פאעזיע פארמעסט - תחרות פיוט אייר תשע"ג

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4121 מאל

פאעזיע פארמעסט - תחרות פיוט אייר תשע"ג

שליחה דורך קופערניקוס »

עס בענקט מיר די צייט פון די פאעזיע פארמעסט. ווען חתונה געהאטע חסידישע יונגעלייט מיט קוטשמעס, דאבל קערידדזשעס, שמוציגע צען פאסאזשיר ווענס, פלאמבערס, שיבערס און שיבער ווישערס, געשעפטן אייגענטימער און קינדער פראקערס, זענען געווארן האניג זיסע פאעטן, און אינעם קליינעם קיוביקל איז מען פארפארן אויף א בערגל אין צפת מיט א קלארינעט און געזינגען לידער ווי זיידע דוד איבער ליבע און נאטור, חכמה און בענקשאפט.

עס בענקט מיר די צייט ווען אנגעשטרענגטע יונגעלייט, גראדואנטן פון שטרענגע ישיבות, תלמידים פון חתן רבי'ס, וואס זענען בצעירותם געפארן מיט געלע באסעס שרייען פוי ביים קאנסולאט, וואס ליינען הלכות אין די נייעס באריכט איבער עסן וואס האט גענעכטיגט אונטער א בעט און נטמא געווארן אדער הלכות כיס בתוך כיס בתוך בית הכסא המטמא את האוכלים, וויפיל טפחים מוז זיין די קלייד איבער די בולעט-פרוף זאקן, האבן זיך צעזינגען מיט ישעיה הנביא'דיגע פיוטים.

עס איז העכסט צייט צוריקצוברענגען א פרישע פאעזיע פארמעסט. מיר מוזן האבן אביסל האניג אין אונזער געפילטע פיש לעבן.

מי בפייס?
א פרישן פארמעסט רבותי!
לעמאן דזשוס, נאר דו קענסטו עס אונז מאכן. מיר ווארטן אויף דיר!


ואליכם חובבי שפת עבר אקדיש מילים:
אחים יקרים, עורו נא והתעוררו נא בעד שפת הקודש, בואו לכבד את שפת קדשנו!
ולמה תהא שפת הקודש, השפה בה דיבר ה' אל משה, בה שורר עמוס את פסוקיו, בה תינה רבי עקיבא אהבים אל רחל יקירתו, - נחות דרגא ביננו, כלפי שפת הגרמנים שהשתרבב בין יהודי הגלות הנטמעים גופנית ונפשית בין הגויים.
בואו, נראה להם לדוברי אידיש כי עוד לא עזבנו את שפתנו, ולא שכחנו את לשון אומתנו!
יקיריי, הגיע עת תחרות הפיוט בחדר הקאווע!

לעמאן דזשוס יקר, קחנו נא על אברותיך, כי מצפים אנחנו לאיש חזון ומעשה!

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר