די אָנהייב פון מיין לעבן

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אזויווי יעדע לעבנס שטייגער, איז דא מצבים און תקופות וואס זענען בעסער, און נאך בעסער, און אמאל גייט אלעס מיטן פוטער..
אין די דאזיגע יארן וואס איז פון דאן ווען כ'האב מיך אוועקגעצויגן פון לאנדאן און אנגעהויבן א נייעם בלעטל אין מיין היימשטאט, איז אויך אזוי [- ווען אייגענטליך בין איך נאך אין דעם תקופה, ווילאנג כ'האב נאכנישט חתונה נאכאמאל -] און אמאל איז מען אויפן לייטער ארויף, און אמאל גליטשט מען.
אבער איינמאל מ'האט זיך אויסגעלערנט א מאסיווע לעקציע אין לעבן, ווי א שטייגער נאך א שווערע טראגעדיע, און מ'האט זיך גאנץ גוט ערהוילט בחסדי שמים, ווייסט מען שוין וויאזוי זיך נישט צו פארלירן אפילו אין שווערע מצבים און תקופות וואס קומען מיט א שטורעם און גייען זיך ווייטער אוועק מיט די צייט, מיט די ווינטן וואס פירן דעם רעדל על פי חוקי שמים.
אט נאך וואס איך האב באקומען א ספעציעלע נאמען אין די וועלט, מנשה לוסטיג דער הומאריסט! האבן זיך עטליכע היימישע קאמפאניס צוגעכאפט צום מציאה, אז מ'קען מיך נוצן פאר אדווערטייזמענט.
איך האב באקומען יענעם יאר, תשע''א, עטליכע רופן פון געלעגנהייטן צו לייזן אפאר גרייצער, פארן זיך פשוט אהערשטעלן און מאכן פענימער..
פאר מיר איז עס פשוט מאכן פענימער, אבער די צושויער קוקט עס נישט אן פשוט – לויט ווי איך הער אלץ צוריק, און עס ציט אויפמערקזאמקייט ביים אלוועלטליכער ציבור, און אוודאי ווער ס'איז א מבין אויף א גוטן אקט אויפן טאקט, קוועלט ספעציעל א הנאה געפיל, ביים וויסן צו קאטעגאזירן אין וועלכע טאלאנט איך געהער, און טויג.
ס'קומען חודש אדר, וואס איז דאך מיין סעזאן לכל הדיעות, ווען איך בין געבוירן, און ווען איך בין ווי דער פוקס אויפן קעניג שטול, און דעם יאר האט מיך צו ערשט די וועכענטליכע בילדער מאגאזין – דער וואך, מיך גענומען אויף בילדער, און דערמיט מחיה געווען ווער ווייסט די צאל טויזענטע היימישע משפחות אינעם שבת זכור.
די מאנאטליכע אויסגאבע – דער בליץ, האט מיך אויך געבעטן צו מאכן עפעס באזונדערס, און מיר זענען אראפגעפארן צום וואקס מוזעאום אין טיימס סקווער, ווי איך האב זיך פאטאגראפירט מיט אסאך סטעטשוס דארט, און מ'האט נאכדעם געוועלט וועלכע איז דאס בעסטע, דערויף אויסצושטעלן א געלעכטער געשיכטע לכבוד פורים, להנות בהם בני אדם.
דער באקאנטער ערשטער היימישער זינגער ביי שמחות – מיכאל שניצלער, האט מיך פארבעטן צו נעמען אנטייל אין זיין די.ווי.די. צוזאמשטעל, און אויך דארט האב איך גוט אריינגעפאסט און געוואונען אויפמערקזאמקייט פון די ארגינעלקייט פון מיין טאלאנטפולע אקט.
און אזוי ארום בין איך שוין אנגעקומען דאן אויף 'קול מבשר' אינעם פורים אפטיילונג, ווי דער שטענדיגער בדחן – יואלי לעבאוויטש, האט מיך פארבעטן אנטייל צו נעמען אין זיין יערליכע ארבעט, און ס'איז געווען א געשמאקע צוזאמארבעט, ווי מיר האבן שפעטער א חודש ווידער געדינט צוזאמען פאר די קומענדיגע פראיעקטן.
דאן א חודש שפעטער איז געווען די פסח אדווערטייזעמענט פאר 'שטריימל סענטער' און אויך פאר 'פראנטא-קאר-וואש', ווי איך האב זיך געלאזט פאטאגראפירן און רעקארדירן פאר א גאנץ גוטע פרייז, און דערמיט געדינט פארן יערליכע אדווערטייזמעט [וואס זיי האבן עס נאך גענוצט פאר די נעקסטע פאר יאר..]
מיינע העוויות און פרצופים איז געווארן א שם דבר, אלץ די ארגינעלקייט, און אסאך האבן זיך צוגעכאפט דערצו, אבער נישט יעדער איז גרייט צו באצאלן, דערפאר האלט עס אזוי שטייט ווי עס האלט, אז ווען ס'וועט זיין באשערט נאך וועט אונטערקומען נאך קונים און אפערערס.
אין יענע סעזאן האב איך אויך באקומען א זעלטענעם קרוין, ווען די סקווערע חדר אין מאנסי האט מיך ערוועלט אלץ 'מקבל פרס – משמח אלוקים ואנשים', וואס האט געזאלט שלעפן גרויסע געלטער, פון די פולע עדס, און כ'האב זיי טאקע נישט אנטוישט, ווען איך האב אנגעיאגט צו זאמלען א ריזן צאל עדס, וואס אסאך מעריצים האבן אריינגעשריבן אינעם דינער דזשורנאל לכבודי, וואס איז געווען מער לשם מצוה פאר די מוסד ווי איידער פאר מיין נארישע כבוד..
איך האב דאן אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע רעדע, וועגן מיין ניסיון בחיים אינעם עבר, וואס האט עלעקטרעזירט דעם ציבור, און אלע זענען געזיצן פארכאפט די אטעם ביי מיין דרשה.
דאס אלעס איז גוט און ווערד ווי א שמעק טאביק.. טאקע בעסער ווי א פאטש, און בעסער ווי בושות, אבער נישט בעסער ווי א בלאט גמרא און א חסידיש שטיקל מאור עינים.
וואס האב איך יא פון די אלע קאמעדיע שטיקעס? אז מ'קען ארויפציען א שמייכל ביים גלות יוד, באשר הוא שם, צו א חולה, צו א נצרך, צו א קשי יום, און ווער קען דען נישט נוצן א שמייכל, איז עס והיה זה שכרי והנאתי.

איך אליין פאר זיך, זאלט איר נישט קלערן האט זיך דורכאויס די אלע פאמפעראציע סעזאנען זיך מיר געשמייכעלט, ניין! נישט אלץ ווען יענער לאכט פון מיר לאך איך אויך אינעווייניג.
אויך דער בדחן דארף א בדחן זאל עהם משמח זיין, ווי דאס באקאנטע סיפור – ווער ס'האט עס נאכנישט געהערט.
אז אמאל איז א יוד א באקאנטע שטאטס בדחן געפארן אונטערוועגנס, און דערפאר טאקע צו זוכן סיפוק און א עצה וישועה, וויאזוי ארויסצוקריכן פון שווערע געפילן און גלות פעטש.
הכלל, איז ער אנגעקומען אין א צווייטע שטאט ווי מ'האט עס בכלל נישט געקענט אויפן פנים, און הערנדיג אז דארט איז פארהאנען א יוד א חכם, וואס האט אלץ גוטע פאסיגע עצות פאר יעדן וואס האט א שווערע טאג, האט ער געמאכט א באזוך ביי יענעם גוטן יוד.
ווען יענער הערט זיין פראבלעם, זאגט ער עהם, איר קומט דאך פון יענע שטאט? אין אייער שטאט איז דאך דא א באקאנטע בדחן וואס איז משמח יעדן און קען אפילו א קאלטע שטיין מאכן לאכן.. יענער וועט דיך אויך אויפהייבן פון דיין שווערע געמיט.
יא יא!! ר' יוד.. יענע בדחן פון מיין שטאט.. דאס בין איך אליינס..
און ווייל מ'קען נישט ווארטן אין די רייהע אז די מזל און גוטע מוהט זאל קומען ווי א גלעטעדיגער ווינטל, האב איך זיך מיטגעכאפט דא און דארט אויף נסיעות'לעך אויף שבתים, און געפארן צומאל אין האטעלן, און זיך באקאנט געמאכט מיט פרישע חברים.
און ווען מיין שווער [כביכול..] האט חתונה געמאכט די קינדער אין די רייהע, האב איך אוודאי גענומען די מיה און מיט מיין זיס קינד אהינגעפארן איבערן ים קיין לאנדאן, מיטצוהאלטן זייער שמחה פונקט ווי מיינע, ווי איך בין אלץ געווען איבערצייגט, זייער געטריישאפט צו מיר אן קיין גבולים.
דורך די עטליכע יאר, האט ער חתונה געמאכט דריי קינדער, און צו יעדן פון זיי באזונדער האב איך געשפירט א פליכט פון הכרת הטוב, אויף טובות און טובות אן א שיעור, וואס זיי האבן דאס גאנצע הארץ געגעבן אלץ, צו העלפן און געבן און געבן, גענוי ווי מיין יודענע ע''ה, מיט א געוואלדיגע ברודערשאפט, און דערפאר האב איך געשפירט אט די רייזעס צו זייערע – מיין – שמחות, ווי דאס בעסטע דערפרעשמענד, אויף אנציציען ווייטער דעם וואגן אין גלות..
איך ווייס גוט, אז זייענדיג דארט, נאר אריבער'גייענדיג דעם שוועל פון זייער דירה, דארף איך מער גארנישט זארגן, ווייל עסן, קליידער, שפעזן, געלט, געהילף, איז אלץ גרייט אן קיין געפיל פון בושה חלילה, נאר ווי נאטורליך אז יעדער זאל זיך שפירן גוט.
און כ'וואלט אפען געזאגט, אז דארט שפיר איך זיך נאך באקוועמער ווי מיין אייגענע משפחה, און ווען נישט זיי וואוינען איבערן ים וואלט איך אוודאי נישט אנטלאפן פון זיי.
ס'דאך מהשם מצעדי גבר, דארף מען זיך נאר לאזן פירן. און יא, דער אייבירשטער פירט גוט!

ווען איך שטיי ביים שוועל פונעם סוף יאר תשע''א, א יאר וואס איז געווען א רייך מיט מיין אייגענע היסטאריע דערין, אבער ס'נאכנישט געווען געענדיגט, ווען – מיט א בליק אויף צוריק זע איך אז – איך האב נאך געהאט מיטצולעבן עטליכע געשעענישן וואס זענען היינט אין מיינע אויגן גאר היסטאריש.
מקודם, ווען שבת פרשת שופטים, האב איך פארוויילט אינעם ברך משה קאלאניע, וואס איז אייגענטליך געווען אויפן זייט וואס געהערט פאר משפחת בענעדיקט שיחיו, וואס האבן מיר אזוי ווארעם מארח געווען, און כ'וועל עס נישט פארגעסן אזוי שנעל.
און היינט צוטאגס דערמאן איך זיך גוט, אז טאקע יענע לב טוב, וואס האט מיר אנגעגרייט א נארהאפטיגע פרישע סעודה, מוצאי שבת ווייט נאך חצות הלילה, און זונטאג אינדערפרי מיט פרישע געקעכצן און גאנצע טעצער פריש געשניטענע ירקות, און מיט אזא פשטות כאילו איך וואלט באצאלט פאר א פינעף שטערנדיגע האטעל פלאס עסן..
טאקע ער, מנחם שטארק הי''ד, ער און יבדל לחיים טובים זיינע טייערע שוואגערס און משפחה ארום, וואס האבן מיר – און אלע באטייליגטע פון די שכנות'דיגע זומער הייזער – געגעבן די עונג שבת און גוטע טעם וואס גייט נישט אוועק פון צונג.
און איבערהויפט בין איך נתפעל געווארן פון נאך אייגענארטיגע הנהגות דארט, און ס'געווען א שבת אזאנס צום געדענקן!
איך האב דארט אינעם ברך משה שול, זיך באגעגענט מיט מיין יוגענד פריינד נאך פון חדר אין שיכון סקווירא, היינט א חשובער יונגער רב – הרב ר' יוסף מרדכי וואגשאל שליט''א – איידים פונעם קרית יואל'ער דיין, ר' געציל בערקאוויטש שליט''א, און ווי זיינע מעריצים רופן עהם ר' יוסף מרדכי – טאטע העלף!.. צוליב זיינע שטענדיגע אויסדרוק כלפי מעלה און וואונדערליכע הילף פאר יעדע מבקש.
יענע שבת האט געהאט אלע טעמים, ווי איך בין איינגשטאנען ביי משה.. כ'געדענק נישט יעצט זיין נאמען.. און אלעס האט געלעבט א שבת א געשמאקע, ווען אינעם זייט אראפ ביים טייכל, דזשומען אסאך מאסקיטאס, דארט האב איך געשריבן מיין ארטיקל וועגן די מאסקיטאס.. און יענע טייכל האט נאך געפלאסן אלץ שיירים פונעם מבול וואס האט באטראפן די אפסטייט יענע יאר.

אויך דאס אויסגאנג פונעם יאר צום נייעם יאר – תשע''ב, איז געווען אין מיינע זכרונות היבש היסטאריש, מקודם ווען מיין שוואגער ליפא שמעלצער האט געלייגט דאס גרונדשטיין פון זיין שול'כל, אין עירמאנט, און אויך איך האב געווארפן א שטיין א גרויסע אינעם גרונד פונעם פודאמענט, מיט א תפילה אז נאר גוטע און זויבערע בקשות יודישע זאלן דא דערהויבן ווערן לשמים און פועל'ן נאר גוטע השפעות און ערליכע.
מ'האט געבעטן תחל שנה וברכותיה.. און יעדער האט זיך באקומען זיין פארזיגעלטן יאר.
און וויפיל איך קלער צוריק, פון יענעם סעזאן אנהייב תשרי תשע''ב, באנעמט מיר א קעלט, ווען איך קלער גוט אריין, אז טאקע פאר מיר איז עס געווען גוט פארזיגעלט אז כאטש בעסערע צייטן ווי פארדעם האב איך דערלעבט, אבער נישט אלע אזוי ווי מיר זענען געווען פארזיגלט לחיים טובים.
און כ'האב דאס אסאך געזען דורכאויס די יארן, אז ווען אי האב געוויינט און אנדערע האבן געלאכט, ווען איך האב געלאכט און אנדערע געוויינט, איז וואס טייטש ס'געווען א גוטע יאר צו נישט? ווענד זיך פאר וועמען..
טאקע דאן האב איך שוין געהאלטן נאך אסאך מאל זיך טרעפן מיט גרושות, וואס מ'האט מיך אלץ אנגעטראגן אן א אפהאלט.
אלץ מיט אנדערע תוצאות, אבער ווי דער רבי שליט''א זאגט, אלעס איז נאר א הווא מינא, מ'דארף א מסקנה..
אינמיטן איין אזא דייטינג, הער איך היסטערישע פייערלעשער רופן, וואס האט פאסירט? כ'האב דאך נישט געקענט אנטלויפן אינמיטן זיצן מיטן שיינעם אנצוג אקעגן איבער א מדוברת.. אבער למעשה איז יענער אנטלאפן אלץ נייגער.. און כ'האב שוין גלייך געזען אז איך קען איר לאזן לויפן..
איך וואלט געקענט שרייבן א וועלט מיט עקספיריענס פון מיינע פגישות.. אבער עוד חזון למועד, קודם לאמיר שוין זוכה זיין צו א מסקנה.
אבער יענע פייער, אוי יענע פייער..
טויבענפעלדס הויז! ר' משה מנחם טויבנפעלד'ס הויז האט אראפגעפלאקערט ביזן גרונד!
אויב האט ער נאכנישט גענוג מיטגעמאכט ביז דאן, נאכן פארלירן זיין ערשטן ווייב און פיצל קינד אינעם אויפרייס אין ירושלים אויף באס קו שתיים, און שפעטער מיט נאך ענליכע צרות, ווי ער האט פארלוירן מער ווי איין אייניקל אין אזא טראגעדיע, און ענליכע טראגעדיעס ה' ישמרנו.
און שוין נאכן פייער – גאנץ לעצטענס וויפיל קאפ וויי די רשעי ישראל, מוסרים עוכרי ישראל האבן אויף עהם ארויפגעקלעבט בזדון ושאט נפש, אבער ווער איז נאך אזא בעל הרחמים ווי דער ליבער פאטער אין הימל, וואס זיין השגחה איז אומעטום און מיר האבן נישט וואס צו טייטשן און זאגן פירושים אויף קיין שום זייט.
אבער פאר מיר איז עס געווען און איז נאכאלץ – ווען אומער איך שפרייז אריבער דעם אפגעברענטן הויז, א ווייטאג און פחד צוזאמען, ווייל אין מיינע פולע עקספירינס די לעצטע יארן, איז ר' משה מנחם א גרויסע חלק אין די ערהוילונג מיינע, און דערצו הויפענעס חיזוק און פאקטישע הילף וואס איך טוה נאך היינט גענאסן פון עהם.
אבער מיר פאר זיך איז יענע יאר דווקא געווען זיסלעך ווען נישט די שווערע בשורות פון אנדערע.
איך האב מיר אלץ געשטופט אויפן יונגערע און פרייליך לוסטיגע זייט, און כ'האב שוין געזען אז מסיח דעת זיין פון פחדים פון דאגות איז די איינציגע וועג ארויסצוקריכן – כאטש נישט אריינפאלן אין שווערע מצבים אינעם עתיד.
מ'דארף זיך האלטן אין גלייכגעוויכט, און גיין פאראויס א טריט נאך א טריט, אראפ'פלאשן די עגמת נפש, און אויסלעקן דעם טאפ פון שמחה ווען עס מאכט זיך נאר, ביזן לעצטן לעק.
דערפאר אז איך האלט מיך אלץ יונגער ווי עלטער, איז געווען א חידוש, ווען אין סקווירא האט מען געמאכט א 'שבת האספו' פאר די עלטערע קלאסן פון 35 יאר און ארויף, און איך בין זיך אנגעקומען אויפן שבת, ווייל איך געהער צום עלטער פון 35!
א יאר שפעטער האט מען געמאכט א 'שבת האספו' פאר די יונגערע קלאסן יונגעלייט, און ר' אהרן מענדל דעם רבינס בכור, וואונדערט זיך מיר צו טרעפן דארט אויכעט..
און איך זאג עהם, אז איך טאנץ אויף ביידע חתונות.. ווי מ'קען טאנצן אויף שמחות בין איך א מחותן..
און אזוי און נאר אזוי האלט מען דעם קאפ גראד און געזונט.
המשך יבוא בעזהשי''ת
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

איך האלט דא שוין ביים יאר תשע''ב צו מזל, און ווי כ'געב א קוק אז איך האלט שוין ביי א היבשע צאל בלעטער פון שילדערונגען, איז עס א בחינה פון 'בא בימים' אז מ'קען מאכן א סיכום פון די יארן, און כאטש עפעס ארויסנעמען דערפון א לעקציע.
ווי געשריבן, אז ווען ס'שמייכעלט פאר איינעם איז צומאל נישט אזוי פאר אנדערע, און אזוי אויך דעם יאר איז מיר געווען היבש שמייכלדיג וויפיל ס'שייך אין יעדע מצב באשר אנחנו שם, אבער איך בין נישט דא אויסן צו שילדערן געשיכטעס פון אנדערע, ווען יעדער האט אליינס די מעגליכקייט צו פארצייכענען און צוגעבן זייער ניסיון בחיים פאר די קומענדיגע דורות.
אבער פונקט דאס יאר איז אוועק פון די וועלט א יוד – ר' אברהם רובינשטיין ע''ה, וואס איז געווען אליינס אויפן וועלט, נאכן זיך אפטיילן פון זיין ווייב אנע קינדער, אן קיין קדיש זאגער, און אן קיין ספעציעלע אנדענק.
איך האב געשריבן א מאמר אין מיין ערשטע ביכל 'זאל זיין געלעבט' וועגן עהם, און דערמיט פאראייביגט מיינע געפילן, אויפן מאמענט ווען כ'האב אויסגעמעקט זיין קאנטע אין גראסערי נאכן פטירה זיינע, ווען ער איז גראדע נישט געווען שולדיג קיין פרוטה.
און טאקע אין גראסערי ווי איך שטיי און טו באדינען דעם ציבור, האט אויך דאס יאר נישט איבערגעהיפערט דאס כאאס פון ערבי פסחים, ווי אלע ווילן ווי שנעלער האבן ערלעדיגט אלעס, און צו מיינע אנגעצויגענע קרעפטן און נערווען, וואס אויך די אויבערהארן לאזן נישט נאך.
אז ווען עס קומט שוין די מאמענט פון חירות, איז עס נישט כאילו יצאתי ממצרים, נאר ממש באפרייט און דערפרייד.
ס'קומען און גייען מינדערוויכטיגע פראבלעמען, אבער ווען כ'קוק צוריק קעגן די גרויסע בערג פון אמאל, איז עס נישט מער ווי א שאקל, וואס מ'כאפט זיך אן ביי די לייצעס און מ'לאזט די צייט אריבערגיין.
און טאקע ביים הייבן די כוס ביי 'והיא שעמדה', זאג איך מיט כלל ישראל צוזאמען, שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו.. נישט איין פראבלעם, נישט איין שווערע מצב, נישט איין ריזן שטיין האט זיך געשטעלט איבערן קאפ, און געוואלט פון אונז מאכן א דומם.
און נאר אונזער איינציגער אייביגער האפענונג, אז והקדוש ב''ה מצילנו, הוא יצילנו מידם, דאס דערהאלט און געבט צו דערלעבן די אפענע חסדים ורחמים.
און ווי מ'זאגט שפעטער אין די הגדה, שלא את אבותינו בלבד גאל, אלא אף אותנו..
און מ'בעט און מ'האפט נאר, אז שמחנו כימות עיניתנו, כאטש אזויפיל וויפיל מיר זענען געפרואווט געווארן, זאלן מיר זוכה זיין צו פרייליכע מאמענטן און געזונט יודישע נחת לרוב.
אבער דערווייל זעמער נאך אינעם בור הגלות, און וויפיל מיר קענען זיך דערפרייען און לייכטער מאכן, אין קליינע און גרויסע מצבים, איז הכל ריווח.

וואס איך מיין צו זאגן וועגן קליינע און גרויסע מצבים, איז כאטש מ'קען נישט זאגן אפילו אויף איין טאג אין גלות אז עס איז גלאט געשמאק, דאך איז דאנקן גאט נישט אזוי אין גרוב די מצב, ווי כאטשיג ווען אנדערש.
און איך דערמאן זיך שוין אפילו שווער צוריק, די מצבים פון וואך צו חודש אין קוים עטליכע יארן צוריק, וואס אסאך פון זיי זענען געווען מער פחדים ווי דאס קלאפ אליינס, און מער בושה און אנטוישונג ווי איידער פאקטישע פעטש אין פנים.
סיי ווען מ'האט צוטון מיט קאסטומערס אין געשעפט, סיי ווען מ'האט צוטון מיט סתם קלעבערס וואס זוכן צו רייטן אויף יענעם אויפן גאס, און סיי ווען מ'דערשלאגט זיך אין פיזישע צו גייסטישע ווייטאגן, וואס זיך צו ערהוילן דערפון קען נעמען לאנגע חדשים, ב''ה נישט יארן.
אין די פאר יאר, האב איך באקומען א מאדנע ווארצל אויפן פוס פלאך, וואס איך געב שטארק אכטונג פון דזשערמס, און דאך האט זיך געמאכט עפעס אזאנס, וואס די פחדים הייבן אן שפילן אין די מחשבות אויף די ערגסטע ר''ל.
און אנגעהויבן פונעם פוס דאקטאר, און געענדיגט ביים פוס ספעציאליסט – נאך לאנגע חדשים שפעטער פון באהאנדלונג, דערזעט מען זיך פטור פונעם ווארצל, און פטור פון פחד און אויך פיזישע יסורים פון די היילונג אינסטרומענטן.
און דאס איז קיין סוד נישט געווען, ווען ס'איז ארויס אינעם ווירטואלישע וועלט, א ווידיאון קליפ, ווי איך טאנץ מיט א אויסגעלאסענע פרוי, וואס באמת איז עס געווען א אקט פון יענע פרוצה קעגן מיר לתיאבון, אין די צייט וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט דערפון, בשעת עס איז געווארן אפגעכאפט.
אבער פאר יענס האט פאסירט, האט פארדעם פאסירט עפעס אסאך שווערער, וואס איז פאר מיר געווען ביטער שווער איבערצוטראגן.

געווען איז עס אינעם זומער פון יאר תשע''ג, ווען איך האב געוואוינט ביין מיין טאטן אין הויז.
דאס גאנצע אהינקומען וואוינען, איז געווען א בדיעבד'דיגע, דעמאלטס ווען איך בין צוריקגעקומען פון לאנדאן מיט מיין פיר יעריגע יונגעלע, נאך וואס מיין יודענע איז פלוצלינג נפטר געווארן, און כ'האב זייער געוואלט האבן א אייגענע דירה פאר זיך, אבער ווער וועט קאכן און וואשן פאר מיר און פאר מיין קינד?
האב איך דעמאלטס געקלערט אויסצוניצן דאס גוטסקייט פון געשוויסטער, וואס האבן מיר היבש אנטוישט און צוריקגעוויזן יעדע בקשה, מיטן אויסרייד, גיי צו טאטי מאמי, זיי ווילן גערן דיר אריינ'נעמען און העלפן.
איך האב דווקא נישט געוואלט אהינגיין, ווייל איך האב געוואוסט אז מיין לעבנסגאנג און זייערס איז זייער ווייט, און גאר קאמפליצירט צו וואוינען אין איין הויז, סיי פאר מיר און סיי פאר מיין קינד, לויט ווי איך האב עהם געוואלט מחנך זיין.
אבער ההכרח לא יגונה, קיין ברירה האב איך נישט געהאט! און געמוזט צוקומען צו די טובות פון וועמען כ'האב נישט געוואלט, און געגעסן די קומענדיגע יארן, טובות מיט לעפלעך טרערן..
איך האב אריינגעברענגט מיין קאמפיוטער ביי מיין שלאף שטוב, וואס איז געווען מיין ארבעט געצייג צו ערצייגן מאמרים און נאטורליכע ערצייגונגען, ווי איר אלע ווייסט און לייענט היינט מיינע סחורה, אבער זיי מיינע עלטערן האבן געקוקט דערויף מיטן א גאר קרומע אויג, און גאר פראבירט עס ארויסצושארן פון שטוב, אפילו מיט מיר צוזאמען, אויב ס'וועט אויספעלן.
איך האב זיך נישט געהאט ווי צו רירן, ווייל ממילא איך פאר מיר אליינס, וואלט איך שוין אנטלאפן ערגעץ, אבער איך האב נישט געקענט איבערלאזן מיין זון הפקר אין זייער הויז אן מיין באשיצונג אין יעדע מצב.
זיי האבן אוודאי געקלערט שטארק, אז ווען נישט זיי, וואלט מיין זון געהונגערט און אפילו אויסגעוואקסן ווילד און פראסט, אבער איך האב דאך געהאלטן פונקט דאס פארקערטע, אז ער עסט נישט געהעריג, און וואקסט אויף מיט פחד פון זייערע קאפריזן לרוב.
אבער אזוי האב איך געשטופט די פאר יארן, פול מיט צער און הארץ ציפעניש, ווען איך האב קיינמאל נישט געגעסן דארט קיין שום סעודה, נישט שבת און נישט אין די וואכן טעג, ממילא בין איך אטאמאטיש געווען אפגעטיילט פון מיין זון רוב טאג, אויסער ביינאכט ווען מיר זענען געשלאפן צוגעקלעבט צוזאמען, אלץ אפצאל פון נישט זיין צוזאמען רוב טאג צו וואך..
עטליכע יאר האב איך נישט געגעסן מיט מיין זון צוזאמען.. און אלעס ווייל כ'האב מיר נישט געקענט נעמען די קוראזש, צו פאקן פעק און ארויסמופן פון דארט – מיט מיין זון.
אליינס האב איך נישט געוואלט גיין, און מיט עהם צוזאמען איז דאך אויך שווער, ווייל כ'בין דאך נישט קיין קעכער און קיין פולקאמע מאמע, און קיין וועשער לכתחילה וואס ער דארף.
מיינע עסן און מיינע וועש, בין איך געווען צופרידן וויאזוי עס איז געווען, אבער פאר עהם האב איך זיך נישט געקענט ערלויבן מוותר צוזיין.

ויהי היום, און די קייט איז געווארן שמאלער ארום מיין האלדז, די קהילה און מוסדות פארלאנגען נישט צו האלטן קיין קאמפיוטער אין שטוב – און אלע מיינען זיי נאר מיין טאטן קעגן מיר..
מיין יונגעל קומט אהיים שפעט, ווייל ער זוכט ווי ער קען שפילן פריי, ווייל ביי די זיידע באבע טאר מען נישט שפילן אויפן פלאר, אויך נישט אויפן טיש, אויך נישט אין האל און אויך נישט אויף די שטיגן, ממילא אז ער קומט אהיים שפעט צו סתם ווערט פארשוואונדען פאר לאנגע שעות, מיינט עס אז זיי מוזן נעמען די זאך אין די אייגענע הענט.
כאטש איך האב קלאר געזאגט, אז איך ווייס די מצב, און 'איך לאז עהם', אבער 'זיי' לאזן דאך אבער נישט..
און ווען מ'רעדט פון חינוך, איז מיין דעה גארנישט ווערד, און נאך ערגער פון ווערד.. ווייל איך בין דאך א פארפאלענער.. לאמיר כאטש ראטעווען דאס קינד, ממש מצוה הבא לידך..
איך פראביר מקצר צוזיין במקום שאין יכולים להאריך, אבער די נקודה דא איז, אז ס'האט אנגעהויבן פלאקערן א קאלטע קריג פון שטיל צו גאר הויעכע טענער!
איין טאג באקום איך א דירעקטער באפעל, אז מיין קומפיוטער מוז נעלם ווערן פון דארט, ביז עטליכע שעה!
איך האב זיך אויסגעלאכט, און געקלערט, אז א צווייטער אין אזא מצב, וואלט גענומען אין חשבון, אז א זון א אלמן, האט א אנדערע הלכה ווי סתם איינער מיט א קומפיוטער, ספעצילע אז ס'געווען פארשלאסן די טיר ווען איך פלעג עס ניצן, ממילא איז עס געווען סתם א נערווערן קריכעריי אויף מיין חשבון.
און נאכמער פון דעם! ווייל וויפיל זאכן, ביכער, סידיס, חפצים, וואס זענען נישט געווען פולקאם לרוחם, איז פארשוואונדען געווארן פון מיר לאורך הימים, ווען זיי פלעגן כאטשיג ווען מאכן בדיקת חמץ אין מיינע שופלאדן.
די מצב האט אין מיר געפלאקערט, אבער כ'האב זיך נישט געקענט פועל'ן צו אנטלויפן – אן מיין זון מיט מיר.

נאך א שטיק צייט, איז געקומען די אבלאווע איבער מיר גאנץ אומגערישט! ווען מיין טאטע איז מיר באפאלן מיט קולות, כ'האב דיר געזאגט זאלסט ארויסנעמען דעם קללה פון שטוב, און ס'זאל יעצט די רגע געשען! און קענסט עס טראגן ווי דו ווילסט אבער נישט דא.. [שקויעך פאר די עצה..]
וויפיל כ'האב געהייסן א מחוצף, בין איך אבער אין א נארמאלע שכל בן אדם קיין מחוצף נישט געווען, אז איך האב עהם נישט צוריקגעפראסקעט און בכלל געפאלגט!
כ'האב געשלונגען, און אפגעזוכט א אפיס, און זיך איינגעארדענט דארט פאר געלט, און ווי שווער עס איז געווען צוזיין נאך ווייטער פון מיין זון, זייענדיג דארט אין אפיס א גאנצע צייט [ווייל אין מיין שטוב האב איך נישט געהאט וואס צוטון אויסער שלאפן און גיין] האב איך כאטש אנגענומען די הצלה פורתא, אז מ'מוטשעט שוין אסאך ווייניגער, און כ'שטיי שוין נישט פאר די אויגן פון די מלשינים פון די אייגענע געשוויסטער.
- וואס ווי כ'בין געוואור געווארן דורך מיינע נייע שפיאנען.. זענען זיי געווען די העצער קעגן מיר, און האבן געמאכט א גוטען ארבעט מיטן מיר פארטרייבן. זאלן זיי נאר אנהאלטן און שטיין טאקע ווייט פון מיר אויך ביים עסן קוגל..
ממש די תוכחה, אויבי איש אנשי ביתו, אז די אייגענע שעמען זיך מיט מיינע קליפס, מיט מיין באקאנטשאפט אין די וועלט, מיט מיינע טאלאנטפולע יצירות, און זעלבסשטענדיגקייט, וואס איז מיר א פלאס איז ביי זיי א מינוס.

די צייט האט זיך געריקט, און ווידער האלט מען ביי א הייסע זומער סעזאן, און איך האב זיך געטראפן וואס צו טון פאר הנאה צוועקן, און מער ווי איינמאל זיך אוועקגעלאזט צו א ציגן פארעם, וואס איך האב אזוי ליב געהאט די שמעק פון די נאטור, די זיסע בריאה, די איידעלע ווילדע ציגעלעך און זייער געזונטע מילעך.
דאס מאל האב איך זיך באקלערט אהיימצונעמען איין קליינע – קוים געבוירענע ציגעלע, צו מיר אהיים..
מ'האט מיר געזאגט דארט, אז מיינע עלטערן וועלן מיר לכאורה ארויסווארפן מיטן ציגעלע אינאיינעם.. אבער איך האב געוואוסט, אז סיי איך סיי מיין טאטע האבן אמאל זיך אפגעגעבן מיט ציגעלעך, מיט א דרייסיג יאר צוריק, איז פארוואס זאל זיי עס קימערן אז איך האב א קליינע ציגעלע אין די זומער חדשים, אונטער מיין שוץ.
אזוי האב איך געקלערט! אבער אנדערש איז געווען..
ווי נאר כ'האב זיך אנגעריקט אינדערהיים מיט א ציגעלע, האט זיך אנגעהויבן די חינוך לעקציעס אין די רייהע..
מיינע עלטערן האבן אנגעהויבן מוטשענען: כ'ווייס נישט צו כ'וואלט געלאזט דא די ציגעלע אזוי.. מ'דארף עס געבן צו עסן און טרונקן..
איך וועל עס געבן וואס ס'דארף, זארגטס ענק נישט.
אבער די גאנצע שטעטל, אלע קינדער בחורים און עלטערע וועלן זיך אנלויפן דא..
איך וועל עס האלטן באהאלטן, אין א שטילע זייטיגע ארט.
אבער די ווילדע חיות קענען עס אויפעסן ביינאכט!
איך וועל בויען א שטארקע גדר.
ס'וועט שטונקען..
אקעי, איך האלט עס דא נאר אויפן זומער, און א קליינע ציגעלע וועט נישט אזוי שמעקן.

ס'איז אריבער קוים דריי טעג, פון ווען די ציגעלע איז געווען צו גאסט, און מיין טאטע האט געשפירט זייער וויכטיג עס מחנך צוזיין, און נגד רצוני האט ער עס ארויסגעלייגט אויפן גאס, און דארט עס געשטאפט מיט מילעך – נאכדעם וואס איך האב עס שוין געהאט געגעבן א האלבע שעה פארדעם, און צוליב גרויס זארג האט ער ווידער אנגעהויבן קלערן הויעך, אז ס'נישט קיין תכלית פארן ציגעלע, כ'מוז עס זען צוריקצוגעבן.
מיינע נערווען האבן מיר אנגעהויבן שפילן! וואס וויל ער פון מיין לעבן וואס וויל ער פון די ציגעלע, ס'נישט קיין קאמפיוטער און איך בין נישט מערדער, און כ'בין נישט קיין תינוק בן יומו – וואס ווייסט נישט וויאזוי זיך אומצוגיין בחיי יום יום.
ביים דריטן טאג, בהיותי כואב, איז אנגעקומען די אויספלאץ, ווען איך הער מיינע וואויס-מיילס, און כ'הער א שארפע דרשה.
'הער מיך גוט אויס, ביז ביינאכט זאל די ציגעלע מער נישט זיין אין מיין הויז! נעם עס דיר אין דיין אפיס, צו ווי דו ווילסט, אבער איך דארף נישט מער דיינע העדיקס דא.. איך וויל עס נישט זען פאר מיינע אויגן נאך איין איינציגע מינוט..'
איך האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאן, און געשפאנט צום הויז, געכאפט דעם ציגעלע און עס אוועקגעטראגן פון הויז, טאקע צו מיין אפיס, ווי דארט זענען שוין געווען גענוג און נאך קינדערלעך ארום וואס האבן זיך מחיה געווען צו שפילן דערמיט, אבער איך האב נישט געקענט אזוי האלטן אחריות דערויף, און עס צוריק אפגעשיקט צום פארמער.
אבער איך האב ביי מיר אפגעמאכט שארף, אז עד כאן!! איך וויל ארויספיצן פון דעם הויז, נאך אונטער א וואך!
כ'האב אנגעהויבן זוכן א דירה, און ווי נאר כ'האב געקלונגען דעם יענעם, האב איך געטאפט א וואנט, יעדער מוז וויסן וואס כ'וועל טון מיט מיין זון, ווען כ'וועל עהם נעמען מיט מיר אינעם נייעם דירה.
און די קשיא איז געווען א גרויסע, ווייל כ'האב טאקע געשפירט צעמישט, וועל איך טאקע קענען קער נעמען פון עהם טאג און נאכט אליינס?
אבער רצון ברעכט אייזן! איך וויל ארויספיצן פון דארט פאר יעדן פרייז.
כ'האב געזוכט און געזוכט, און שוין געוואויר געווארן אז אויך דא איז מען דערגאנגען מיינע פלענער, און מ'האט פראבירט צו שטערן, מיטן קלונגען די מחנכים אקעגן מיר, מיר צו שטערן פון אוועקנעמען מיין זון פון מיין טאטנס הויז.
ממילא איך, זאל זיך גיין ווי איך וויל, אבער מיין זון זאל איך לאזן..

א פייג! האב איך געטראכט.. איך וועל זיך איבער'רייסן און קאכן און וואשן, און אלעס טון, אבער דארט וועט מיין זון נישט איבערבלייבן אליינס. ניין!
איין נאכט ווען כ'האב מיר ארומגעזען ווי איך טאפ א וואנט, האב איך ארומשפאצירט א האלבע שטעטל, און פשוט זיך גענומען וויינען אין די טונקל.. כ'האב שוין לאנג נישט געוויינט רבונו של עולם! האב איך געקוקט צום הימל..
איך האב זיך גענומען רעדן צום טאטן אין הימל.
רבונו של עולם עד מתי! איך פלאץ אוועק פונעם מצב, איך וויל נישט בלייבן דארט, און כ'וויל דווקא אויך מיין זון נעמען מיט מיר, ווי איך גיי, אבער ווי אהין? קיינער נעמט מיך נישט אפילו פאר געלט.
כ'האב זיך גוט אויסגעוויינט, און אהיימגעגאנגען, ווען ס'שוין זייער שפעט, און געווענליך אזא שעה פלעג איך שוין מוזן קלאפן אויפן טיר, אז מ'זאל מיר עפענען די פארשפארטע טיר [פארוואס דארף מען פארשפארן פאר איך קום אהיים.. אויך א הענגעדיגע פראגע אין די לופט.]
איך ווארף אראפ די בגדים, און שליידער אריין מיין צעבראכענע גייסט אין בעט אריין..
פלוצלינג שפיר איך א ענוועלאפ אויפן קושן, עפעס פאסט האב איך באקומען היינט..
איך עפען די נאכט לאמפ, און יא! עפעס א ארגאניזאציע פאר חיזוק, האט מיר געשיקט א גאנצע פעקל צעטלעך, משלים און דברי חיזוק אויף שווערע מצבים אין לעבן.
[איך געדענק נישט יעצט אויפן רגע די נאמען פונעם ארגאניזאציע, אבער איך האב ביז דאן קיינמאל נישט געהערט פון דעם]
הכלל שטייט דארט, אז כאטש איך בין טאקע אריבער שווערע מצבים, אבער ווי אלע זעען, האסטו זיך געשטארקט, און נאכמער, האסט אנגעהויבן מאכן פרייליך אנדערע, ממילא איז עס א גרויסע זאך.
איך קוק און קוק, ווער איז דאס יענער וואס האט עס געשיקט פונקט אין צייט? אבער יענער ווייסט דאך נישט אלעס, איך האב מיך געשטארקט? אזוי!?
איך בין א צעבראכענע שארבן! איך בין פארלוירן, אבער איך זע אז דאס בריוועלע איז אנגעקומען דזשאסט אין טיים, אויב אזוי איז עס שוין א שטראל פון האפענונג פון ערגעץ וואו.
איך האב אפגעווישט די פארבליבענע טרערן, און נישט צוגעמאכט קיין אויג, ביז איך האב אפגעליינט אלע חיזוק צעטלעך, אינעם דיקן ענוועלאפ, און צומארגנס האב איך געקלונגען יענעם נומער וואס שטייט אויפן קאווערט, און עס הייבט אויף איינער די אנדערע זייט טרייבל, מיט א מויל מלא שבחים צו מיר, אבער איך קען נישט יענעם.
אבער ער זאגט ער קען מיר יא, אויב נישט פערזענליך אבער פון מיינע יצירות קען ער מיר גוט.
די חיזוק האט געטון זיינס, און כ'האב זיך גענומען איבער'רופן די אלטע נומערן, אפשר דאך וויל יענער מיר אויפהערן פרעגן איבריגע פראגעס, און נעמען רענט און ארויסגעבן א דירה'לע..

דא איז די לשון הרע אויף מיר צו די מחנכים, געווען פונקט די רעטונגס ברעט, זיי האבן מיר אונטער א טאג שפעטער געקלונגען אויף א זיצונג.
וואס ווילן זיי פון מיר, איז מיר שוין נישט אנגעגאנגען, ווייל איך גיי מיר נישט רירן, איך צי מיך ארויס פון דארט 'מיט מיין זון' פאר יעדן פרייז.
זיי אפפערן מיר, אז כ'זאל מיין זון אריינגעבן צו א צווייטע משפחה – דורכן וואך, און יעדע שבת וועט ער קומען צו מיר אינגאנצן.
מסכים!
ווער ס'זאל עהם נעמען, און וואס ווען וואו, זאל איך לאזן פאר זיי! אוודאי מסכים..
זאלסט וויסן! זאגן זיי מיר - נאך וואס זיי האבן אלעס ערלעדיגט, און געפונען א גוטע אכסניא פאר מיין זון דורכן וואך – דו האסט נישט געקענט טון קיין בעסערע זאך ווי זיך ארויספיצן פון דיין טאטנס הויז!
אויב אזוי פארוואס האט עטץ מיר נישט געהאלפן ביז היינט?
ווייל מיר האבן נישט געהאט די קוראזש זיך איינצוהאנדלען שונאים – דיינע עלטערן, אבער אז דו האסט עס געטון, קענען מיר דיר העלפן, ספעציעל ווען זיי און ארומיגע האבן זיך צו אונז געוואנדן פאר הילף..
חסדי השם כי לא תמנו..
המשך יבוא בעזרת ה' הטוב
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
BLOOMINGBURG NY
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:01 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך BLOOMINGBURG NY »

,! And ones again you made me cry ! Oh Hashem every person is schlepping a whole pekel Gevald
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

BLOOMINGBURG NY האט געשריבן:,! And ones again you made me cry ! Oh Hashem every person is schlepping a whole pekel Gevald
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

נישט צו קלענער מאכן דיין צער, אדער פארדרייען דעם שמועס, איך וואלט געהאלטן אז לטובת קאנטעקסט וואלט געווען כדאי צוצילייגן אז פון דיין משפחה'ס פערספעקטיוו האבן זיי שווער געליטן פון די קאמפיוטער און פאבליסיטי. דיין געוועזענע שוואגער שלום דין און דיין שוואגער ליפא שמעלצער. איך האף אז מען זאל נישט יעצט אנהייבן רעדן איבער זיי און פארדרייען דעם אשכול.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

געשמאק צום ליינען :like
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
BLOOMINGBURG NY
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:01 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך BLOOMINGBURG NY »

Menasha we are waiting !! Is everything ok with you ?
באניצער אוואטאר
Chuchem
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך Chuchem »

Does any one have a PDF of the material up to here?
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

BLOOMINGBURG NY האט געשריבן:Menasha we are waiting !! Is everything ok with you ?
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

איך פאר ברצות ה' קיין אויסלאנד אין די טעג, ממילא וועל איך מוזן פארזעצן וויפיל ס'געבליבן צו שילדערן ביז היינט, אי''ה נאכן רייזע, און דאן האף איך ווידער צו שרייבן די צייטליכע מאמרים אויך, וואס כ'האב פארפעלט צוליב די דאזיגע פארזעצונגען.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

Chuchem האט געשריבן:Does any one have a PDF of the material up to here?


יא, איך האב א PDF פון דער ערשטע ביז דער לעצטע פארזעצונג.
כ'ווייס נישט ווי אזוי דא ארויף צו לייגען דעם PDF, איינער קען העלפן?
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

כ'וועל איבערהיפערן א דרייפערטל יאר פון וואו כ'האב געהאלטן אינמיטן שילדערן מיין לעבנס קייט, ווייל אצינד וויל איך שילדערן ווילאנס ס'נאך ווארעם, מיין ממש יעצט געוועזענע רייזע קיין ארץ הקודש, פון וואו כ'בין צוריק געקומען אונטער א וואך.
ובכן.
איך האב געהאט אין פלאן ווידעראמאל מאכן א רייזע צום הייליג לאנד, נאך וואס כ'בין דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן געווען דארט פאר א יאר חודש חשוון, און די נשמה האט זיך מיר געבעטן פאר נאך א רייזע, ווידעראמאל בעטרעטן די הייליגע מקומות, און נאס מאכן מיט טרערן די הייליגע שטיינער איבער די ציונים קדושים פון דאס הייליגסטע ביים עם הנבחר.
אין מיין פלאן צו מאכן דעם רייזע אום חודש שב''ט אין די ווינטער, האט געהאט א טעם פון גרייכן דארט ווען ס'נאך קיל, ווייל איך בין דאך זייער עמפינדלעך צו היצן, אבער למעשה האט די השגחה עליונה באשערט אז מיין שווער זז''ג [מיין יודענע ע''ה'ס עלטערן] האט געפלאנט צו מאכן חתונה אום סיוון, און איך האב זייער א שטארקע נאנטשאפט צו זיי, און בעיקר אלץ מיין זון ני''ו וואס וואלט זייער געוואלט זיין דארט אין לאנדאן, האב איך געמוזט טוישן מיינע פלענער, און וויפיל ס'זאל קאסטן מער אין די זומער, האב איך זיך געלאזט קאסטן און באשטעלן רייזע בילעטן קיין לאנדאן און ישראל.
פלענער ארויף און אראפ, האבן זיך געדרייעט אין מיין קאלענדער, צו כ'זאל זיין שוין דארט אויף שבועות, און פארפאסן א אייגענע משפחה שמחה, צו זאל איך פארן פאר לאנדאן קיין ישראל מיט מיין זון, צו זאל איך פארן פארן חתונה אדער נאכן חתונה.
איין גרינעם טאג, נישט צו שפעט, געפון איך א קאנווערט ביי מיין שטוב, ווי עס שרייבט מיין ליבע נעפיו – דער חתן ברוך אברהם ברויער הי''ו, א זון פון מיין עלצטע שוועסטער, און א געטרייע רעכטע האנט פאר מיר צו יעדע צייט און אין יעדע מצב. ער בעט זיך ביי מיר אין א לענגערע בריוועל, אז וויאזוי וועט אויסקוקן זיין שמחה אז איך וועל נישט זיין דארט, און אין זיין חלום זעט ער מיך אפזאגן מיין פלאן, און טוישן די טיקעטס אויף א וואך נאך זיין חתונה.
נו וויאזוי האב איך עהם געקענט אפזאגן, האב איך טאקע געטוישט אלע פלענער, און געלייגט אין א זייט אלע חשבונות, צו מיין באלעבוס וועט זיך נישט בייזערן אז איך פאר אוועק אין די זומער קעמפ וואכן, ווען ס'האט געזאלט זיין א שטיקל פראבלעם.
ספעציעל אז כ'האב געפלאנט צו פארן פאר כמעט דריי וואכן, אז מיין זון זאל גענוג פיין פארברענגען אין לאנדאן ביי זיין משפחה, און אין די צייט וועל איך כאפן א וואך אין הייליג לאנד.
למעשה איז מיין פחד געווען אומזינסט, און מיין באלעבוס האט מיר פארגינען די אויספלוג לכתחילה, און פון דא הייבט זיך אן די רייזע..

מיין ציל איז געווען אהין קיין ארץ ישראל, אבער פארדעם קומט א חתונה אין לאנדאן, און מיטן זיין אין לאנדאן טרעפט מען ווידער אן אלטע ליבע ידידים וואס זענען מיר געווען געטריי אלע יארן אויס, און אויך זייט די לעצטע פאר מאל וואס איך טו פארוויילן אין לאנדאן, פארברענג איך מיט די מבינים אינעם יודישער ארט גאלאריע אין לאנדאן – דודי בראון און זיין טאטע מאמע, וואס זענען גרויסע מבינים אויף מיינע קענטעניסן, און חלש'ן איך זאל זיך פאר זיי לאזן פאטאגראפירן, און פונעם עבר איז שוין ארויסגעקומען גאר געלונגענע סחורה, און אויך דאס מאל האב איך זיי – און זיי מיר – נישט אנטוישט, מיט גוטע ווארע.
עטליכע פרישע קאמישע קליפס, און א רייהע אויסגערופן גוטע שיס בילדער, וואס נאר איך מיט זיי צוזאמען איז א שותפות פון א געלונגענע ספעקטאקל.
און ב''ה כ'האב מיטגעהאלטן דעם חתונה נאכט, שוין די פערטע שמחה וואס איך קום צו פליען, און מיין זון איז מלא שמחה און דאנק, ווי א הויפן נחמה, ווען ער פריידט זיך מיט זיין אלטע משפחה דארט, און אז איך זע ווי ער פריידט זיך דערפריידט עס מיר נאך מער.
און נאך א טאג דערויף, האב איך צוזאמגעפאקט די נויטיגע פעקלעך און מ'לאזט זיך עולה זיין בשנית, אל הר המוריה, להשתחוות לפני השם בהר הקודש בירושלים.

יא איך בין אנגעקומען אהין, און דאס מאל שוין מיט א היבשע ביסל ערפארונג פון לעצטע מאל, אז ווי הייליג דאס לאנד איז, איז עס דאך אין א פנים פון שכינתא בגלותא, און כ'האב עס ביי מיר אין קאפ גענומען, אויסצוניצן וואס קען מיר יא דערפרייען דארט.
און קישנדיג דאס ערד ביים ארויסקומען צום אווירא דארץ ישראל, האב איך געוואנדן מיינע טריט קיין ירושלים, אוואו מיין אכסניא אין א 'בחורים דירה' איז געווען 'כמעט' גרייט פאר מיר..
איך בין געקומען אליינס, און דארט שלאפן אלע אויך יעדער פאר זיך אליינס.. און נאך ווי געשלאפן!..
עטליכע דארט האט עס געלונגען געוויסע טעג אריינצוטרייבן א בייגל אויפן זייגער כמעט דריי און צוואנציג שעה.. און פלוצלינג זע איך אז דער יענער איז מער נישט אין בעט. אויף מיין פראגע באקום איך א ענטפער, אז נאכן שלאפן איבער צוואנציג שעה, כאפט מען א שפאציר זיך אויסצולופטערן די כוחות..
אבער מיר האט דאך געברענט די מינוטן, כ'וויל דאך אריינכאפן וואס מער אין דעם קארגע וואך צייט, און שוין גאנץ פריה האב איך מיך ארויסגעלאזט מיטן מיין געטרייע באגלייטער, אויפן וועג קיין דרום, ווי מיר האבן געמאכט א פלאן צו זיין שבת פרשת קורח אינעם עיר האבות – חברון.
ווי שרעקעדיג עס הערט זיך, האב איך געזאגט פאר די פולע פרעגערס, אז לדעתי איז דארט געווען מער רואיגער און אונטער שמירה, ווי אין די וויליאמסבורגער גאסן שבת נאכמיטאג, ווען איינער וויל טראגן מיטן עירוב..
נאך פאר מיר האבן דערגרייכט קיין חברון, האבן מיר פארקירעוועט צו די זייטיגע יישובים אויפן וועג, און לויטן פלאן זיך געטראפן מיט א היימישער חסידישער יונגערמאן, אברהם דאווידאוויטש, וואס וואוינט היינט אינעם מושב 'מעון' און איז געווארן א גאנצער מושב'ניק, מיטן אפגעברענטן פנים, און מיט די פוס פארטונקן אין ארגאנישע עבודה.
ער האט אונז אפגעפירט צו זיין שטוב, א שטילע יישוב, וואס איז נישט נאנט צו די אראבישע דערפער, אבער די פולע פליגען וואס מאכט זיך פון די מיסט וואס די אראבער גיסן אויס אין די וועלדער ארום, גרייכן אין די מאסן ביז אהין אויך..
אברהם האט אונז קודם צוגעפירט צום פארעם פון קיען, אוואו ער ארבעט א האלבע וואך, און מ'מעלקט דארט מילעך און דערנעבן די אנדערע פארעמס ווי מ'האדעוועט הינדלעך און מ'באקומט ארגאנישע אייער און אלעס וואס מ'דארף צו א געזונט לעבן.
צווישן אונז בחורים האבן מיר געהאט א שוחט, בערעלע בלייך, וואס האט באקומען סמיכה אויפן מעסער, און אברהמ'לע האט עהם געברעגט צום פארעם און איך האב געכאפט א פעטן הינדל, און בערעלע האט עס געשאכטן כהלכה, און אברהמ'עלע האט געמאכט כיסוי הדם.
און האט אונז אריינגעברענגט צו זיין באשיידענע הייזקע, ווי זיין בני בית האט אונז אנגעגרייט א הייסע טעלער ירקות קוגל, וואס דווקא אברה'מעלע אליינס האט געבאקען ממש פריער, מתנובות הארץ הקדושה.

מיר ווענדן שוין די טריט צו פארן קיין חברון, אבער פלוצלינג טרעפן מיר זיך אינעם הייסן אוטא געשטראנדעט.. די מאשין וויל זיך נישט אנצינדן, און מיר ווייסן אפילו נישט די סיבה פארוואס, סיי געז און סיי בעטערי, אלעס איז בסדר, און עס רוהט זיך אפ..
ווילאנג אברה'מעלע דאווידאוויטש איז געגאנגען רופן הילף, האבן מיר דערווייל זיך בעסער געזעצט אונטערן שאטן פון די ביימער, איידער אין די היצן, און מיר זעען דארט אינטערעסאנטע געוואוקסן און מאדנע ביימער, ווען אברהמ'לע קומט צוריק מיט העלפערס, און קיינער קען נישט אנטשיידן די פראבלעם.
און בערעלע בלייך זאגט מיר, געב א קוק, כ'מיין אז אט דער בוים האט א גוטע שמעק, לאמיר אפברעכן א צווייגל און מאכן א ברכה 'בורא מיני עצי בשמים'.. און איך מאך צו די אויגן און מאך הויעך א ברכה! און ראה זה פלא, ווען בערעלע זאגט אמן, און איך אמן אויף זיין ברכה, און די מאשין צינדט זיך אן..
קוקט אויס ס'געווען באשערט צו מאכן דא א ברכה אויף דעם בוים, און ויסעו.. מ'פארט קיין חברון!
ס'זאגט זיך גרינג, מ'פארט קיין חברון.. אבער וואס דאס מיינט צו זיין שבת קודש ביים מערת המכפלה, צו זאגן א נשמת ביי די הייליגע מקום ווי עס ליגן די אבות העולם, און נאך ברוב עם אין באגלייטונג פון יודען פון אלע סארטן און שיכטן.

מיר קומען אן קיין חברון, גייען מיר צום אכסניא אונזערע, אין 'גבעת האבות' ביי ר' בנצי גופשטיין הי''ו, איינער פון די הויפט אנפירער פונעם יישוב אין חברון, און פירער פונעם להב''ה ארגאניזאציע, וואס ראטעוועט ארויס יודישע טעכטער פון צווישן די אראבער.
מיר שטאטן אפ א באזוך ביי א באקאנטע פיגור דארט, דער עורך דין – איתמר בן גביר, וואס טראץ זיין יונגע עלטער, האט ער זיך ערווארבן א גאר הויעכע שטעלע אין די רעגירונגס געזעץ בענקלעך, און זייענדיג א געשמאקער מענטש, האבן מיר ביי עהם זיך גאר גוט געפונען דורכן שבת.
מיר גייען נאך יעצט פאר שבת אויף א באזוך אביסל ארויס פון דעם היימישער געגענד, צו מער א מסוכנ'דיגער געגענד, מיטן נאמען 'תל רומידה' דארט וואוינט ר' ברוך מרזל שליט''א, א באקאנטער עסקן פארן גאנצן יישוב פון חברון, און ספעציעל אינעם מערת המכפלה וואס ער באגלייט אלע אורחים מיט היימישקייט.
ר' ברוך וואוינט אויפן בארג, צווישן פולע אראבער, און מיר קלעטערן ארויף צו זיין הויז, און ער נעמט אונז אויף מיט א פנים געמישט פון פרייד און ערנסטקייט, זאגנדיג, מיר האלטן יעצט אינמיטן א מערכה קעגן די שונאים..
ער נעמט אונז צו די טאראסע, ווי מיר זעען ווייט אקעגן איבער, ריזן וואלקענעס מיט רויעך, דארט – זאגט ער אונז, טוהט זיך יעצט א מערכה, ווען די יונגע אראבער אין יענע גאר מסוכנ'דיגע גאס, ווארפן פלאש באמבערס אויף די סאלדאטן, און נאך אביסל וועט עטץ הערן אז ס'דא דארט אפאר טויטע אראבערס..
וכך הווא, נאך א האלבע שעה פון פייער אויסטויש, איז געמאלדן געווארן אין די נייעס, אז אין חברון האט מען געשאסן א יונגע אראבער צו טויט און אנדערע פארוואונדעט און פולע אוועקגעפירט אין ארעסט.
ר' ברוך מרזל בייסט די ציין און זידט ארויס בייזקייט קעגן די אראבער, און מיר קענען עהם נישט מאכן אזוי שנעל פרייליך, אבער איך זאג עהם, אז ס'איז בנפשינו, ווי קענען מיר באזיגן די ווילדע אראבער, זאגט ער, געב מיר נאר א אפענע רשות, און איך מאך פון זיי א גל של עצמות.. און זיין פעסטקייט און דיקע ארעמעס צייגט, אז ער איז נישט מגזם..
זיין יודענע געבט אויך צו נקמה סטעיטמענטס, ווען זי בא'וואסערט די ביימעלעך פאר שבת קודש, און פארציילט אונז, אז נאכן ענדיגן באוואסערן די ביימער, גייט פארקומען א האגל אויף אלע שכנים.. און דעמאלטס האבן מיר געזען וואס מיינט גלייכגילטיגקייט, און אז מ'שרעקט זיך נישט, שרעקן זיך אנדערע יא!
ר' ברוך וואלט זייער געוואלט מיר זאלן בלייבן ביי עהם אויף שבת, אבער מיר זענען נישט גרייט צו זיצן קעגן רויעך און געפילדער א גאנץ שבת, זאגן מיר עהם, אז אין גבעת האבות איז מער היימישער, און בלית ברירה לאזט ער אונז גיין, אנזאגנדיג, אז קבלת שבת אינעם מערה, זאלן מיר זיכער גיין, אן קיין תירוצים.
מיר האבן מקבל שבת געווען אבער נישט אינעם מערה, ווייל דאך האבן מיר נאכנישט געהאט די דרייסט צו גיין ביינאכט אויפן לאנגע וועג ביזן מערה, און די תושבים האבן געלאכט פון אונז, די אמעריקאנע פחדנים..
דערווייל האבן געדאווענט אינעם קליינעם געצעלט וואס דינט אלץ שול, אונטערן בארג פונעם גבעת האבות געגענד, און כ'האב געפונען דארט ר' אהרן גרנות שי' – א באקאנטע שרייבער און ריפארטער פאר די 'משפחה', וואס איז לעצטענס צוריק געקליידעט געווארן ווי א מזרחי, פארווער ס'האלט מיט זיין געשיכטע, און דארט אין חברון, איז ער א גאנצע מגיד מישרים..
ביי די סעודות שבת, האבן מיר זיך געזעצט ביי א גרויסן טיש, ווי אסאך געסט זענען געווען דערביי, אלע אויסער אונז חרדישע, און זיין משפחה, זענען נעבעך נשמות'לעך וואס ער האט באוויזן ארויסצונעמען פונעם אראבישן נעץ, עטליכע מיידלעך וואס זענען שוין אויפן וועג צוריק ב''ה.
און אויפן וואנט הענגט די בילדער פון די קדושים, הרב מאיר כהנא הי''ד זצוק''ל, און ר' ברוך גאלדשטיין הי''ד, וואס האבן זיך מוסר נפש געווען קעגן די אראבער, פארן יישוב הארץ פארן נקמה פון יידיש בלוט, און האבן אליינס געהייליגט דעם אייבירשטנס נאמען מיטן שרייען שמע ישראל אויף די בלויע ליפן פון גסיסה, נאכן געשאסן ווערן, און געשטארבן על קידוש השם.

שבת אינעם באגינען, ווען די זונען שטראלן האבן זיך באוויזן אויפן הימל אין חברון, און ס'האט מיר דערמאנט די הייליגע משנה, ווען מ'האט אויסגערופן 'ברקאי' האיר פני כל המזרח עד חברון.. לעורר זכות ישיני חברון.
און מיר מאכן די הכנה זיך ארויסצולאזן אויפן וועג אהין צום הייליגן מערה, ווען די זון באקט א היץ אבער א געשמאקע ווינטל גלעט אויפן פנים, און מיר שפרייזן אראפ דעם בארג, אויפן לאנגע געדרייעטע וועג, וואס האט גראדע א גוטע עירוב, ביזן מערה.
אויפן וועג באגעגענען מיר ביי יעדע שטיקל וועג, עטליכע חיילים, און מיר געבן זיי פון טאש א הויפן פאפיטעס לכבוד שבת.. און מ'באגריסט זיך ברודערליך און מ'זעצט פאר, פונעם לאנגע שאסיי אריין צווישן אראבישע הייזקעלעך, וואס טאמער זאל ווער פון דארט ארויסשטעקן א האנט צו זען אויב ס'שנייעט צו ס'רעגענט אויפן וועלט, באלד איז שוין אויסגעשטרעקט אפאר ביקסן צו יענע ריכטונג..
אבער עפעס א רואיגקייט האט אונז באהערשט, אז טאקע ס'דא שמירה, אבער אויך א אינערליכע שטארקייט פונעם רצון צו זיין אין חברון מתפלל צוזיין ביי די הייליגע אבות ואימהות אינעם געדאפעלטן מערה וואס פירט צום גן עדן אליינס.

אביסל ווייטער פונעם מערה איז פארהאנען א מקוה אינעם חב''ד שול, און נאך ווארימע מקוה האבן מיר זיך אריינגעקליבן אינעם בנין המערה, און די קולות פון די מתפללים מיט התלהבות, מזמור שיר ליום השבת, פון איין מנין, און קריאת התורה און מוסף פון די אנדערע מנינים, געבן אזא לעכטיגע געפיל, אז מיר שטעלן זיך אפ ביי יעדע פאר טריט און האלטן אביסל מיט ביי יעדע קבוצה.
דא ביי אברהם אבינו, ביי שרה אימנו, ביי לאה און יעקב, און יצחק און רבקה, איבעראל איז דא באזונדערע גרויסע מנינים, און איך האב פשוט גענומען א סידור'ל און זיך געזעצט אינדערמיט, און אנגעהויבן זאגן קאפיטלעך תהילים בלי הפסק.
זיך דראפענענדיג זיך אויף די הייליגע ווענט פון די אבות העולם, דערשפירט מען א געשמאק פארן שבת'דיגע נשמה וואס נאגט און ציט אויף העכערס, און ווען כ'האב אנגעהויבן זאגן נשמת מיטן ציבור, און אמן יהא שמיה רבה ווי אין א קאפעליע, האט זיך געשפירט לעכטיג אויפן הארצן, נישט קיין היצן נישט קיין ווינטן, נישט קיין מורא נישט קיין ארציות, אלעס איז חברון, תפילה, קודש קדשים, יודיש מיטן באשעפער פונעם וועלט, מיט א אחדות פון זיין הייליג פאלק, אז ס'גארנישט פארהאנען עפעס אנדערש.
די וועג צוריק איז געווען בארג ארויף, און גארנישט לייכט, אבער ווען מיר זענען צוריק אנגעקומען צום אכסניא אין גבעת האבות, האט אונז 'בן גביר' מכבד געווען מיט א ברייטע קידוש, ווי גאר אסאך אורחים זענען געווען דערביי, און מ'האט זיך משמח געווען אויפן מפלה פון יעדע איינציגע טויטע אראבער אין די לעצטע פאר טעג..
די שמחה וואס זיי האבן געהוליעט, א נקמה אין ישמעאל.. האב איך מיך כמעט געשפירט ווי א פרעמדער, ווייל זיי האבן אלץ מיר פארגעהאלטן, ענק זיצן דארט אין חוץ לארץ און ציטערן פאר אונזערט וועגן.. קומטס אהער און דערלעבטס די נקמה..

דורכן שבת קודש, האבן מיר גענוג געהערט די נאכקלאנגען פון די ווייטע תיפלות זייערע ווי זיי פרעפלען און קרייען אין יעדע שטילע צייט, אבער טראץ די נאכאנאנדע זוכן נאך די דריי חטופים בימים האלו, איז למעשה געווען גאנץ רעגלמעסיג שטיל, כאטש עטליכע רייבערייען צווישן מתנחלים און אראבער אין די אומגעגענד, דורכן שבת.
מוצאי שבת האב איך נישט געהאט וואס צו וויילן דארט איבריג צייט, און מיר האבן גענומען א וועג צוריק קיין ירושלים, און שוין געגעסן מלוה דמלכה אין עיר הקודש ירושלים, און זיך ווידער אנגעטראפן מיט היימישע און באקאנטע, א טייל באקאנטע וואס קענען מיר, אבער איך ביז דאן נאכנישט..
צומארגענס אינעם פריע באגינען האב איך נישט געקענט מער שלאפן, וואס הייסט היינט גייט מען אין הייליגע צילן, און כ'האב נישט געקענט גענוג טרייבן די צייט און מיין באגלייטער, אז איך וויל שוין גיין, און אין מיר האט געקאכט מאדענע אינערליכע געפילן, וואס האבן נישט געוואוסט פון קיין מנוחה, עפעס נאגט אין מיר אינעווייניג, און כ'בין נישט צופרידן צו שמייכלען אין אט דעם מקום אוואו אמאל האט געווירבלט מיט עולי רגלים, און היינט..
מישטיינס געזאגט עפעס טוריסטן.. באזוכער.. מ'כאפט בילדער.. אוי דער זיסע חומה און הייליג שטאט ירושלים..
ווי איך שפרייז אריבער די געסלעך אינעם אלטן שטאט ירושלים, רייסט זיך ארויס א שטיק קינות, א פרק מגילת איכה.
ס'הייבט מיר אן קאכן במחשבה און ממש איך ציטער פאר געפילן פון אינערליכע עקזייעטי, דא בין איך אינעם עיר הקודש והמקדש.. אוי געוואלד!
איכה ישבה בדד, אליינס איינגעהילט אין צער, העיר רבתי עם, וואס האט אמאל געהאט א אויסזען פון ירושלים של מעלה, מיט הייליגע צורות וואס האבן זיך דא געדרייעט, ווען יעדע שטיינדל האט געהאט א העכערקייט הלכות און אגדות זענען געזאגט געווארן איבער זיי און וועגן זיי, אוי תשתפכנה אבני קודש..
אוי היתה כאלמנה, ווי א עגונה, וואס ווארט שוין אזוי לאנג מ'זאל זיך צוריק פאראייניגן ביום מן הימים צום ענדע פונעם לאנגע גלות.. אוי דרכי ציון אבילות, ויצא מבת ציון כל הדרה.. ווען מ'זאגט ציון וירושלים פון אמאל אוי נישט דאס מיינט די פסוק, מיר לעכצן אויף עפעס אנדערש ווי דאס.
אוי זכרה ירושלים מימי קדם כל מחמדיה, און היינט געב א קוק ארום דא, אוי גוים באו מקדשה, על אלה אני בוכיה עיני עיני יורדה מים, כי רחק ממני מנחם משיב נפשי.
הזאת העיר שיאמרו כלילת יופי משוש לכל הארץ, נחלתינו נהפכה לזרים..
וואס פילט זיך גליקליך היינט, אז מ'קען סתם גיין שפאצירן אין די ווינטיגע געסעלעך? אז מ'קען פאכענען מיט א פלעג? אז מ'קען איינבייסן אין א שטיק מוציא ברויט און טרונקן א טורקישע קאפע אינעם הייסן טאג אריין?
ווי קען מען פארגעסן די צרות בכל יום, וואס ווילאנג מ'איז אין גלות, און ספעציעל די דאפעלטע גלות, און אצינד נאך 'ובחורי הלכו בשבי'.. ווי קלעבן זיך נישט צוזאמען די גוימען און די ציינער פארביסן פאר ווייטאג און טרערן..
אוי ראה השם כי צר לי, מעי חמרמרי, נהפך ליבי בקרבי, כי רבות אנחותי וליבי דוי.
און ווען כ'קום צום הויכפונקט פונעם אלט שטאט ירושלים, אוי די מקום המקדש! על זה דוה ליבנו על הר ציון ששמם, שועלים הלכו בו, אויפן סאמע שענסטע רייכסטע הייליגסטע מקום אויפן וועלט, שטייט א ווארצל מיט א קניפ! א קניפ אין הארצן געבט עס, און צעברעכט יעדע טויער וואס האלט אפ א שטראם טרערן..
און דא שטיי איך איבערן כותל, און שעפשע א תפילה ביי די היסטארישע שטיינער די הייליגע, איבערגעלאזנדיג בקשות ותחנונים פאר דעם און יענעם, און בעיקר פאר גלות השכינה, אוי אתה השם לעולם תשב, דא רוהט אלץ די שכינה הקדושה בלי הפסק, כסאך לדור ודור, נאר מיר ווארטן ס'זאל שוין זיין די גאולה און השארת השכינה בפרהסיא.
השיבנו השם אליך ונשובה, ווי די הייליגע אבות החסידות האבן געטייטשט און געפאדערט, דו קום צו אונז, וועלן מיר באלד קומען צו דיר ליבע הייליגע פאטער אין הימל, אוי חדש ימינו כקדם.

איך האב נאך אין ציל היינט אנצוקומען אסאך, אבער ווער ווייסט וויפיל ס'מיר באשערט אנצוקומען, און איך יאג זיך נישט, ווייל יעדע איינציגע מקום אוואו איך דערגרייך, איז גענוג זכיה פאר זיך, און איך שעם זיך פשוט צו באווייזן מיין גלות פנים אין אזא הייליג מקום.
אבער דאך.. בלייב איך נישט שטיין אויף איין מקום, און מ'גייט שוין ווייטער אין וועג.
אצינד וויל איך אנקומען צו קברי מלכי בית דוד, און כאטש ס'איז אנגעלייגט מיט שמוציגע נוצרים די גאנצע וועג, האט מיין תשוקה אנצוקומען אהין דערגרייכט די ציל, און די בארג ארויף, און די שווערע היצן און שווייס וואס גיסט זיך פון מיר ווי אמפערס, האלטן מיר נישט אפ.
[המשך יבוא בעזהשי''ת]
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אצינד וויל איך אנקומען צו קברי מלכי בית דוד, און כאטש ס'איז אנגעלייגט מיט שמוציגע נוצרים די גאנצע וועג, האט מיין תשוקה אנצוקומען אהין דערגרייכט די ציל, און די בארג ארויף, און די שווערע היצן און שווייס וואס גיסט זיך פון מיר ווי אמפערס, האלטן מיר נישט אפ.
די זון באקט איבערן קאפ במלוא עוצמה, און מיר גייען א טריט נאך א טריט, נענטער צום הייליגן מקום אין 'עיר דוד', און ווען מ'זעט שוין ענדליך א שילד 'ציון דוד המלך', דערפרייעט זיך די נשמה, און מיר קלייבן זיך אריין אינעווייניג, און האפן אז דארט זענען נישט שולט די פרעמדע רוחות רעות פון די מוסלמים און פון די נוצרים, און טאקע ווירקליך בקודש פנימה איז הייליג געשטימט.
איך טרעף מיך אן מיט עטליכע מנינים היימישע חרדישע מתפללים וואס פארפירן א תפילה אויפן הויכן קול, און איך ווער מיטגעכאפט מיטן התלהבות, נישט פון די היצן.. נאר פון די אינעווייניגע ברען, ווי איך שטיי צופוסנס פון די ציון, און שעפשע ארויס אייניגע זאטע קאפיטלען – אזוי פאסיג – ביים מחבר אליין, און די ריזן ווינטעלאטור וואס געבט צו כח פאר די אויסגענאגטע כוחות פון די היצן, בלאזן אריין פרישע חיות מיט די רייע קאפיטלען וואס איך זאג מיט הארץ און מוח.
אט האט זיך איינער א היימישער צוזינגען 'וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק', און דער גאנצער ציבור מתפללים ווערן מיטגעכאפט מיט א אחדות און עס גייט א געזאנג צוזאמען, אז די אייניגע פרעמדע טוריסטן, שלעפן שנעל ארויס די קאמערעס און פאראייביגן עס דאס וואס זיי זעען קוים דא ארום אינדרויסן.
דערנעבן איז פארהאנען א ישיבה על קברו, א פריוואטע נחלה, וואס איך האב מיך דארט גוט געפונען באלד נאכן השתטחות, און אינעם הויף איז פארהאנען אייז קאלטע וואסער, און תוך די פלאקערדיגע היצן, האב איך דערכאפט די נשמה איבער עטליכע פלעשער וואסער.

אצינד בין איך אויפן וועג אהיים, צו כאפן א שטיקל אטעם, און האפענטליך פארזעצן וואס ווייטער, און שפעטער נאכמיטאג האבן מיר זיך ארויסגעלאזט צום 'הר המנוחות' און מיר זעען דארט א גאנצע הוהא, ביז מ'ווערט געוואויר אז ס'איז היינט די הילולא פון הרה''צ ר' מרדכי אליהו זצוק''ל, פון די גאר גרויסע ביי די ספרדים, וואס ליגט ממש א מעטער אפגעריקט פונעם הייליגן מנוחת קודש פונעם חיד''א זי''ע ועכ''י.
דאס איז ממש ביים עק פונעם בארג, ווי עס איז גלייכצייטיג פארגעקומען א עצרת תפילה פאר די צרות הזמן, און מיר גייען ארויף אויפן בארג העכער, מיטן ציל צו מתפלל זיין ביי עטליכע גוטע מקומות, ווי מ'קען פועל'ן גוטע זאכן.
מיר באגעגענען זיך באלד מיטן ציון פון ר' שלמה קארליבאך ז''ל, וואס מ'קען גארנישט פארפאסן, און איך שטעל מיך אוועק מיטן תהילים אין האנט, און פארגיי מיט א הארציגע טרערן לידל, פון זיינע לידער, אויפן פסוק 'ומחה השם דמעה מעל כל פנים', און מיר בעטן אז בזכות אזא גרויסע עסקן להחזיר נשמות ישראל לאביהם שבשמים, זאל אונז אוודאי זיין גע'פועל'ט בזכותו הגדול, א ענדגילטיגע ישועה פארן כלל ווי פארן פרט.
מיינע באגלייטער האבן נישט געקענט ר' שלמה בחיים חיותו, אבער איך יא! ממילא רעדט זיך עס אנדערש און היבש היימיש, און פון דארט שפאנען מיר ארויף בעליה לציון הקדוש פונעם הייליגער בעלזער רב זצוק''ל, און דא עפענט זיך מיר א קוואל טרערן וואס איז געווען אזוי איינגעהאלטן ביז יעצט.
און איך שלעפ ארויס מיין לאנגע קוויטל מיט בקשות פאר אלע ידידים און מעריצים, און קוים וואס כ'קען ארויסרעדן א ווארט, ווי איך שפיר אז ס'דא ווער ס'הערט מיך אויס.. און איך קלער ווידער, אז פארדעם אליין, האט זיך געלוינט די שווערע גלות געפילן ארום, די רייזע פיבער ביז אהער, און די גאולה שמעקט דא אזוי נאנט און טאפענדיג.
איך באמערק דאס ציון פון ר' שלמה מערזל ע''ה, א אלטע בעלזער חסיד וואס האט געקויפט דעם חלקא הארט נעבן בעלזער רב זצוק''ל, און איך האב דאך ר' שלמה מערזל גוט געקענט פון שטעטל, ווי ער האט געוואוינט אין מיינע יונגע יארן.
און נאך הייליגע און גרויסע דערנעבן, טוהען מיר איבערלאזן עטליכע קאפיטלען אז זיי אלע זאלן זיך מיען פאר אונזערט וועגן און ברענגען נענטער די גאולה כללי ופרטי.
און מיר גייען שוין צוריק ארונטער דעם בארג, ווען מיר האבן חשק צו געפונען דאס ציון פון הקדוש הרב ר' מאיר כהנא ז''ל, וואס איז געשאסן געווארן דורך אראבער מיטן נאמען יוד! און פארדעם אליין האב איך געהאט חשק פוקד צוזיין זיין מקום מנוחה, אבער ווילאנג כ'האב עס געזוכט, און גענוג לאנג, איז שוין צוגעפאלן די אווענט, און בלית ברירה האבן מיר זיך געקערט צום ציון החיד''א און פונעם בעל הילולא ר''ר מרדכי אליהו זצ''ל.
דארט האבן מיר זיך אריינגעשטופט און אויסגעשריגן עטליכע קאפיטלען, זאלן מיר האבן געפועל'ט אלעס גוטס.

צומארגענס גאנץ פרי, האב איך זיך פארשטענדיגט מיט א גוטע חבר, מושי קויפמאן, וואס זיין חתונה איז פארגעקומען אין צוויי טעג ארום, און ער האט מיט מיר זיך ארויסגעלאזט מיט נאך חברים צום הייליגן קבר פונעם מאמע רחל, דארט אויפן וועג צווישן חברון און בית לחם..
אויב האב איך געמיינט אז איך האב מיך נעכטן אויסגעוויינט, האב איך אונטערגעשאצט די כח פונעם מאמע רחל, און ווען כ'האב נאר געעפענט א תהילים, און דערמאנט נעמען פון מיין קוויטל, און ארויסזאגנדיג די נאמען פון מיין ליבע בן יחיד'ל – יעקב יוסף בן פראדל בילא להצלחה בחינוך, האט א קוואל זיך געעפענט מיט כח, און מיין הארץ איז געשפרונגען פון התרגשות.
די הייליגע מאמע רחל, די ווייסט גוט וואס מיינט א בן יחיד'ל, די ווייסט גוט וואס הייסט מ'לאזט איבער א קינד אן א מאמע, דיין יוסף'ל דיין קינד, מיין יעקב יוסף'ל מיין קינד דיין קינד.. בעט איך דעם הייליגן גאט, דער איינציגער פאטער אין הימל דער אבי היתומים, דערבארעם זיך ווידעראמאל און שיק אונז אלע גוטע השפעות מיט אלעס וואס מיר וואונטשן זיך, בזכות די מאמע רחל.
מיר זענען אויך געפארן צום ציון פון 'שמעון הצדיק' ווי איבעראל טרעפן מיר גוטע יודען, און דערפרייען זיך מיט א גלעזל משקה און א טוץ גוטע ווערטער.

מיר האבן נאך געוואלט אריינכאפן צו גיין אויפן הר הזיתים, אויפן ציון פונעם אור החיים הקדוש, און נאך.
אבער ס'גארנישט לייכט אנצוקומען אהין, ס'איז א שטיקל סכנה אויך, אבער דאס וואלטן מיר אוועקגעמאכט צוליבן זכיה פון זיין אויף דיי הייליגע מקומות, אבער פשוט מיר האבן נישט געפונען די ריכטיגע איינגאנג ווי מ'דארף גיין, און אין אזעלכע היצן איז נישט קיין קונץ זיך צו שלעפן אונטערן זון און זוכן וועגן.
האבן מיר זיך קודם געשטעלט העכערן בארג, ווי מ'זעט דאס מקום המקדש, אוי! און מיינע געפילן רייסן מיר ווידער.. דער הר הבית.. שועלים הלכו בו.. עד מתי אשתומם על חורבן פעמיים, עד מתי לא תרחם את ירושלים..
מיין חבר האט געכאפט א רייד מיטן קעמל דערנעבן, און מיר האבן דערווייל געזונגען א הארציגע ליד לזכרון ההבטחה אז ביום מן הימים וועלן מיר דערצו זוכה זיין און זיך צוריקזען אינעם נייעם לעכטיגקייט בתוככי ירושלים, אור חדש על ציון תאיר ונזכה כולנו במהרה לאורו.

מיינע באגלייטער האבן מיר צוריקגעפירט צום אכסניא, און פון אלע ידידים און זייערע הבטחות אז דו וועסט קומען אין לאנד וועלן מיר דיר טראגן און ברענגען, איז געבליבן געזאגט.. און איך אנטוישט, האב זיך אליין געמאכט א פלאן, לאמיר אריינכאפן די פאר טאג וואס איז מיר געבליבן דאהי צו וויילן, און עפעס אויפטון כאטש.
מיין פלאן איז געווען זיך ארויסצולאזן קיין 'עין בוקק' דאס איז די געגענד פונעם 'ים המלח' און נהנה זיין פון די געזונטע מינעראלן וואס מ'זאגט אז עס היילט און געבט געזונט פאר די קערפער.
איך האב זיך געלאזט קאסטן צו גיין אין א האטעל איבערנאכט, און צומארגענס – נאך א געשמאקע סעודה, האב איך פארזוכט די וואסערן, און כ'מיין אז עפעס האב איך אויפגעטון..
מיין פלאן איז געווען, אריינצוכאפן נאך עטליכע הייליגע מקומות אין גליל, און דערמיט אפזעטיגן מיין דארשט וואס האט מיר אהערגעצויגן אויף א באזוך אינעם לאנד פון גאט, וואס עיני השם בה מראשית השנה עד אחרית שנה.

פון עין בוקק – וואס איז די נידריגסטע מקום אויפן וועלט, פונעם וואסער לעוול, איז ממילא די היצן גאר גאר שטארק, ווען קוים א ווינטל גאנבעט זיך אהין זעלטן, און אהין צו גליל אוואו געשמאקע ווינטן איז א נחלה בלי מצרים, איז דאס געווען א דראסטישע טויש אינעם אטמאספער, אוואו איך האב מיך א טאג דערויף געפונען.
מיר גרייכן קיין צפת, און די אויגן קענען זיך נישט גענוג אפזעטיגן פון די שיינע גליל בערג די הייליגע, וואס איז אנגעזייעט מיט היסטאריע און קדושה.
מיר כאפן א טעימה אינעם מסעדת 'מענדיס' א היימישער רעסטוראנט, וואס שוין לעצטע מאל האב איך דארט טועם געווען מלא לוגמא, דאס ווייסען אלע חוץ לארץ'דיגע געסט.. און נאכן כאפן די אטעם, און זיך אויפ'פרישן די כוחות, גרייט איך זיך צו די ריכטיגע ציל זיך אויפצופרישן די נשמה.
ביים הייליגן קוואל מקוה פונעם אריז''ל זיעועכ''י, דארט לעכצטע איך שוין אלע טעג פון יאר, צו גרייכן אהין און זיך אונטערטונקן אין די מים טהורים, און א טריט נאך א טריט קומען מיר אן אהין, און שיילן אראפ פון זיך די בגדים, און טאנצן אריין אינעם אייז קאלטן מקוה.
כל חפצים לא ישוו בה, ס'ווערט אלע געלטער, די הייליגע וואסער רייניגט ממילא, און נעמט ארום דורכאויס מיט הייליג ריינע געפילן, וואס פון דארט שפרייזן מיר אריין צו די פולע ציונים קדושים אויפן בארג, ביי די פולע צדיקים קדושים וטהרים שרפי מעלה.
וואו א הייל, ווי א שטיין, לאזן מיר איבער אפאר הארציגע קאפיטלען, און די געשמאקע ריינע לופט פון צפת גלעט אין פנים מיט ליבשאפט, און טרערן לאזן זיך רינען אויף די הייליגע שטיינער, און מיר האפן זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס, אבער טאקע מיט אלע טעמים און פירושים.

איך זע מיר ארום, אז איך האב נאך ווייניגער ווי א טאג געבליבן דא אין לאנד, מוז איך זען אריינצוכאפן יעצט וואס איך האב ביי די האנט, און זיך צוריקזען אין ירושלים וואס שנעלער, כדי צוזיין מארגן רואיג און צייטליך.
איז מיר געבליבן נאך איין מקום וואס וועגן דעם, און אפשר בלויז וועגן דעם, וואלט איך געקומען צו פארן אהער, דאס איז דער הייליגער רבי מאיר בעל הנס, וואס איך זע אזויפיל ישועות טאג טעגליך, פון מינוט צו מינוט, יעדע ליאדע צייט, און כ'וויל מיך פון געפיל אויס אויסבעטן צוקאפענס פונעם הייליגן ציון אין טבריה.
איך באגעגען זיך מיט א היימישער יונגערמאן, וואס פארט פונקט אויף ארום אויף די הייליגע מקומות, און ער איז וויליג מיר אפצופירן אהין קיין טבריה און נאך צוגיין צו נאך עטליכע מקומות וויפיל די צייט וועט ערלויבן.

איך האב זוכה געווען זיך משתטח צוזיין אויפן הייליגן ציון פונעם תנא רבי עקיבא, און דערנעבן די ציון פון רבי משה חיים לוצטו זיעועכ''י, און אויך ביים הייליגן רמב''ם און די תנאים און די ראשונים וואס ליגן דערנעבן, און פון דארט פארן מיר צום ענדע ציל.
צום לעכטיגע געצעלט, ביהמ''ד כתנות אור, המאיר ובא, דער הייליגער תנא וואס האט פארשפראכן, אז מיטן ארויסזאגן 'אלקא דמאיר ענני', ווי איך טייטש מיר אלץ אינזינען, אז דער גאט וואס מאכט לעכטיג, דער גאט פון ר' מאיר, ענני ענטפער אונז אלע שוין.
און ער ענטפערט אונז.. מיר טוהן בעטן, און וויינען, און תהילים זאגן, און זיך אויסשמועסן אין יעדע מצב און פאל, א מטבע לצדקת רבי מאיר, און אפאר שנירלעך טרערן מאכן נאס דעם ספעציעלע רונדיגע פוירפעל-לעכטיגע שטיין, צוקאפנס פונעם ציון, און מיר זאגן מיט אמן יהש''ר מיט די מנין וואס דאווענט דארט אינעם שול על קברו הקדוש, און פועל'ן גאר שנעל אלעס ווי געוואונטשן.
און לאמיר האפן אז אלעס זאל טאקע גיין בעתיד אזוי געשמירט און געפארן..
גע'פועל'ט אלעס גוטס.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

וועלקאם בעק, ענדליך מ'זעהט זיך דא נאכאמאהל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
BLOOMINGBURG NY
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:01 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך BLOOMINGBURG NY »

MENASHA ????????
פארשפארט