תגובות אשכול
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
איש עברי האט געשריבן:איך געב לחיים ביי מיר אין שטוב היינט 8 אזייגער שארף לכבוד מיין 500סטע תגובה
ווען עס וואלט נישט געווען אזוי פונקטליך וואלט איך אפשר געקומען, אבער 8 אזייגער בין איך גראדע פארנומען...
בכל אופן וואונטש איך דיר א מזל טוב, איך האב זייער הנאה פון דיינע תגובות, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
איך שרייב און איך בין מגיב אבער דער ציפער רוקט זיך נישט ארויף, עס אלץ בלייבט ביים דעם נומער ארום 1350.
דער עולם באמערקט אז איך בין דא מדאי יום ביומו? דער עולם דערקענט אז איך בין מגיב ווען אימער?
עפעס א קאנספיראציע גייט דא פאר אינטער דער טיש, אלזא עפענען א תיק וואס גייט פאהר מיט מיינע ציפערן פון תגובות.
דער עולם באמערקט אז איך בין דא מדאי יום ביומו? דער עולם דערקענט אז איך בין מגיב ווען אימער?
עפעס א קאנספיראציע גייט דא פאר אינטער דער טיש, אלזא עפענען א תיק וואס גייט פאהר מיט מיינע ציפערן פון תגובות.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- מ גפני
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1001
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
- האט שוין געלייקט: 1135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל
דולה ומשקה האט געשריבן:איך שרייב און איך בין מגיב אבער דער ציפער רוקט זיך נישט ארויף, עס אלץ בלייבט ביים דעם נומער ארום 1350.
דער עולם באמערקט אז איך בין דא מדאי יום ביומו? דער עולם דערקענט אז איך בין מגיב ווען אימער?
עפעס א קאנספיראציע גייט דא פאר אינטער דער טיש, אלזא עפענען א תיק וואס גייט פאהר מיט מיינע ציפערן פון תגובות.
1350? איך זעה סשטייט דארט 1385
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
סאשי טייערע, איך האב דיר שוין לאנג געוואלט זאגן, אז איך, פונקט ווי אנדערע, באלעקן זיך מיט יעדע בילד דיינע. איי וועסטו פרעגן, פארוואס באקומסטו נישט דיינע פארדינטע לייקס? נאר ווי שוין געשריבן דא איז דאס א כללות'דיגע פראבלעם וואס באדערט מיר שוין לאנג, און יעדע מאהל וואס דו לייגסט ארויף א בילד, באדערט מיר עס נאכאמאל. נאר ליידער כדי לקיים אל תפרוש מן הציבור, בין איך מיך אויך אזוי נוהג, אבער געדענק חזק ואמץ מיר האבן אלע שטארק הנאה פון דיינע זאכן, און אונזער נישט לייקן זאל חלילה נישט ווייזן ווי מיר האבן נישט הנאה.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
מצטמק טראכט נישט אזוי טיף און מאך נישט קיין חשבונות.
האסט הנאה געהאט גיב א לייק
עס וועט מרבה זיין ריעות און געבן א געשמאק פאר די כותבים אהנצוגיין.
איך מיין עס איז א זה נהנה וזה נהנה סיטיועישע"ן
איך בין למפרע מוחל מיין לייק אבער געב עס פאר ווער עס פארדינט עס
און דו סאשי כה לחי גיי אהן
האסט הנאה געהאט גיב א לייק
עס וועט מרבה זיין ריעות און געבן א געשמאק פאר די כותבים אהנצוגיין.
איך מיין עס איז א זה נהנה וזה נהנה סיטיועישע"ן
איך בין למפרע מוחל מיין לייק אבער געב עס פאר ווער עס פארדינט עס
און דו סאשי כה לחי גיי אהן
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
- סאשי פיש
- חבר ותיק
- הודעות: 2776
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
- געפינט זיך: אינמיטען עסן
- האט שוין געלייקט: 3022 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל
מצטמק ויפה האט געשריבן:אודה ד' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו!
ברוך שהחיינו והגיענו לעת הזאת.
האַלאָ, מצטמק'ל טייערע, וואס ביסטו אזוי פרייליך ווי א ראזשינקע? מען וואלט געקענט מיינען אז מען האט דיך מכבד געווען מיט סנדקאות ביי דיין עלטסטע איר אייניקל, בארואיג זיך, לשמחה מה זו עושה? האסט סך הכל געשריבען דיין הונדערט'סטע תגובה, נו מה כל הרעש?
איז לאמיך מיט-טיילן מיט אייך, מיינע טייערע פריינד, חבירים וידידים אמיתים, וואס קומען אריין דא אין שטיבעל צו טועם זיין פונ'ם געשמאקע'ן רייכע'ן קאווע וואס ווערט דא פארטיילט, דורך אויס אלע שעות וואס מיר אידען זענען ערלויבט צו טוען מלאכות, צו וואס איך בין אזוי פרייליך.
איך האלט טאקע נאר ביי מיין מאה'לע, אבער עס איז אסאך מער פון דעם, גייטס נאר צירוק צו מיינע ערשטע פאר תגובות, וועט איר פארשטיין מיין שמחה, מיין ספעלינג, גרעמאטיג, איז געווען עפעס אום-אויס-האלט-באר, שרייבן האב איך קיינמאל נישט געקענט, פארקערט עס איז מיר געווען שווער ווייל א רעדנער בין איך יא (ווייס איך אויך נישט וויפיל איך טויג, אבער למעשה איז עס אזוי) און א בעל דרשן, מיין איך איז א שטיקעל סתירה צו א שרייבער, עס איז גאר א צווייטע טאלאנט, און מען קען נישט שרייבן די וועג ווי אזוי מען רעדט. ווי למשל, ארויס ברענגען דראמאטישקייט, געפיל, שמחה, הרגש, טרערען, וכו' וכו' איז גאר א צווייטע פרשה ביים רעדן ווי ביים שרייבן, ממילא איז מיר דאס געווען שווער.
אבער בחסדי השם איז דא אזא זאך ווי אונזער געשמאקע שטיבעל, וואס צו איר באטעמטקייט איז דאך נישט דא קיין גרעניץ, שטענדיג איז דא אזוי פיין "[tag]שמעקעדיג[/tag]", אזוי אז יעדע "[tag]קאווע טרינקער[/tag]" און "[tag]איש עברי[/tag]" אדער "[tag]היימישער ליטוואק[/tag]", וואס קומט מיט "[tag]berlbalaguleh[/tag]" גלייך פון "[tag]לעיקוואד[/tag]", אריין צום שטיבל , זאל'ן זיך שפירן באקוועם, און איינגענעם, און אויב שמעקט דיך נישט אויפ'ן מינוט א "[tag]פיינע קאווע[/tag]", וועט קיינער נישט פרעגן "[tag]פארוואס[/tag]?" נאר "[tag]סאו וואט[/tag]", וועם גייט עס אן? טרינק וואס דיר איז צום טעם, עס מוז דאך נישט זיין דווקא א גלעזעל קאווע, עס קען דאך זיין א קאלט "[tag]טעפל[/tag]" "[tag]מאראנצןזאפט[/tag]" אדער גאר "[tag]יין שרף[/tag]" פריש געקוועטשט פון "[tag]מ גפני[/tag]" , אַהה מחי' , און ווי געשמאק איז צוצובייסען א פיינע "[tag]קרעקער[/tag]" צום קאווע, אדער צולעקן א "[tag]לאליפאפ[/tag]", אוי עס האט דאך אלע טעמים.
און ווי אויך איז שטענדיג פאר אונז אנגעגרייט פיינע " [tag]געפילטע פיש[/tag]" מיט געשמאקע,"[tag]סאשי פיש[/tag]" און "[tag]פישל'ע העררינג[/tag]", פריש געברענגט שטענדיג דורכ'ן "[tag]פיש כאפער[/tag]", און אלעס איז עפּראָפט דורכ'ן [tag]נאטרוליסט[/tag], און פארשטייט זיך צום לעצט די הויך געשעצטע "[tag]ראשעקאל[/tag]", און ווי געשמאק איז, אז בשעת'ן טרינקען קען מען אריינבליקען און א "[tag]שיטה מקובצת[/tag]", און ווערן א שטיקעל "[tag]ידען[/tag]", אדער זיך צוהערן צי די "[tag]פטומי מילי[/tag]" פון "[tag]יואב[/tag]", "[tag]יאיר[/tag]", "[tag]הוגה[/tag]", און אזוי ווייטער כל אחד בשמו יבורך, אלע אזעלכע " [tag]איש האשכולות[/tag]", און מ'קען געשמאק פארברענגען מיט "[tag]יואליש[/tag]", "[tag]מאטי[/tag]", "[tag]משה געציל[/tag]", "[tag]אבטולמוס[/tag]", און לאמיר נישט פארגעסן אז צו יעדע אראפגעלאזטע גאסט וואס קען קוים "[tag]פלעין יודיש[/tag]" האב'ן מיר גרייט דער "[tag]ברסלבער[/tag]" וועלכע איז ווי פארשטענדליך א שטארקע "[tag]אפטעמיסט[/tag]" און מאכט שטענדיג "[tag]נאר,,פרייליך[/tag]" אזש אז עס לעבט אויף א יעדעם פון די "[tag]קליגער אינגערמאן[/tag]" ביז די "[tag]שטילע אינגערמאן[/tag]", אזוי אז עס גייט אריין ביז טיף טיף ביז "[tag]דער (פינטעל) איד[/tag]", און מ'קען אנהייבען פון פריש ביי "[tag]אבגד[/tag]".
און צי בארואיגען דעם מוח איז אויסגעמאלן דורכ'ן "[tag]שרייבער[/tag]" א שיין בילד פונם פראכטפולן "[tag]טיטאניק[/tag]" שיף, אויף א שיינע רואיגער וואסער, אזוי אז עס בארואיגט אפילו דער מיט די "[tag]רויטע וואנצעס[/tag]". ( נו העלפט'ס מיך ארויס, וואו קען איך אריין שטיפען "[tag]ונבנתה העיר[/tag]", "[tag]גנדי[/tag]", [tag]איחוד פעלד[/tag]", "[tag]שעפטל[/tag]" "[tag]סופר ומונה[/tag]" , ?)
(זייט מיר מוחל אויב איך האב אייך פארגעסן, איך קען דאך נישט געדענקען אלע.)
ממילא מיט אזא געשמאקע שטיבל, האב איך מיר געזעצט צו די עבודה צו איך קען יא אדער נישט, און צוביסלעך צוביסלעך האב איך מיר געלערנט א געוואלד, סיי אין ספעלינג סיי אין גרעמאטיג, אין ווי אזוי אויסצושטעלן א ארטיקעל, ( איך בין ווייט פון א מושלם, אבער איך האב קונה געווען א געוואלד דא) און אלעס איז פארשטייט זיך צו פארדאנקען די חברי השטיבל, כל אחד בשמו יבורך, און לאמיר האפן מען וועט נאך אסאך פארברענגן צוזאמען.
פארשטייט איר שוין מיין שמחה?!
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
האסט אמאל געליינט א צייטונג אן בילדער? ניין. פארוואס? ווייל א צייטונג אן בילדער איז בארינג און קיינער פילט נישט א געשמאק אין דעם.
[tag]סאשי פיש[/tag], שכח, שכח, שכח, פאר'ן אונז געבן א צייטונג מיט בילדער מכל המינים. צו לאכן, צו וויינען, צו טאנצן, און זיך צו רעגן. ברודער! U ROCK
בד"וו איך וויל ווערן באגראבן לעבן דיר, פשוט, איך וויל נישט זיין bored.
[tag]סאשי פיש[/tag], שכח, שכח, שכח, פאר'ן אונז געבן א צייטונג מיט בילדער מכל המינים. צו לאכן, צו וויינען, צו טאנצן, און זיך צו רעגן. ברודער! U ROCK
בד"וו איך וויל ווערן באגראבן לעבן דיר, פשוט, איך וויל נישט זיין bored.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- מ גפני
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1001
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
- האט שוין געלייקט: 1135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל
אשכולות אויפוועקער
אזוי מיר זענען ב"ה אויפגעראכטן געווארן און מיהאט אונז דא אנגעברענגט אן "אשכולות אויפוועקער" וואס פילט אן דעם גאנצן בלאט פון "אקטיווע אשכולות" מיט אויפגעוועקטע אשכולות, וואס נישט יעדער איינער וויל דאס יעצט לייענען, וואלט איך געוואלט פארשלאגן אן איידיע, אז די אלע "אויפגעוועקטע אשכולות" זאלן באקומען אן אנדערען קאליר ביי די זייט (נישט רויט וואס איז די סטאנדארד פאר א אשכול וואס האט אן אומגעליינטע תגובה)
וואס האלט דערוילעם??
וואס האלט דערוילעם??
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
לית דין בר נש האט געשריבן:[tag]טיטאניק[/tag] איך זעה די האלטסט ביי 993 איך האפ אז די גרייטסט צו א קנאקעדיגע 1000'סטע תגובה.
אוי ביסטו גוט אונז ווארטען מיט דורשט! עס זאל אויפשאקלען דאס פלאץ!
יישר כח פארען האלטען מיינע חשבונות.... שיין פון דיר
גראדע איך האב נאך אפאר חשבונות וואס איך דארף הילף וד"ל......
טאכלעס, איך בין גרייט צי אננעמען אין אישי רעיונות פון דער עולם, אבער ביטע נישט קיין לאנגע דרשות, קארץ און שארף
יישר