מילמארט וויינשטאקס זענען געווען גרויסע חסידים פונם רביצן, האבן זיי אויסגעהאלטען די שטוב מענטש.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
ר' עזריאל איז געווען שטערבלעך קראנק אלץ קינד, ווען ס'געווען לאחר יאוש האט זיך זיין טאטע ארויסגעריקט פון דער היים און געפארן איינרייעסן ביים רבין ז''ל לרופ''ש. אין די נישט געזינטע יארן פלעגט די רבי ז''ל כסדר איבערבעטן ר' עזריאל פארן מטריח זיין, איינמאל ווען ער האט אים איבערגעבעטן האט ר' עזריאל געזאגט, איך בין דאך אן אויסגעבעטענע פונם רבין, און זייט דאמאלטס האט ער אים נישט איבערגעבעטן.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
ממי_שאמרו האט געשריבן:שעפטל, שרייבסט אז מיל מארט האט אים ווייטער געצאלט שוין נאכדעם וואס ער האט גע׳ארבעט נאר ביים רבין אין שטוב. האסט א הסבר דערויף ביטע?
מילמארט וויינשטאקס זענען געווען גרויסע חסידים פונם רביצן, האבן זיי אויסגעהאלטען די שטוב מענטש.
וואו קומט די רביצין דא אריין אין בילד? ר' עזריאל ז"ל איז בכלל נישט געווען א "רביצין מענטש" וואו די אנדערע לעקערס/קאווע טרינקערס וואס האבן זיך געדרייט ביי די רביצין, ער איז געווען אן עבד נאמן לרבו און געטריי באדינט - און אלעמאל פרובירט צו פארגרינגערן - דעם רבי'ן ז"ל, פארדעם האבן זיי אים ווייטער געגעבן געהאלט, ווייל ער איז געווען דער שליח נאמן פון חסידי סאטמאר
טועני לו בחיטין , כ'רעדט פון וויינשטאק'ס נישט פון ר' עזריאל, הגם ער איז געווען ביזי ביים לווי' פונם אבידה פונם גדול הדור מיטן רביצין אהער רעבצין אהין. ואכמ''ל
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
א טעות אין די צייטונג, ר' שמואל גראס איז נישט געווען קיין איידעם ביי ר' ישעי'לע קערעסטירער, ר' ישעי'לע האט נאר געהאט איין בן יחיד ר' אברמ'לע ז"ל, ר' שמואל גראס איז געווען א איידעם ביים דעם זוהן ר' אברמ'לע ז"ל,
וועל מיר אביסל ממשיך זיין אונזער הערכה פון ר' עזריא' ע"ה
ווי [tag][/tag]שעפטל האט שוין געשריבן איז ר' עזריא' געבוירן געווארן בשנת תרפ"ו צו זיין טאטן הגה"ח ר' יושע ז"ל ר' יושע איז געווען באקאנט אלס גאר א געהויבענע איד אין זיין מקום ווי ער האט געווינט בעיר קראלי ער איז געווען א מורה ודאין און באקאנט אלס מתמיד בתורה און בקי בנגלה ובתורת הזוהר
ר' יושע און זיין משפחה זענען געווען שטארקע חסידים פונעם סאטמאר רב ז"ל פון ווען די רבי ז"ל איז געווען רב דארט אין קראלי און ס'האט אנגעהאלטן דאס אנהענגערשאפט אפי' נאכדעם וואס די רבי האט זיך געצויגן ווערן רב אין סאטמאר
ס'איז באקאנט אז די סאטמאר רב ז"ל האט געהאלטן אז ער איז דער וואס האט די ווארט איבערצוגעבן די רבנות פון קראלי ווייטער און ס'איז געווען אויף דעם גאר א ביטערע מחלוקה די רבי למעשה האט געשטעלט הרה"צ ר' שמואל גראס פון די קרעסטירע משפחה זאל זיין דארט רב ר' יושע מיט זיין משפחה זענען געשטאנען גאר שטארק לצדו אלס דעם וואס די רבי ז"ל האט אים געשטעלט
אויסער דעם איז ר' עזריא' מיט זיין משפחה אסאך געפארן קיין סאטמאר צום רבי'ן אויף ימים טובים וכדו' ס'איז דא א אינטערסאטע מעשה וואס האט פאסירט איינמאל אויפ'ן באן וואס ר' פייוויש גבאי איז אויך געווען אויפ'ן באן
בקוצר אזוי האבן זיי זיך נאנט געהאלטן צום רבי'ן ביז שנת תש"ד נאך פסח ווען די רשעים ימ"ש האבן דאמאלט אימפאטירט די גאנצע געגנט פון קראלי און ארום סיגוט סאטמאר די גרעסטע חלק פון אונגארן מ'האט זיי געפירט קיין אוישוויץ און צוריק געקומען פון די משפחה איז נאר ר' עזריא' ע"ה און להבח"לח זיין ברודער ר' יחזקא' זיי פארציילן אז די טאטע ר' יושע האט פארגעזאגט בעפאר דעם פסח ביים סדר אז אזוי גייט זיין
ר' יושע האט געהאט א "ישיבה" פאר בחורים, דאס איז געווען (אזוי מייניך) פאר די וואס האבען געוואלט זיין לעבן סאטמער'ר רבי אבער נישט אין זיין ישיבה, אדער איז דאס געווען אזא ישיבה מכינה צום רבינ'ס ישיבה, עכ"פ איך האב געהערט פון כמה תלמידים וואספארע קלארע לערנער ר' יושע איז געווען, איינער פון די זקנים האט זיך מיר געסיירעט און נאכגעזאגט בעל פה די גמרא וואס ער האט דארטען געלערנט.