זייער שיין שמעקעדיג פאר'ן ארויסברענגען אמאל די גרויסקייט פון די רבי'ס מען הערט דאך דא נאר אזויפיל קרעכצערייען אויף זיי און די שווערע מצב ביי די שטובער פון די רבנים אז ס'קען זעך דאכטען אז זיי זענען חלילה וויסעך ווער, שוין הער מיר אמאל א שיינע זאך אויכעט. איך האב געהערט פון א מקורב להאדמו''ר רבי דוד קאהן שליט''א, אז ער האט ממש מיט א ספעציעלע טירחה שטייענדיג נאך ביי שמו''ע פון מעריב בעפאר תתקבל און ספירה ציילען און איז שנעל געלאפען צום שמחת בר מצוה פון זיין אייניקעל הערנדיג אז זיין עלטערע ברודער איז דא בכדי להרבות שלום ואחוה.
האק נישט קיין טשייניק וועגן טרינקן די ברידערס בלוט. איך בין געווען אין א"י בשעת די תולדות חלוקה און מיטגעהאלטן פן נאנט. רוב עולם האט קלאר געוואלט ר' דוד זאל איבערנעמען און ביים דין תורה איז געבליבן אז למען השלום וועט תולדות אהרן אוועקגעבן א בנין פאר תוא"י. מ'דארף אינאכט נעמען אז גאנץ תולדות אהרן איז באשטאנען פן צוויי בנינים און אוועקצוגעבן איינס (אפילו די קלענערע) איז גאר א גרויסע פרייז. בי"ד האט טאקע ארויסגעגעבן א בריוו אז תו"א האט געטון לפנים משורת הדין למען השלום.
למעשה, איז תוא"י געבליבן אנגעווייטאגט אויף תו"א. א מענטש איז דאך נאר א מענטש, און ס'איז זייער ווייטאגליך צו זעהן ווי די יונגערע ברידער האט א מלוכה דריי - פיר מאל מער פונעם עלטערען ברידער. די ערשטע פאר יאר פלעגט תוא"י רבי אוועקפארן יעדעס מאל איינער פן די געשוויסטער האבן חתונה געמאכט, וויבאלט די חתונות פלעגן פארקומען אין ביהמ"ד תו"א און ס'איז געווען זייער שווער,עמאציאנאל, פארן תוא"י אהינצוגיין.
מ'האט דעמאלטס דערציילט אז איינער האט געטראפן תוא"י רבי אין לאס אנזשעלעס און געפרעגט פארוואס איז די רבי געקומען אהער? האט ער געענטפערט: וואס הייסט? ווייסט נישט אז מיין ברודער מאכט חתונה?
דריידל: יא. אבער וויאזוי איז צוגעקומען אז דער יונגערע ברודער זאל איבערנעמען די מוסדות און די נאמען פונ'ם טאטן. און דער עלטערער ברודער זאל זיך מוזן מאכן א נייע ביזנעס?. ס'איז הוא הדבר אין סאטמער מיט די ארונים/זאלונים מחלוקת. משה גבאי האט געזאגט פאר אהרן אז ער קען גיין דרייוון א יעללאו קעב אדער פאררעכטן שיך, אבער קיין סאטמערע רבי וועט ער נישט זיין. מיט די רעבעצין ע"ה'ס שטיצע. נאר ווען די ארונים האבן צוריק געפאשט זענען זיי געווארן די רויבער'ס... (או.קעי. זי האט געהאט אן אלטן חשבון מיט'ן ברך משה ז"ל(...
פון די וויזשניץ בעלזא קליפ פעלט א וויכטיג שטיקל ווי דער בעלזער שטעלט צאם די צוויי ברידער און דער עולם שרייט גאר ווילד נוסח העעעעי... אזוי ווי למשל א בעסטע חבר וואס טאנצט מיט חתן און נאכדעם געט דער בעלזער צדיק אזא שלעפ מיט די פלייצע און קלאטשט מיט צופרידענהייט אזוי ווי מישאן אקאמפלישט. רח"ל לאן הגיאנו אז די מנהיגי ישראל פארעכנט מען צווישן זייערע מעשים טובים אז ער איז שוין נישט אינגאנצן צוקריגט מיט זיין ברודער נאר אביסל. אבער נישט פארגעסן אז די חברה האבן שטארקע טענות אויף די דברי אלקים חיים פונעם רבין הבדי"ל זי"ע אז דער דרך הבעש"ט איז נשתכח.
berlbalaguleh האט געשריבן:דריידל: יא. אבער וויאזוי איז צוגעקומען אז דער יונגערע ברודער זאל איבערנעמען די מוסדות און די נאמען פונ'ם טאטן. און דער עלטערער ברודער זאל זיך מוזן מאכן א נייע ביזנעס?. ס'איז הוא הדבר אין סאטמער מיט די ארונים/זאלונים מחלוקת. משה גבאי האט געזאגט פאר אהרן אז ער קען גיין דרייוון א יעללאו קעב אדער פאררעכטן שיך, אבער קיין סאטמערע רבי וועט ער נישט זיין. מיט די רעבעצין ע"ה'ס שטיצע. נאר ווען די ארונים האבן צוריק געפאשט זענען זיי געווארן די רויבער'ס... (או.קעי. זי האט געהאט אן אלטן חשבון מיט'ן ברך משה ז"ל(...
אין תו"א איז געווען בחירות. אנדערש ווי סאטמאר און באבוב, האט קיינער גארנישט געכאפט דארט. פאר עטליכע וואכן, ווילאנג די די"ת האט זיך געצויגן, האט בי"ד געהייסן אז ביידע רבי'ס זאלן אוועקפארן פון ירושלים.
דריידל האט געשריבן:אין תו"א איז געווען בחירות. אנדערש ווי סאטמאר און באבוב, האט קיינער גארנישט געכאפט דארט. פאר עטליכע וואכן, ווילאנג די די"ת האט זיך געצויגן, האט בי"ד געהייסן אז ביידע רבי'ס זאלן אוועקפארן פון ירושלים.
איך מיין אז די בחירות איז דארטן געווען אזוי ווי - להבדיל - די בחירות וואס איז לעצטנס געווען אין קרים, אוקריינע.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
איך קען דיר נישט זאגן אז ס'זענען נישט געווען אזעלכע וואס האבן געהאט פרעשור פאר וועם צו וועלן, אבער בי"ד האט אויסגעהערט יעדעמס טענות און אויב איז געווען עפעס ממשות האט מען קעיר גענומען. איך ווייסט אז תוא"י האט נאך די די"ת געטעהנט אז גבריאל שישא האט געסטראשעט אז אויב געווינט ער נישט טיילן זיי זיך אפ פון די עדה, און נאך אזעלכע הבלים. ס'גלייבט זיך אבער נישט אז ר' יעקב בלוי, למשל, זאל זיך דערשרעקן פון דעם.
חוץ מזה, אויב וואלט עס געווען א close split קען מען טעהנען אז עטליכע וואוטס זענען געווען געצווינגען. למעשה איז עס געווען 80/20 און איך האב גערעדט מיט אסאך ר' אהרעלעך און אלע זענען געווען גאר ווארעם פאר ר' דוד און גאר קאלט (מילד גערעדט) פאר רש"י.
הוא אשר דיברנו. דוכט זיך מיר אז אין קרים איז אויך געווען אזעלכע נומערן, ווייל די אוקראינער האבן מחרים געווען די בחירות, וה"ה בנידו"ד. סתם פאר נייגער, זיי האבן דיר אויך געזאגט דער טעם פון זייער קאלטקייט צו רש"י?
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
איך בין נישט אזוי זיכער דערין. מיר לייגט זיך מער אויפן שכל, אז זייער א גרויסע פראצענט, האט נישט געבאדערט דוקא ווער ס׳זאל טיילן די קוגל, (נעמענדיג אין באטראכט די ירושלמ׳ער מענטאליטעיט), און זיי זענען געבליבן אוואו עס איז. איך האב נישט קיין צוטריט צו די סטאטיסטיקס פון די בחירות, אבער איך בין זייער נייגעריג וויפיל מענטשן העכער די 30 האבן אפגעגעבן זייער שטימע. יעצט לאמיר הערן פארוואס האבן זיי איהם נישט געוואלט פאר קיין מנהיג?
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
ווען מ'רעדט פון חסידות דארף מען לייגן די שכל אין א זייט....
די ירושלימער מענטאליטעט פון וואס די רעדסט, איז אינו דומה צו תולדות אהרן מענטאליטעט. די ר' אהרעלעך זענען געווען צוגעבינדען צו זייער רבי מיט אן אויסטערלישע קשר. למשל, אויב א קינד האט נישט גוט געפילט איז מען געגאנגען צום רבי'ן און די רבי האט געזאגט וואס מ'זאל נעמען אויסצוהיילן אדער אויב מ'זאל גיין צום דאקטאר. ווען ס'איז געווען די איראק מלחמה און סאדאם האט געשאסן סקאד מיסעלס אויף ישראל, פלעגט זיך אנצונדען א סיירין און יעדעס האט געדארפט לויפן אין בונקער. די ר' אהרעלעך זענען אבער געלאפן אין ביהמ"ד, זיין מיטן רבי'ן.
דיין לעצטע בקשה קען איך נישט ערפילן. ערשטענס, וויל איך נישט סתם בארעדן און חוזק מאכן פון אן ערליכע איד, ובפרט אז כ'האב נישט מברר געווען אויב די זאכן זענען אמת. צווייטענס, וויל איך נישט אז דאס זאל ווערן א צימעס שמועס.
איך מיין אז די רעדסט פון א געוויסע פראצענט וואס זענען געבליבן מיט די ווארעמע תמימות׳דיגע הונגערישע מענטאליטעיט צווישן די אייס-קאלטע ירושלימ׳ער מענטאליטעיט. אבער איך מיין אז רוב מנין ובנין פון ביידע זייטן, טיף אין הארצן גייט זיי גאנץ ווייניג אן, ווער עס זאל שפילן די געים. (אזוי האב איך ארויסגעהאט די בילד זייענדיג דארט, מעי בי איים ראנג).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.