שאו את ראש בני כל עדת בני ישראל למשפחותם לבית אבותם במספר שמות כל זכר לגלגלותם (א, ב).
אין חידושי הרי"ם שטייט אז די טעם פארוואס די אייבישטער האט מצווה געווען צו ציילן די אידן, איז וויבאלד עס זאל זיין א דבר שבמנין וואס ווערט נישט בטל אפילו באלף, און כאטש בעצם איז עס נאר מדרבנן, דאס אז עס ווערט נישט בטל, אבער דא וויבאלד די תורה האט מצצוה געווען צו ציילן, דאן ווערט מען נישט בטל אפילו מדאורייתא.
די בעל הטורים איז מדייק, פארוואס איבעראל שטייט, לבני ראובן, לבני שמעון וכו', אבער דא שטייט בני נפתלי. זאגט ער אז די סיבה איז, ווייל שבט נפתלי האט געהאט אסאך מער מיידלעך ווי אינגלעך. ער לייגט צו אז עס איז מרומז אין די ברכה פון נפתלי, אילה שלוחה הנותן איז ר"ת אשה.
אין תפארת יהונתן פון ר' יהונתן אייבשיץ שטייט פארוואס ביים ציילן שבט לוי שטייט נישט לגלגלותם. זאגט ער אז די גמרא אין מס' מנחות ברענגט אז פלימו האט געפרעגט אויב איינער ווערט געבוירן מיט צוויי קעפ, אויף וועלעכע זאל ער לייגן די תפילין? זאגט די גמרא אז רבי איז געווען ברוגז פארוואס ער פרעגט זאכן וואס זענען נישט נוגע. זענען די מפרשים מסביר, אז כאטש ס'טרעפט זיך אז א קינד זאל געבוירן ווערן אזוי (תוס' ברענגט צו די באקאנטע מעשה מיט שלמה המלך), איז עס אבער א טריפה און קען נישט לעבן ביז ער זאל זיין גענוג אלט צו זיין מחויב בתפילין.
זאגט רבי ר' יהונתן זייער שיין. אלע יודען האט מען געציילט מבן עשרים שנה ומעלה, האט מען געקענט ציילן לגלגלותם - לויט די קעפ. אבער שבט לוי האט מען געציילט מבן חודש, און די תורה האט נישט געוואלט מ'זאל רעכענען א מענטש מיט צוויי קעפ פאר צוויי, פארדעם שטייט נישט לגלגלותם ביי שבט לוי.
די וואך ווערט אויסגערעכנט די מספר פון כלל ישראל יעדע שבט באזונדער. אבער שבט לוי זעהט מען, האט געהאט די קלענסטע מספר פון צוויי און צוואנציג טויזענט, בעת וואס אנדערע שבטים האבן געהאט אסאך מער. די רמב"ן זאגט אז די סיבה דערצו איז, ווייל כלל ישראל איז געבענטשט געווארן מיט ששה בכרס אחד צוליב "וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרץ", אבער שבט לוי איז נישט געווען אונעם שעובד ממילא האבן זיי נישט געהאט די ברכה פון; ירבה ויפרץ.
אין פרשת במדבר ווערט אויסגעשמועסט די דגלים ווי יעדע שבט זאל רוען, און ווער ס'איז די ראש פון יעדע דרייער. וואס אויבנאויף איז דאס אן א סדר, נישט לויט די עלטער און נישט לויט די אמהות. נאר וואס דען, האב איך געזעהן ערגעץ אזא הסבר, מען צוטיילט די שבטים לויט די אמהות קבוצה א' בני לאה ראובן, שמעון, לוי, יהודה, יששכר, זבולן, קבוצה ב' בני רחל יוסף=אפרים, מנשה, (ע"פ סדר הברכות של יעקב אבינו) בנימין, קבוצה ג' בני השפחות דן, נפתלי, גד, אשר, יעצט צוטיילט מען בני לאה אויף צוויי דרייערס א' ראובן, שמעון, לוי, ב' יהודה, יששכר, זבולן, יצא לוי לסביב המשכן, ליידט מען אריין גד, די בכור פון שפחת לאה. האמיר שוין יעצט די פיר קבוצות על הסדר א' ראובן, שמעון, גד, ב' יהודה, יששכר, זבולן, ג' אפרים, מנשה, בנימין, ד' דן, נפתלי, אשר, אבער היות יהודה איז די מלך פון די שבטים, אשר על כן איז זיין קבוצה די ערשטע. אבער וואס ערוועקט נייגער איז אז אין פרשת נשא ביי די פרשה פון חנוכת המזבח האבן די נשיאים אויך געברענגט אין די סדר, וואס על פי פשטות איז דאס פארגעקומען א חודש פאר מען האט מסדר געווען די דגלים, איז אויב אזוי וואס קומט די סדר אריין אין פיקטשער? בשלמא יהודה די ערשטע ניחא, אבער עס דארף דאך נישט זיין קיין דרייער גרופעס, איז וואס קומט נאכדעם יששכר, זבולן, אין ווי קומט גד נאך שמעון?
לשמעון שלמיאל בן צורישדי (א,ו). די גמ' אין סנהדרין זאגט אז זמרי בן סלוא וואס האט חוטא געווען מיט כזבו בת צור, איז באמת געווען שלמיאל בן צורישדי.
עפ"ז ווערט געברענגט אין לקוטי חבר בן חיים בשם די הייליגע חת"ס, אויף דעם וואס די וועלט פירט זיך אז איינער וואס האט נישט קיין מזל זאגט מען ער איז א "שלומיאל", אז דאס קומט פון די גמרא, ווייל מען זעהט דאך אז פנחס האט איהם געהארגעט מיט זעקס ניסים (כמבואר בגמרא), און ער האט נישט געהאט קיין מזל...
מצטמק ויפה האט געשריבן:לשמעון שלמיאל בן צורישדי (א,ו). די גמ' אין סנהדרין זאגט אז זמרי בן סלוא וואס האט חוטא געווען מיט כזבו בת צור, איז באמת געווען שלמיאל בן צורישדי.
עפ"ז ווערט געברענגט אין לקוטי חבר בן חיים בשם די הייליגע חת"ס, אויף דעם וואס די וועלט פירט זיך אז איינער וואס האט נישט קיין מזל זאגט מען ער איז א "שלומיאל", אז דאס קומט פון די גמרא, ווייל מען זעהט דאך אז פנחס האט איהם געהארגעט און ער האט נישט געהאט קיין מזל...
ווען איינער ווערט גע'הרג'ט מיינט דאס אז ער האט נישט געהאט מזל?? אבער לפי מה שהמשורר היהודי-גרמני היינריך היינה טוען בשירו "יהודה בן הלוי" (יהודה הלוי) כי קיימת מסורת עממית, כי לא היה זה זמרי שבו פגע פינחס, אלא אדם בשם שלומיאל, שהוא "אבי שושלת השלומיאלים". מובן הדבר היטב (דרך אגב, זיי מיר נישט חושד אז איך גלייב דעם היינריך, מיט זיינע באבע מעשה'ס)
דבר אל בני ישראל ואמרת אלהם איש איש כי תשטה אשתו וגו' (ה,יב) אין מדרש שטייט אז די פרשה פון סוטה איז געזאגט געווארן לדורות. ר' יונתן אייבשיץ איז מסביר ע"פ די גמרא אין יומא, אז אין מדבר האט נישט אויסגעפעלט די גאנצע מים המאררים, ווייל מען האט געקענט זעהן לויט די מן ווער עס איז גערעכט. דהיינו אויב איז די מן פון די פרוי געפאלן ביי איר טאטע אין שטוב האט מען געוויסט אז זי האט מזנה געווען, משא"כ אויב איז עס געפאלן ביים מאן אין שטוב האט מען געוויסט אז עס איז סתם געווען א הוצאת שם רע.
די וואך לערנט מען ארויס אז די לויים האבן זיך געדארפט לערנען 5 יאהר פאר זיי האבן געטוהן די עבודה, פון די 25 ביז די 30.
דער כסף משנה (פ”ג מהל' כלי המקדש ה”ז) שרייבט אז די 5 יאהר האט נאר אויסגעפעהלט 'לשיר, שהיא חכמה גדולה וצריכה לימוד המוסי”קא', אבער אויף די אנדערע זאכן האט מען זיך נישט געדארפט לערנען.
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
מצטמק ויפה האט געשריבן:די וואך ווערט אויסגערעכנט די מספר פון כלל ישראל יעדע שבט באזונדער. אבער שבט לוי זעהט מען, האט געהאט די קלענסטע מספר פון צוויי און צוואנציג טויזענט, בעת וואס אנדערע שבטים האבן געהאט אסאך מער. די רמב"ן זאגט אז די סיבה דערצו איז, ווייל כלל ישראל איז געבענטשט געווארן מיט ששה בכרס אחד צוליב "וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרץ", אבער שבט לוי איז נישט געווען אונעם שעובד ממילא האבן זיי נישט געהאט די ברכה פון; ירבה ויפרץ.
די אוהח" הק מאכט אוועק דעם רמב"ן ווייל אין דברי הימים זעט מען אז זיי זענען יא פילפאכיג געוואקסן על כן זאגט ער אז די טעם וואס די בני לוי זענען געווען אזוי ווייניג איז ווייל ווען פרעה האט געהייסן אז מען זאל הארגענען אלע קינדער האבן די בני לוי זיך פורש גווען אין נאר עמרם האט מען געהייסן פין הימל אז ער זאל ציריק גיין צי יוכבד וד"ל

און דער חיד"א פרעגט שוין אויף דער אוה"ח אז אין די גמרא שטייט בפירוש עמדו "כולן" והחזירו נשותיהן.
והוא פליאה עצומה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
מצטמק ויפה האט געשריבן:די וואך ווערט אויסגערעכנט די מספר פון כלל ישראל יעדע שבט באזונדער. אבער שבט לוי זעהט מען, האט געהאט די קלענסטע מספר פון צוויי און צוואנציג טויזענט, בעת וואס אנדערע שבטים האבן געהאט אסאך מער. די רמב"ן זאגט אז די סיבה דערצו איז, ווייל כלל ישראל איז געבענטשט געווארן מיט ששה בכרס אחד צוליב "וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרץ", אבער שבט לוי איז נישט געווען אונעם שעובד ממילא האבן זיי נישט געהאט די ברכה פון; ירבה ויפרץ.
די אוהח" הק מאכט אוועק דעם רמב"ן ווייל אין דברי הימים זעט מען אז זיי זענען יא פילפאכיג געוואקסן על כן זאגט ער אז די טעם וואס די בני לוי זענען געווען אזוי ווייניג איז ווייל ווען פרעה האט געהייסן אז מען זאל הארגענען אלע קינדער האבן די בני לוי זיך פורש גווען אין נאר עמרם האט מען געהייסן פין הימל אז ער זאל ציריק גיין צי יוכבד וד"ל
און דער חיד"א פרעגט שוין אויף דער אוה"ח אז אין די גמרא שטייט בפירוש עמדו "כולן" והחזירו נשותי והוא פליאה עצומה.