כינוסי כלל ישראל, ווי שוואמען נאך א רעגן!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

כינוסי כלל ישראל, ווי שוואמען נאך א רעגן!

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]זייט די success וואס די מארגנים פון איחוד הקהילות פאר צוויי יאהר האבן געהאט, ווערט כסדר כינוסים ווי שוואמען נאך א רעגן. קודם פאריאהר האט מען געמאכט א מיני ריפלעי אין יעדער שטאט באזונדער. דערנאך איז געווארן א פלייץ מיט צניעות אסיפות, פאר נשים אין מאנסי, פאר מענער אין ב"פ מיט סקווירא. און יעצט איז געוועהן אסיפת מחנכים. עס קומט נעקסטע וואך א צניעות אסיפה פאר מענער אין מאנסי, מיט א טעכנעלאגיע אסיפה פאר נשים אין ב"פ. דאס איז בנוסף צו אלע מערכות נגד חטיטת שכבה וגזירת גיוס בני ישיבות וואס איז פארגעקומען אין די לעצטע צוויי-דריי יאהר. ועוד ידם של עסקנים נטויה.

קודם אביסל טראכטן דארף מען, וואס עפעס זעהט מען לעצטנס א פלייץ פון אסיפות, מה שלא ראינו בשנים קדמוניות?

לדעתי קומט די שולד/דאנק אביסל פאר 'קול מבשר'!! כנראה אז זיין תעמולה וואס זיין אפאראט פירט אהן (כנראה בחינם, אלץ לא יחרץ געלט פאר די מקנאי קנאת השם) ברענגט א געוואלדיגע הצלחה פאטר די עסקנים (מעהר ווי די גרויסע לייליכער מיט באשפריצטע גאסן וואס פלעגט זיין) צו ברענגן די עולם צו די אסיפות וכינוסים. ממילא יעדער שמוגער וואס רעדט זיך איין אז ער הט עפעס אויף צוטוהן, מאכט ער ריזיגע כינוס, וזהו.

וואס באדערט מיר פון דעם אלעם:
1 איך זעה אז דאס אלעס איז געבויט מיט אגענדעס פון מענטשן וואס ניצן טעמעס כדי צו בויען זייער נאמען אין כח. איך זעה ווי די גבאים פון סקולענער ווילן בויען זייער רביס נאמען, איך זעה ווי א פרומע האראוויץ וויל ווערן די איש על הציבור און מאכט צניעות אסיפות, וכן הדין עם רעבעצין קלוגהאפט. איך זעה ווי רבנים רייטן אויף טעכנעלאגיע כדי צו באקומען קאנטראל אויף זייערע אונטערטענגטע אינגעלייט. איך זעה נישט די לשם שמים אין די זאך.

2 די אלע פראבלעמען וואס ווערן געהאנדעלט ביי די אסיפות האבן נישט אזא שטארקע טרעק רעקארד אז דאס איז 'די' גורם פון די פראבלעמען פון כלל ישראל. לעומת זה איז דא פראבלעמען וואס ווערט בכלל נישט בארירט. ווי למשל: די נושא פון קינדער וואס האלטן נישט מיט די לימודים, די נושא פון Bullying, די נושא פון מאלעסטעישאן, די נושא וויאזוי אונז זאלן לערנען מיט אונזערע קינדער בנוגע עניני מין (קדושה), וואס מיר קענען טוהן בנוגע די קאריקיולעם ביי אינגלעך, וואס איז זייער טריקען, די נושא אז עס איז דא אסאך היימישע אינגעלייט וואס מען נעמט זיי נישט אהן אין די מוסדות צוליב נישטיגע סיבות' ועוד. די אלע נושאים זענען נושאים וואס האבן א טרעק רעקארד אז זיי זענען גורמים אז די אינגווארג פאלט אוועק.

בעיסיקלי די וויכטיגע פאנדאמענטאלע נושאים ווערן כמעט נישט גערירט, די נושאים וואס זענען געמאכט צו קאנטראלירן די עולם דאס ווערט יא אהנגערירט, און מיט א טראסק, אז זיי ווילן ווייזן כאילו אויב דאס ווערט מסודר האט מען באגראבן די יצר הרע.
לא מיניה ולא מקצתיה!

זו רק דעתי, מה דעתכם?[/justify]
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

ראש הישיבה האט געשריבן:[justify]זייט די success וואס די מארגנים פון איחוד הקהילות פאר צוויי יאהר האבן געהאט, ווערט כסדר כינוסים ווי שוואמען נאך א רעגן. קודם פאריאהר האט מען געמאכט א מיני ריפלעי אין יעדער שטאט באזונדער. דערנאך איז געווארן א פלייץ מיט צניעות אסיפות, פאר נשים אין מאנסי, פאר מענער אין ב"פ מיט סקווירא. און יעצט איז געוועהן אסיפת מחנכים. עס קומט נעקסטע וואך א צניעות אסיפה פאר מענער אין מאנסי, מיט א טעכנעלאגיע אסיפה פאר נשים אין ב"פ. דאס איז בנוסף צו אלע מערכות נגד חטיטת שכבה וגזירת גיוס בני ישיבות וואס איז פארגעקומען אין די לעצטע צוויי-דריי יאהר. ועוד ידם של עסקנים נטויה.

לדעתי קומט די שולד/דאנק אביסל פאר 'קול מבשר'!! כנראה אז זיין תעמולה וואס זיין אפאראט פירט אהן (כנראה בחינם, אלץ לא יחרץ געלט פאר די מקנאי קנאת השם) ברענגט א געוואלדיגע הצלחה פאטר די עסקנים (מעהר ווי די גרויסע לייליכער מיט באשפריצטע גאסן וואס פלעגט זיין)
זו רק דעתי, מה דעתכם?[/justify]

הא הא מאכסט מיר לאכען
לערען דיר אויס "קיינער קיינער קיינער" טיט נישט קיין טובות בחינם נאכאמאל "קיינער"
קול מבשר ווערט גערהעריג באצאלט איך ווייס עס פאר א פאקט
און גערעכט איז ער, כ'מיין פארוואס מיז ער ארבעטען ווייל דער סקולענער רבי'ס קינדער ווילען פאבליסעטי? צי ווייל די שטיב מענשען פון די צוויי זקני רשעי ישיבות ווילען power?
אלעס איז מיט די מטרה צי געלט, ברענגען געלט, און עס ווערט באצאלט מיט גאר גרויס געלט
לערען דיר אויס נאך א כלל, וואס מער הייליג די אידישע מידיע לייגט אראפ א כינוס אלץ מער האט מען געצאלט פאר דאס באהייליגען אליינס
אזוי ווי אלע פיקשער מאגאזינען
וועקט אייך אויף, אמאל האט מען געקענט פארקויפען לאקשען פאר די גאס, היינט איז אלעס אפען
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

ער מעלדט עס אין די נייעס נישט אין די עדווערטייסמענטס. ער מאכט אינטערוויוס מיט די עסקנים. עס זעהט מיר אויס אז עס איז נישט קיין באצאלטע עדס. קען זיין אז איך בין זיך טועה.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

די מטרות פון די כינוסים

שליחה דורך טיטאניק »

איך האב נישט יעצט קיין נערווען צי גיין געבען א פינקליכע חשבון פארוואס יעדע כינוס און מחאה איז געמאכט געווארען
וואס זענען געווען די מאטיווען און ווער איז געשטאנען דערינטער
אבער אביסעל געב איך דיר חומר למחשבה

כלל א' נקוט בידך, אובי מיינט מען לשם שמים ממש וואלט עס קיינמאל נישט פאסירט! קיינער וואלט עס נישט געמאכט!
האסט אמאל געהערט אז מען זאל מאכען א כינוס איבער די פראבלעם אז בחורים האבען נישט קיין ישיבות? צי ווייל זייער טאטע איז נישט געניג רייך אדער ווייל ער איז געפלויגן מחמת איזה סיבה שהוא?
האסט אמאל געהערט אז מען זאל מאכען א אסיפה איבער די דירות קריזיס אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק וכו' אין אלע היימשיע געגענטער?
האסט אמאל געהערט אז מען זאל מאכען א מחאה קעגען די אלע חילול ה' פון די שומרים ווילדע מרידה באומות סקאנדאלען?
האסט געהערט אמאל אז מען זאל מאכען א כינוס צי מרבה זיין אחדות ביי אידען און רבי'ס זאלען זיך נישט אזוי פיל רייסען ביי די נעזער און וויייניגער גיין צי ערכאות?

איר קענט מוסיף זיין הונדערטע פראבלעמען וואס מיזען ווערען קער גענימען גאר שנעל אבער קיינער רעדט ניטאמאל דערפין
פארוואס נישט? ווייל פארוואס יא? ווער קעירט בכלל איבער אידישקייט? וועמען גייט עס אן?
רייכע חתונות, תקנות, יא דארט וועלען די רבנים שוין יא מער טין ווייל למעשה קימט מען וויינען צי זיי אז מען דארף געלט צי חתונה מאכען, און בדלית ברירה מיזען זיי עפעס טין צי לינדערען זייער קאפ וויי
אבער סתם אזוי? ווען איז געווען לעצט א ריכטיגער אחדות'דיגע אסיפה\כינוס\מחאה?
אלע אלע כינוסים האט איין מטרה, צי בויען דער רב\רבי\ראש ישיבה וואס שטייט בראש די מצב, זיינע קינדער ווילען זיך איינקויפען כבוד און power און געלט
דארט הייבט זיך עס אן און דארט ענדיגט זיך עס
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

ראש הישיבה האט געשריבן:ער מעלדט עס אין די נייעס נישט אין די עדווערטייסמענטס. ער מאכט אינטערוויוס מיט די עסקנים. עס זעהט מיר אויס אז עס איז נישט קיין באצאלטע עדס. קען זיין אז איך בין זיך טועה.

זיסקייט
אלעס אלעס איז באצאלט, יעדע כינטערוויא איז א באצאלטע זאך
גיי פראביר פרעג עם וועסטי זען
ער מאכט גארנישט אימזיסט
וואס עס ברענגט עם נישט קיין געלט טיט ער נישט, און גערעכט איז ער, נאר מונקאטשער רבי מעג טראכטען פון געלט א גאנצען טאג? זיין נשמה איז א ראזינקע? קול מבשר איז א גמ"ח? ספאנסערט ביי די שטאט? וואס? עס איז א ביזנעס!
און גערעכט איז ער
גלייבסט מיר נישט?
פראביר אויפציקימען מיט א עכטע אויפטי אין אידישקייט, באמת א גיטע זאך, און גיי פראביר עס צי בויען "אן קיין געלט" "אן באצאלען"
די וועסט אין "ערעגעץ" נישט אנקימען! קיינער וועט נישט קיקען דיין זייט
נאר אויב די וועסט קימען מיט קעש, פלענער ווי אזוי עס וועט ברענגען פאר די רבנים כבוד און כח דעמאלס וועט מען דיר שטיפען אין א זייט און זיי וועלען עס אליינס טין
שעפסעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2012 11:37 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך שעפסעלע »

די פלייץ פון כינוסים איז טאקע גענצליך ארויס פון קאנטראל, אין ווי עס קוקט אויס, ווערט עס אזא חודשליכע זאך, אז עס קומט פאר א היסטארישע כינוס.
וועגן קול מבשר'ס באקומען באצאלט ווייסעך אז ביי די גרויסע אסיפה פאר צניעות פארלאפענע ווינטער ווי ער האט ארומגערידערט, האט ער נישט גענומען קיין פעני, דאס האבעך געהערט פון א אינטער-שמש פונעם פירער ר' קלמן האלבערשטאם
שילדיג אין די פילע כינוסים קען מען אנקוקן אדער אז עס איז דא אסאך שטורעמישע פראבלעמען, אדער אז עסקנים זוכן צו ווינטעווען אין א פארזוך איינעם גרויס צו מאכן, אדער צו שנארן געלט, אין עס זאל איבערבלייבן עפעס אין טאש
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

מיינסט עס ערנסט? געהערט פון א "אינטער שמש" פון "ר' קלמן ה"ש" אליינס?
wow
אז ר' קלמן איז א דובר אמת האב איך געגלייבט, פשוט א צאנזער אייניקעל
דאס אז זיין שמש איז א דובר אמת איז אויך פשוט, ער ווערט דאך נשפע פון זיין בעל בית
אבער די השפעה גייט אזוי ווייט ביז דער "אינטער שמש" אויך??? דאס איז שוין א כח
ער איז טאקע ראוי צי פירען די כינוסים, טאקע דער רשכבה"ג א איד וואס האט אזא קאנטראל אויף זיינע תחתונים (אינטער) איז טאקע א גדול

די נקודה העיקרית איז אז "ער האט אליינס געזאגט"
איך ווייס פאר א פאקט פון זלמן ווידער פינקט די היפך
אן קיין מקור
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

[justify][tag]טיטאניק[/tag] די דור איז טאקע פאר'יתומ'ט אלעס איז געלט געלט אבער איין טיטאניק איז נאך פארבליבען וואס איז מוחה און שרייט בלתי לד' לבדו אהנע געלט חשבונות (געהערט פינעם אינטער שמש), נו אפשר איז שוין צייט פאר דיר צו פארופען א כינוס פון אלע אידען אדער לפחות דא אין שטיבל, און זעהן קעיר צונעמען פון די עכטע פראבלעימען פינעם דור.
צו וואס סתם זיך עסן דאס געזינט און שפייען בלוט נאך יענעמ'ס כינוסים יעדן שני וחמישי? נעם די לייצעס אין די האנט.

#אסאך.הצלחה.[/justify]
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ראש הישיבה האט געשריבן:ער מעלדט עס אין די נייעס נישט אין די עדווערטייסמענטס. ער מאכט אינטערוויוס מיט די עסקנים. עס זעהט מיר אויס אז עס איז נישט קיין באצאלטע עדס. קען זיין אז איך בין זיך טועה.

ניין. דו ביסט דיך נישט טועה. דו ביסט נאאיוו. ביטע זיי נישט אזא תמים. טיטאניק איז גערעכט. אלעס איז כסף אדער שוה כסף. די עוולה איז נאר אז קול מבשר טוט באקליידן די "אינפא-מערשילס" וואס זיי מאכן פאר די הייליגע צדיקים שליט"א אלס נייטראלע נייעס באריכטן און אינטערוויוס. אנשטאט ארויסזאגן בפירוש אז דאס איז א באצאלטע אדווערטייזמענט. בענין די חשוב'ע רעבעצין קלוגהויפט שתליט"א. כבוד קדושתה און אירע ברידערס האבן מחליט געוועין אז ס'איז שוין געקומען די צייט ארויפצוברענגען זייער טאטן שליט"א לאוי"ש אויף די פאליטישע מאפע. איי, דעם סקולענער רבינ'ס צידקות האט זיך שטענדיג ארויסגעוויזן דורך זיין עניוות. פון שטיין אין די זייט און זיך קיינמאל נישט מישן אדער קאכן אין פאליטיק. נאר זיין אן עובד ה' בהצנע לכת. אבער דאס איז שוין נישט גענוג גוט פאר זיי. זיי זוכן פירסום. בכל אופן וצורה שהיא. נוצן זיי די זעלבע אינטערנעט און מאסס מידיא אקעיגן וועלכע זיי האקן אזוי שטארק, צו פארשפרייטן די נייעס פון כל'ערליי כינוסים ואסיפות צו וועלכע זיי שטופן דעם אלטן טאטן, אז ער זאל זיך באטייליגן אדער מכלומר'שט אנפיהרן. אבער אדרעסירן די עכטע פראבלעימען, סיי בגשמיות וברוחניות וועלכע פלאגן כלל ישראל אין די איצטיגע צייטן. ביי דעים האלט עס נאכנישט... :? 8-) :roll: :x :P :oops: ;) :( :cry: :o
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

[tag]ראש הישיבה[/tag] האט רעכט הינדערט פראצענט, שמעתי מכבודו ועצמו פינעם רעדנער אויף מבשר, נישט פינעם שמש און נישט פינעם אינטער שמש, אז די אלע דעקונגען פאר פרומע צוזאמקומען איז צוכאפען דער סארט ציבור, קען זיין ס'פערזענליך זיין געלט חשבון צו געווינען דעי קרייזען, אבער ער טוט עס פרייוויליג אהן באקומען א ניקעל פאר די מצבים אויף די נייעס.
#קאנפירמד.נישט.ק/פ
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

וויאזוי זאגט קטלא: ״מיט די אלע אסיפות יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, איז פארשטענדליך פארוואס ״אסף אסיפם״ איז די הפטורה פון תשעה באב.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

מיר זענען ממש געווארן אבסעסט מיט כינוסים און די סיבה פון די ארגאניזירער ווייס איך נישט און אינטערסירט מיך נישט, מן הסתם א געמיש פון די וואס מיינען ערנסט, בטלה מביא לידי שעמום'ניקעס און מאכט הינגעריגע. די שאלה איז נאר אויף עולם גולם. יעדער כינוס איז דערווייל געווען א סוקסעס העכער אלע ערווארטונגען אויף אן אמת, און עס וואונדערט מיר אויפן ציבור וואס איז פשט דערפון, מדארף נאר ארויסלייגן א פלאקאט און דער עולם לויפט אויף אלע פיר.
לבי אומר לי אז די סיבה איז גאנץ א פשוטע, ווייל אונזער לעבנסשטייגער איז לאנגווייליג און בלאס, עס האט נישט קיין פארוויילונג, קיין אוטינגס, און אז מהאט נישט קיין געלט צו פארן אויף ראדאשיץ, ווילעדניק, קערעסטיר, ליזענסק און מירון, כאפט מען זיך צו צו א כינוס וואו פאר א מינימאלע אפצאל אנטלויפט מען פון די אייגענע ד' אמות, מהערט שיינע ספירטואלע רעדעס פון געלונגענע מגידים, אין א שיינע סטאדיום מיט גרויסע סקרינען, און פאר א נויט קריגט מען נאך א שטיקל מזונות מיט א מנחה מעריב זאגערל.
איך בין אויך ביי דער מיינונג ווי דעם פותח האשכול אז די פענאמען פון קול מבשר שפילט א באדייטנדע אויב נישט הויפט ראלע אין די אלע צוזאמעגענעמאכצער און כינוסים למיניהם. עס איז ביי מיר ברור אז דער בעל המבשר קריגט נישט באצאלט, און קיינער נעמט נישט די מי אריינצושיקן א טשעק אלס הכרת הטוב, ער דעקט עס ווייל עס איז נייעס אזוי ווי אנדערע נייעס און עס איז סענזאציע פון וואס ער קען נאר געניסן.
לבי אומר לי אז די אלע כינוסים זענען קליפה קודם לפרי און צוביסלעך הייבט מען זיך אן צוזאמצונעמען אלס א ציוויליזאציע, מיט דער צייט וועלן די קלייניליכקייטן און טיפשותן אוועקפאלן, עס וועט יעדער אנערקענען אז אונטערנעט און צניעות איז נישט אונזער העכסטער פריאריטעט און אפילו ווען יא איז נישטא קיין סאך צו טון דערצו ועולם כמנהגו נוהג. בהמשך הזמן וועט מען זיך אנהויבן קאנצעטרירן אויף גרעסערע און ערנסטערע פראבלעמען וואס פאדערן א באלדיגע לעזונג און קענען ווען פארמיטן ווערן, ווי נארמאלע געזונטע עדיוקאציע פאר יעדן קינד, רוחניותדיגע ווי גשמיותדיגע אויף וואס ער זאל קענען פארדינען א לעבן שפעטער.
עס איז שוין די העכסטע צייט אז מיר, דער עם הספר, דער עם נבחר, דער עם החינוך, זאל אדאפטירן א "נא טשיילד לעפט ביהיינד" פאליסי, וחכמה בגוים תאמין, מי יתן והיה.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

מ'דארף פאררופען א כינוס ווי מ'וועט צאמנעמען אלע כינוסים תחת קורת גג אחד. מ'וועט אדרעסירן אינטערנעט, גיוס, חיטוטי שכבי, צניעות, חתונה תקנות, וכו'.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

איך האב צוויי לימודי זכות אויף קול מבשר, פארוואס זיי טוהן דאס מפרסם זיין מיט אזא טראסק.
1 ווייל ער דארף ווי מעהר אידישע נייעס. סוף כל סוף איז ער א אידישע נייעס אגענטור.
2 ווייל דאס איז לא יחרץ געלט. דהיינו די רבנים קענען נישט אזוי שטארק ארויס קומען לאיסור קעגן אים, ווייל זיי נוצן קול מבשר צו מפרסם זיין זייערע מסיבות.

ובכן אומר לרבי זלמן, על דאטפת יטיפוך, אויב דו וועסט ווייטער אנטייל נעמן און הלפן די אלע וואס זענען פוסח על ראשי עם קודש, וועלן זיי דיר אויך איין טאג נעמען צו דיינע ביינער. זיי וועלן מאכן א כינוס כלל ישראל, צו מעורר זיין די עולם מעהר נישט צו הערן קול מבשר.
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

שליחה דורך מבקר »

אבער ניין, זלמן דארף נישט מורא האבן, וויל קיינער וועט ממילא נישט קומען צו די כינוס, ווייל קול מבשר וועט עס נישט מעלדן :)
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

אז ס'איז נישט דא קיין רעגן איז נישט דא קיין שוואמען, די גאנצע אשכול איז מיר נישט נגוע.
פארשפארט