פארוואס איז עס אזוי באשאפן?

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זייער שיין יאיר, אבער עס איז געפערליך אווער-סימפליפייאינג.

ווען גיימיר ארויס וועטשערן?... מיר האבן אסאך צו שמועסן...
וירח ה' את ריח הניחוח
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

שמעקעדיג האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:יאיר, לפי דבריך דאן זאל מען אויפהערן דרש'ענען ווי גוט ער איז. פארוואס הער איך ביי יעדע צרה אז באמת איז אלעס גוט גוט גוט....

נו, אפשר קענסטו שתדל'ן ביי די בעלי דרשנים. האסט דאך פראטעקציע.

פראטעקציע? כ'געדענק נישט אויפן מאמענט...

יאיר פרובירסט דא צו נעמען אלעס וואס איך האב געלערנט פון אלס קינד און עס אוועקמאכן כלאחר יד? עס גייט נישט אזוי. די שאלות דרוקן מיר שוין יארן און עס פלאצט ארויס.

לאמיר אננעמען אז גאט איז טאקע נישט בלויז א גוטער, אבער גערעכט איז ער זיכער! נישט אזוי? הצור תמים פעלו, כי כל דרכיו משפט, צדיק ה' בכל דרכיו, צדיק ה' כי פיהו מריתי, וכו' וכו'. קענסטו פארשטיין געבן די שרעקליכע פאסירונגען?

אבוויעסלי, אז ער שיקט אונז א עונש דארפן מיר זיך מתבונן זיין, עפעס וויל ער דאך! ער שיקט נישט סתם אזוי קיין האלאקאוסט אדער טארנעידאס פאר פאן. א בליץ כדי לפשט עקמומיות שבלב קען איך הערן, עס איז "פראפארשענד" צו דעם מטרה, אבער שיקן א צונאמי וועגן גויים זינדיגן אדער אנצושרעקן אידן אדער צו ווייזן זיין שטארקקייט אדער איינזינקען טויזענטער אומשולדיגע מענטשן אין אקעאן ווייל דער בויער האט זיך אויסגעדרוקט אז קיינער קען נישט זינקען דעם שיף איז, ווי מען זאגט ביי אונז, די פאנישמענט דאזנט פיט דע קריים. ס'שרעקעדיג!



ווען עמיצער גייט ארויס אויפן גאס ווינטער, ווען עס איז ביטע קאלט, און ער פארקילט זיך געפערליך, האסטו טענות אויף גאט?

ווען דער פארקילטער פארשוין, נעמט זיך הוסטן, און באקומט פיבער און גייט נישט צום דאקטער, ווייל ס'איז נאו פראבלעם! און ער באקומט א לונגעו אנטצינדונג, און א ביטערע אינפעקציע און שטארבט, האסטו טענות אויף גאט?

זיכער אז נישט! דער מענטש האט געברויכט אכט געבן אויף זיין געזונד. (הכל בידי שמים חוץ מצינים ופחים).

יעצט, ווען דער קאפיטאן פונעם טיטאניק האט געוואוסט אז אן אייזבארג איז דערנעבען, אבער ער האט זיך אויסגעלאכט ווייל דער טיטאניק איז אומזינקבאר, און די שיף איז געזונקען און טויזנטער אומגעקומען, בלעימסטו גאט?

דעם צונאמי פארענטפערט דאס טאקע נישט, אבער די מארדן אין רעוואנדע, הוצוס און טוצוס יא.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

שליחה דורך smartinof »

יאיר, ווי איך פארשטיי פארענטפערסטו נישט גארנישט נאר ביסט מסביר ווי גוט עס איז ווען מען פרעגט נישט קיין קשיות, קומט דאס נישט אהער, דא רעדט מען ווען די קשיא איז שוין יא שווער וואס איז דער ענטפער, אויב סאיז דא, און וואס איז דער בעסטער ביאור המתיישב על לב השואל, עצות דאכט זיך האט שמעקעדיג אויך נישט געזוכט
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

איך האב געליינט וואס שמעקעדיג האט געשריבן, און מיט מיין קורצן שכל, באגרייף איך בכלל נישט די קשיא וואס שמעקעדיג האט לגבי רעגן.

ער האט א פראבלעם אז ער ווערט נאס? נעבעך נעבעך. איך קען פשוט אויסגיין פאר צער אז ער ווערט נעבעך באנעצט, און זיין הוט גייט צוגרינד. R U FOR REAL?

איך האב א פיל גרעסערן פראבלעם אז די קאץ עסט אויף דאס נעבעכדיג מייזל, וואס אנטלויפט מיט די נשמה אין די הענט.
איך האב פיל מער רחמנות אויף די שעפעלע, וואס דער וואלף פארצוקט עס אכזריות'דיג.
איך האב פיל מער מיטלייד אויף דעם שיינעם פישל וואס שווימט און וואסער, און אן אדלער גיט אים א פרעס אויף אין א סעקונדע.
איך שוין שטארק די מיליאנען קליינע פישלעך, וועלכע ווערן א פרישטאג פאר דעם גרויסן פיש.



דער וואס זאגט א רעגן איז אומעטיג און גרויליג, איז סעלפיש און און אראגאנט. עס איז טיילמאל אומבאקוועם, אבער גרויליג? R U NUTS?
רעגן איז שפרודלדיג און ביוטיפול, עס קלינט די וועלט, עס רייניגט די אטמאספערע, און הייבט אן א קייט פון שפראצונגען און גראוט וואס מאכט די וועלט ארבעטען און טוען זיין דזשאב.

באלד וועט קומען א צווייטער משוגענער און זאגן אז די אויגן איז א סטופיד ארגאן. אסאך מאל טרערט עס, טיילמאל ווערט עס רויט. געוויסע מאל ציפט עס... דער אייבישטער האט געגופט...

מענטשן דארפן עטליעסט פראבירן צו נוצן זייער שכל ווען צו קאמפלעינען. רעגן איז נישט איינס פון די. סארי.

איך האב געקלערט אז צו הערן אזא סארט טאטאל צעדרייטע סטעיטמענט אז רעגן איז עקלדיג און א נארישע פאטענט, פון אזא איינעם ווי ריטשארד דאקוינגס אדער קריסטאפער היטשינס!
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בום! קראך!! א זעץ ווי א דונער אינמיטן העלן.... נאכט!

א מעכטיגער דונער האט אפגעהילכט אין מיין הויז 2 אזייגער טיף אינמיטן די נאכט. דער וועטער נביא האט פאראויסגעזאגט א "טאנדער-שטורעם", און דער משנה עתים ומחליף את הזמנים האט זיי געפאלגט, אבער נאך ווי! עס האט גע'מבול'ט און אנגעהויבן פארפלייצן די גאסן, און אויפאמאל א בליץ פארבלענדעט די אויגן, נאכפאלגענדיג מיט נאך א זעצנדיגער דונער וועלכע האט שיער אויפגעקראכט די פענסטער, און אויפגעשאקלט די בעטן.... מיין ווייב האט זיך אויך דערוועקט, און צוביסלעך איין קינד און נאך א קינד, אלע מיט א געוויין בשעת דאס הארץ צאפעלט זיי פאר שרעק... זיי קומען צו לויפן אין מאמי'ס בעט, מען צינדט אן א לעקטער, און צעביסלעך ווערט יו"ט אינדערוואכן, און מען גייט עסן א "מידנייט סנעק"...

בלילה הוא נדדה שנת שמעקעדיג.... וזוגתו... וכל בני ביתו....

וואס איז געווען דער אויפטו פון די דונערן? מילא די בליצן, קומט דאך כדי לפשט עקמומיות שבלב; אבער די דונערן?? מילא איך האב געזינדיגט, אבער די תינוקות שלא טעמו טעם חטא, "והטף למה באו"?

=============================================================
אנטשולדיגט מיר פאר'ן איבער'חזר'ן די זעלבע אדער ענליכע קלאגערייען; איך מוז פשוט ארויסגעבן מיינע דרוקענדע מחשבות...
=============================================================
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זוכער האט געשריבן:איך האב געליינט וואס שמעקעדיג האט געשריבן, און מיט מיין קורצן שכל, באגרייף איך בכלל נישט די קשיא

זוכער, ביטע בארואיג זיך.
קודם, ווער האט געזאגט עס איז גרויליג?
און נאכדעם, מען האט יא דערמאנט ברמז די אנדערע פראבלעמען, סיי אין אנדערע אשכולות (ווי איך האב צוגעלינקט), און סיי די טינט אין מיין פעדער איז נאך אנגעפולט ביז ארויף, עס קומט נאך אסאך.
פליעז לייען מיט התבוננות בעפאר דו שיסט צוריק.
וירח ה' את ריח הניחוח
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

שמעקעדיג האט געשריבן:בום! קראך!! א זעץ ווי א דונער אינמיטן העלן.... נאכט!

א מעכטיגער דונער האט אפגעהילכט אין מיין הויז 2 אזייגער טיף אינמיטן די נאכט. דער וועטער נביא האט פאראויסגעזאגט א "טאנדער-שטורעם", און דער משנה עתים ומחליף את הזמנים האט זיי געפאלגט, אבער נאך ווי! עס האט גע'מבול'ט און אנגעהויבן פארפלייצן די גאסן, און אויפאמאל א בליץ פארבלענדעט די אויגן, נאכפאלגענדיג מיט נאך א זעצנדיגער דונער וועלכע האט אפגעהילעכט אינדערהיים, שיער אויפגעקראכט די פענסטער, און אויפגעשאקלט די בעטן.... מיין ווייב האט זיך אויך דערוועקט, און צוביסלעך איין קינד און נאך א קינד, אלע מיט א געוויין בשעת דאס הארץ צאפעלט זיי פאר שרעק... זיי קומען צו לויפן אין מאמי'ס בעט, מען צינדט אן א לעקטער, און צעביסלעך ווערט יו"ט אינדערוואכן, און מען גייט עסן א "מידנייט סנעק"...

בלילה הוא נדדה שנת שמעקעדיג.... וזוגתו... וכל בני ביתו....

וואס איז געווען דער אויפטו פון די דונערן? מילא די בליצן, קומט דאך כדי לפשט עקמומיות שבלב; אבער די דונערן?? מילא איך האב געזינדיגט, אבער די תינוקות שלא טעמו טעם חטא, "והטף למה באו"?

=============================================================
אנטשולדיגט מיר פאר'ן איבער'חזר'ן די זעלבע אדער ענליכע קלאגערייען; איך מוז פשוט ארויסגעבן מיינע דרוקענדע מחשבות...
=============================================================


בליצן האט א וויכטיגן צוועק - בסך הכל ביסט נישט אינפארמירט. און דו ביסט פארכמורעט אז די קליינווארג זענען דערשראקן ביינאכט.


ידידי היקר: בליצן און דונערן העלפן די סאויל, און גיין אריין נויטיגע נייטראדזשין טיף טיף, ווי סתם רעגן וואסער גרייכט נישט. גאט האט עס נישט געמאכט סתם אויפצורעגן דיינע שעפעלעך

ליין דא: http://science.blurtit.com/13267/does-l ... elp-plants

רבי אביגדור מיללער האט אן אנדערן סייענטיפישן מהלך, ובחרתי בחכמי בוטניים וחוקרי געאלוגים שדבריהם נשמעים ביותר בפורום הנוכחי.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

שליחה דורך smartinof »

זוכער האט געשריבן:


דער וואס זאגט א רעגן איז אומעטיג און גרויליג, איז סעלפיש און און אראגאנט. עס איז טיילמאל אומבאקוועם, אבער גרויליג? R U NUTS?
רעגן איז שפרודלדיג און ביוטיפול, עס קלינט די וועלט, עס רייניגט די אטמאספערע, און הייבט אן א קייט פון שפראצונגען און גראוט וואס מאכט די וועלט ארבעטען און טוען זיין דזשאב.

קיינער זאגט נישט אז רעגן איז ממש גרויליג, האסט ווי פארשטייט זיך נישט תופס געווען די פוינט, בסה"כ האט מען דא פרובירט פארשטיין געבן, אז וויבאלד דער רעגן האט א גוטע מטרה, עס רייניגט די וועלט, עס הייבט אן קייט כו', און די ענדיג צו די ליסטע, מיינט נישט אז דער עצם רעגן איז גוט, די תוצאות זענען גוטע, מיינט נישט אז דאס אליין איז גוט, פארשטייסט?
[tag]שמעקעדיג[/tag] האסט מיר געמאכט שמייכלען מיט דיין געשיכטע, אבער משל דיך אויס ווי א בלינדער מענטש וואקט פונקט און גאס צוויי ביינאכט, רואיג און געמוטליך, און צווייטען עק וועלט זיצט זיך א פארמער מיט אן אלטען תהילמעל, אדער עני קיינד אוף פרעאיר בוק, רייסט איין ביי זיין גאט ער דארף עמעדזשענסי רעגן, גאט האט א יעצט א פראבלעם ער דארף רעגן, אבער דער בלינדער שפאצירט זיך וויאזוי זעט מען אים אריין אינדערהיים, איז ער אויפגעקומען מיט א איינפאל, מען גייט מאכן א דינער אזוי וועט דער בלינדער וויסען אז יעצט דארף מען אהיימלויפען, ובכל על מקומו יבא בשלום...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך טראכט מיט רחמנות ובצחוק מכאיב פון דעם טאנצעדיגן צאפל וואס דער בלינדער האט געגעבן ווען ער האט פלוצים געהערט א זעצנדער דונער 8-) :x
וירח ה' את ריח הניחוח
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

smartinof האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:


דער וואס זאגט א רעגן איז אומעטיג און גרויליג, איז סעלפיש און און אראגאנט. עס איז טיילמאל אומבאקוועם, אבער גרויליג? R U NUTS?
רעגן איז שפרודלדיג און ביוטיפול, עס קלינט די וועלט, עס רייניגט די אטמאספערע, און הייבט אן א קייט פון שפראצונגען און גראוט וואס מאכט די וועלט ארבעטען און טוען זיין דזשאב.

קיינער זאגט נישט אז רעגן איז ממש גרויליג, האסט ווי פארשטייט זיך נישט תופס געווען די פוינט, בסה"כ האט מען דא פרובירט פארשטיין געבן, אז וויבאלד דער רעגן האט א גוטע מטרה, עס רייניגט די וועלט, עס הייבט אן קייט כו', און די ענדיג צו די ליסטע, מיינט נישט אז דער עצם רעגן איז גוט, די תוצאות זענען גוטע, מיינט נישט אז דאס אליין איז גוט, פארשטייסט?


[tag]smartinof[/tag] ניין איך פארשטיי באמת נישט. אויב רעגן איז דער יסוד פון די וועלט, און אן דעם קען גארנישט עקזעסטירן, און דאס ברענגט די שפע, מי פתי יסור הנה און זאגט אז וויבאלד אז דער רעגן איז מיר יעצט אומבאקוועם, און עס מאכט שמוציג מיין רעקל, ממילא איז רעגן נישט קיין טובה פאר די וועלט... ווייל איך קוק נאר אויף מיר!

איך פארשטיי נישט נישט די קאמפלעינט, און דעם הסבר נאך שוואכער.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארוואס האט מען לכתחילה באשאפן אז רעגן אויף אזא אופן זאל זיין א יסוד פון די וועלט?
און פארוואס איז דא צונאמי'ס? ערדציטערנישן?
וירח ה' את ריח הניחוח
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס האט מען לכתחילה באשאפן אז רעגן אויף אזא אופן זאל זיין א יסוד פון די וועלט?
און פארוואס איז דא צונאמי'ס? ערדציטערנישן?


פארוואס גאט באשאפן אז אלעס אויף דעם עולם איז געוואנדן אין רעגן? ווייל אלעס דארף נארישמענט און חיות. וואסער איז די געטליכע מיטל צו ערפילן דעם דזשאב 100 פראצענט.

צונאמיס, וואולקאנען, ערד-ציטערנישן, מיאעטערן וועלכע שיסן אריין אין די וועלט -גלייב איך - אז דאס זענען ביידע סיגנאלן פון גאט. די אנשיקענישן ברענגען נישט קיין שום נאטירליכע תועלת - נאר גאט קען אנטשיידן פארוואס דאסקומט.

די סייענטיסן וועלן זאגן אז ערד-ציטערנישן זענען פלאטעס וועלכע שאקלען זיך ביים קאור CORE.
צונאמיס זענען ערד-ציטערנישן אין ים.
וואולקאנען זענען ווען די לשווא אין די וואולקאן-אקטיווע בערג ווערן אקטיוו און שיסן אויס מיט פישער און הייסע לאווא.

ביי זיי האט דאס אבער נישט קיין צוועק. זיי געבן אן די רעאקציע פון פאררוקטע פלאטעס, אבער ווייסן נישט ווען דאס וועט קומען ביז די לעצטע רגע.

אנדערש ווי דעם רעגן-בויגן, וואס מ'ווייסט ווען דאס וועט זיך באוויזן לויט דעם נאסן קלימאט.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זוכער האט געשריבן:
פארוואס גאט באשאפן אז אלעס אויף דעם עולם איז געוואנדן אין רעגן? ווייל אלעס דארף נארישמענט און חיות. וואסער איז די געטליכע מיטל צו ערפילן דעם דזשאב 100 פראצענט.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 18#p857418
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

שליחה דורך smartinof »

זוכער האט געשריבן:
smartinof האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:

[tag]smartinof[/tag] ניין איך פארשטיי באמת נישט. אויב רעגן איז דער יסוד פון די וועלט, און אן דעם קען גארנישט עקזעסטירן, און דאס ברענגט די שפע, מי פתי יסור הנה און זאגט אז וויבאלד אז דער רעגן איז מיר יעצט אומבאקוועם, און עס מאכט שמוציג מיין רעקל, ממילא איז רעגן נישט קיין טובה פאר די וועלט... ווייל איך קוק נאר אויף מיר!

איך פארשטיי נישט נישט די קאמפלעינט, און דעם הסבר נאך שוואכער.


שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס האט מען לכתחילה באשאפן אז רעגן אויף אזא אופן זאל זיין א יסוד פון די וועלט?
און פארוואס איז דא צונאמי'ס? ערדציטערנישן?

ועוד הפעם, רעגן איז זייער וויכטיג, אבער מהיכי תיתי גוט, און שמעקעדיג האט געפרעגט אויב גאט איז א טוב וטיב איז פארוואס ברוב טובו האט ער געמאכט אז די אלע זאכן וואס מען דארף האבן פון רעגן זאל זיין אויף אזא מהלך, ער וואלט דאס געדארפט מאכן אויף אם אופן עס זאל נישט האבן קיינע סייד עפעקטס, קליר אינאף
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און וואס איז די גוטסקייט אז א גאנצן זומער ווערט מען אויסגעפייניגט פון די שקצים ורמשים, די פליגן קיזלען און זיזלען אין די אויערן, די מוראשקעס קריכן איבעראל אין די קאנטרי, והעולה על כולנה אז די מאסקיטאס טעראריזירן די מענטשהייט עד זוב דם???
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

אינזער קעניג דוד האט שוין געפרעגט די שאלה
פארשפארט