היטש
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
היטש
הלכות היטש פעלט אויס צו וויסען
פון בארא פארק קיין ווילימסבורג אדער פון ווילימסבורג קיין בארא פארק איז א האלבע צרה,
אבער אין די קוומעדיגע פאר וואכען, פון דער שטאט צו די הרי הקעטסקילס וחזור איז א אנדערע וועלט.
איז אויסגעהאלטן אראפ צו לאזען מיין היטש אין דער "מנחה עריע" אין נעלם ווערען (כבר היה לעולמים) מיטן סמך אז ער וועט שוין טרעפען א וועג.
מיט אני הקטן איז עטליכע מאהל כ'האב געהאט דאס מאיז צוגעקומען צו מיר ביים מנחה עריע בעטן פאר היטש.
ר' איד ווי אזוי ביסטו אהער געקומען? אה, האסט דאך סומך געוועהן גייסט עפעס טרעפן,
נו פארוואזשע טאר איך נישט נעלם ווערען מיט מיין אוטו? איי ס'איז נישט מענטשליך, נא מילא.
אוי ווען דער היטש כאפער קומט נאך אן אנגעלאדענט...
האסט נאך פלאץ... מיין...
יענער בעל הכרת הטוב האט איבער געגעבען פאר ביתו זו אשתו אז כ'האב געהאט גערייכערט עטליכע ציגארעטן אויפן וועג. פלוני אלמוני די זוצט אין מיין קאר, כ'גיב דיר א טובה, און דאס איז וואס די גיבסט מיר צוריק?

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
שמיטה האט געשריבן:מצד אחד: גאר א גרויסע מצוה צו געבן היטשעס פאר מענטשן
מצד שני: גאר גרויסע אחריות נישט צו עביוזען די דרייווער וואס געבט דיר א היטש לשם מצוה
און פראצענט ווער רעד זיך אפ מער
א) די היטש כאפער אז נישט גענוג קאר'ן שטעלן זיך אפ פאר זיי
ב) די דרייווערס - מ'פארדרייט זיי דער קאפ זה בכה וזה בכה, און ממילא ווילען זיי זיך נישט אפשטעלן,
איהר קענט זי פארשטעלן ווען איהר 'מוזט' נעמען א היטש אויפן פארלאנג ווייל דאס איז דיין ווייבס בעסט, אין די פאלסט אריין מיט א...
זיי נישט קיין שדכן אויף צו טרעפען היטשעס, זיי נישט קיין גוטע אויף א צווייטענס חשבון.
דער זוממער קושמיר
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
דולה ומשקה האט געשריבן:יענער בעל הכרת הטוב האט איבער געגעבען פאר ביתו זו אשתו אז כ'האב געהאט גערייכערט עטליכע ציגארעטן אויפן וועג. פלוני אלמוני די זוצט אין מיין קאר, כ'גיב דיר א טובה, און דאס איז וואס די גיבסט מיר צוריק?
ס'ארא חשבון האסטו מיט יענעמס ווייב אז ס'גייט דיר אזוי אן?
אבער אין פרינציפ ביזטו גערעכט, ס'איז א גלגל החוזר, די היטשערס רעדען זיך אפ אז מ'פיקט נישט אויף און די דרייווערס זאגן אז מ'פארדרייט זיי א קאפ. כ'האב דיר געטוהן א טובה, דארפסט נישט מאכען סמאל טאק, שאט אפ און לאז מיר במנוחה.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:יענער בעל הכרת הטוב האט איבער געגעבען פאר ביתו זו אשתו אז כ'האב געהאט גערייכערט עטליכע ציגארעטן אויפן וועג. פלוני אלמוני די זוצט אין מיין קאר, כ'גיב דיר א טובה, און דאס איז וואס די גיבסט מיר צוריק?

וואס פארשטייסטו נישט?
יענעמס ווייב האט דאס איבער געפלעפלט ווייטער...
די מינוט וואס די גייסט ארויס פון מיין קאר פארגעס פון מיר, דאס וועט זיין דער גרעסטע הכרת הטוב.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- נפתלי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 226
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 4:01 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
דולה ומשקה האט געשריבן:די מינוט וואס די גייסט ארויס פון מיין קאר פארגעס פון מיר, דאס וועט זיין דער גרעסטע הכרת הטוב.
און בשעת די ביסט אין קאר זאלסטו אויך וויסן וויפיל מיר צו קענען,
אמאל געבענדיג א היטש פאר איינעם (א פרעמדער וועם איך קען נישט) האב איך גערעדט אויפן טעלעפאון און דער היטשער האט זעט אויס אויפגעכאפט צווישן די ווערטער צו וועמען איך רעד,
נאכן אראפלייגן רופט זיך דער היטשער אן עפעס וועגן יענעם ווי צו ווייזן אז ער איז גוט מיט יענעם און פרעגט מיר וואס יענער זאגט איבער דאס און יענץ.
אנטשולדיגט דו ווילסט נאך מענטשן זאלן זיך אפשטעלן פאר דיר? פארמאך דיר דאס פיסקל ווען דו ביסט אין יענעם'ס טעריטאריע
- ניו יארק
- ידיד ותיק
- הודעות: 815
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
- געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל
איך האב שוין עטליכע מאל געהאט, אז ווען איך בין אנגעקומען אפאר מינוט פארן מנחה עריע, פרעגט מיר מיין דרייווער (עכט בין איך געווען דער דרייווער, נאר איך האב מורא אז ער דרייט זיך דא, און א גאנצע וועג איז ער געווען קאנווינצט אז ער דרייווט, פאר שנעל.... נו.... נישט אזוי שנעל האב איך געמיינט צו זאגען.... האסט א טעיפ....? האסט עיר קאנדישען...? צינד אן... לעש אויס...), אויב איך סטאפ עני וועי ביי די מנחה עריע? ווייל ער האט אביסעל בויך וויי.
ווען איך בין ווען קליגער וואלט איך אים ווען געלאזט גיין הכנות, און מזכה זיין אנדערע אידן מיט די מצוה פון דארט און ווייטער.....

איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק ®
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
היטש
פֿון װיקיפּעדיע
א היטש אדער א ליפט / טרעמפ ווי מען רופט עס אין טייל מקומות, באדייט א אומזיסטע רייזע דורך איינער וואס פארט סיי ווי דעם וועג, און ער נעמט מיט נאך אנדערע אומזיסט אז זיי זאלן אויך געניסען.
אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג איז דא א ספעציעלע היטש פלאץ, ווי מען שטייט און מ'ווארט אויף א היטש, און אידען רחמנים גומלי חסדים שטעלן זיך אפ און נעמען אויף מענטשן.
פֿון װיקיפּעדיע
א היטש אדער א ליפט / טרעמפ ווי מען רופט עס אין טייל מקומות, באדייט א אומזיסטע רייזע דורך איינער וואס פארט סיי ווי דעם וועג, און ער נעמט מיט נאך אנדערע אומזיסט אז זיי זאלן אויך געניסען.
אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג איז דא א ספעציעלע היטש פלאץ, ווי מען שטייט און מ'ווארט אויף א היטש, און אידען רחמנים גומלי חסדים שטעלן זיך אפ און נעמען אויף מענטשן.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
אקעי איך גיי שוין נעמן א שויער קענסט ווארטן א צוואנציג מינוט פליז?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
איך בין אלס בחור נעבעך אסאך געשטאנען מיט די נאז צו היטשען אין אלע סארט מצבים און וועטערס. רעגן, שנייען , קעלט און היצן. און די האדאסן פארמאגט נישט אזויפיל טראפנס וואסער, וויפיל קללות מיר האבן שוין צוזאמגעשאלטן די דרייווער וואס האבן זיך פאר אונז נישט אפגעשטעלט. היינט קוק איך צוריק זע איך וואסערע טעמבל און פיצי מח כ'האב דאן געהאט. אבער ס'איז פשוט אז מיר שטייענדיג דארט פארפרוירן אין די פרעסטיגע קעלטן, ווען די פארשאלטענע מנהלים און משגיחים האבן ארויסגעפליקט די יונגע בחורישע שמענדריקעס פון בעט פינעפע פארטאגס,
מיר האבן קוים געהאט אפאר שטונדן צו שלאפן, ממש ווי אין לאגער, ווייל ביינאכט האט מען אויך געפארטיגט ביזן אלף השישי, און אזוי זיך ארויסגעראצחעט פון בעט, פארטאגס. געטאפשעט אין די שניי, און זיך געשלעפט כאפן די באס, און אויב האט מען עס פארפאסט האט מען געברויכט לויפן מיט א פארצויגענע אטעם, בשעת די בייזע ווינטן פראסקענען אין פנים, און רייסן שיער אויס די אומשולדיגע נאסע פאה'קעלעך, שטיין ווי א באבע נאך א לויה ביים היטש טרייענגל און באפאלן יעדע קאר וואס האט נאר געמאכט א גרימאסע מיטן רעדל ווי כאילו ער נויגט אפ צו די טראטואר.
און נעבעך אויב האט דער אידל געוואגט אפצופארן פון דארט אן מיין געביין האבן א טוץ קללות זיך געשיט פון פיסק ווי א שטראם מים חיים. אונז האבן געוואוסט פון איין זאך. דער פעטע זאטע אידל האלט שוין מסתמא נאך א אנגעפרעסענע פרישטאג, מיט א געפרעגלטע אייער שפייז, פארט זיך געשמאק אין זיין עס יו ווי, די סטיריאו פארפולט די אטמאספערע מיט א הערליכע חזנות יאסעלע ראזנקוועטשער (וואס ווערט מיר יעצט אויך א שונא, נאכן קענען אזוי בארבאריש אונטערהאלטן דעם אנטי-היטשניק.
עניוועי. ס'איז אים ווארעם קאוזי, און איך ווער דא א פארפרוירענע פריז פאפ, די נאז פאלט מיר כמעט אראפ, די ראץ איז אייז געווארן, און הענגט לענגער ווי רוסלאנד'ס לענגסטע אייז שטיקער, און קען ערמארדן א מענטש אראפפאלענדיג, די פיס ציפט און שטייט ווי א ליימענע גולם, די פינקי פינגער שיילן זיך מיר. אבער דער אנגעפאשעטע איד לאכט אין די פויסטן פון מיר. פארשטייט זיך אויב איז שוין יא געווען א גוטע איד וואס האט אונז אריינגענומען האבן מיר אים שוין איינמאל געגעבן א לעסאן, וואס ס'מיינט ארייננעמען א דאזן ציווילדעוועטע פארפרוירענע יונגען אין זיין קאר. מ'איז באפאלן דעם קאר, און כמעט צוגרינד געלייגט.
מ'האט אויפגעפליקט די טירן, אריינגעברענגט א טרטימר שניי, אנגעמאכט די סיט'ס מיט בלאטיגע חאזעריי, פינף חברה אין די בעק, צוויי אין די פראנט, געהיסט און געשליימט, און דעם אידל ארומגעדרייט אינעם שטאט ווי פרעה מיט די פידזשאמעס, אים ארום געוויזן לאורכה ולרחבה מיט א ליסטע אדרעסן ווי יעדעם צודראפן. בקיצור ס'איז אסאך פאן געווען. אבער היינט פילענדיג וויזוי ס'פילט צו שטיין אין די פראסטן, נעם איך אריין דעם שטונקעדיגסטן איד אפילו. זאל ער גרעפסענען און בלאזן מיט א רוח שאינה מצויה גייט מיך אויך נישט אן. אויבן באקומט מען מער שכר פארדעם.

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
דער טריי ענגעל וואס געפונט זיך אין וויליאמסבורג נעבען דער בי. קיו. אי. האט מיר באוואויגען צוטראכטען צוויי מאל בעפארען זיך אפשטעלן. קודם פאנגט זיך אן א גאנצע געשלעגעריי ווער עס קען שנעלער אריין לויפען, דערנאך פאנגט זיך אן א גאנצע מקוה סטייל געפלויזשעריי אין מיין קאר, פארשטייט זיך אז אפאר אידען פארברענגען צוזאמען דארף מען עפעס צובייסען אין דער זייט און זיכער מאכען אז ווען מען וועט ארויף לייגען מיין קאר אויפען וואגשאל לאחר מאה ועשרים זאל זיין גענוג און נאך קאווע איינגעזאפט אין די זיצען אז עס זאל העלפען מכריע זיין דעם כף.
אבער די קלימאקס קומט ווען איך דערזע מיך מיט מיין ניי געשאפענע מיני באס אין בארא פארק, ווי נאר איך געב א פרעג ווי מען וויל אראפגיין פארלירען די אלע הויכהילכערס זייער לשון פון איין סעקונדע צום צווייטען, פון דער ניי געשאפענע קאווע שטיבעל ווערט די אטמאספערע איבער געדרייט בערך ווי די אנגעצויגנע עלוועיטאר מינוט (מיט צוויי אידען וואס קענען זיך האלבוועגס). איך קען אסאך מאל איבער חזר׳ן מיין שאלה צוויי דריי מאל, ביז ווילאנג איך זאג נישט ביז ווי איך פאר וועט ע״פ רוב נישט קומען קיין שום רעאקציע.
נישט אז דאס בארעכטיגט דאס נישט זיך אפשטעלען, איך שטעל מיך כמה פעמים אפ, נאר דאס איז גורם -ווען מיין מוט איז אמאל נישט אזוי אין די גרינע טערעטאריע- זיך נישט אפצושטעלען ווייל איך קען נישט פארנעמען די בהלה.

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
דולה ומשקה האט געשריבן:הלכות היטש פעלט אויס צו וויסען
פון בארא פארק קיין ווילימסבורג אדער פון ווילימסבורג קיין בארא פארק איז א האלבע צרה,
אבער אין די קוומעדיגע פאר וואכען, פון דער שטאט צו די הרי הקעטסקילס וחזור איז א אנדערע וועלט.
לייג אויך צו די הלכות פאר די היטשערס, נישט נאר פאר די דרייווערס...
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 101
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 2:24 pm
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
דולה ומשקה האט געשריבן:שמיטה האט געשריבן:מצד אחד: גאר א גרויסע מצוה צו געבן היטשעס פאר מענטשן
מצד שני: גאר גרויסע אחריות נישט צו עביוזען די דרייווער וואס געבט דיר א היטש לשם מצוה
זיי נישט קיין שדכן אויף צו טרעפען היטשעס, זיי נישט קיין גוטע אויף א צווייטענס חשבון.
דער זוממער קושמיר
אוי ווי גוט איר זאגט, דער אייבערשטער האט געהאלפן איך האממיך ארויסגעדרייט דאנערשטיג פון אויפהייבן טעלפאון קאללס וועס וועלן אפשר ברויכן א היטש צו די קאנטרי, קלונגט מיר אריין א חבר מיינער וואס האט א קאר, איך הייב אויף געמיטליך און ער הייבט מיך אן פארדרייען א קאפ אז איך זאל מיטנעמען איינעם וועם ער האט צוגעזאגט צו נעמען, אבער אזוי ווי ער קען נישט צילוב געוויסע סיבות זאל איך עס טאן, צו פארציילן די היץ אין מיין בלוט יענע מינוט אדער מיינע גרימאסן איוף מיין געזיכט מיין איך איז איבעריג.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 393 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל
צו אויסגלייכן אביסל די צדדים, די היטש-הייקערס וואס זענען שוין באשאנקן מיט א בארעם-הארציגן דרייווער און זיצט שוין אין דעם פארנדיגן אויטא, דער האט נישט קיין טענות, די טענות האבן די וואס שטייען נעבעך אויף די זון אדער רעגן, היץ אעדר קעלט, און ס'פארן דורך צענדליגער קארס, און נישטאמאל א בליק וועט מען שענקען פאר דעם נעבעכדיגן איד וואס ווארט און קוקט ארויס א אידיש הארץ זאל זיך פאר אים אפשטעלן..
פון די אנדערע זייט דארפן די היטשערס פארשטיין אז נישט יעדער אויטא קען זיך יעדע מאל אפשטעלן פאר יעדן היטשער, אסאך האלט מען אינמיטן א וויכטיגן אדער פריוואטן טעלעפאן, צומאל האלט מען אט פאר א שידוך טוהן, און די זאכן וואס ווערן געשמועסט צווישן די ווענט פון די קאר ברויכן נישט ארויסרינען צו פרעמדע אויערן, און צומאל - זאל נישט פאסירן - האלטן זיך די איד מיט'ן אידענע אינמיטן גוט אויסקריגן, דער היטשער וואלט נישט אפרישיעטעד זיך געפינען צווישן מעסער און שטעקן אין אזא מינוט..
אין מיינע בחור'ישע יארן האב איך געבעטן א היטש ביי איינעם, ער האט זיך זייער פרובירט ארויסדרייען, אבער איך האב מיט עקשנות ניט נאכגעגעבן, ער האט מיך אן צופיל ברירות מיט גענומען, ביי די ענדע פון די רייזע האב איך שוין גאר רחמנות געהאט אויף דעם דרייווער, ער האט נעבעך געליטן דאן פון א אומרואיגן מאגן, און טראץ וואס ער האט כסדר געעפענט דעם פענסטער, האט זיך עס גוט גשפירט דורכאויס די רייזע, איך האב אים זייער געשוינט און חרטה באקומען אויף מיין דרוק, און באשלאסן אז מ'קען קיין דרייווער קיינמאל נישט פאראורטיילן אויב קען ער נישט אייביג זיך אפשטעלן פאר א היטשער..

Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 287
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 119 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:יענער בעל הכרת הטוב האט איבער געגעבען פאר ביתו זו אשתו אז כ'האב געהאט גערייכערט עטליכע ציגארעטן אויפן וועג. פלוני אלמוני די זוצט אין מיין קאר, כ'גיב דיר א טובה, און דאס איז וואס די גיבסט מיר צוריק?
ס'ארא חשבון האסטו מיט יענעמס ווייב אז ס'גייט דיר אזוי אן?
אבער אין פרינציפ ביזטו גערעכט, ס'איז א גלגל החוזר, די היטשערס רעדען זיך אפ אז מ'פיקט נישט אויף און די דרייווערס זאגן אז מ'פארדרייט זיי א קאפ. כ'האב דיר געטוהן א טובה, דארפסט נישט מאכען סמאל טאק, שאט אפ און לאז מיר במנוחה.
און די וועלט איז סמאל טאלק א זייער נארמאלע זאך
נאר דא ביי אונז איז עס פאני
- נפתלי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 226
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 4:01 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
kliger האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:יענער בעל הכרת הטוב האט איבער געגעבען פאר ביתו זו אשתו אז כ'האב געהאט גערייכערט עטליכע ציגארעטן אויפן וועג. פלוני אלמוני די זוצט אין מיין קאר, כ'גיב דיר א טובה, און דאס איז וואס די גיבסט מיר צוריק?
ס'ארא חשבון האסטו מיט יענעמס ווייב אז ס'גייט דיר אזוי אן?
אבער אין פרינציפ ביזטו גערעכט, ס'איז א גלגל החוזר, די היטשערס רעדען זיך אפ אז מ'פיקט נישט אויף און די דרייווערס זאגן אז מ'פארדרייט זיי א קאפ. כ'האב דיר געטוהן א טובה, דארפסט נישט מאכען סמאל טאק, שאט אפ און לאז מיר במנוחה.
און די וועלט איז סמאל טאלק א זייער נארמאלע זאך
נאר דא ביי אונז איז עס פאני
ווען ס'וואלט געווען סמאל טאלק וואלט גוט געווען, רוב מאל ענדעלט עס מער אין אן אויספארשונג...
באמת מיין איך אז די סיבה פארוואס אונזער עולם איז אומבאקוועם מיט סמאל טאלק ווייל אלעס איז איין קאמיוניטי
א גוי טרעפט א פרעמדער מענטש גייט אים נישט אן צו דערציילן פערזענליכע אינפארמאציע ווי למשל וואו ער ארבעט וואו ער וואוינט וויפיל קינדער ער האט, דער פרעמדער האט נישט פארוועם צו דערציילן ווייטער און רעדן איבער אים סך הכל וועט דער פרעמדער עס געדענקן פאר אפשר צען מינוט ווייל אים אינטערעסירט עס אויך נישט אזוי שטארק.
ביי אונז אבער ווען איך בין מיט א פרעמדן אויף א היטש אין עס מאכט זיך אזא סמאל טאלק איז נאך פינעף מינוט ווערט ער געוואויר אז ער קען צען פופצן פון מיינע קרובים און נאך עטליכע חבירים מיט וועם ער דאווענט אין איין ביהמ"ד און מיין שווער טרעפט ער אסאך מאל אין ספרים געשעפט, יעצט קומענדיגע מאל ער טרעפט זיך מיט איינע פון זיי האט ער וואס צו רעדן אזוי דרייט זיך אלעס אין איין קוגל.
- ענן כבד
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל
צומאל מאכט זיך ווען מ'היטשט לאקאל אז דער אדורכפארנדע דרייווער שטעלט זיך נישט אפ בלויז ווייל ער פלאנט זיך אפצושטעלן א גאס צוויי ארויפציער, האט נישט קיין זין סתם זיך אפצושטעלן.
א סגולה בדוק ומנסה פארן סמאל טאלק פראבלעם, איז אנצינדען א טעיפ פון לייבל וויינשטאק אויף א העכערן וואליום.
עפ"ר וועט קיינער נישט פראבירן איבערשרייען.

ויהי קולות וברקים וענן כבד....... ויחרד כל העם!