הרה"ח רבי עזריאל גליק זכרונו לברכה

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

853670813.jpeg



file-20.jpeg
אלץווייסער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 12, 2014 11:41 am

שליחה דורך אלץווייסער »

איז אדמו"ר מהר"א געווען ביי די לווי' אין קר"י?
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

אלץווייסער האט געשריבן:איז אדמו"ר מהר"א געווען ביי די לווי' אין קר"י?

ניין
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

מ גפני האט געשריבן:
אלץווייסער האט געשריבן:איז אדמו"ר מהר"א געווען ביי די לווי' אין קר"י?

ניין


בעבי
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

ממרום שלח אש האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:
אלץווייסער האט געשריבן:איז אדמו"ר מהר"א געווען ביי די לווי' אין קר"י?

ניין


בעבי

ער איז שוין געווען א בעיבי ווען ער איז נישט געווען ביי יענקל כהנא, אין שטעל דאך פאר וואסערע בעיבי ער וועט זיין ווען ער וועט נישט גיין צו יוסל וואלדמאןס לוי'
אלץווייסער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 12, 2014 11:41 am

שליחה דורך אלץווייסער »

ער האט מסתמא געהאלטן אז עס איז קעגין די רצון פון נפטר
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

outspoken האט געשריבן:א איד וואס האט אוועקגעווארפען אזא פלאץ פארן אמת (עכ''פ אזוי האט ער געהאלטען).

איך ווייס נישט אויב געווארפן פארן אמת אדער זיין עקשנות צירוקצויען פין די חתימה פאר די תביעה אין בג''ץ, ווייל די פלאץ האט עזריאל ע''ה זיך אליין אויסגעוועלט ווען ער איז געווען בעה''ב פין די חברה קדישא
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

ממרום שלח אש האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:
אלץווייסער האט געשריבן:איז אדמו"ר מהר"א געווען ביי די לווי' אין קר"י?

ניין


בעבי

מען האט אים אויסגעשפילט, כך שמעתי, ווייסט איינער מער פרטים.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

ר' עזריאל גליק ח"א

שליחה דורך גאנצל »

ר' עזריאל גליק איז א נאמען וואס טראגט זיך מיט שעצונג און די גאנצע וועלט באקאנט אלס דער געטרייער גבאי פון סאטמאר רב ז"ל וואס ער האט אוועק געגעבן זיין שטוב און זיין לייב און לעבן פאר בריאות גופו הטהור בפרט די לעצטע יארן פונעם רבי'ן זצ"ל

ער האט אסאך קונה געווען פון רבי'ן און ער האט אלס געהאט א שלל מיט מאמרים פון רבי'ן און פון וואס ער האט צוגעזען אין די הייליג הויז און ער האט דאס אלס איבערגעגעבן פאר'ן יונגערן דור סיי ביי דרשות ווען ער פלעגט רעדן צו תשב"ר און סיי ווען אימער מ'איז געווען ארום אים האט ער אלס געהאט צו פארציילן ער האט געאטעמט דעם רבי'ן און געלעבט מיט אים כל ימי חייו

אויסער דעם איז ער געווען באקאנט אלס זייער א מרוגשדיגער מענטש ביי זיינע דרשות פלעגט ער זיך זייער אסאך צו וויינען און ער האט באנומען און באגייסטערט דעם עולם

ער האט געהאט א געפיל צו יעדן איד די באי ביתם פון רבי'ן האבן געוואוסט אלס זיך צו ווענדן צו ר' עזריאל און מיט זיין גוט הארץ האט ער יעדן געהאלפן

ר' עזריאל טראגט מיט זיך מיט אסאך היסטאריע

דאס איז אויף דערוויל המשך יבוא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לעבן וועמען ליגט ר' עזריאל אויפן ביה"ח? ווער זענען זיינע שכנים?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אנשטאט דא אפזיצן און פלאטעזירן און ציילן וויפיל מענטשן ס'זענען געווען ביי זיין לוי' און פארוואס און ווער ס'האט אפגעשפארט וואס און געווען, וועל איך ענדערשט אביסל באשרייבן דעם נפטר.

ר' עזריאל איז געבוירן אין יאר תרפ"ו אין שטאט קראלי. צו זיינע עלטערן ר' יושע אן זיין ווייב אסתר, געוויסע היסטאריקער לבית סאטמאר געבן איבער אז ר' עזריאל איז געוען די ערשטע סנדקאות וואס דער נייער קראלי'ר רב -דער שפעטעדיגער סאטמאר'ע רבי ז"ל- האט באקומען, ממש טעג נאכדעם וואס דער רב איז אנגעקומען אין שטאט.

ר' עזריאל האט געלערנט אין די ישיבה פון הגה"צ ר' שמואל גראס.

נאכן קריג האט ער חתונה געהאט מיט זיין ווייב (בזוו"ר) שיינדל, די טאכטער פון רבי אליעזר (דמילה) ליימזידער, וואס איז אגב אויך געווען די שווער פון זיין ברודער -יבלחט"א- ר' יחזקאל, און פון ר' יחזקאל משמש ווערצבערגער הי"ד.

ער האט געוואוינט בערך דריי יאר אין קאוועטשהאזע, דערנאך געקומען קיין ניו יארק

לויט ווי זיין אייניקל געט איבער פאר וואס-איז-נייעס, האבן אים מענטשן געאפערט צעהן אלפים אז ער זאל זיך אריבערציען קיין סינסינעטי, און דארט דינען אלס שוחט, אבער ר' עזריאל האט דאס אפגעזאגט וועלענדיג וואוינען נעבן זיין רבי.

רבי עזריאל האט געדינט אלס שוחט אין מיעל מארט, אבער אויך געווען פון "די רבי'ס שטוב מענטשן", וואס ער האט שוין אנגעהויבן פון נאך אלס קינד, (געדארפט זיין היפש אינג). ער האט זיך דארט געדרייט פון געווען פון די נאנסטע מקורבים, ווי מ'זעהט אויף די בילדער ספעציעל אויף די נסיעות, טאקע דא א מעשה אז זיין ווייב האט געהאט א קינד ווען ער איז געווען מיטן רבי'ן אין שווייץ נאך איינע פון די ארץ ישראל'דיגע נסיעות [איינער ווייסט וועלכע יאר? וועלכע קינד], אזוי אויך איז באקאנט אז ווען זיין זון האט חתונה געהאט אין בעלגיע, איז ר' עזריאל נאר דארט געווען אפאר טאג, נישט די גאנצע שבע ברכות, פשוט צו קענען ווייטער זיין מיטן רבי'ן.

אין שפעטער אין יאר תש-כ"ח ווען די רבי האט געליטן פונעם סטראוק איז ר' עזריאל געווארן די "אפיציעלער משמש" אדער ווי אנדערע האבן אים גערופן "דעם רבי'ןס פריוואטע דאקטער". פון דעמאלטס און ווייטער פאר די קימענדיגע 12 יאר האט ער זיך ממש נישט אפגעריקט א מינוט פונעם רבי'ן, ער איז דארט געווען און געשלאפן א גאנצע וואך -חוץ מיטוואך-.

איינע פון די באקאנסטע מאמרים פון ר' עזריאל'ן איז ווען ער האט איבערגעזאגט הויעך די דרשה פונעם רבי'ן ביים מעכטיגן מעמד התייסדות מוסד "קרן הצלה" ‏ווי ער האט אויסגעשריגן "משיח וועט ווייזן מיטן פינגער וכו'"

אגב, ווי זיין זון הג"ר דוד האט דערציילט ביים לוי', האט אים מיעל מארט ווייטער גאצאלט דאס געהאלט ווען ער איז אריבער פול-טיים צום רבי'ן.

בערך א יאר נאכן פטירה פונעם דברי יואל, ווי ביי די לוי' האט ר' עזריאל געשריגן "דא שטייט פאר אייך א איד וואס די רבי איז אויסגעגאנגן אין זיינע הענט" און האט געוויינט "ס'איז אויס וועלט!!!"‏ איז ר' עזריאל געווארן פון די משמשים בקודש ביים רבי'ן דער ברך משה ז"ל. ווי איינער האט מיר אמאל דערציילט, האט זיך ר' עזריאל לעצטענס אויסגעדריקט, "איך בין ביים ברך משה געווען ווי איך בין געווען ביים רבי'ן ז"ל די ערשטע פאר יאר, אבער איך זאג דיר אז זייער שווער איז מיר אנגעקומען זיך צוצוגעוויינען צום נארמאלען לעבן, נאך אלעמען האב איך צוועלעוו יאר ממש נאר געאטעמט מיטן רבי'ן! נישט קיין ווייב נישט קיין קינדער!" און טאקע ביים ברך משה איז ער געווען א שטייגער ווי ביז תשכ"ח, געווען ממש שטענדיג נעבן רבי'ן אין די עפענטליכקייטן ובפרט ביי די נסיעות און מקומות הקדושים.

ר' עזריאל האט אויך געדינט דורך זיינע יארן אלס די ז' טובי העיר פון קרית יואל, אלס יושב ראש חברה קדישא, אלס חבר הנהלת מוסדות יטב לב, אלס באורד מעמבער דשיכון קרית יואל בני ברק, אלס יושב ראש הנהלת המחנות רב טוב (נאכן פטירה פון ר' יודל ראזענבערג, דער מנהל המחנות), אלס יו"ר וועד החינוך דמוסדות קרית יואל, גבאי דבית המדרש הגדול אין קרית יואל, און אפשר נאך וואס איך געדענק נישט יעצט.

חוץ מזה איז ער באקאנט געווען אלס מוהל, ספעציעל ווען דער דברי יואל האט געלעבט, און נאך אביסל נאכדעם.

‏ר' עזריאל פלעגט אסאך ליינען בקריאת התורה, אזוי אויך געדינט אלס מנחה בעל תפילה ביום הקדוש אין ביהמ"ד הגדול בק"י.

ר' עזריאל האט אין די לעצטע 35 יאר אויפגעטרעטן מיט הונדערטע דרשות ווי ער האט אייביג דערציילט עבדות והנהגות פונעם דברי יואל, וואס די חסידים ומעריצים האבן געשלינגן מיט דארשט‏. ‎ספעציעל פאר די אינגערע דור, ובפרט אין די ימי השובבי"ם צו פארן יארצייט צו אפילו ל"ג בעומר איידער די קינדער זענען ארויף צום ציון הק'

רעדענדיג פון ל"ג בעומר, ר' עזריאל איז טאקע געווען דער וואס האט אויפגעברענגט פארן ברך משה צו גיין צום פעטער'ס ציון אום ל"ג בעומר, ווי ער פלעגט אסאך יארן פארזינגן בר יוחאי.

אזוי אויך איז ער על פי רוב ‏געווען דער שליח ציבור ביי איינע פון די קברים ווען ער איז געפארן למקומות הקדושים מיטן ברך משה ז"ל

עקסטער פון דעם קען מען באשרייבן איבער זיין "פארהערן" די קינדער, ממש יעדע וואך אין די קרית יואל'ע תלמוד תורה, און אסאך מאל אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק, ווי ער האט -לשביעת התלמידים תרתי משמע...- כמעט נישט פארהערט, נאר דערציילט און דערציילט און דערציילט פונעם רבי'ן.

זיין זיוו"ר איז אוועק אום שמיני עצרת תש"נ. און ער האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט הרבנית לאה זיסל ע"ה (בזיוו"ר אשת הגה"צ ר' יוסף ישראל זעגעלבוים, אב"ד וויען) זי איז אוועק אפאר וואכן צוריק

ווי געשריבן איז ער נעכטן נפטר געווארן און איבערגעלאזט קינדער און איידעמער:
מו"ה יושע הי"ו, מ'מאנסי - מלפנים קרית יואל
הרה"ג ר' דוד שליט"א, ר"מ במבצר הישיבות מתיבתא ד'סאטמאר-קרית יואל
מו"ה שלמה הערש הי"ו, קרית יואל
מו"ה אלימלך‏ הי"ו, קרית יואל
מו"ה יעקב הי"ו, קרית יואל

איידעמער:
מו"ה הילל טייטלבוים הי"ו, קרית יואל
הרב נפתלי בלומענפעלד, מנהל ישיבה גדולה ב'קווינס
הרב משה הערש קליין, מנהל רוחני ב'ת"ת תו"י קרית יואל
הרב אברהם וואלף שטויבער, ר"מ בישיבה גדולה ב'קווינס
און פארלוירן א טאכטער, אשת מו"ה חיים הערש פרענקל

ס'נאך דא אסאך וואס צו שרייבן, אבער איך וועל מיך יעצט דא אפשטעלן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

שמעקעדיג האט געשריבן:לעבן וועמען ליגט ר' עזריאל אויפן ביה"ח? ווער זענען זיינע שכנים?

רבי אליעזר חיים טייטלבוים ז"ל א מלמד תינוקות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליך שעפטל. ר' עזריאל האט אמאל עפעס געדרוקט סיפורים פון רבי'ן , אדער ער האט נאר דערציילט?
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אפאר חברה האבן געפרעגט וועגן די הספדים:

אין וויליאמסבורג - אינעם סאטמאר'ן בית המדרש אויף ראדני סט. האבן מספיד געווען:
ר' שאול פערלשטיין, ראה"ק (הגז"ל)
האדמו"ר הגז"ל
איידעם, הרב נפתלי בלומענפעלד, מנהל ישיבה גדולה ב'קווינס
הרב ר' חיים יושע האלבערשטאם, רב קהל ויואל משה ב'מאנסי
הרב ר׳ משה פאללאק אב״ד דערעטשקא (איידעם בזויג שני)
בנו, הרב ר' דוד, ר"מ במבצר הישיבות מתיבתא ד'סאטמאר-קרית יואל

אין קרית יואל - פארענט פון זיין הויז אויף גארפיעלד:
הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א
הרב ר' יואל'יש מארגענשטערן, אב"ד שארמאש
הרב ר' ארי' ראזענפעלד, דומ"ץ קהל ויואל משה קר"י
ר' דוד ראזענבערג, מנהל מחנות רב טוב (הגז"ל) בשם ההנהלה
א נעפיו, ר' שלמה (ב"ר יחזקאל'ע) גליק
איידעם, הרב משה הערש קליין, מנהל רוחני ב'ת"ת תו"י קרית יואל
א מחותן, הרב ר' ישעי' יעקב שטויבער
בנו, ר' אלימלך
בנו, ר' יעקב
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ראשעקאל האט געשריבן:הערליך שעפטל. ר' עזריאל האט אמאל עפעס געדרוקט סיפורים פון רבי'ן , אדער ער האט נאר דערציילט?

ניין, אבער כפי השמועה. האט א אייניקל שוין א כמעט פערטיגע דיקע ביכל מיט סיפורים.
אזוי אויך האלט דער באקאנטער שריפטשטעלער און היסטאריקער ר' שמואל שלמה טעללער אינמיטן שרייבן א ביכל (ר' שמואל שלמה געווענדליך גייט נאך יעדע מעשה צום ארגינעלן מקור, וואס ער וועט טוהן מיט די מעשיות פון אידן וואס לעבן שוין נישט ווייסעך נישטׂׂ)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

כאלט די מנהלים שיחי' זאלן מאכן א סעלעקציע, בורר זיין אוכל מתוך פסולת און אריינשליידערן די אלע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] תגובות אין צימעס אריין
אדער און אשפה אריין נאך בעסער,
איבערהויפט די גאר באלערנדע חקירה עמיקה צו יאסל וואלדמאן קומט זיך א "רבי" "שליט"א",
זוי זאל דער אשכול דא בלייבן זך ונקי אך ורק די רייכע לעבנסשאפן פון המנוח ז"ל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאלד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

גם אני מצטרף להרב גאלד
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ממרום שלח אש האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:
אלץווייסער האט געשריבן:איז אדמו"ר מהר"א געווען ביי די לווי' אין קר"י?

ניין


בעבי


ווייל?
ער דארף גיין צו איינעם וואס איז געגאנגען קעגן זיין קהילה אין בני ברק און אין קרית יואל אין געריכט?

אדער ווייל דו האסט געוואלט אז ער זאל עפעס טוהן און ער האט נישט געהאלטן דערביי, איז ער א בעבי?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שעפטל, שרייבסט אז מיל מארט האט אים ווייטער געצאלט שוין נאכדעם וואס ער האט גע׳ארבעט נאר ביים רבין אין שטוב. האסט א הסבר דערויף ביטע?
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

c/p
שמחת משפחת כהן/גליק:
ר' ישראל לייב כהן חתן ר' יושע ב"ר עזריאל ע"ה גליק געבוירן א אינגל בעבי מזל טוב א קליינע ר' עזריאל
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
באניצער אוואטאר
צדיק נסתר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 28, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך צדיק נסתר »

חתן ר' יושע אדער פון זוגתו? דהיינו איז דאס קינד א אייניקל פון ר' עזריאל אדער א שטיף אייניקל?
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ממי_שאמרו האט געשריבן:שעפטל, שרייבסט אז מיל מארט האט אים ווייטער געצאלט שוין נאכדעם וואס ער האט גע׳ארבעט נאר ביים רבין אין שטוב. האסט א הסבר דערויף ביטע?

די הסבר וואס איז באקאנט (ניין נישט די ספינס...) איז: אז זיי האבן געזאגט אז זיי ווילן האבן די זכי' צו באצאלן דעם רבינ'ס משמש.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

צדיק נסתר האט געשריבן:חתן ר' יושע אדער פון זוגתו? דהיינו איז דאס קינד א אייניקל פון ר' עזריאל אדער א שטיף אייניקל?

חתן ר' יהושע. ס'מיינט אן אייניקל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט