אנשטאט דא אפזיצן און פלאטעזירן און ציילן וויפיל מענטשן ס'זענען געווען ביי זיין לוי' און פארוואס און ווער ס'האט אפגעשפארט וואס און געווען, וועל איך ענדערשט אביסל באשרייבן דעם נפטר.
ר' עזריאל איז געבוירן אין יאר תרפ"ו אין שטאט קראלי. צו זיינע עלטערן ר' יושע אן זיין ווייב אסתר, געוויסע היסטאריקער לבית סאטמאר געבן איבער אז ר' עזריאל איז געוען די ערשטע סנדקאות וואס דער נייער קראלי'ר רב -דער שפעטעדיגער סאטמאר'ע רבי ז"ל- האט באקומען, ממש טעג נאכדעם וואס דער רב איז אנגעקומען אין שטאט.
ר' עזריאל האט געלערנט אין די ישיבה פון הגה"צ ר' שמואל גראס.
נאכן קריג האט ער חתונה געהאט מיט זיין ווייב (בזוו"ר) שיינדל, די טאכטער פון רבי אליעזר (דמילה) ליימזידער, וואס איז אגב אויך געווען די שווער פון זיין ברודער -יבלחט"א- ר' יחזקאל, און פון ר' יחזקאל משמש ווערצבערגער הי"ד.
ער האט געוואוינט בערך דריי יאר אין קאוועטשהאזע, דערנאך געקומען קיין ניו יארק
לויט ווי זיין אייניקל געט איבער פאר ו
ואס-איז-נייעס, האבן אים מענטשן געאפערט צעהן אלפים אז ער זאל זיך אריבערציען קיין סינסינעטי, און דארט דינען אלס שוחט, אבער ר' עזריאל האט דאס אפגעזאגט וועלענדיג וואוינען נעבן זיין רבי.
רבי עזריאל האט געדינט אלס שוחט אין מיעל מארט, אבער אויך געווען פון "די רבי'ס שטוב מענטשן", וואס ער האט שוין אנגעהויבן פון נאך אלס קינד, (געדארפט זיין היפש אינג). ער האט זיך דארט געדרייט פון געווען פון די נאנסטע מקורבים, ווי מ'זעהט אויף די בילדער ספעציעל אויף די נסיעות, טאקע דא א מעשה אז זיין ווייב האט געהאט א קינד ווען ער איז געווען מיטן רבי'ן אין שווייץ נאך איינע פון די ארץ ישראל'דיגע נסיעות
[איינער ווייסט וועלכע יאר? וועלכע קינד], אזוי אויך איז באקאנט אז ווען זיין זון האט חתונה געהאט אין בעלגיע, איז ר' עזריאל נאר דארט געווען אפאר טאג, נישט די גאנצע שבע ברכות, פשוט צו קענען ווייטער זיין מיטן רבי'ן.
אין שפעטער אין יאר תש-כ"ח ווען די רבי האט געליטן פונעם סטראוק איז ר' עזריאל געווארן די "אפיציעלער משמש" אדער ווי אנדערע האבן אים גערופן "דעם רבי'ןס פריוואטע דאקטער". פון דעמאלטס און ווייטער פאר די קימענדיגע 12 יאר האט ער זיך ממש נישט אפגעריקט א מינוט פונעם רבי'ן, ער איז דארט געווען און געשלאפן א גאנצע וואך -חוץ מיטוואך-.
איינע פון די באקאנסטע מאמרים פון ר' עזריאל'ן איז ווען ער האט איבערגעזאגט הויעך די דרשה פונעם רבי'ן ביים מעכטיגן מעמד התייסדות מוסד "קרן הצלה" ווי ער האט אויסגעשריגן "משיח וועט ווייזן מיטן פינגער וכו'"
אגב, ווי זיין זון הג"ר דוד האט דערציילט ביים לוי', האט אים מיעל מארט ווייטער גאצאלט דאס געהאלט ווען ער איז אריבער פול-טיים צום רבי'ן.
בערך א יאר נאכן פטירה פונעם דברי יואל, ווי ביי די לוי' האט ר' עזריאל געשריגן "דא שטייט פאר אייך א איד וואס די רבי איז אויסגעגאנגן אין זיינע הענט" און האט געוויינט "ס'איז אויס וועלט!!!" איז ר' עזריאל געווארן פון די משמשים בקודש ביים רבי'ן דער ברך משה ז"ל. ווי איינער האט מיר אמאל דערציילט, האט זיך ר' עזריאל לעצטענס אויסגעדריקט, "איך בין ביים ברך משה געווען ווי איך בין געווען ביים רבי'ן ז"ל די ערשטע פאר יאר, אבער איך זאג דיר אז זייער שווער איז מיר אנגעקומען זיך צוצוגעוויינען צום נארמאלען לעבן, נאך אלעמען האב איך צוועלעוו יאר ממש נאר געאטעמט מיטן רבי'ן! נישט קיין ווייב נישט קיין קינדער!" און טאקע ביים ברך משה איז ער געווען א שטייגער ווי ביז תשכ"ח, געווען ממש שטענדיג נעבן רבי'ן אין די עפענטליכקייטן ובפרט ביי די נסיעות און מקומות הקדושים.
ר' עזריאל האט אויך געדינט דורך זיינע יארן אלס די ז' טובי העיר פון קרית יואל, אלס יושב ראש חברה קדישא, אלס חבר הנהלת מוסדות יטב לב, אלס באורד מעמבער דשיכון קרית יואל בני ברק, אלס יושב ראש הנהלת המחנות רב טוב (נאכן פטירה פון ר' יודל ראזענבערג, דער מנהל המחנות), אלס יו"ר וועד החינוך דמוסדות קרית יואל, גבאי דבית המדרש הגדול אין קרית יואל, און אפשר נאך וואס איך געדענק נישט יעצט.
חוץ מזה איז ער באקאנט געווען אלס מוהל, ספעציעל ווען דער דברי יואל האט געלעבט, און נאך אביסל נאכדעם.
ר' עזריאל פלעגט אסאך ליינען בקריאת התורה, אזוי אויך געדינט אלס מנחה בעל תפילה ביום הקדוש אין ביהמ"ד הגדול בק"י.
ר' עזריאל האט אין די לעצטע 35 יאר אויפגעטרעטן מיט הונדערטע דרשות ווי ער האט אייביג דערציילט עבדות והנהגות פונעם דברי יואל, וואס די חסידים ומעריצים האבן געשלינגן מיט דארשט. ספעציעל פאר די אינגערע דור, ובפרט אין די ימי השובבי"ם צו פארן יארצייט צו אפילו ל"ג בעומר איידער די קינדער זענען ארויף צום ציון הק'
רעדענדיג פון ל"ג בעומר, ר' עזריאל איז טאקע געווען דער וואס האט אויפגעברענגט פארן ברך משה צו גיין צום פעטער'ס ציון אום ל"ג בעומר, ווי ער פלעגט אסאך יארן פארזינגן בר יוחאי.
אזוי אויך איז ער על פי רוב געווען דער שליח ציבור ביי איינע פון די קברים ווען ער איז געפארן למקומות הקדושים מיטן ברך משה ז"ל
עקסטער פון דעם קען מען באשרייבן איבער זיין "פארהערן" די קינדער, ממש יעדע וואך אין די קרית יואל'ע תלמוד תורה, און אסאך מאל אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק, ווי ער האט -לשביעת התלמידים תרתי משמע...- כמעט נישט פארהערט, נאר דערציילט און דערציילט און דערציילט פונעם רבי'ן.
זיין זיוו"ר איז אוועק אום שמיני עצרת תש"נ. און ער האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט הרבנית לאה זיסל ע"ה (בזיוו"ר אשת הגה"צ ר' יוסף ישראל זעגעלבוים, אב"ד וויען)
זי איז אוועק אפאר וואכן צוריקווי געשריבן איז ער נעכטן נפטר געווארן און איבערגעלאזט קינדער און איידעמער:
מו"ה יושע הי"ו, מ'מאנסי - מלפנים קרית יואל
הרה"ג ר' דוד שליט"א, ר"מ במבצר הישיבות מתיבתא ד'סאטמאר-קרית יואל
מו"ה שלמה הערש הי"ו, קרית יואל
מו"ה אלימלך הי"ו, קרית יואל
מו"ה יעקב הי"ו, קרית יואל
איידעמער:
מו"ה הילל טייטלבוים הי"ו, קרית יואל
הרב נפתלי בלומענפעלד, מנהל ישיבה גדולה ב'קווינס
הרב משה הערש קליין, מנהל רוחני ב'ת"ת תו"י קרית יואל
הרב אברהם וואלף שטויבער, ר"מ בישיבה גדולה ב'קווינס
און פארלוירן א טאכטער, אשת מו"ה חיים הערש פרענקל
ס'נאך דא אסאך וואס צו שרייבן, אבער איך וועל מיך יעצט דא אפשטעלן.