די ערשטע רעדט ער וועגן תענוג האכילה, ובזה איז ער כולל אלע תענוגים גשמיים. אין תענוג האכילה איז דא צוויי אופנים: יאכלו ענווים וישבעו, אדער אוכל לחיך יטעם. יאכלו ענווים וישבעו, רעדט פון א הונגעריגע מענטש (אדער בעל חי) וואס דורך עסן ווערט בתענוגט און ער איז מעהר נישט הונגעריג, ער איז זאט, עס געבט אים א צופרידנקייט Satisfaction. אוכל לחיך יטעם, איז די תענוג פון א געשמאקע עסן. לאו דוקא ער איז הונגעריג, ער האט די געשמאק פון גוטע פיינע געשמאקע מעדנים. די זעלבע איז ביי אלע תענוגים גשמיים, וואס זיי אלע זענען תענוגים בהמיים, וואס פונקט ווי א בהמה האט דיע תענוגים, אזוי אויך א מענטש האט דיע תענוגים.
למעלה מזה איז די צווייטע דרגה פון תענוג וואס די תענוג פון קול ערב/נגינה. די תענוג פון קול ערב איז מעהר א רוחניות'דיגע תענוג. (איך פלאן בע"ה צו שרייבן איבער דעם אן עקסטער אשכול.)
למעלה מזה איז תענוג פון מדות. למשל מדת החסד א מענטש וואס איז א חסדן בטבעו, ער וויל און זיכט צו טוהן חסד. כסדר דארשט זיינע מידות צו טוהן חסד מיט א צווייטן. אויב ער האט נישט פאר וועם צו טוהן חסד איז זיין מדה נישט באזעטיגט. אויב ער וועט האבן מיט וועם צו טוהן חסד וועט עס זיין, זיין בעסטע טאג.
נישט ווייל ער פריידט זיך ח"ו מיט יענעמ'ס צרות. אזוי אויך נישט אז ער פריידט זיך אז יענער דארף צוקומען צו אים (וואס דאס איז קאנטראלינג). נאר ער האט תענוג אז זיין מדה ווערט יוטילייזט, דהיינו אז זיין מדה קען זיך ארויסגעבן אל הגילוי עד לידי מעשה. וואס דאס איז פאר אים גרויסע תענוג.
אזוי אויך איז ביי יעדער מדה וואס א מענטש האט, דורך דעם וואס ער קען עס ארויסברענגן אל הגילוי לידי מעשה, באקומט ער א תענוג גדול.
די העסטע תענוג וואס איז פאראן איז די תענוג פון חכמה. חכמה האט צוויי אופנים השכלות החכמה, מיט השגת החכמה.
לשון קונטרס ומעין (הרש"ב) מאמר א' פרק ג':
וְהִנֵּה לְמַעְלָה מִכָּל הַתַּעֲנוּגִים הַנַ"ל הוּא הַתַּעֲנוּג שֶׁבְּשֵׂכֶל וְחָכְמָה וּכְמוֹ בְּהַמְצָאַת אֵיזֶה הַשְׂכָּלָה חֲדָשָׁה שֶׁיֵּשׁ בָּזֶה תַּעֲנוּג נִפְלָא, וְכֵן בְּהַשָּׂגָה וַהֲבָנָה כְּשֶׁלּוֹמֵד אֵיזֶה עִנְיָן וּמְבִינוֹ בְּטוֹב, שֶׁיֵּשׁ בָּזֶה תַּעֲנוּג הַנֶּפֶשׁ, וְזֶהוּ הַטּוֹב וְהַתַּעֲנוּג אֲמִיתִּי וְהַנַּעֲלֶה בֶּאֱמֶת (וּבִתְנַאי שֶׁהַחָכְמָה עַצְמָהּ טוֹבָה וַאֲמִיתִּית הִיא, כִּי אִם הַחָכְמָה הִיא רַע מִצַּד עַצְמָהּ הֲרֵי הִיא מִכְּלַל הַדְּבָרִים הָאֲסוּרִים שֶׁאָסוּר לַעֲסוֹק בָּהּ) וְהָאָדָם בַּאֲשֶׁר הוּא בְּחִיר הַנִּבְרָאִים צָרִיךְ לִהְיוֹת הַטּוֹב וְהַתַּעֲנוּג שֶׁלּוֹ בְּעִנְיָינִים הָרוּחָנִים דַּוְקָא, וּבִפְרָט בְּעִנְיְנֵי הַחָכְמָה, וּבָזֶה דַוְקָא יִהְיֶה עוֹנֶג נַפְשׁוֹ כִּי זוֹהִי מַעֲלָתוֹ עַל כָּל הַנִּבְרָאִים בְּהַשֵּׂכֶל שֶׁנִּיתַּן לוֹ וְנַפְשׁוֹ הִיא נֶפֶשׁ הַמַּשְׂכֶּלֶת, וּבִפְרָט מִצַּד הַנֶּפֶשׁ הָאֱלֹקִית שֶׁבּוֹ שֶׁהִיא מִבְּחִינַת הַחָכְמָה הָעֶלְיוֹנָה כְּיָדוּעַ, וְצָרִיךְ לִהְיוֹת כָּל הַמְשָׁכַת נַפְשׁוֹ וְכָל חֶפְצוֹ וּמְגַמָּתוֹ בְּעֵסֶק חָכְמַת הַתּוֹרָה וּבָזֶה תִּתְעַנֵּג נַפְשׁוֹ וְעַל יְדֵי זֶה תִּתְעַלֶּה נַפְשׁוֹ בְּעִילּוּי הַמַּעֲלָה וְהַמַּדְרֵיגָה אֲשֶׁר לְכַךְ הוּא נִבְרָא.
זעענדיג די ווערטער, וואלט מען זיך געדארפט אביסל אפשטעלן. וואס, חכמה איז די גרעסטע תענוג? מילא חכמה איז די חשובסטע זאך, מסכים. אבער תענוג? ווי קען זיין אז חכמה איז די גרעסטע תענוג?
אחרי שובי ניחמתי, וזהו ביאורו לדעתי:
א מענטש וואס וויל ריכטיג צוקומען צו תענוג וועט עס נאר געשעהן אויב ער איז טיף אריינגעטוהן אין דער תענוג.
לאמיר אנהייבן מיט תענוג האכילה. די וועלט זאגט א סלענג: ווען איך עס איז אלעס געשטארבן. א מענטש וואס וויל באמת הנאה האבן פון עסן קען עס נאר זיין אויב ער איז זיך מסיח דעת פון אלע זיינע טירדות, יעצט איז ער פארנומען מיטן עסן. די זעלבע פארציע וואס ווערט סערווירט אין 'טעררעס אוו דע פארק', אויב מען וועט עס סערווירן אינדערהיים, וועט עס נישט זיין מיט די זעלבע געשמאק. פארוואס? ווייל ער האט נישט די זעלבע גוסטע מיט די זעלבע רואיגקייט אינדערהיים ווי אין די שיינע זאל.
די זעלבע איז מיט נגינה. נאר ווען א מענטש איז אין אן גוטע מאד א גוטע אטמאספערע וועט ער צוקומען צו די ריכטיגע תענוג פון נגינה. די זעלבע איז מיט חכמה. מיר זענען אלע פארנומענע מענטשן מיר זענען טרוד ולכן איז פאר אונז שווער צוציקומען צו תענוג פון חכמה אמיתית.
ביי חסד איז נאכמעהר. ווען א בעל חסד געבט א דאללאר פאר צדקה געבט עס אים נישט קיין תענוג (אולי א קליינע תענוג). אבער ווען ער וועט זיין פארנומען א גאנצע טאג ארומלויפן צו עסקנים, אדער לויערס צו העלפן איינער מיט א געריכט פראצעס וכדומה, ווער זאגט אויב ער איז פארנומען ביז שפעט אינמיטן די נאכט, דעמאלס פילט ער דער תענוג פון חסד. בשעת זיין פעולת החסד, קען ער פון גארנישט טראכטן, זיין ווייב רופט אים, ער הייבט אויף און זאגט אז ער איז זייער פארנומען און קען נישט רעדן. ווייל יעצט איז ער פארנומען מיט תענוג החסד. אויב ער וועט עס טוהן אזוי אבי געטוהן, וועט ער נישט צוקומען צו קיין ריכטיגע תענוג פון זיין מדת החסד.
לאמיר רעדן פון השגת החכמה. ווען מיר לערנען איז די תורה כסדר דא נייע חכמה נייע געדאנקען נייע סברות. בפרט ווען מיר לערנען בבלי וראשונים עד לידי הלכה למעשה. אבער על פי רוב קומט מען נישט צו צו תענוג.
פארוואס? ווייל על פי רוב גייט עס מיט זייטיגע טירדות. אפילו איינער וועט מיר זאגן אז ער לערנט בלי טירדות איז ער נאך אלץ נישט גוט אריינגעטוהן אין השגת החכמה. ווייל אויב לערנט מיט א הספק, ווי למשל דף יומי עמוד יומי הלכה יומי, איז ער טרוד אין די מטרה העיקרי פון ענדיגן די הספק. וכן ביי רוב כולל אינגערלייט איז דא הספק מצד הכולל וויפיל ער דארף ענדיגן יעדער חודש/וואך.
אפילו אויב דו לערנסט אהן א הספק, ביזסט נאך אלץ נישט פריי. ווייל דו דארפסט זיין אינדערהיים אדער ערגעץ ווי אין א געוויסע זמן, וואס דאס לאזט דיר נישט צו צו תענוג השגת החכמה.
איינער וואס לערנט בלי שום הגבלות, ער גייט לערנען א לענגערע צייט ער קען זיך יעצט אריין טוהן ביזן סוף, נאר דער קען ריכטיג צוקומען צו תענוג השכלת החכמה.
אנדערש ווי ביי עסן וואס אויב בשעת מעשה איז ער מיושב קען ער צוקומען צו תענוג אפילו אויב ער האט נישט אנלימיטעד צייט זיך אפצוגעבן מיט דעם. ווייל עסן איז instant הנאה. מען דארף נישט צופיל אינוועסטן אין דעם. ביי נגינה אויב מען וויל צורומען צו ריכטיגע תענוג דארף מען שוין זיין אביסל מער צוגעטראגן צו די מצב. על פי רוב וועט עס געדויערן מער לענגער צוצוקומען צו תענוג. כמו שאכתוב בל"נ במאמר על ענין הנגינה.
אבער ביי תענוג פון חכמה, פאדערט זיך שוין מעהר אינוועסטמענט כדי צוצוקומען צו תענוג האמיתי. נאר ווען א מענטש איז אינגאנצן אויסגעטוהן פון אלעס, ער טראכט נישט פון גארנישט, ער איז נישט טרוד פון גארנישט, ער טוהט אדורך די נושא ביזן סוף, נאר דעמאלס וועט ער צוקומען צו תענוג פון החכמה.
יא, ווען א מענטש איז אזוי אריין געטוהן אין די דבר והשגת החכמה, און ער קומט צו צו משיג זיין דבר חכמה על בריו, אין לך תענוג גדול מזה.[/justify]