די סכנה פון ציילן אידן - הרב יונתן זאקס על הפרשה (אידיש)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

די סכנה פון ציילן אידן - הרב יונתן זאקס על הפרשה (אידיש)

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]אנהייב די פרשה, ווערט משה באפוילען אפצורעכטען א ציילונג פון אידישע קינדער. א מאדענע ציילונג. משה ווערט באפוילען נישט צו ציילען די מענטשען דירעקט, נאר אומדירעקט. יעדע איד דארף געבן א האלבע שקל, און נאר דורך דעם וועג וועט מען אויסרעכענען זייער צאל: "כִּי תִשָּׂא אֶת רֹאשׁ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לִפְקֻדֵיהֶם וְנָתְנוּ אִישׁ כֹּפֶר נַפְשׁוֹ לַה' בִּפְקֹד אֹתָם, וְלֹא יִהְיֶה בָהֶם נֶגֶף בִּפְקֹד אֹתָם" (שמות ל, יב).

זעהט אויס אז ס'איז מסוכן צו ציילען אידן. און דאס ווערט באשטעטיגט מיט א געשעהניש יארן שפעטער, אין די צייטען פון דוד המלך. דוד האט באשלאסן אפצורעכטן א ציילונג פון די מענטשען פון זיין פאלק. יואב, זיין מיליטער גענעראל בעהט זיך ביי אים שטארק ער זאל זיך צוריקהאלטען דערפון: וַיֹּאמֶר יוֹאָב אֶל הַמֶּלֶךְ וְיוֹסֵף ה' אֱלֹהֶיךָ אֶל הָעָם כָּהֵם וְכָהֵם מֵאָה פְעָמִים וְעֵינֵי אֲדֹנִי הַמֶּלֶךְ רֹאוֹת, - וואונטש אים יואב אָן - אבער א ציילונג, פארוואס? "וַאדֹנִי הַמֶּלֶךְ לָמָּה חָפֵץ בַּדָּבָר הַזֶּה?" (שמואל ב' כד, ג)

אבער די קעניג'ס ווערטער זענען שטערקער פון יואב'ס, און ער רעכט אפ דעם ציילונג, און ער ציילט אפ די מיליטער-פאסיגע אין ישראל און אין יהודה. ביי דעם פאַזע האט דוד חרטה, און זאגט פאר ה' "וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל ה' חָטָאתִי מְאֹד אֲשֶׁר עָשִׂיתִי וְעַתָּה ה' הַעֲבֶר נָא אֶת עֲו‍ֹן עַבְדְּךָ כִּי נִסְכַּלְתִּי מְאֹד" (שם י). כאטש די תשובה פון דוד, זענען די רעזולטאַטן געווען שרעקלעך. א מאָרד האט געשלאגן ביים פאלק און געלאזט פאלן צענדליגע טויזענטע.

דער ענין זעהט אויס פארהוילן. פארוואס איז מסוכן צו ציילען אידן? די תורה-מפרשים ברענגן ארויף אין זייערע קאָמענטאַרן אויף דעם פסוק אנהייב אונזער פרשה פארשידענע פארשלאגן. רש"י זאגט אז ס'איז דא אין ציילען א "שלעכט אויג". רבינו בחיי דערמאנט אז ווען מענטשען ווערן געציילט, ווערן זיי געציילט איינצעלווייז און נישט אלע צוזאמען. פאר א רגע איז יעדער א יחיד אפגעטיילט פון די פארזאמלונג. די סכנה איז ווען א יחיד זאל גע'משפט ווערן לויט זיין איינע אייגענע מידות און זכותים, וואס זענען מעגליך נישט גענוג אים צו קרעדיטן ביים פראצעס. ספורנו זאגט אז א ציילונג טוט אונז דערמאנען וואס אלץ האט זיך געטוישט, דאס ברענגט אן אויפמערקזאמקייט צו די לעבעדיגע און די טויטע צוגלייך. און דאס איז אויך מסוכן, ווייל עס ברענגט ארויף די שאלה "מיט וועלכע זכות בין איך דא, צווישען די לעבעדיגע (וואס ווערן געציילט), און אנדערע נישט?". כדי אויסצושליסן דאס, פארלאנגט זיך אזויווי אַן "זעהל אויסלייז", א געשאנק פארן בית המקדש און פאר די עבודת ה' דארט.

איך וויל פארשלאגן נאך א פירוש - אפילו נאָר אלץ א דרש, אָן וועלן טענה'נען אז דאס איז דער פשוט'ע לאגיק פונעם פסוק. פארוואס טוהן פעלקער ציילען זייער באפלעקערונג? כדי אפצושאצען זייער מאכט. מיליטערישע מאכט (צאל מענטשען וואס מען קען איינרוקען), עקאנאמישע מאכט (די צאל פון שטייער צאלער), או די דאָמאָגראַפישע מאכט (די סומע געוויקס ארויף אדער אראפ, פון די פאלק). יעדע סארט ציילונג איז געבויעט אויף איין זאך: נומערן האבן מאכט, א כוח. אויב די נומערען זענען גרויס, איז דער פאלק שטארק.
און טאקע דערפאר איז מסוכן צו ציילען אידן. אונז זענען א קליין פאלק. דער פארשטארבענר שרייבער מילטאן הימלפארב שרייבט אז דער צאל פון אידן אויף די וועלט קומט נישט צו די ווערט פון סטאטיסקעל טעות אין די כינע-באפעלקערונג ציילנוג. אונז זענען א פיפטעל פון א פראצענט פון די וועלטס באפעלקערונג, מיט א נארמאלע מאס-מעסטער זענען אונז קלענער פון צו זיין א משמעות אין רעכענונג. דאס איז נישט נאר ריכטיג אין אונזערע טעג. אזוי איז אויך געווען אין די צייטן פון די תורה. אין איינע פון זיינע עפילאג רעדעס אין ספר דברים זאגט משה: "לֹא מֵרֻבְּכֶם מִכָּל הָעַמִּים חָשַׁק ה' בָּכֶם וַיִּבְחַר בָּכֶם כִּי אַתֶּם הַמְעַט מִכָּל הָעַמִּים" (דברים ז, ו) עס איז מסוכן צו ציילן אידן, ווייל אויב אידן וואלטן געגלייבט, אפילו נאר פאר איין רגע, אז "מאכט", כוח, ליגט אין "נומערען", וואלט אונזער פאלק שוין פון לאנג זיך געבראכן פון ייאוש.

וויאזוי קען מען, אויב אזוי, יא אפשאצען די "מאכט" פון אידישן פאלק? אין מיינע אויגן, די ענטפער פון די תורה איז וואונדערליך שיין. בעהט פון די אידן זיי זאלן געבן, און צייל זייערע דאָנאַטיאָנס, זייערע תרומות. פון א נומער פראספעקטיוו זענען אונז קליין, אבער מיט טערמינן פון געבן פאר די ציווילעזאציע און פארן מענטשהייט זענען אונז שטארק.

טראכט נאר פון די גרינדער פון מאדערענע-טראכטער: אין פיזיקס, איינשטיין; אין פילאסאפיע, ויטגנשטיין; אין סוציאלאגיע, דירקהיים; אין אַנטהראָפּאָלאָגיע, לוי-שטראוס; אין פּסיכיאַטריע, פרויד; אין עקאנאמיע, גאנצעטע קייט פון טראכטער דורכברעכערס, פון דיוויד ריקרדו דורך מילטאן פריעדמאן ביז אלען גרינשפאן און דז'אסעף שטיגליץ (און נאך פערציג נאבעל פרייז געווינער פאר עקענאמיע); אין ליטעראַטור, גדולי עולם פון פרוסט צו קפקא און פון עגנון ביז באשוויס-זינגער; אין מוזיקה, קלאסישע קאמפאוזערס ווי מאהלר און שנברג און פאפולערע קאמפאוזערס ווי אירווינג ברלין און דז'ארדז' גרשווין, צוזאמען מיט אסאך גרויסע זינגערס און אנפירערס.

אידן האבן באקומען צוויי און פופציג נאבעל פרייז אין רפואה. זיי האבן צושטייער געגעבן אויסערגעווענדליך אין די פעלד פון געזעץ אין פארשידענע לענדער. (צום ביישפיל, צוויי פון די וואס זענען געשטאנען אין שפיץ פון די געזעץ סיסטעם אין ענגלאנד אין די לעצטע צענדליגע יאר זענען אידן, די לארד'ס פיטר טיילור און הערי וואלף, כאטש אידן זענען א האלב פון א פראצענט פון די ענגלענדישע באפעלקערונג). און אונז האבן נאכנישט דערמאנט דאס אידישע קאנטראביאציע אין פעלד פון אינדוסטריע, פינאנצן, אקאדעמיע, מידיע און פאליטיקע (צוריק צו ענגלאנד, אין די רעגירונג פון דז'אן מייג'ער איז געווען א צייט פון דער אויסערן מיניסטער און דער אינערען מיניסער זענען ביידע געווען אידן: מייקעל הווארד און מלקולם ריפקינד; אין יאר 2010 די אנפירערס פון ביידע "הייזער פון אויסדערוועילטע" זענען געווען אידן, דז'און ברקו און בארונית היימן).

אין די פאראייניגטע שטאַטען אסאך גרויסע געזעצן געבערס זענען אידן: לואיס ברנדייס, בענדז'אמין קרדוזו, פליקס פרנקפוטער און רות באדר-גינסבערג. אין פּסיכאטעראפּיע (א אידישע ערפונדונג) טעראפי און טעארטיק אידן זענען נאך אלץ באוואוסט די מערסטע - אהרן בעק, דער אויפטרעפער פון קאַגניטיוו טהעראַפּי, און מארטין סליגמאן דער פיאניר אין פאזאטיווע פּסיכאָלאָגיע. האליוואד איז אין פאקט א אידישע שאפונג. אין די פעלדער פון קונטס, מוזיק, היילונג און אקעדעמישע לעבן, צו שטייער פון אמעריקאנע אידנטום שטייגט איבער העכער פראפארציע.

און וועגן מדינת ישראל, די לאנד פון אידן - זי פירט דעם גאנצען וועלט אין פעלד פון אַגריקולטורע אין מדבר'ישע צושטאנד, זי שיקט ארויס עקספערטן צו דריטע-וועלט לענדער און צו מערב אוניווערסיטעטן צוגלייך, זי געפינט זיך אינעם ערשטען פלאץ אין די וועלט מיט די צאל פון פאטענטן לויט די באפעלקערונג קאפצאל, און מיט די צאל פון מענטשען מיט דיפלאמעס, אין די לעצטע יארן גיט זי ארויס נאבעל פרייז געווינער אין וויסענשפאט און אין כעמיע ספעציעל.

אבער העכער אלעם שטייט דעם אידישען צושטייער אין ספּיריטואַלען לעבען. זי איז ספעציעל און אסאך, און נישט נאר דאס, נאר זי האט אפילו אוועקגעשטעלט דעם אנטוויקלונג פון דעם גאנצען מערב וועלט ציוויליזאציע. דער קליינער פיצעלע פאלק האט אויף א געוויסע וועג באשאפען א קיין-ענדע-שטראום פון אבות, כוהנים, משוררים, נביאים, חכמים אין הלכה און אין אגדה, פוסקים און קאמענטירער, פילאסאפען און מיסטיקער, גרויסע חכמים און צדיקים, אין א מאס וואס מ'קען כמעט נישט מעסטען. מ'רעדט נישט דא פון איין פאל אז אידן איז געלונגען צו מאכן אן איבערקערעניש, נאר פון א נאכאנאנדע ערשיינונג, יאָרהונדערט נאך יאָרהונדערט, און דאס אלץ נישט איינמאל אין שווערע צושטאנדען וואס קיין שום אנדערע פאלק ווייסט נישט ענדליך צו דעם. איינמאל און נאכאמאל האט זיך די אידישע פאלק אויפגעוועקט פון חורבן און צוריק באנייט מיט א דורכברעך פון שאפונגען. דער חורבן פונעם בית ראשון האט געבוירען דעם בבלישע מהלך פון לערנען תורה. דער חורבן פונעם בית שני האט געשטיפט דאס אנטוויקלונג פון שרייבן תורה שבעל-פה: דער מדרש, משנה און תלמוד. די רייבערי מיט די קראים און נוצרים האט אונז געברענגט די גרויסע פרשנים אויף מקרא. די פראוואקאציע פון ניאו-אפלטון און ניאו-אריסטאטלעס וואס האט אויפגעשטלעט דעם מוסלאמענישער וועלט האט אויפגעוועקט א גאלדענע שורה פון אידישע פעליסאפיע אין שפאניע צווישען יארהונדערעט צוועלעף און פערצען.

אויב ווילט איר אפשאצען די כוח פון אידישען פאלק, בעהט פון די אידן צו געבען, און ציילט זייער נדבות. דאס איז דער גלארייכע געדאנק וואס הייבט אן די פרשה פון די וואך.
געזאגט האב איך אז דאס איז א דרש - אבער ס'איז מער פון א נאר א השערה. כאטש אויף איין פלאץ זעהט אויס פון תנ"ך אז דאס איז דער הסבר. אין ספר שופטים, פרקים ו-ז, די מדינים האבן וויי געטוהן פאר אידן און נאכאנאנד באגנב'ט זייערע פעלדער. ה' האט באפוילען גדעון בן יואש צו מלחמה האלטן מיט זיי. גדעון האט איינגעזאמעלט א גרויסע מיליטער, צוויי און דרייסיג טויזענט מענטשען. ה' האט צוריקגעזאגט מיט א ווארט וואס איז ווארשיינדליך די מערסטע מאנדע אין געשיכטע פון וועלטליכע מיליטעריע: "רַב הָעָם אֲשֶׁר אִתָּךְ מִתִּתִּי אֶת מִדְיָן בְּיָדָם" (שופטים ז, ב). און געזאגט פאר גדעון צו לאזן וויסן אז אלע דערשראקענע זאלן אהיימגיין. צוויי און צוואנציג טויזענט מענטשען האבן אזוי געטוהן. נאר צען טויזענט זענען געבליבן. אבער אויך יעצט זאגט ה' אז "עוֹד הָעָם רָב".

ער האט באפוילען גדעון צו פירען די מלחמה לייט אראפ צו די וואסער און זעהן וויאזוי זיי גייען טרינקען דערפון. ניין טויזענט און זיבן הונדערעט מלחמה לייט האבן זיך געביקט אויף זייער קניען און געטרינקען די וואסער דירעקט פונעם טייך. נאר דריי הונדערעט האבן געשעפט וואסער מיט די הענט און אזוי געברענגט די וואסער צום מויל. ה' זאגט פאר גדעון צו באפרייען א גרעסערע-רוב פון די מלחמה לייט, און איבערלאזען נאר דריי הונדערעט מלחמה לייט: גאר א קליינע צאל אויסצופירען א מיליטערישע אפערציע, און אוודאי א מלחמה קעגען א שטארקע מיליטער. דאן זאגט ה' פאר גדעון "בִּשְׁלֹשׁ מֵאוֹת הָאִישׁ הַמֲלַקְקִים אוֹשִׁיעַ אֶתְכֶם וְנָתַתִּי אֶת מִדְיָן בְּיָדֶךָ". אין א פלוצימדיגע נאכט איבערפאל, באנוצענדיג זיך מיט קולות וואס האט זיך געהערט ווי א גרויסע מיליטער איז אונטערוועגענסט האט דער קליינער גרופע פון גדעון באזיגט דעם קריג.

עס דערקענט זיך אז פאר אונז איז א מער פון סתם א מלחמה מעשה. דער תנ"ך איז א רעלעגיעזע טעקסט, נישט קיין מיליטערישע. וואס ה' זאגט צו גדעון - וואס ה' זאגט פאר אונזערע עלטערן און פאר אונז די לעצטע פיר טויזענט יאר - איז, אז כדי צו באזיגען אין א אידישע מלחמה, אין א ספּיריטואַלען קריג, צו באזיגען א געווינס פארן הארץ, זעהל און נשמה, דארף מען נישט קיין גרויסע נומערן. מ'דארף איבערגעגעבנקייט, לערנערן, דאווענען, א בליק אויף פאראויס, א שטארקייט, אידיאלאגיע און האפענונג. מ'דארף מענטשען וואס זייער נאטור איז נייטיג צו געבן צושטייער. הייס זיי געבן און צייל די געגעבאכטס. דאס איז דער מערסטע פונקטליכע וועג וואס איז אלץ געשריבן געווארן צו מעסטען דעם כוח פונעם פאלק.[/justify]
Under influence
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

יישר כח הרב קאווע פאר'ן נעמען די מיה איבערצושרייבן דעם הערליכן דערהער פון הרב זאקס.

איך האב געטראכט אפשר לפי"ז משלב צו זיין די חז"ל, איך געדענק נישט פונקט די לשון אבער תמצית הדברים; "דער באשעפער האט מקדים געווען שקלי ישראל פאר די שקלים פון המן".
לכאורה איז אומפארשטענדליך, מה ענין שמיטה אצל הר סיני? געלט איז מכפר אויף געלט? (יא! וואס פארשטייסטו נישט? שוין, בדרך קשיא זאגט זיך עס בעסער...)
יתכן לומר, המן האט מקטרג געווען אויף די אידן פאר אחשורוש; "ישנו עם-אחד מפוזר ומפורד בין העמים, בכל מדינות מלכותך ודתיהם שונות מכל-עם, ואת-דתי המלך אינם עושים וכו'". טייטשט המנ'ס קיטריג איז געווען אז די אידעלעך פירן זיך אן אייגענעם ווירטשאפט, היטן נישט קיין געזעצען, גיבן גארנישט צו צום וועלט, ממש אשאד זיי צו לאזן לעבן!
זאגט דער רבוש"ע; "כאפ אבליק אויף די מחצית השקל" מיינע אידן זענען נאך די גרעסטע צוגעבערס אויפן כדור העולם טראץ זייער קליינקייט און צושפרייטקייט!

(ד"א, ביי אונז האט מען געוויסט צו זאגן אז אין די ענין פון מחצית השקל איז מרומז גאנץ פרשת 'טהרת הקודש געלט', ואכמ"ל)
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

משה געציל! הערליך. ס'וואקסט אונטער א קליינע רב זאקס.
Under influence
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

WOW הערליך!
סאקס ראקט
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אין א צווייטע שמועס (פאר נישט אידן) האב איך אמאל געהערט רב זאקס זאגן - בנוגע וואס אידן האבן אלץ תורם געווען פאר די פאבליק, זאגט ער:

אפילו אין אפיקורס'עס און אין כפירה זענען אידן די בעסטע... נעם למשל 3 פון די 4 גרעסטע כופרים אין מאדערן-וועלט: שפינוזא, מארקס און פרויד
דער איינציקסטער וואס איז נישט געווען א איד איז דארווין, פארוואס דארווין - מיט אזא לאנגע בארד, איז נישט געווען אידיש, ווייס איך נישט
must have been a random genetic mutation
Under influence
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

איך האב געטראכט מען קען זאגן בדרך אפשר.

למה מחצית השקל? ידוע לרמז על אחדות כלל ישראל.

אם כן. למה מחצית? שכולם יתנו עשירית. אז יהי יותר אחדות.

אלא נראה שמרמז על איש ואשתו. פלג גופא. איש ואשה זכו שכינה שרויה ביניהם. ושכנתי בתוכם.

וזה הראה למשה מטבע של אש. כי משה לא הבין כי פרש מאשתו. מטבע של אש אהבה.

ולכן מתאים שהפרשה נופל בחג של אהבה.

ולרמז שבתרומת המשכן היו שוים. טוו את העיזים. מראות הצובאות.

והבן כי קרצתי.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

קאווע טרינקער האט געשריבן:אין א צווייטע שמועס (פאר נישט אידן) האב איך אמאל געהערט רב זאקס זאגן - בנוגע וואס אידן האבן אלץ תורם געווען פאר די פאבליק, זאגט ער:

אפילו אין אפיקורס'עס און אין כפירה זענען אידן די בעסטע... נעם למשל 3 פון די 4 גרעסטע כופרים אין מאדערן-וועלט: שפינוזא, מארקס און פרויד
דער איינציקסטער וואס איז נישט געווען א איד איז דארווין, פארוואס דארווין - מיט אזא לאנגע בארד, איז נישט געווען אידיש, ווייס איך נישט
must have been a random genetic mutation

נא, פיר אויס, לך לך מארצך וגו'... :D

אפשר קען מען טאקע אריינקוועטשן דארווין אין ואעשך לגוי גדול - אהן סעלעקשאן, חוץ מהדרש אז ער איז געווען א גרויסער גוי...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

איך זע דער עולם קאכט זיך אין זאקסיזם.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מיר ווארטן אלע אז דער עברי אדער דער עבריה [לשעבר] זאלן עפנען דעם גע'נדר'טן אשכול.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ונבנתה העיר האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין א צווייטע שמועס (פאר נישט אידן) האב איך אמאל געהערט רב זאקס זאגן - בנוגע וואס אידן האבן אלץ תורם געווען פאר די פאבליק, זאגט ער:

אפילו אין אפיקורס'עס און אין כפירה זענען אידן די בעסטע... נעם למשל 3 פון די 4 גרעסטע כופרים אין מאדערן-וועלט: שפינוזא, מארקס און פרויד
דער איינציקסטער וואס איז נישט געווען א איד איז דארווין, פארוואס דארווין - מיט אזא לאנגע בארד, איז נישט געווען אידיש, ווייס איך נישט
must have been a random genetic mutation

נא, פיר אויס, לך לך מארצך וגו'... :D

אפשר קען מען טאקע אריינקוועטשן דארווין אין ואעשך לגוי גדול - אהן סעלעקשאן, חוץ מהדרש אז ער איז געווען א גרויסער גוי...

ונבנתה העיר האט געשריבן:judaism produced three great אפיקורסים: שפינאזא, מארקס און פרויד, שפינאזא איז געווען פון די ערשטע דיטערמעניסטן, א מענטש האט נישט בחירה חפשית, יעדע פעולה איז א תוצאה פון די סביבה, קאנדישענס וכו', מארקס האט ארויסגעהויבן די סטאטוס פון עובדי אדמה און די מלחמה פון די קלאסן, און דאס סוב-קאנטשעס נייגונג צו איינע פון די עלטערן איז פרויד'ס א חידוש.

זאגט דער אייבערשטער: לך לך מארצך - מארקס, וממולדתך - שפינאזא, ומבית אביך - פרויד...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

דארווין - לויט געוויסע - איז נישט קיין סתירה צו א בורא כל עולמים.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

גנדי האט געשריבן:כי קרצתי.

נאל א מזל...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מאטי האט געשריבן:דארווין - לויט געוויסע - איז נישט קיין סתירה צו א בורא כל עולמים.

געפילטע פיש האט געשריבן:דארווין אליין האט נישט געהאלטען אז זיין טעאריע איז א סתירה צו רעליגיע, ווי מ'זעט אין א בריוו וואס ער שרייבט צו אן ענגלישן גלח:
http://www.darwinproject.ac.uk/entry-12041 האט געשריבן:It seems to me absurd to doubt that a man may be an ardent Theist & an evolutionist.

דארווין איז נישט געווען קיין רשכבה"ג און געוויסע פרטים פון זיין טעאריע האבן זיך ארויסגעוויזן צו זיין נאר דאס, טעאריע, אבער אזויווי איינשטיינס רעלאטיוויטי, זענען רוב יסודות איבערגעוויזן געווארן אין טויזענטער עספערימענטס.
גייען זייערע טעאריעס ווערן אפגעפרעגט איין שיינעם טאג? מעגליך, אבער קיין סתירה מיטן תורה איז עס זעכער נישט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

"זיכער נישט" איז א סטרעטש. ווייל רוב ארטאדאקסישע רבנים האלטן אז לויט די תורה איז די גיל העולם ווייניגער ווי 6000 יאר ומנה לא תזוע.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
אשכולות אויפוועקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך אשכולות אויפוועקער »

אויפגעוועקט
פרשת במדבר מ'ציילט די אידן
פארשפארט