איז א חילוק ווי מען ליגט?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3289 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2338 מאל

איז א חילוק ווי מען ליגט?!

שליחה דורך סאשי פיש »

אזוי ווי לעצנטענס גייט נישט דורך קיין טאג וואס מען זאל נישט רעדן וועגן נפטרים און מען רעד שטארק ארום וועלכע בית החים איז בעסער צו ליגען.

וויל איך אויסשמוסען די נקודה אויף א תורה'דיגע אופן, צו עס איז א חילוק אויב איך ליג אין מיין פריוואטע בעקיארט - אדער אין א בית החים ווי מאנרא - ניו זשערזי?

איז דא אן ענין צו ליגען לעבן א צדיק/רבי? אדער איז עס סתם א געפיל?

איין זאך זעט מען גראדע אין שולחן ערוך (יורה דעה סימן שסב), אז מען מעג נישט באגראבען א רשע לעבן א צדיק. זעט מען אז עס איז יא דא א נידון לעבן וועם ליגען.
איך רעד נישט וועגן ליגן אין ארץ ישראל ווייל עס שטייט שוין בפירוש אין שולחן ערוך אז מען מעג אפילו מפנה זיין א נפטר ארויפצוטראגען קיין ארץ ישראל ווייל דארט האט מען א כפרה אזוי ווי עס שטייט אין פסוק וכפר אדמתו עמו.

איך זאג בדרך צחות אז אפשר לוינט זיך צו ליגן אין א גרעסערע בית החים ווייל עס גייט זיין גרינגער ביי גילגול מחילות ווייל עס גייט זיין אסאך גרעבער גייט מען קענען טוישען שיפטס און אנקומען שנעלער קיין ארץ ישראל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר