעמאלס אין פרץ ואין צוחה ברחובותינו, אלע פראבלעמען זענען מסודר געווארען פון זיך אליין, אשרי העם שככה לו אשרי העם שאלו מנהיגיו

נ"ב ווי עס ווערט איבער געגעבען פון חצר כ"ק מרן אד"ש אז דער רבי האט געוויינט בכיות נוראות פינקט אין די זעלבע צייט פון די דרשה, ווי עס זעט אויס האט דער צדיק מרגיש געווען די ווייטאג פון דער צהעלימער דיין שליט"א
די גבאים זאגען אז זיי האבען געקיקט אויף די זייגער און עס האט ממש געשטימט, די חורבן איז נאר אז דער רבי שלאפט נאך דערווייל......
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך חרבונה »

טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

קיקט אויס אז אפילו די יושבי חושך די אייוועליסטען זענען אויך מודה אז ב"ה נאך א מזל אז דער זקן ראש ישיבות פירט דער דור
דערמאנט די פזמון וואס מען פלעגט זאגען אין וויזניץ
גאנץ וויזניץ האט מורא פון א קאץ!
ווייל די חסידים האבען מורא פון דער רבי דער רבי האט מורא פון די רעבעצין און די רעבעצין האט מורא פון א קאץ.......
גאנץ כלל ישראל האט מורא פון?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

טיטאניק, לאמיך דיר געבן א קיוט טיפ: מען שרייבט קיו-טיפ..
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

ס'שפירט זיך ווי אין די ליאדע מאמענט עקספלאדירט דיין שיפעל
און עס פליען אהן רחמנות שטיקער אויף אלע ריכטונגען.
זאג נאר @טיטאניק ווילסט זיי זאלען יא טון אדער נישט? ווען מ'טוט נישט שעלסטו, ווען מען טוט שוין יא שימפסטו ווידער.
עס סאונד נוסח סוכה שטויסער'ס.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

עפל סיידער האט געשריבן:ס'שפירט זיך ווי אין די ליאדע מאמענט עקספלאדירט דיין שיפעל
און עס פליען אהן רחמנות שטיקער אויף אלע ריכטונגען.
זאג נאר @טיטאניק ווילסט זיי זאלען יא טון אדער נישט? ווען מ'טוט נישט שעלסטו, ווען מען טוט שוין יא שימפסטו ווידער.
עס סאונד נוסח סוכה שטויסער'ס.

"שיפל"?? ריזיגער טיטאניק שיף!
איך וויל? זיכער אז איך וויל? ווער וויל נישט? יעדער וויל!
שרייבען א "קינה" איז נישט מיט א ציל צי אויפטיען, עס איז פשוט א וועג צי ארויס געבען די ווייטאג און טרויער אויף א צרה
פילע צדיקים האבען געשריבען "קינות" אויף גרויסע חרבנות, און די מצב פון די היינטיגע דור איז פשוט א ריזיגער חורבן ממש עקבתא דמשיחא, ווען מען זעט אז די מנהיגים פירען דעם דור אין תהום אריין,
נאך נישט געווען א דור וואס זייערע מנהיגים האבען געלעבט אזא שוואויל טאג
נאך נישט געווען א דור וואס זייערע מנהיגים האבען אזוי ווייניג זיך געקימערט פאר די פראבלעמען פון די דור
נאך נישט געווען א דור וואס זייערע מנהיגים האבען זיי אזוי בידים אריין געפירט אין באד אריין
נאך נישט געווען א דור וואס זייערע מנהיגים זענען געווען אזוי פארדארבען
נאך נישט געווען א דור וואס א מנובל וואס איז משחית קינדער ווערט א קדוש
נאך נישט געווען א דור ווי די היינטיגע דור
ועל אלה אני בוכיה
דאס איז נישט געשריבען געווארען מיט די מטרה צי אויפטין עפעס, פשוט א קינה און די אינזער ביטערע מצב
עס איז באקאנט וואס ר' בונים מפרשיסכע האט געזאגט "רבונו של עולם לייז אינז אויס ווי לאנג מיר זענען נאך אידען" די ווערטער זענען נאכקיינמאל נישט געווען אזוי לעגעטים ליידער,
אז די היינטיגע מנהיגים זען אויס אזוי, וואס פאר א פנים גייט עס האבען אין 10 יאר פון יעצט?
איך האף אז משיח וועט קימען פריער
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

פרעגט איר וואס די מטרה פון די אסיפה איז געווען?
האט א מנהל מיר געזאגט: נישט צוויי מאל גארנישט נאר הונדערט מאל גארנישט, די מנהלים האבען מורא נישט צי גיין ווייל זיי ווילען נישט קיין צרות, אבער זיי זענען געזיצען און געווארט אויף שפילקעס ווען דער צעהלימער דיין וועט ענדיגען צי קייען וואסער
מען האט גארנישט מיט גארנישט ארויס געברענגט, ווידער נאך א עסקן\דיין\רעבעלע\בנשק וואס וויל זיך בויען אויף די שוואכקייט פון די דור
קיינער דארט האט נישט גערעדט אז עס זענען דא אן א שיעור בחורים וואס האבען נישט קיין ישיבות אן קיין שום סיבה, נאר ווייל זיי האבען נישט קיין עלוי'אישער קאפ און זייער טאטע איז נישט קיין עושר אדיר

דער מנהל זאגט מיר בזה הלשון: "זיי רופען מיר ווייל מען גייט אויפקימען מיט א נייע מהלך א נייע ישועה פארוואס עס פאלען שטיקער פון אינזער דור אבער קיינער האט דארט גארנישט ארויף געברענגט, קיין שום solution וואס וועט טוישען די איצטיגע מצב
איך פרעג פארוואס אמאל האבען אידען געווען געשטאנען גרייט זיך צי לאזען שחט'ען פאר יעדע נסיון, ממש שחט'ן, און היינט ווערען יונגעלייט פרויען בחורים און מיידעלך אזוי נתפעל פון יעדע קלענסטע ווינטעל, מה הפשט? אלא מאי אז די גאנצע יסוד שטייט אויף הינער פיס, די גאנצע חינוך איז פארפוילט פון קאפ, די גאנצע פירערשאפט האט נישט קיין הענט און קיין פיס, ווייל ווען מען בויט א בנין מיט געזינטע יסודות פאלט עס נישט אזוי שנעל אראפ פון א רוח מצויה
דאס אז די יונגווארג פאלט פון יעדע קליינע ווינט צייגט אז די יסוד איז נישטא בכלל, עס שטייט אויף ליפט
ווען א געביידע פאלט ציזאמען וועט דער ארכיטעקט פון דער געביידע פארלירען זיין דזשאב און עס וועט געפרעסט ווערען קעגען עם ערנסטע קלאגעס פארוואס דאס האט געקענט בכלל פאסירען, אבער דא ביי אינזערע חינוך ווען מען זעט בחוש אז אלעס גייט בארג אראפ און קיין איין מנהל קיין איין רב קיין איין ראש ישיבה פארלירט נישט זיין דזשאב אדרבה ער ווערט נאך אינזער מוסר זאגער
ר' איד! ביסט דארכעגעפאלען מיט דיין מיסיע? האסט געבויט א בנין און עס איז ציפאלען? זייט מוחל און גייט זיכען א אנדערע דזשאב!
ווער מיר נישט קיין זקן ראש ישיבות ווער מיר נישט קיין זקן האדמורים ווען דיין דור דיינע תלמידים קענען נישט בייקימען די קלענסטע נסיון
אויב די מצב פון די דור איז אזוי שלעכט, זייט מוחל און גייטס אין גלות טיטס תשובה, ווייל איר האט חרוב געמאכט כרם בית ה'
קימט מיר נישט פרעדיגען קיין מוסר, אין הדבר תלוי באינטערנעט און אין הדבר תלוי בדור, עס איז תלוי נאר אין די אדמורים ורבנים ראשי ישיבות ומנהלים
אינטערנעט? אמת א נסיון, אבער אין יעדע דור איז געווען זיינע ביטערע נסיונות, יעדער דור האט זיך געהאט זיינע שוועריקייטען און מען איז עס בייגעקימען, פארוואס דא פאלט מען אזוי?
דער ארכיטעקט וועט זיך אפזאגען אפילו ווען מען קען נישט אנטאפען זיין טעות, כל שכן ווען מען זעט בחוש אז דער ארכיטעקט שלאפט בשעת ווען מען בויעט די בנינים, ער לויפט קיין שווייץ מיאמי און פרעשבארג ווען זיינע ארבעטארער ווייסען נישט וואס צי טין
אזא ארכיטעקט קימט אלע עונשים בצדק
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

וואס איז פשט אז ביי יעדע פראבלעם זענען די UNDER DOGS שולדיג, אפשר זאלען מיר אמאל אפירנעמען די א''ג מנהיגים און זיי לייגען אויפן צימבל, די מנהלים און מגידי שיעורים הייבן אן ערליך, נאר זיי זעען אז די עיקר איז נאך צוטאנצען די א''ג מנהיגם'ס (אותיות גהינם) קאפעריזען. ואכמ''ל משום הרחק מן הכיעור.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טיטאניק: ייש"כ. דו ביסט מורא'דיג. א לייק פאר דעים שטיקל קאווע איז גארנישט געזאגט. ס' איז ממש כמים קרים על נפש עייפה. שוין. הקיצור. איך נעם דיך אויף אלס דער ספרא דדיינא פונ'ם אינטערנאציאנאלן קאווע שטיבל. נאר ווער פרעיגט דען מיך, דעם בעל עגלה. כה יתן ה' וכה יוסיף. דו האסט מיך באמת דערפרישט מיט דיין איצטיגן מאמר... :like :D :) ;) :? :lol: :P :oops: :roll: :o :דאבללייק: :אומגלויבליך: :קלאטש :קלאטש :קלאטש
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

אזוי ווי ס'גוי'ישט זיך אידישט זיך. ביזנעס לייט און לויערס וואס זעצען אן און קיינער וויל נישט האנדלען מיט זיי ווערן זיי Coaches, Speaker, and Judges אזוי ווערן די וואס פאלען דורך מיט ישיבות, גדולי ראשי הישובות, וועלט פארזארגעס, ווייסט איינער וויפיל בחורים לערנען אין שערי יושר און צעהלים קאמביינט?...
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

טיטאניק האט געשריבן:
עפל סיידער האט געשריבן:ס'שפירט זיך ווי אין די ליאדע מאמענט עקספלאדירט דיין שיפעל
און עס פליען אהן רחמנות שטיקער אויף אלע ריכטונגען.
זאג נאר @טיטאניק ווילסט זיי זאלען יא טון אדער נישט? ווען מ'טוט נישט שעלסטו, ווען מען טוט שוין יא שימפסטו ווידער.
עס סאונד נוסח סוכה שטויסער'ס.

"שיפל"?? ריזיגער טיטאניק שיף!
איך וויל? זיכער אז איך וויל? ווער וויל נישט? יעדער וויל!
שרייבען א "קינה" איז נישט מיט א ציל צי אויפטיען, עס איז פשוט א וועג צי ארויס געבען די ווייטאג און טרויער אויף א צרה
פילע צדיקים האבען געשריבען "קינות" אויף גרויסע חרבנות, און די מצב פון די היינטיגע דור איז פשוט א ריזיגער חורבן ממש עקבתא דמשיחא, ווען מען זעט אז די מנהיגים פירען דעם דור אין תהום אריין,
נאך נישט געווען א דור וואס זייערע מנהיגים האבען געלעבט אזא שוואויל טאג
נאך נישט געווען א דור וואס זייערע מנהיגים האבען אזוי ווייניג זיך געקימערט פאר די פראבלעמען פון די דור
נאך נישט געווען א דור וואס זייערע מנהיגים האבען זיי אזוי בידים אריין געפירט אין באד אריין
נאך נישט געווען א דור וואס זייערע מנהיגים זענען געווען אזוי פארדארבען
נאך נישט געווען א דור וואס א מנובל וואס איז משחית קינדער ווערט א קדוש
נאך נישט געווען א דור ווי די היינטיגע דור
ועל אלה אני בוכיה
דאס איז נישט געשריבען געווארען מיט די מטרה צי אויפטין עפעס, פשוט א קינה און די אינזער ביטערע מצב
עס איז באקאנט וואס ר' בונים מפרשיסכע האט געזאגט "רבונו של עולם לייז אינז אויס ווי לאנג מיר זענען נאך אידען" די ווערטער זענען נאכקיינמאל נישט געווען אזוי לעגעטים ליידער,
אז די היינטיגע מנהיגים זען אויס אזוי, וואס פאר א פנים גייט עס האבען אין 10 יאר פון יעצט?
איך האף אז משיח וועט קימען פריער

נאך נישט געווען אזא דור וואס אירע מענטשן האבן זיך אזוי איינגערעדט אז אן די מנהיגים זענען מיר אומבאהאלפן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

מאטי האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:
עפל סיידער האט געשריבן:ס
נאך נישט געווען אזא דור וואס אירע מענטשן האבן זיך אזוי איינגערעדט אז אן די מנהיגים זענען מיר אומבאהאלפן.

וויפיל מנהיגים האבען א כח צי פארדאבען ליין די היסטערי פון דער טיטאניק שיף
ווער האט זיי אריינגעפירט אין ים אריין? דער שיפס קאפיטאן, דער מנהיג!
מנהיגים פירען, אדער אין באד אריין אדער ארויף
אבער ערגעץ פירען זיי
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

צו מיינט עס ר' יאסל ערענסט?....

שליחה דורך סאו וואט »

טיטאניק כה לחי פיין ארויסגעברענט, כ'האב ממש נישט מוסיף צו זיין.
אבער העי, וועיט אעי מינוט, ר' יאסל? זקן ראש ישיבות? מה הוא? מה שמו? מה אומר אליהם?
צו דען קרענקט ר' יאסל דער מצב וואס טוט זיך אפ ביי דו בחורים? ער געט נישט קיין פיעס אויף דעמם פאר בחורים.
געבויט א ישיבה פאר זיין שררה כבוד, און דעטס איט,

איך. בכבודי ובעצמי. דער שרייבער פון דו שורות, איז געוועהן פערצן יאר אלט, ווען כ'האב אריינגעוואקט און ישיבת שערי יושר, דער ר' יאסל, דער זקן שדעתו מטפשות,
האט מיר פאהערט, צו בין איך יא עילוי צו נישט, צו כ'גיי צוגעבן כבוד אויב בין א תלמיד פון שערי יושר צו נישט, ער האט מיר פאר הערט א געוויסע תוס', עד היום געדענק
איך קלאר כ'האב פיין גע'חזר'ט און עס פיין געקענט, סך הכל איז געוועהן כ'האב נישט באקומען ניטאמאל א לא נתקבל צעטיל פון אים, ער האט מיר און פנים געזאגט, דו קענסט
נישט דא אריינקומען, כ'בין געעועהן צובראכען אויף שברי שברים, כמעט געווארן א גוי, דענק איך מיך זאגן פאר מיין טאטע, אם כן למה זה אנכי, דו העלל מיט אלעם, למעשה מיט מיין יודישע אמונה האב איך זיך אליינס געבויט און עומד בנסיון געוועהן.

יאסל כ'האב איין ווארט פאר דיר, שאט אפ רייט נאו, דו ביסט פיל פון ב"ש. דו שטינקסט פון קאפ ביז פיס, און ביסטו עתיד ליתן את הדין, ווייל כ'האב דיר נאך אלס נישט מוחל געוועהן אויף דער בושות, צרות יגון ואנחה וואס האסט מיר אנגעברענט,

חינוך מיינסטו, הא? וואט א דזשאוק. קאט דער קרעפ איינמאל און פאר אלעמאל, כ'ווארט נאך זאלסט מיר איבער בעטן. און אלע אנדערע טויזענט בחורים.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

סאו וואט האט געשריבן:געבויט א ישיבה פאר זיין שררה כבוד, און דעטס איט,


.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פישלע העררינג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(- - -)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

סאו וואט האט געשריבן:טיטאניק כה לחי פיין ארויסגעברענט, כ'האב ממש נישט מוסיף צו זיין.
אבער העי, וועיט אעי מינוט, ר' יאסל? זקן ראש ישיבות? מה הוא? מה שמו? מה אומר אליהם?.

אז מען רעדט שוין בשבחו
איך קלער אריין אסאך מאל איבער די היינטיגע גדולי הדור רבנים ראשי ישיבות און אדמורים בראשם און שרעקעוודיגע כפירה בליצען פליעט מיר אריין אין מיין קעפל
איך האב שוין געוואלט זיך גיין מזכיר זיין פאר א ישועה ביי די גדולי הדור, אז עס קימט מיר די כפירה געדאנקען אין קאפ אריין יעדע שני וחמישי
אדער קען זיין אז איך דארף אפשר גיין צי א פיסיכאטער (דארט ווי אינזערע ראשי ישיבות שיקען אלע בחורים וואס האבען איין פראצענט מער שכל ווי זיי ווילען)
הכלל, די כפירה פראגע איז ווער זאגט אז אמאל איז געווען בעסער? ווער זאגט אז די צדיקים און ראשי ישיבות זכותם יגן זענען טאקע געווען אזוי הייליג ווי מען לערנטאינז אויס? אולי זענען זיי געווען פינקט ווי די אלע וואס מיר קענען פון די נאנט?
נעמט אפיר די היינטיגע גדולים, זקני הדור, א טייל פון זיי טראגען אזוי געריפענע מיסטישע שרעקעוודיגע טיטלען וואס מאכט זיי פאר א געוויסע געטשקע ווי "הרה"ק" וואס אסור להרהר אחריו ווייל ער זיצט אויף די "מזל טרעין" פון די יונגע יארען,
זיינע יונגע יארען האט ער מיט אסאך מזל באוויזען צי בויען א קהילה אדער א ישיבה וואס האט שיין מצליח געווען און ער האט אויך געהאט מזל צי מאריך ימים זיין, און האט מזל צי האבען ארים זיך געריבענע בנים כיטערע חברה
און וישן ויקץ און ער ווערט מיר "רשכבה"ג" אדער "הרה"ק" ווייל ער זיצט נעבעך שוין אויף א ווילטשעיר, איי עס זענען דא אידען וואס געדענקען עם נאך מיטען שווארצען בארד און שעלטען עם פאר זיינע רשעות שטיק
ווייל ער איז אלט און זיצט אין א ווילטשעיר ווערט ער הייליג אז אסור להרהר אחריו?
צי גאר ווען "א בליק" און "די וואך" ווערט באצאלט עם צי גרויס מאכען אטאמאטיש קימט א מלאך און שעכט עם אפ זיין יצר הרע?
איך כאפ נישט ווי אזוי עס ארבעט
צימישט אינגאנצען
און ווער זאגט אז אמאל איז געווען בעסער די מצב? מאן ייאמר?
איך ווייס שוין נישט וואס יא און וואס נישט צי גלייבען
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טיטאניק: דער מצב איז נאכנישט אזוי געפערליך ווי דו לייגסט עס אראפ. איך מיין אז דו ווייסט נאך יא בין ימינך לשמאלך. חוץ אויב דו האסט געטרינקען דעם פולן שיעור. אויף דעים איז אויכעט דא אן אייצע. לייג דיך שלאפן. 'עסטו אויפשטיין מיט א קלארן קאפ. בכל אופן. מאך נאכנישט קיין אפוינטמענט צום פסיכיאטאר. חוץ אויב דו ווילסט עים געיבן צו לייזן. מחשש אז זיין פרנסה איז א ביסל שוואך. איך מיין אבער אז דער שטראם פון פאציענטן און קליענטן האטציך ב"ה נאכנישט פארשטאטערט ביי איהם. לענייננו. איבער די געדאנקען פון "כפירה", ח"ו. ביסט נישט דער איינציגער. איך האב שוין פון לאנג א חקירה. צו "אמאל" איז יא עפעס געוועין. אדער דאמאלס אויכעט נישט. דער חילוק איז נאר ס'איז נאכנישט געוועין קיין אינטערנעט, ר"ל. און יו. טוב... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :P :P :oops: :o
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אמאליגע צייטן איז כאטש געווען וואס צו זעהן, אן עבודה שלא מעלמא הדין, א דאווענען וואס כל עצמותי תאמרנה און פארגעסן פון די וועלט, בנוסף צו אפענע מופתים, בעלי מקובלים וועלכע האבן געהאט גילוי אליהו (העי שמעקי, פון וואו ווייסטו אויף זיכער??), אפענע רוח הקודש וואס האט געלאזט די חסידים געפלעפט, בנוסף - והיא העיקר - אמת'ע אהבת ישראל אפילו צו פריוואטע שונאים, און האבן באמת ממאס געווען פון כבוד.

מען קען אסאך מאריך זיין, הגם די עיקר קשיא בלייבט אומפארענטפערט, ווען האט זיך אלעס געטוישט, פליקער זאגט אז מען קען נישט אנגעיבן א גענויע דאטום, אבער עס גלויבט זיך נישט אז אזויפיל פון אונזערע זיידעס און ערליכע קלוגע אידן זענען פשוט געווען פארנארט.
וירח ה' את ריח הניחוח
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

I'm still not convinced
אז איך וועל זאגן אז פינף און ניינציג פראצענט דערפון איז full of baloney
וועל איך אויך נישט זיין אזוי ראנג
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

עוד יבוא היום

שליחה דורך טיטאניק »

וועט נאך קימען א טאג, זאלען מיר אלע האבען אריכות ימים דאס צי דערלעבען
ווען דיינע אייניקלעך וועלען דערציילען ביי מלוה דמלכה מוראדיגע סיפורים אויף דער הייליגער רבי מענדעלע מרכז וויזניצער זכותו יגן, וואס פאר א גרויסע גאון און עובד ער איז געווען נאך בימי נעוריו אין סקווירא און וויפיל אפענע מופתים עס האבען זיך געוואלגערט אינטערען טיש, זיין קדושה איז בכלל נישט אינזערע השגות!!!!!
ווען די וועסט זיי טרייען צי מסביר זיין די אמת וועלען זיי זאגען צווישען זיך "נע ווער עס האט געוואלט זען האט געזען... זיידי איז אלץ געווען א כופר"
א וואך שפעטער וועלען אלע צייטינגען זיין פארנימען מיט ריזיגע שרייעדיגע עדס פון "ח"י ראטעל קאלא" ביים ציון המציונת פון הרה"ק מופת הדור והדורו מדזירקא זכותו יגן

(א שמיעס צווישען צוויי אידען בשנת תתי"ב
ביסט געווען אין ארץ ישראל?
יא!
ווי ביסטי געווען?
מירון צפת.....
ביים ציון פון דער הייליגער פרימישלאנער ביסטי געווען? עס ליגען דארט אין רחובות ממש לייבען דער הייליגער קרעטשניפער און זיינע ברידער, אה זענען זיי געווען הייליגע אידען ממש מלאכים שרפים....
אוודאי! ווי קען מען דאס פארפאסען? איך בין אפילו געווען ביים ציון פון דער הייליגער מישקאלצער צדיק, מען פילט דארט א גרויסע התעוררות, אידען ווערען דארט געהאלפען אין די מאסען....)


ווען אידען וועלען אנפירען מיט א קוויטעל קאמפיין ביים ציון פון דער צדיק וקדוש מלומד בניסים התנא האלוקי מגריבוב זכותו יגן
און ווען די וועסט לאכען דערפין וועלען דיינע אייניקלעך אנווארענען זייערע קינדער "נישט צי רעדען מיט עלטער זיידי וועגען די ענינים ווייל ער קאלעכט שוין"
און עס וועט קימען דעמאלס א כופר און וועט שרייבען אין א בלאג אז ער האט "מחשבות כפירה" אויב די היינטיגע רבי'ס מפיטסבורג-בורשטין-ספינקא-ביתר-מיאמי שליט"א וועלכע האט אזא ריזיגע ישיבה קען זיין אזוי פארדארבען מאן ייאמר אז אמאל זענען זיי יא געווען גרויס און הייליג?
די וועסט עס זען, און וועסט שרייען "מי יגלה עיני הטיטאניק"......
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טיטאניק: דו ביסט מורא'דיג. דו האסט א גוטן (און ווייטן). דמיון. א'ער אפשר גאר "רוח הקודש"???... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :אומגלויבליך: :רח"ל :אומגלויבליך: :רח"ל :אומגלויבליך: :דאבללייק:
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

שמעקעדיג האט געשריבן:אמאליגע צייטן איז כאטש געווען וואס צו זעהן, אן עבודה שלא מעלמא הדין, א דאווענען וואס כל עצמותי תאמרנה און פארגעסן פון די וועלט, בנוסף צו אפענע מופתים, בעלי מקובלים וועלכע האבן געהאט גילוי אליהו (העי שמעקי, פון וואו ווייסטו אויף זיכער??), אפענע רוח הקודש וואס האט געלאזט די חסידים געפלעפט, בנוסף - והיא העיקר - אמת'ע אהבת ישראל אפילו צו פריוואטע שונאים, און האבן באמת ממאס געווען פון כבוד.

מען קען אסאך מאריך זיין, הגם די עיקר קשיא בלייבט אומפארענטפערט, ווען האט זיך אלעס געטוישט, פליקער זאגט אז מען קען נישט אנגעיבן א גענויע דאטום, אבער עס גלויבט זיך נישט אז אזויפיל פון אונזערע זיידעס און ערליכע קלוגע אידן זענען פשוט געווען פארנארט.

תהלים כולל והמסתעף יוכיחו
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וועלכע חלק? וויפיל פראצענט מענטשן עס לאכן דערפון?
וירח ה' את ריח הניחוח
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

נאר תהלים כולל?
גיי ארים צי חסידות'ער וועסטי הערען עוד בחייו פון דער רבי ווי די גרויסע בעלי דמיון באקען פרישע סחורה און דערציילען עס בשתיקה מיט אזא אייפער אז מען קען משוגע ווערען
נאר נעכטען האב איך געהאט א שמיעס מיט איינער א חסיד פון ניקלסבורגע רבי (ר' מיכל) און דער חסיד האט דערציילט מעשיות אז איך האב נישט געוויסט אויף וועלכע וועלט איך לעב
אפענע מופתים איז נישט קיין טיטול! חברה ווער עס וויל גלייבען קען גיין גלייבען
חברה וועקט אייך אויף! מארגען גייט דער פאפע רב שפאלטען די האדאסען ריווער!
פארשפארט