א טאג אין קאנטרי מיט משה נחום

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

א טאג אין קאנטרי מיט משה נחום

שליחה דורך קאמפיאטער »

אוי איך הייב נאר אן צי טראכטן דערפין ווערט מיר שווארטץ מיין קאפ הייבט זיך אן צי דרייען.

מען קען ארויסברענגן דעם גאנצען ארטיקל מיט איין ווארט דאס איז "היטשעס" אויב גייט איר אין קאנטרי ווייסט איר וואס איך מיין סיי צי איר האט יא א קאר אין צי איר האט נישט דאס איז אן איווען דיל יעדער לייד.

משה נחום האלט שוין פיר יאר נאכן חתונה, א שטיב מיט דריי קינדער ב"ה לערנט נאך אין כולל מיטשעט זיך שטארק פאר פרנסה, ממש פאר זיממער באקימט ער א טעלפאן קאל פין זיינס א חבר אז ער ווייסט אז ישיבות אור התורה זיכט א פארמיטוג שואל ומשיב אין ער פרעגט אים אויב עס אינטערסאנט פאר אים ער לייגט גלייך צי עס קען זיין אז נאכמיטוג זאלסטי האבן א בחורל מיט וועם ציצולערנען אין מאכן אפאר איבריגע טאלער, אבער זיי שטעלען נישט צי קיין באנגעלאוי מיזט קימען צי פארן, ווי איז די קעמפ פרעגט ער אים? זאגט ער אויפן 42 נישט ווייט פינעם 4 קארנערס.

פיין ער גייט אהיים ער דערציילט עס פארן אשת חיל עס איז געבליבן אז מען גייט זיכן א קאלעני אין די געגענט וואס זיכט א דעי קעמפ טיטשער אין איז מסכים ארויס ציהעלפן מיט א באנגעלאוי, מען זיכט אין ב"ה געטראפן עפעס א אפפער אין הר נוףוואס איז אפפ די 42, שטעלט זיך די שאלה ווי אזוי קימט ער אן פין הר נוף קאנטרי אין קיימישע לעיק צי די 4 קארנערס????.......

עס איז פארוואלקנט די אנקימענדיגע רעגן שמעקט מען שוין אויפן נאז עס איז שוין 4:15 נאכמיטוג אין חעזקי ווארט שוין אויף זיין חבריתא עס איז שוין שפעט ער האט שוין נישט וואס ציטין, יעדער ווייסט שוין אז זיין חבר איז נאך נישט דא, ער איז שוין בארד פין שטיין לעבן די קאווע מיט א פלעסטיק קאפ איבערגעדרייט אין געבן א כאפ אריין די אימשילדיגע פליג אין איר ציזאמשטעלן מיט נאך פליגלען אין איין קאפ ווייל דעס טיט ער שוין אפאר טעג ביז זיין פארמיטוג חבר קימט אן, אין באנק לאזט אים שוין זיין מגי"ש נישט גיין אפי' אויף צי נעמן טיילענול ווייל ער האט אים שוין איינמאל געכאפט אז ער נעמט גאר א שטערן אין זעצט זיך אריין....., זיין מגי"ש האט אים שוין געשטעלט פאר גבאי אויף די מילך אין אויף די פליגן קעטשערס, אז ווען ער זעהט אז עס איז נישט דא זאל ער גיין דערמאנען די גוי צי ברענגען, אזוי האט ער שוין נאך א פרענד וואס ער טרייט אן אויפהער אויס צילערנען אידיש..... אבער יעצט איז אלעס דא וואס זאל ער טין??

משה נחום ווייסט אז זיין חבר ווארט אבער וואס זאל ער טין היינט גייט עס נישט עפעס אזוי גיט, ער האט שוין ציגעזאגט כמעט אזוי סאך צדקה פאר ר' מאיר ווי וויפל געלט ער מאכט פין זיין בחור, ער שטייט שוין ממש אינמיטן די ראוד אז א יעדע קאר מיז בלינקען אריין צי גיין אין די אנדערע לעין אבער עס גייט נאל אלץ נישט.
אין מיטן פאאאפ פאאפ שארט סטאפ. פאאאאאפפ האללא יונגערמאן די דארפסט א היטש?? נא קים אריין שנעל, יא יא גיי אין בעק, ריק אוועל די אלע זאכן מאך דיר באקוועם.
ווי גייסטי?? ווי קיין אור התורה? וואס טיט איר דארט? אהא דעמאלטס פארוואס בלייבט איר נישט דארט פאר לאנטש אויך? אהא אין פרייטיג וואס טיט איר? אהא איר היטש'ט אזוי יעדען טאג? אהא איך פאר גראדע אסאך מאל דורך נעמט מיין נאמבער איך האב ליב צי שטיצען א בן תורה. וויפל בחורים לערנען דארט?? אזוי לאזט ער אים נישט אפ,
אה סאררי איך מיז ארויף גיין דא צי שאפראן.... מענטשן פארן אדורך דא איינער וועט זיך שוין זיכער אפשטעלען פאר דירדאנט ווארי.
אנגעפאטשערהייט גייט ער ארויס פין קאר אויסגעזויגען האט ער אלעס פין מיר אין.. די דרייווער געט נאך א שריי ארויס האללא קענסט ציוואקן עס איז נישט אזוי ווייט...
ער שלעפט זיך ארויף ווייטער אויפן 42 נאך א גיטע פיפצען מינוט וואק באמערקט ער שוין זיין בחורל פין דערווייטענס ווי ער שטייט מיט א צווייג פארטין איבערגעבויגן אויף אראפ אין ער גראבט א מעכטיגע לאך אין די זאמד....
ער דערזעהט אים פין דערווייטענס ער געט אלעס א לאז אפ אההההההההה איך ווארט שוין אזוי לאנג האסט געזאגט אז אינז גיימער גיין שפאצירן היינט......

אוי ווי בין איך פארקראכן דא? שוין ס'גיט, שלך
actually; i'm using my blackberry more than my computer
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

פיין, פיין, יעצט קענסטעך זעצען שרייבן סאך א לענגערע ארטיקל פון די דרייווערס פערספעקטיוו.
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

אבער קאמפיאטער אז די פארציילסט שוין יא... מיזטו זאגען ווי אזוי די שפאציר איז צוגעגאנגען.
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

פון די דרייוערס זייט: איך יאג זיך זיי מוחל וואק נישט אינמיטן ראד ווייל איך זעי דיך אין אויב איך קען וועל איך דיר נעמען אפי' פין די זייט אין אויב נישט וועל איך דיר נישט נעמען אפי' פון די געלע ליין.............
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אייגענארטיג האט געשריבן:פון די דרייוערס זייט: איך יאג זיך זיי מוחל וואק נישט אינמיטן ראד ווייל איך זעי דיך אין אויב איך קען וועל איך דיר נעמען אפי' פין די זייט אין אויב נישט וועל איך דיר נישט נעמען אפי' פון די געלע ליין.............

אדער:
ווי אזוי הייסט איר? ס'ערשטע יאר אין קאנטרי? ניין, איר דרייווד נאר אביסל ווי א שטאטישע דרייווער...
זענט איר קרובים מיט דעם אלטען שטעפינעצקי פון פאפא? אה, שטעפינאוויטש, נישט געהערט גוט, דיין קאר מאכט אזוי סאך נויז!
ס'א נייע קאר? ווי פיל האסטו געצאלט? אה געליעסט? נא, איך האלט נישט פון ליעסען, ס'א נארישקייט.

וואו פארט איר?
איר פארט אהין יעדע טאג?
איר ארבעט דארט? אה, אייער שוויגער...
איר קענט מיר אפשר געבען אייער פאון נאמבער? ס'קומט מיר אויס צו גיין דעי וועג די זעלבע צייט, אזוי וועט זיין זה נהנה וזה לא חסר.. חחחח..

העלוי? יא, איך בין אויפן וועג, ער ברענגט מיר גלייך אהין... בארכאשעם, זעט אויס ער'ט מיך קענען נעמען יעדן טאג, כ'וועל שוין נישט דארפן משוגע מאכן גערשי... (מאכט שטילער די רעדיא, איך קען נישט הערן.) ...איינער שטעפינאוויטש.. הע?? ...ניין, נישט שטעפינעצקי, שטעפינאוויטש! יא... א קליינע וועלט, הע? חחחח..
אקעי, סי יו סאן, ביי.

איר קענט אפשר אריינלייגן דעיע טעיפ? ווער? יוסף חיים גרינוואלד, יא? העכער אביסל. שכויעך.

אה, שוין דא? כ'נישט באמערקט, איך בין געווען אזוי אריינגעטוהן אין די טעיפ... איר קענט מיר אפשר ארויף נעמען די בארג? ס'זייער א שווערע בארג.. נאא, דעי סיין מיינט גערנישט, יעדער פארט דא אריין. ארום דרייען? קענסט נישט ארויס בעקען? אקעי, שקויעך עניוועיס, האסטו שוין מקיים געווען הכנסת ארחים היינט
מארגען קענט איר קומען 10 מנוט פריער? אקעי ביי... טראך!!!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

געפילטע, איין זאך זעה איך דו באקומסט צופיל אימעילס פון מר. סאלאמאן ממוסדות שטעפינעשט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך אויך האט געשריבן:געפילטע, איין זאך זעה איך דו באקומסט צופיל אימעילס פון מר. סאלאמאן ממוסדות שטעפינעשט.

כ'האב נישט קיין אהנונג וואס אדער וועם דו מיינסט, הסבר פליז?
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

געוואלדיג געפילטע! נאר איין הערהל'ע, פאר אזא גוטס קומט זיך א עקסטערע אשכול...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

משה געציל האט געשריבן:געוואלדיג געפילטע! נאר איין הערהל'ע, פאר אזא גוטס קומט זיך א עקסטערע אשכול...

שכויעך פאר די קאמפלימענט, אבער איך בין נישט אין די עפענען אשכולות ביזנעס, ס'באדערט מיר נישט אז מיין תגובה ליגט ביי יענען אין אשכול, טאמער וויל מען דוקא קען מען ריקן, אבער דעי אשכול רעדט דאך פון היטשעס בכלליות, איך מיין אז קאמפיוטער וועט נישט מקפיד זיין.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געפילטע פיש - אויסגעצייכענט!! ביי יעדע חחחח איז געווען שפתותי דובבות, כ׳האב גוט מיטגעלאכט....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

נא זאגט די גמרא ווייטער אמר ר' שמואל ווען איז דעס געזאגט געווארן נאר אויב... אוי חעזקי נאך אביסעל אינז זעממיר שוין אלמאזט פיניש, אבער האסט מיר געזאגט אז גייסט מיר זאגן א חידה? אקעי אבער נאכן לערנען לאממיר גיין ווייטער, איז שמואל האלט וויבאלד אין די משנה שטייט נישט ברור נאר...
טרררררררר טרררררררר.... טרררררררר טרררררררר....
אוי איין מינוט חעזקי כ'האב א פאן קאל ממש א סעקאנד, אקעי איך גיי צי די קאפפי קיקן אויב עס איז נאך דא איך קים שוין צירוק אויב איך בין נישט דא ריף מיר קעי? פיין,
יא האללא? יא וואס הייסט? זיי זענען יעצט געקימען? זיי זענען דאך שוין דא געווען איינמאל אין די האסט שוין געקויפט איינס? אהא אקעי וויפל קאסט עס? זעכציג דאללער? עס איז נישט צי סאך? אקעי פיין אבער די האסט געלט? די קרעדיט קארד אממ? ניין נישט יעצט, ווייסטי וואס נעם פין מאשקאוויטש איך גיי אים באצאלן.
אקעי חעעעזקי עס איז שוין שפעט מען גייט שוין עסען סאפפיר, אי"ה מארגן קים איך אן צייטליך אין מגיימער לערנען פלייסיג יא? אקעי אבער ווען גייסטי קימען שפאצירן? אקעי סוף וואך אי"ה אבער נאר אויב די קענסט גיט די וואכעדיגע שיעור, פיין? א גיטע נאכט.

געניג געווען א יעדען טאג זיך מיטשענען מיט היטשעס, פארוואס באדערט אים זיך אפצישטעלן ער גייט מילא די וועג? אלעס ווייל ער ווייסט נישט ווי איך גיי, געניג געווען איך האב אן אייצע אביסעל שעם איך מיך אבער פארפאלן, איך גיי קויפן א גרויסע קארד בארד אין ארויף שרייבן אויף איין זייט אור התורה מיט א גרויסע רויטע מארקער אין אויף די אנדערע זייט הר נוף, אזוי וועט יעדער זעהן ווי איך גיי קיינער וועט שוין נישט האבן קיין תירוצים, אין פיניש.
געניג געווען מיט די ווארטן אזוי לאנג, עניוועי אויב איך זעה איינעם וועם איך קען וועל איך עס געבן א ווארף אראפ אזוי וועט יענער נישט זעהן,

יא האללא? יא הערסט מיר איך בין אויפן וועג אהיים, יא די מענעדזשער, ער גייט כמעט די וועג איך וועל אים שוין בעטן ער זאל ציפארן, וואס? אקעי איך קען נישט רעדן איך בין אין קאר, וואס? ווער משי? אקעי איך קען נישט רעדן יעצט ווייל איך שטער אים צי דרייווען זאגט ער אה הערסט איך מאך א סטאפ אין וואל מארט איך דארף עפעס קויפן, איך וועל דיר שוין דערציילן איך האף ער וועט מסכים זיין צי ווארטן ממש א סעקאנד, אקעי ביי.

יא זאג מענעדזשער ווי גייסטי? איך אממ ווי גייט איר? איך עכט בין איך אין הר נוף אבער איך וויל מאכן א סטאפ אין וואל מארט עס איז א פראבלעם? וואס הייסט? אקעי ווייסטי וואס איך וועל אריין פארן פאר דיר אבער איך בין אין א ראש סא איך וועל פארן ווייטער וועסט טרייען צי טרעפען עפעס א איד קעי?

העי מיסטער? סאררי איים ביזי. העי מיסטער? יעז האוי קען איי העלפ יא? האוי מאטש איז די קארד בארדס?? ווער איז איט? טענקס, מארקערס דא יא העוו? טענקס.

פיין באצאלט ער גייט ארויס אינדרויסן שרייבט אויף גרויס הר נוף מיט זיין רויטען מארקער אין היידא שטעלט זיך אינמיטן ראד נענטער צים געלען ליין.

עס גייט נישט אדורך א מינוט א גוי נעמט ארויס א קעמערע נעמט צוויי פיקטשערס פין די צענע ווי א איינצעלע איד פראטסעט מסתמא אקעגן וואל מארט וואס דען שטייט דארט אזוי גרויס אין רויט??

א איד שטעלט זיך אפ שמייכעלדיג קימט אריין קימט אריין, עכט געב איך נישט קיין היטשעס נאר... ווייסט דאך נישט יעדעם קען מען איגנארירן, יא שכויעך, זאג האלסט איך האלט עס געניג הויעך? מען באמערקט עס? איך רעד אפן טעלפאן געטס מיר א מינוט,

זאג איר קענט די וועג פרעגט ער דעם דרייווער?? יא יא איך פאר דא אהיים יעדן טאג!! איר פארט נישט די פארקערט וועג?? אוי וואס ווילסטי? וועגן דעם נעם איך נישט קיין היטשערס זיי נעמען זיך געבן אייצעס איך ווייס די וועג! איך פאר יעדן טאג אריבער אור התורה עס איז די שנעלס.....
אההממ איר גייט נישט צי הר נוף???
ניין פארוואס? איר ווילט דאך גיין צי אור התורה נישט אזוי האט איר פראטעסטירט?? איר מאכט פורים פין מיר??
אוי ניין איך גיי צי הר נוף..... אההמ איך האב מסתמא געהאלטן די סיין פארקערט איך האב נישט געכאפט........,
סא איר ווייסט וואס טראגט מיר צירוק צי וואל מארט אין איך וועל שוין.......

ווייטער וואס גייט פאר מיט דיר היינט קאמפיאטער הא??
actually; i'm using my blackberry more than my computer
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

מענין לענין
א בחור האט זיך געשטעלט ביי די היטשעס פלאץ פאר א היטש.
א איד מיט אן אלטען קאר, (כ'מיין ער הייסט ווייסהויז...) האט זיך אפגעשטעלט פאר אים.
דער בחור זעהט אים זאגט ער אים שכח ס'גוט, איך יאג זיך אביסעל... (קרעדיט איי וועלט)
actually; i'm using my blackberry more than my computer
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע פיש - אויסגעצייכענט!! ביי יעדע חחחח איז געווען שפתותי דובבות, כ׳האב גוט מיטגעלאכט....

מעסארי, אבער חחחח איז נישט א קול וואס מ'מאכט מיט די שפתים, נאר מיט'ן גרון. טאמער ווילסטו לאכן מיט די שפתים מוזטו אויספלאצן מיט פארמאכטע ליפן אזש פפפפפפווו.... אבער וואטש זאלסט נישט אנשפייען ווער ס'שטייט לעבן דיר.
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

ישר כח
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

שכח געפילטע פארן דערמאנען נאך א נאמען מיט א וויטש
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

העללא הערסט מיך?? העללא? יא בענצי דעס איז משה נחום וואס טיטצעך?? א וואס? יא ב"ה, זאג די האסט אפפ דזשעליי פאר? יא? די פארסט צי דיין ווייב אין קאנטרי? איך דארף א היטש איך בין פערצאפעל דא.
ניין? פארוואס טאקע נישט? פארוואס?
אקעי איך וועל מיר נישט אריין מישען אין ענקער שולעמבייעס. ווייסט ווער עס פארט יא? ווער אשר מרדכי? איך האב נישט ליב ציפארן מיט אים ער איז אייביג ביזי מיט זיין טעלעפאן א גאנצע וועג ער האט נישט קיין מינוט צייט צי רעדן מיט מיר. אקעי אז איך וועל נישט האבן א ברירה וועל איך אים נעמען.

זאג פאר איך פארגעס די האסט שמואלי'ס נאמבער? ער פארט אסאך מאל ער איז א פיינער דרייווער אייביג קויפט ער עפעס פאר זיינע מיטרייזענדע, אין בכלל אז איך בעט אים ער זאל מיר ציפירן צי מיין קאנטרי איז ער מסכם, האסט עס נישט?
אקעי אויב די טרעפסט אים זאג אים ער זאל מיר קאלן עי עס עי פי.
ביי ביי
actually; i'm using my blackberry more than my computer
אשכולות אויפוועקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך אשכולות אויפוועקער »

אויפגעוועקט
BAL TSHIVA
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

שליחה דורך BAL TSHIVA »

יא יא, ביסט אנגעקומען אין קאנטרי? נו לאמיך הערן, ס!רעגענט? דיין שטרימפ איז שוין מאראסטיק?
ס׳דא לעכער אין דיין באנגעלוי אויפן דאך! האהא כאכאכא
געז ארבייט נאכנישט. אבער די מענעדזשער זאגט אז מ'ארבייט דעראויף
דערווייל קעמען נישט קאכן און נישט טרוקענען נייסע וועש

די פיוז קראכט ווען מ'צינד אן די עיר קאנדישאן, אבער די מענעסדזשר וועלעכע שוויצט שוין דארט 2 חדשים און האט בלויז דעם איין ערל וואס ווייסט בלויז וויזוי מ'האלט א פלייער ווען ער ניצט דאס נישט, זאגט אז ווי נאר אלעס וועט זיך בארואיגן וועט ער קומען צולייגן א ברעיקער דא

די וואנע רינט נישט די וואסער??? אוי! כ'האב פארגעסן אנציצינדן דיין מעין.. אקעי, געמער אפאר מינוט איך קום אהין...
דערווייל קומט א צווייטע מרת בערקאוויטש צולויפן אז ווען זי עפענט אויף די פליישיגע סינק רינט אלעס אריין אין קעבינעט אונטערן סינק..... אפפפסס... דאשיק! (אזוי הייסט זיין ערל) ברינג מיט די פלייער פראם די גאלף קאר און די פלאמבינג קיט
אנצידן יענעם וואנע וועט שוין ווארטן אפאר שעה

די קינדער פון די אנדערע זייט ווייסן נישט פון קיין פראבלעמען. זיי לויפן גלייך ארויס שפילן... עס נעמט נישט קיין 20 מינוט און דער קליינער משה'לע איז דא מיט א קליינעם רימאט העליקאפטער... אויך פנחס בערקאוויטש, פון די נעקסטע באנגעלוי ברענגט דאס אהער.. פון האסטו דעיס? פרעג איך מיין קליינעם וועלעכע טאנצט פאר פרייד "אונז האמערעס געטראפן אין א קלאזעט אין שוהל" זאגט ער וויא תמים. עס שטעלט זיך ארויס אז די דעי קעמפ טיטשער גייט דארפן מאכן א פרישע ארדער פון טויס שוין פארן ערשטן טאג
מר מענעדזשער!" שרייט מרת גאלדשטיין וועלעכע מ'הערט אלעמאל אונעם הויף די העכסטע. "אונז קעמיר נישט לאזן די קינדער שפילן דא ווילאנג איר לייגט נישט קיין געהעריגע שלאס ביי די סווימינג פול" זאגט זי היפש בייזערדיג "איר ווייסט וואספארא סכנה דאס איז?"
דאשיק!!! קאם העיר....
חיה'לע, היינט גייט מען שפילן מיט קלעי אין באנגעלוי! איך לאז נישט ארויסגיין ווען ס'רעגענט. ס'איז גענוג שמוציג דא... קוק! די זעסט נישט וויזוי די אלע טורנהיים'ס קוקן אויס? ענקער מאמע וויל נישט ענק זאלן אזוי גיין. איך וועל ענק מאכן פאן דא אינסייד. די קינדער קוועטשן... די מאמע האט גאר ווינציג נערווען, אבער דערווייל גיסט וואסער אנע רחמנות און אלע זענען סטאק.. די סווימונג פול וואס הייבט זיך און די האנטעכער וואס טריקענען זיך זענען א פארגאנגענהייט
העעעעעייי!!! וואו איז די מענעסדזשער??!! האללאו... איך מיין אז ס'איז דא א מייז אין מיין באנגעלוי... כ'גיי נישט אריין ביז איר כאפט עס... איר מוזט עס שוין טוען!!
דאשיק!!!! ברינג דעי ספרעי פאר די מייז..
ווידעראום. ארום הונדערט מייל פון יענעם באנגעלוי, אין די סיטי אוו ניו יארק זיצן מיר אויפן דריטן שטאק, אונעם פיינעם קילן עיר קאנדישן רום, אויסגעשפרייט אויפן קאוטש און שמייכלן א גוטס. מענעזעדזר? וואס מענעדזשער? ווען מענעדזשער? ווער ברויכעס!
חיים יודל: משה אויף פענן סטריט איז א באנדיט
Cp
פארשפארט