פישל'ע העררינג האט געשריבן:מאך דיך נישט אזוי פעסט און תמימות'דיג בהעלם אחת.
א מאן מעג זאגן פאר זיין ווייב אז ער וויל נישט - יא, ער וויל נישט - אז זי זאל אהינגיין. ער קען איר זאגן אז ער איז אפענדעד פון איר גיין הערן דרשות וואס זענען געצילט זיך צו מישן אין זיין סדר החיים.
און יא, פרויען ווערן איבערגענומען פון דרשות און עס קען איהם שטערן אין שטוב. "גרעסערע פראבלעמען"? מציאות הקר.
איך פראביר נישט צו זיין פעסט אדער תמימות'דיג, באמת נישט, נאר ווען איך הער יונגעלייט רעדן אזוי, לאז דאס יא, לאז דאס נישט, איך לאז איר נישט דעס... גריצעלט מיר עס אין די אויערן. אבער אויב דו האסט געמיינט אז ער זאל איר זאגן ס'איז עם נישט ניחא זי זאל גיין, און אז ס'וועט עם, און בפועל איר, באדערן אז זיי גייט, מיט דעם ביזטו גערעכט. פון דיינע ווערטער "דער וואס לאזט זיין ווייב גיין" האב איך פארשטאנען אנדערש, ואתכם הסליחה.
אבער לענין שמיעת דרשות און ווערן אינגאנצן איבערגענומען, מיט גרעסערע פראבלעמען מיין איך אז רוב פרויען ווערן נישט אזוי איבערגענומען, מ'הערט שיינע דרשות, מנעמט זיך אונטער לשון הרע-פרייע שעות, אבער איך זע נישט אז די סקוירטס איך בארא פארק זאלן האבן לענגער געווארן אדער שייטלעך קורצער, די פרויען וואס וועלן אהיימקומען און דרינגען פונעם מאן אוועקצווארפן די אינטערנעט האט לעולם אלעמאל אזוי געהאלטן, נאר האט נישט געהאט די גאטס מקיים פסק צו זיין, און פון דעם דרשה האט זי באקומען די ברענשטאף, די קאנפידענץ, אראפצולייגן די פיס. און דאס מיינט גרעסערע פראבלעמען, ווייל דאס מיינט אז די דיאלאג איז נישט בנמצא, די גאנצע אינטערנעט איז אזוי כלאחר יד, נישטא קיין הסכמה וויאזוי צו פירן דאס שטוב, און מאן און ווייב זענען נישט אפען צווישן זיך. כ'האב חלילה נישט געמיינט אוועקצומאכן דעם יונגעמאנ'ס פראבלעם, נאר צו זאגן אז "דאס" איז נישט זיין פראבלעם, ער האט סאך גרעסערע פיש צו כאפן.