הכלב איננו - ליינט און שטוינט!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
הכלב איננו - ליינט און שטוינט!
דורכאויס די לעצטע פאר טעג, האבן כלבים גענאסן פון ברייטע דעקונג דא אין שטיבל, בעיקר אבער אויף א נעגאטיוון פארנעם. אונז ווייסן דאך אבער אז מדה טובה מרובה, און ממש כלב לשמה, האב איך פונקט פריער מיך אנגעשטויסן אין אן אינטערסאנטער געשיכטע, טאקע מישענדיג ס'בלעטל אויף סיפרא דאנפין.
די מעשה איז ערשט באריכטעט געווארן פארן פאפולערן "פרק שירה" כולל -- א כולל וואס גיבט זיך בעיקר אפ מיט אנגלעגנהייטן בנוגע חיות -- נאכדעם וואס די משפחה האט געהאט פארשפראכן דאס צו מפרסם זיין, אויב זאל פאר זיי געלונגען זיך צוריק צו פאראייניגן מיט זייער הונטל. צו אלעמענס ווינדער, און ווי אומגלויבליך ס'הערט זיך, איז נישט אדורך געגאנגען מער ווי א וואך, און זיי האבן אים אפגעפינען אין א גוטן און געזונטן צושטאנד -- בין המתים. אזוי ווי איר הערט, א דאפעלטער מופת. געטראפן ליגן לעבעדיג אין א בית הקברות.
די מעשה האט גערירט מיין הארץ, און האט מיך באמת איבערגענומען, אזש ביז צו טרערן. די געשיכטע דעמאנסטרירט אז אין דער צייט וואס לאיאליטעט און זארגפעלטיגקייט צווישן מענטשן איז שוין מער ווייניגער א חלק פון דעם ווייטן עבר, עדיין הוא מרקד בין הכלבים, און אויף אויסנאם שטארקע שטאפלען.
ליינט און שטוינט:
מיגואל גאזמאן, א חשובער מיטגליד פון דער בארימטע גאזמאן פאמיליע, האט נאכן אפלעבן זיינע יארן בעלמא הדין, אומגעקערט זיין נשמה למקור שנחצב, יום פלוני שנכפל בו וואטעווער, לשנת תשס"ו למספרנו.
מיטן אוועקגיין פון דער וועלט, האט מיגיואל איבערגעלאזט פילע גיטער און פעלדער, פאר זיינע יורשים זיך צו הרג'ענען דערויף. די גענויע אורזאך פון זיין טויט, איז דערווייל נישט באקאנט פארן שרייבער פון די שורות.
איינגעהילט אין טיפע צער, טרויער און מעלאנכאליע, האבן די משפחה מיטגלידער, דורכגעפירט די באגרעבעניש ריטואלן איידער מ'קערט זיך צוריק אהיים, לספוד למיגואל ולבכותו.
שוין זייענדיג אינדערהיים, האט נישט געברויכט לאנג נעמען, און ס'זאל אויפגעפאסט ווערן דאס אז קעפיטאן פעלט. ערשט האט מען געקלערט אז אפשר האט קעפיטאן מחליט געווען אויסצונוצן דאס צעמישעניש און בלבול המוחות, און איז געגאנגען שפילן צו א חבר.
די משפחה אבער, דערזענדיג כי פנה היום, איז פארכאפט געווארן אין פאניק, און איז אריינגעפאלן אין היסטעריע. מ'האט אלאמירט א רייע הילף ארגאנעזאציעס, בעטנדיג פאר באלדיגע אונטערנעמונגען.
קאמענד צענטערן זענען אויפגעשטעלט געווארן גאסן-ווייז, און שווערע צענדליגע וואלונטירן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען איינגעשפאנט געווארן אין דער זוך אקציע -- אבער קיין פאזעטיווע רעזולטאטן.
ס'איז שוין מיטל-נאכט, צענדליגע אויערן פון ארום דער גארער וועלט זענען צוגעשמידט צו קול מבשר; טוויטער און וואטסעפפ גרופעס ארבייטן פיבערהאפטיג מיט איבערמידליכע כוחות, אבער דערווייל איז דא קיין שפירן פון קעפיטאן.
באלד איז אויפגעברענגט געווארן דעם געדאנק צווישן ראשי העסקנים, אז אפשר זאל מען נישטערן ביים ריזן אומבאוואוינטן פאלאץ אינדרויסן פון דער שטאט, וואו ס'איז שטארק יתכן אז קעפיטאן האט אהין געבלאנזשעט, און האלט זיך דארט אויף.
אהין צו גיין אויף דער נאכט, איז געוועזן קיין אפציע, ווארום ווי ברייט-באוואוסט פאר קינד און קייט, דרייען זיך דארט שדים ביינאכט.
הבוקר אור, והאנשים שולחו. המה, וסובערבנייהם. א ספעציעלע איינהייט איז דירעקטירט געווארן אהין, באגלייט מיט דעטאלירטע מאפעס און אנווייזונגען. צו אלעם ערשט, האבן די חברה אפגעשפארט עטליכע גאסן איבער דער גאנצער אומגעגנט. באלד דערנאך האבן זיי מיט העראאישע אייפער געשטורעמט דעם שלאס, באוואפענט מיט פילע מאנסטערישע געצייג, און א רייע מיטלען וועלכע זענען אנגעבליך אין אומשטאנד צו דיטעקטירן נאך זיינע שפורן -- אבער אן ערפאלג.
ס'זענען גרופירט געווארן סטאדעס מיט וואלונטירן וועלכע האבן געקלאפט אויף רעזידענטיאלע טירן, געשיינט מיט אויגן-שטעכיגע פלעשלייטס, ארומגעפארן מיט הויך-הילכער באגלייט מיט ווילד-טאנצעדיגע לעמפלעך, והכלב איננו. דאס הונטל איז נישט דא.
א פלייץ פון "ק/פ" מעסעדזשעס וועלכע האבן בשעת מעשה אנגעגעבן געמישטע אפדעיטס -- וואו צווישן אנדערע האט איין קוואל געוואוסט צו פארציילן אויף זיכער, דאס אז מ'האט אים יא געפונען, אבער טויט -- זענען פארדאמט געווארן דורך עסקנים וועלכע האבן פארלאנגט פון די יחידים וועלכע גייען זיך אום מיט א לייכטזיניגקייט צום ענין, זיי זאלן זאפארט אויפהערן צו פיטערן דעם ציבור מיט נישט קראנטע אינפארמאציע, וויבאלד דאס זייעט אן איבריגע כאאס, און שפילט אויף די געפילן פון דער משפחה.
אויב זענען די געמיטער ביי דער גאזמאן פאמיליע נישט געווען גענוג דורכגעזאפט מיט גרימעניש און אומעטיגקייט איבער דער פארלוסט פונעם ראש המשפחה, קענט איר זיך פארשטעלן וויאזוי די מצב האט אויסגעקוקט אינעם ערשטן טאג פון שבעה, נאכדעם וואס א שווארצער וואלקן פון אנגסט און שרעק האט מיטאמאל פארכאפט זייערע צאפעלדיגע הערצער.
נאנטע צו דער אשת המנוח, האבן געפריווט צו טרייסטן און מחזק זיין די צובראכענע אלמנה מיט אירע יתומים, אנצייגנדיג אויף דעם ווייטן מציאות אז מ'זאל נאך דאס כלב'ל טרעפן בין החיים. וואס איז שייך צו קלאגן אויף א נישט לעבעדיגער זאך, און וויפיל נוצן קען מען שוין האבן אויב זאל מען אים אפגעפונען א טויטער.
אבער אויף וימאן להתנחם, זאגט שוין רש"י: "אין אדם מקבל תנחומין על החי". די משפחה האט באשלאסן אז די לעצטע זאך וואס זיי גייען טון, איז אויפגעבן. מ'וועט זוכן און זוכן, ביז מ'וועט אים טרעפן -- "לעבעדיג אדער טויט".
א וואך פון פיין און הארץ קלעמענישן איז אריבער, והנה, ערהאלט משפחת גאזמאן א טעלעפאן רוף פון אן אומבאקאנטן נומער. אויף דער אנדערער זייט פונעם טרייבל האט זיך געהערט די שטימע פון דעם הויפט חברה קדישא מאן. געקלערט האט מען באלד, אז געוויס רופט ער, כדי צו וויסן וויאזוי ס'איז דער מנהג ביי משפחת גאזמאן, כלפי הקמת המציבה.
דערויף האט שוין בנו הבכור זיך צעבייזערט, וואסי פשט אז מ'רופט אין אזא אנגעצויגענער צייט נאכאמאל. ווארום צו וואספארא חסידות ערעב מיגואל האט באלאנגט אלע יארן איז גלוי וידוע לכל, און ס'איז גאנץ גוט באוויסט וויאזוי זיי גייען זיך אום מיט הקמת המציבה. ועוד, האט מען אים דאך שוין קלאר איבערגעגעבן דעמאלט ביי דער קבורה, אלע דעטאלן.
ווי נאר אבער ער האט אנגעהויבן רעדן, האט זיך באלד ארויסגעשטעלט אז ניין, לגמרי נישט צוליב הקמת המציבה, האט דער פוילער מאן, גענומען די מיה צו טעלעפאנירן. די מאמע האט געלייגט דעם טעל אויף ספיקער, און אלע קינדער, מיט קורץ, אבער שנעל-קלאפענדע הערצער, האבן א בייג געטאן ס'אויערלעפל, און אנגעשארפט זייערע קאנצעטראציע צו א מאקסימאלן גראד.
"מיר ווילן אייך מודיע זיין", גלייכט ער אויס זיין שליימיג-פאררויכערטע קול, "מרת גאזמאן איר זענט נאך דא?"
"יא יא", ענטפערן אלע אין דער געזינדל ווי אין א כאאר.
"געלויבט דער פון אויבן, אז מיר קענען אייך איבערגעבן די פרייליכע בשורה, אז קעפיטאן געפינט זיך דא ביינונז, געזונט און פריש".
"ויפג לבם כי לא האמינו לו". די קינדער, נישט קענענדיג מחליט זיין צו ס'איז עכט אדער א חלום, האבן ערשט באשלאסן נישט צו נעמען קיין שאנסן. זיי האבן זיך אריינגעשלייכט אינעם פיקאפ טרעקל כהרף עין, און זיך ארויסגעלאזט מיט א שנעלן גאלאפ אין דער ריכטונג פונעם בית הקברות.
קיין ברכה האבן זיי נישט געברויכט מאכן בעפאר זיי זענען אריינטאנצן אין בית הקברות, נעמענדיג אין באטראכט אז זיי שטייען קוים זיבן טעג אוועק פונעם פאריגען באזוך. (אפשר יא, ווייל האבן דאן געהאט אן הלכה פון אן אונן? אוי, כ'בין שוין אינגאנצן צעמישט. לעיקוואד ביזטא?)
די חברה האבן זיך ארויפגעווארפן אויף קעפיטאן, מחבק ונשק געווען, ויחליפו שמלותיו, פארקעמט זיין האר, אים געזעצט אויבן אן, און זיך געאיילט אהיים.
די פרייליכע נייעס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט אין שטאט, און הגם קול מבשר האט נאך מורא געהאט צו באשטעטיגן אויף זיכער, האט שוין "ק/פ" אבער, געהאט די מעשה אלס א טרוקענעם פאקט.
א קבלת פנים בתופים ובמחולות, לכבודו של אותו כלב, האט זיך פארמירט פארענט פון דעם הויז ווי ביז בלויז נעכטן איז נאך דארט פארגעקומען אנגעשטרענגטע ניחום אבלים. באזונדערע התרגשות איז געוועזן ווען דער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ אויפן ניגון: "והשיב לב בעלים על כלבים, ולב כלבים על בעליהם", הגם א היתר צו טאנצן נאך אין שלושים, האט זיך ווארשיינדליך מיטגעכאפט מיטן היתר פון גיין אין ערכאות.
[center]* * *[/center]
די שמחה איז אפשר געוועזן גרויס אינדרויסן, אבער אינעווייניג האט זיך אפגעשפילט גאנץ אן אנדער בילד.
קעפיטאן איז מער נישט געוועזן דער אויפגעלייגטער קעפיטאן פון דעם אמאל. ווי נאר די נאכט איז געפאלן, האט ער נאס געמאכט זיין קישן בדמעות שליש, און זיך געדרייט פון איין זייט צו דער צווייטער זייט, צעבראכן און דערביטערט. ער האט געפריווט מיט אלע כוחות, און געמאכט באמיהונגען אויף צו אנטלויפן פון דערהיים.
משפחה מיטגלידער, נאכן נעמען ראט פון קלוגע לייט, און דאס דורכשמועסן מיט מחנכים, האבן באשלאסן אז מ'וועט זיך אומגיין מיט א ווייך הארץ צו קעפיטאן, און אים נאכגעבן דאס ארויסגיין ביינאכט אויף דער פריי.
א שטיק צייט איז פאריבער, און דאס בילד האט אנגעהויבן קלאר צו ווערן.
ווי ס'שטעלט זיך ארויס, טוט קעפיטאן שפאצירן טאג טעגליך, אין היץ אדער פרעסט; זומער אדער ווינטער; רעגן אדער שניי, גאנצע דריי מייל ביז צום בית הקברות, וואו דארט איז ער זיך משתטח אויפן קבר פון זיין רבי'ן. נעכטיגט איבער אויפן שטיין א גאנצע נאכט, און קערט זיך צוריק אהיים ערשט ווען ס'טאגט שוין אינדרויסן.
יעצט, שוין זיבן יאר זינט מיסטער גאזמאן הלך לעולמו, און קעפיטאן מאכט נאך זיין טעגליכן גאנג צום בית הקברות און צוריק. דער שומר הפתח שליסט נישט צו דער צוים, ביז ווילאנג קעפיטאן קומט אן. דאס איז יעדע זעקס אזייגער אויפדערנאכט שארף. ער שלאפט דארט א גאנצע נאכט, ביז דער שומר עפענט די טיר צו ותיקין.
א זייטיגע באמערקונג:
עטליכע וואכן נאכדעם וואס מ'האט אפגעפינען קעפיטאן, האט איינער וועלכער האט געהערט ערשט-האנטיג פון א משפחה מיטגליד, איבערגעגעבן צו איינע פון די אומאפהענגיגע ארגאנען, אז בשעת ווען די זוך אקציע נאך קעפיטאן איז געוועזן אין פולער שוואנג, האט מען זיך אין אמת'ן געהאט פארבינדן מיט א מקובל פון ארץ ישראל, און יענער האט עטליכע מאל געטון ווידערהוילן בזה הלשון: "א שאד אויף א יעדע מינוט וואס מען זוכט אים צווישן די לעבעדיגע".
די משפחה האט זיך שטייצעך געהאט פאר'נאר'ט, און אויסגעטייטש זיינע ווערטער כאילו ער זאל זאגן אז קעפיטאן לעבט שוין נישט. יעצט זעט מען אבער ווי גערעכט יענער איז געווען, און ווי גוט ער האט צוגעטראפן. ב"ה אבער, ס'האט זיך גענדיגט צום גוטן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
יואב האט געשריבן:מ'וועט זוכן און זוכן, ביז מ'וועט אים טרעפן -- "לעבעדיג אדער טויט".
דו דערמאנסט מיר, ווען מען האט געזוכט איינעם אין די קעטסקיל'ס, ביים דריטן מאל זיך ארויסלאזן זוכן האט קול מבשר גע'טענה'עט אז מען גייט איהם טרעפן 'איינמאהל פאר אלעמאהל'...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
דא האט איר דעם ארגינעלן נוסח המעשה, באגלייט מיט א בילד:
For the past 6 years, a dog named Capitán has slept on the grave of his owner every night. His owner, Miguel Guzmán died in 2006 and Capitán disappeared shortly after the family attended the funeral services. They searched everywhere and put out flyers to try and find him. But no one had seen him.A week later, some people who were at the cemetery late one evening spotted Capitán laying on a grave and they contacted the grounds keeper at the cemetery. The cemetery notified the family who promptly came to pick him up and take him home. But each night he would cry and scratch frantically at the door to go out and he wouldn't return home until morning. It was later discovered that Capitán would walk the 3 miles back to the cemetary each night to guard his master's grave.It has been nearly 7 years now. The cemetery does not close the gates until he arrives each night promptly at 6 pm. He sleeps there all night guarding the grave until the grounds keeper opens the gate in the morning.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
הני כלבא דחציפין... פגע'נען נישט אפ אפילו אחר מאה ועשרים!
לענייננו, אפאר קשיות אויף א מעשה... וויאזוי האט קעפיטען געוויסט וועלכע קבר אנטהאלט די גוף פון זיין בעלבאס? איז ער געוועהן אויף די לויה?
אגב, איך בין די וואך געוועהן אויפ'ן צפת'ער בית החיים און אויף דער הר הזתים, און פון איין סעקונדע צום צווייטן האב איך פארלוירן דאס פלאץ. וויאזוי האט דער הינט געליינט דיקעקשאנס?

(- - -)
- איש אשכולות
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 112
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
פישל'ע העררינג האט געשריבן:הני כלבא דחציפין... פגע'נען נישט אפ אפילו אחר מאה ועשרים!
לענייננו, אפאר קשיות אויף א מעשה... וויאזוי האט קעפיטען געוויסט וועלכע קבר אנטהאלט די גוף פון זיין בעלבאס? איז ער געוועהן אויף די לויה?
אגב, איך בין די וואך געוועהן אויפ'ן צפת'ער בית החיים און אויף דער הר הזתים, און פון איין סעקונדע צום צווייטן האב איך פארלוירן דאס פלאץ. וויאזוי האט דער הינט געליינט דיקעקשאנס?
דאס איז בכלל נישט קיין קשיא. מ'האט אודאי געברענגט דעם הינטל צום באגרעבעניש צערעמאניע און ער האט געדענקט דאס פלאץ. עס איז געווען באריכטעט ווי א הינטל וואס פלעגט מיטגיין מיט זיין בעה"ב אין קירכע, האט ממשיך געווען נאכדעם וואס דער בעה"ב האט שוין נישט געלעבט. יעדן טאג ווען די גלאק האט זיך צעקלינגען האט ער געוויסט אז ס'איז צייט צו גיין און ער פלעגט זיך אוועשטעלן ביים מקום קבוע פון זיין בעה"ב.
אז מ'ליינט אביסול איבער די געטריישאפט וואס א הינט האט צו זיין בעה"ב קען מען פארשטיין פארוואס א גוי האט אזוי ליב זיין הינט און מאנכע פארשאפן זיך א הינט ענדערש ווי צו האבן קינדער. ווי נישט ווי איז גרינגער מחנך צו זיין א הינט ווי א קינד, און צוגאב, בלייבט א הינט אלעמאל געטריי אנדערש ווי א קינד (ביי גוים שטייטצעך).
פארדריי די דיר דיין קאפ
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
יאיר האט געשריבן:א וואונדערליכע מעשה.
גם אני מצטרף! עס איז צום שטוינען אויף זייער געטריישאפט!!
אבער דער אופן ווי אזוי דער יואב נעמט א 5-6 קורצע שורות נייעס און מאכט פון דעם א לאנגס און א ברייטס מיט זאלץ און פעפער און דזשעלעפינא, דאס איז נאך א גרעסערע וואונדער, איך גיי ארויס פון התפעלות (און כ'קום באלד צוריק).
איך זאג ענק - אקעי איך זאג נישט, קאמענטארן זענען איבריג. יואב, דו ביסט אויסערגעווענליך גוט! פארוואס זאג איך עס? ווייל איך וויל דו זאלסט עס וויסן? כ'ווייס דאך אז דו ווייסט עס שוין, כ'האב דיר שוין געזאגט מער ווי איינמאל? אבער פטור בלא כלום אי אפשר, ממילא ואשנה ואשלש עוד להעיד על יואב כי הוא הגבר וואס האט א געוואלדיגע כח הכתיבה מיט א שטארקן סענס אויף הומאר, און צווישן די שורות ליגט תוכן און נייעס און מוסר אן דעם וואס דו זאלסט בארירן איינעם פערזענליך; משל למה הדבר דומה? דיין ארטיקל איז ווי א שטיקל פיינע פיש פול מיט גוטע זאפט, וואס אויסער די גוטע פיש, רינט איבער די געשמאקע זאפט ימה וקדמה צפונה ונגבה, עס איז א ברכה צו מאכן!
קיעפ איט אפ, און קום אריין אפטער!!!
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 371
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 149 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
יואב האט געשריבן:עטליכע וואכן נאכדעם וואס מ'האט אפגעפינען קעפיטאן, האט איינער וועלכער האט געהערט ערשט-האנטיג פון א משפחה מיטגליד, איבערגעגעבן צו איינע פון די אומאפהענגיגע ארגאנען, אז בשעת ווען די זוך אקציע נאך קעפיטאן איז געוועזן אין פולער שוואנג, האט מען זיך אין אמת'ן געהאט פארבינדן מיט א מקובל פון ארץ ישראל, און יענער האט עטליכע מאל געטון ווידערהוילן בזה הלשון: "א שאד אויף א יעדע מינוט וואס מען זוכט אים צווישן די לעבעדיגע".
א נאנטער קוואל ווייסט צו דערציילן אז דאס הייבט זיך נישט אן, און דער באבא האט געהאט געזאגט ווי פאלגענד: "וואס ווילט איר פון מיר? דאס הינטל איז דאך שוין יעצט צוזאמען מיט זיין בעל הבית!!!" וגעו כל העם בבכיה.
האדם לא נברא אלא להתענג
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
פישל'ע העררינג האט געשריבן:חזקיהו המלך האט געשריבן:איי פארוואס איז א כלב א טמא'נע חיה ?, ווייל זיין "צי געטריי" איז א סימן טומאה,
א "מחיר כלב" איז פסול להקרבה על גבי המזבח. אזוי בזוי איז דער כלב.
יע, אין ווען כ'זעה בלינד געטרייע "חסידים" דערמאנט עס מיר פין עפעס, פין דאגיס,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
חזקיהו המלך האט געשריבן:פישל'ע העררינג האט געשריבן:חזקיהו המלך האט געשריבן:איי פארוואס איז א כלב א טמא'נע חיה ?, ווייל זיין "צי געטריי" איז א סימן טומאה,
א "מחיר כלב" איז פסול להקרבה על גבי המזבח. אזוי בזוי איז דער כלב.
יע, אין ווען כ'זעה בלינד געטרייע "חסידים" דערמאנט עס מיר פין עפעס, פין דאגיס,
און מיט דעם פארשטייט מען שוין וואס דוד המלך זאגט "שמרה נפשי כי חסיד אני" און אויך "הצילה נפשי מיד כלב יחידתי"... איתקשי כלבא לחסידא. .אבער דאס איז נאר א תורה'לע לשיטתך. לדידי ס"ל שאין לכנות שום כינוי של גנאי פאר אן אנדערע איד.
(- - -)
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אז מען רעדט פון די הרגשים פון חיות, האט מען שוין דערמאנט דא וואס איז פארלאפן ממש לעצטנס ווען א דזשיראף האט זיך געזעגנט מיט איר לאנג-יעריגע פרענד וואס האט איר געפיטערט, און איז קראנק געווארן אויף קענסער און זיך געהאלטן ביים געזעגענען פון דער וועלט?
http://news.yahoo.com/blogs/sideshow/he ... .html?vp=1
http://news.yahoo.com/blogs/sideshow/he ... .html?vp=1
וירח ה' את ריח הניחוח
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
Hachikō דער הונט.
http://en.wikipedia.org/wiki/Hachik%C5%8D
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=fJxgu8TtIWI[/youtube]

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
יאיר האט געשריבן:יואב האט געשריבן:עטליכע וואכן נאכדעם וואס מ'האט אפגעפינען קעפיטאן, האט איינער וועלכער האט געהערט ערשט-האנטיג פון א משפחה מיטגליד, איבערגעגעבן צו איינע פון די אומאפהענגיגע ארגאנען, אז בשעת ווען די זוך אקציע נאך קעפיטאן איז געוועזן אין פולער שוואנג, האט מען זיך אין אמת'ן געהאט פארבינדן מיט א מקובל פון ארץ ישראל, און יענער האט עטליכע מאל געטון ווידערהוילן בזה הלשון: "א שאד אויף א יעדע מינוט וואס מען זוכט אים צווישן די לעבעדיגע".
א נאנטער קוואל ווייסט צו דערציילן אז דאס הייבט זיך נישט אן, און דער באבא האט געהאט געזאגט ווי פאלגענד: "וואס ווילט איר פון מיר? דאס הינטל איז דאך שוין יעצט צוזאמען מיט זיין בעל הבית!!!" וגעו כל העם בבכיה.
ולא קשיא: הא לן והא להו.
צו ברענגן די רייד פון א צווייטן באבא, ווערט דער ערשטער נאך נישט א נביא שקר. בכלל, זאג איך דאך אז יענער האט דאס געהערט פון א משפחה מיטגליד. ואטי בשופטני עסקינן? ס׳לייגט מיך נישט אויפן שכל, אז דער בלאט למשל זאל דריקן א בריוו, האבנדיג דאס מינדסטע חשש אז אפשר איז אפילו איין ווארט מגוזם אדער פאלש.
[tag]יאיר[/tag], אביסל טאלעראנץ צו זאכן פון א צווייטן גדול!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
אין אנדערע אינטערסאנטע נייעס איבער הינט: אויטאריטעטן אין טשעסטערפיעלד מיזורי, באטראכטן די מעגליכקייט פון צוימען די צאל הינט פער פאמיליע, צו פיר. דאס פאלגט נאך אן אינצידענט, דעם פארלאפענעם מאנאנט, וואו א הונט וועמענס אייגנטומער פארמאגט אזויפיל ווי א מנין כלבים, האט פאטאל אטאקירט א
שכן׳ס הונט. ס׳איז ביי מיר נישט קלאר פארוואס פון פיר, זאל נישט ארויסקומען אזאנע מכשולות.