פויפסט, וואטיקאן, קריסטן, קאטוילישע
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
פויפסט, וואטיקאן, קריסטן, קאטוילישע
יעצט איז דא שטארקע נייעס אז די פויפסט גייט רעטייערען, ווילעך וויסן א סאך זאכן.
Disclaimer
די ערשטע זאך מיז איך זאגען אז איך פרעג נאר צו וויסן, און איך טראכט נישט צו ווערען א קריסט, און מע קען אויך חוזק מאכען פון זיי אויב מע וויל, אבער איך מיין נאר צו מער מאכען די ידיעות אין דעם.
די צווייטע זאך מיז איך זאגען און איך מיז מיך אנטשולדיגען אז איך קען נישט אויפמאכען א אשכול אזוי ווי יידל אדער יאנקל אדער די אלע אנדערע ווייל איך קען נישט א פינטעל ווי זיי, אבער איין זאך יא אז איך בין א יודע לשאול , איך פרעג די שאלות און יעצט קען זיין א גוטע חכם וואס זאל ענפערען און מסביר זיין די זאכן.
עפעס ווייס איך אז קריסטען קומען און גלייבען אין יאשקע און זיי זאגען אז זיי האבען די עכטע תורה וואס האט זיך געטוישט ביי יוזל.
וואס איז קאטויליקען?
וואס איז די פויפסט?
איז ער אזוי ווי ביי אונז א רבי?
ער מאכט מופתים?
ער ווייסט וואס ער זאגט מער ווי אלע אנדערע?
איז זיין מעלה אז ער קען לאטייניש?
ער קען נאר לאטייניש?
ער רעט נאר אין לאטייניש?
וואס איז די וואטיקאן?
איז די פויפסט דארט אזוי ווי א קעניג?
אדער איז אזוי ווי וויליאמסבורג ווי די פאר רביס זענען באלעבאס אזוי איז דארט אז רוים איז באלעבאס אבער זיי טוען וואס זיי ווילען דארט?
נאך דאווענען וועט מען פרעגען נאך שאלות.

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- boxcover
- ידיד ותיק
- הודעות: 741
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
- האט שוין געלייקט: 1983 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל
ידען האט געשריבן:וואס איז קאטויליקען?
א קאטויליק איז א סארט קריסט. אלע קאטויליקען זענען קריסטן, אבער נישט אלע קריסטן זענען קאטויליש. א יעדער וואס גלויבט אין יאשקע איז א קריסט, אבער קען זיין א קאטויליק, פראטעסטאנט, מארמאן (מיט ראמני), איוואנדזשעליקעל (כ'מיין בוש) אדער ארטאדאקס (רוסלאנד ועוד).
פאר די ערשטער 1,000 יאָרן זענען אלע קריסטן געווען קאטויליקען. דערנאך, פאר דער קומענדיגע 500 (בערך) יאָרן זענען רוב קריסטן אין די מזרח לענדער געווען ארטאדאקס און רוב קריסטן אין די מערב לענדער געווען קאטויליקען. דאן איז געקומען מארטין לוטער (דער ערשטער; א דייטשער מאָנאַך) און געגרינדעט די פראטעסטאנטע קריסטנטום. ער איז בעיסיקלי געווען א רעפארמער (להבדיל מצד אחד). ער האט פארעפנטלעכט זיינע 95 טעזיסן, וואס האבן אפגעלייקנט די רעכט פון דעם פויבסט צו פארקויפן תשובה. דער פויבסט האט אים אריינגעלייגט אין חרם, אבער לוטער האט פארברענט דעם באפעל. זיין יסודות'דיגע מחלוקה מיט די פויבסט איז אויך געווען אז מען קען נישט תשובה טוען דורך מעשים טובים, נאר אז אמונה און בטחון ערוועקט א מתנת חינם פון אויבען צו גיבן א סליחה. במילא איז נישט דא קיין קאנפעשאנס ביי די פראטעסטאנטן.
א קאטויליק גלויבט אין די פויפסט. די א קאטויליקען זענען די רוב פון די קריסטן. ס'הייסט אביסל מער ווי 50% קריסטן זענען קאטויליש.
- ביידע גלויבען אין יאשקע.
- ביידע זעהען ירושלים עיה"ק אלס זייער הייליג פלאץ.
- פראטעסטאנטן האבען נישט קיין געטשקעלעך (statues)
- פראטעסטאנטן ערלויבן פרוישע גלחים
- קאטוילישע גלחים מוזען גיין מיטן לבוש; אנדערע נישט
- נישט דא קיין קאנפעשאנס ביי די פראטעסטאנטן (כנ"ל)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום boxcover, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
מע ענפערט מיר נישט ווייל מע ווייסט נישט אדער מע וויל נישט רעדען וועגען די טמאנע זאכן אדער סתם אזוי וויל מען נישט ענפערען?
איך וועל אבער ווייטער פרעגען
פארוואס האט א פויפסט נישט חתונה ווי א מענטש?
ער דארף נישט וואס יעדער דארף?
אדער סע בעסער צו זיין א פויפסט ווי צו זיין מיט א ווייב?
כאב אויך אמאל געהערט אז נישט נאר א פויפסט האט נישט חתונה אבער אויך אנדערע גלחים האבען נישט חתונה.
פארוואס?
איך וועל אבער ווייטער פרעגען
פארוואס האט א פויפסט נישט חתונה ווי א מענטש?
ער דארף נישט וואס יעדער דארף?
אדער סע בעסער צו זיין א פויפסט ווי צו זיין מיט א ווייב?
כאב אויך אמאל געהערט אז נישט נאר א פויפסט האט נישט חתונה אבער אויך אנדערע גלחים האבען נישט חתונה.
פארוואס?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- boxcover
- ידיד ותיק
- הודעות: 741
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
- האט שוין געלייקט: 1983 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל
ידען האט געשריבן:פארוואס האט א פויפסט נישט חתונה ווי א מענטש?
ער דארף נישט וואס יעדער דארף?
אדער סע בעסער צו זיין א פויפסט ווי צו זיין מיט א ווייב?
כאב אויך אמאל געהערט אז נישט נאר א פויפסט האט נישט חתונה אבער אויך אנדערע גלחים האבען נישט חתונה.
פארוואס?
http://en.wikipedia.org/wiki/Clerical_celibacy_(Catholic_Church)
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
Inside the Vatican.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Svaxr4erV_Q[/youtube]

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
א סעינט ווערען זיי ערשט נאך דער טויט, אין אויך דעמאלס גייט עס אדורך פארשידינע אסיפות, וויכטיג איז מופתים, אין מדארף פאקטישע באווייז אז עס איז געוועהן א מופת חותך נישט א דוקטער וכדומה.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

איינע פון די גרויסע חילוקים צווישן יהדות און נצרות איז חתונה האבן והלכות אישות. ביי אונז איז עס געווען אלע יארן א שטארקע מעלה, און א גוטע זאך (די לעצטע 100-150 יאר האבן מיר אנגעהויבן נאכצוגיין די נוצרים אין דעם), און ביי זיי גייט עס ווי מער הייליגער דו ביסט טארסטו בכלל נישט חתונה האבן און וואוינען מיט א ווייב, ווייל נאר די ביליגע מענטשן האבן חתונה און נישט די הייליגע.
עס שטאמט פון א סעלף קאנטשעס, צוליב מרים הזונה. זיי האבן געדארפט ווייזן אז אדרבה, מיר זענען הייליגער פון די אידן וועלכע מאכן חוזק פון אונז אלס פנדורא.

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
וואס מיינט פנדורא. ?
און גראדע האב איך געהערט פון א גויטע, אז זי אלס מיידל זייענדיג פון א פרום רעליגעיזע קריסטליכע פאמיליע פלעגט זי גיין לערנען אין טשוירטש האט זי געזען ווי דער גלח אויבן אן פלעגט שטענדיג ליב האבן צו לייגן אויף זיין שויס איינע פון די אינגלעך און אריינשטופן זיין האנט הונטער זיין הויזן. (דאס האט ער געמאכט ווען אלע האבן געזען)
זי איז נאך געווען צו קליין צו פארשטיין וואס דאס איז. און דאס האט איר פארעקלט פון איר רעליגיע.
מ'קען פונדעם האבן א שטיקל השגה וואספארא געוואלדיגע בענעפיטן זייער נישט חתונה האבן ברענגט זיי.
אפילו אונזערע מלמדים מאכן עס שוין מער פראפעשענל.

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
ר' נתן סליפקין האט היינט ארויף געשטעלט אן אינטרעסאנטע געדאנק (בשם א חבר)בנוגע דעם פויבסט:
Charedi Judaism does not claim infallibility for its leaders, but in practice never admits to their being wrong. The church, on the other hand, does claim infallibility for its leaders, but in practice they have shown themselves ready to admit being wrong!
טאמבל סאס האט געשריבן:וואס מיינט פנדורא. ? .
פנדורא איז געווען די נאמען פון זיין טאטע.
די קריסטן טענה'ן אז ער איז געבוירן געווארן פון ג-ט, און מרים איז געווען א בתולה. משא"כ די חכמים פארציילן אונז דעם אמת אז זיין מאמע האט מזנה געווען מיט א רוימישע גענעראל מיט'ן נאמען פנדורא. פארדעם רופט מען אים יאשקע פאנדראק על שם אביו
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
א דאנק אייך אלע פארן בארייכען די ידיעות. איך בין נייגעריג אויף אפאר זאכן וואס זענען עומד על הפרק יעצט אין וואטיקאן.
וויאזוי גייען צו די וואלן פאר א נייעם פויבסט?
ווער קען וועלן?
ווער זענען די קאנדידאטן וואס מ'שטעלט ארויס?
וואס איז א חילוק צווישן א קארדינאל און א בישאף?

'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
איך טראכט אסאך מאל קען זיין אז איך בין א כופר אבער מי יודע? אפשר זאג איך עפעס
מיר זענען פארנימען אז זיי זענען א באנדע שקרנים שפילערס און בלאפערס אבער ביי אינז איז אלעס אמת (זיי זאגען די זעלבע אויף אינז\במאמר המסוגר)
לאמיר דאס צינעמען
א רגע, ווער איז אמת?
-אונז!
אהא? ביסט מודה אז אלע אידען זענען איין שטיק אמת? אלע מנהיגים זענען אמתדיג?
-יא!
אבער די האסט דאך נעכטען געשריגען אז די מזרחי מנהיגים זענען שקצים
-איך מיין נישט די מזרחי, פארשטיי אליינס, איך מיין די "היימישע" מנהיגים
-הייסט אז די זאגסט אז אלע היימישע מנהיגים זענען קודש קדשים?
-עפעס אזוי
-וואס טיט זיך מיט די ליטווישע? די ספרדישע ציוניסטישע רבנים?
-כ'האב דאך שוים פריער געזאגט אז די ציונים נישט, זיי זענען אויך שקרנים, איך רעד נאר פון די היימישע, היימישע מיינט די וואס גייען בדרך רבינו הקדוש בעל ויואל משה
-אהא, מיינסט צי זאגען אז 75 % פון אידישע מנהיגים זענען אויך שקרנים ווי די גלחים?
-נישט ממש
-נאר וואס יא?
-איך מיין צי זאגען אז זיי זענען נישט די ריכטיגע
-נישט ריכטיג מיינט ביי מיר שקרנים, סא די זאגסט אז די אלע זענען שקרנים
-האלבוועגס
-אויך מיר א תשובה, אבער לדעתך די וואס גייען בדרך רבינו בעל ויואל משה זענען יא ערליך אמתדיג,
-יא
-וואס טיט זיך מיט די בני יואל?
-אוי הער אויף, זיי זענען דאך משוגע
-אהא און מיט די ארונים?
-דער ארוני? דער איז דאך סתם א בלאפער א שקרן
-אהא, הייסט אז די איינציגסטע מנהיג אמת בדורינו איז נישט מער און נישט ווייניגער נאר "דיין רבי"
(שפירט זיך אימבאקוועם) -יא
-פארוואס ביסטי אזוי אימבאקוועם מיט דעם.
- ווייל די דרייסט א קאפ
-איך? איך פרעג דיר די אמת און די זאגסט עס, ווען מען זאגט אמת ווערט מען נישט רויט געווענליך
-אקעי
- זאג נאר, פון ווי ווייסטי אז וואס די האסט מחליט געווען דאס איז די אמת? מי שמך לאיש האמת? ווער האט דיר געגעבען די כח צי באשליסען אז די ביסט דער ריכטיגער מחליט צי פארשטיין ווער עס איז אמת?
-ווייל איך בין א גראדער מענטש!!!!!!!
-אהא, פאני ווייל די גמ"ח זאגט אז די ביסט א דובר שקרים, די לעצטע האלבע יאר לויפט ער דיר נאך וועגען די צוויי געבאנסטע טשעקס און די ענפערסט יעדען טאג א צווייטע שקר, די זעלבע מיט נאך צוואנציג שקרים וואס די זאגסט אין איין שעה (אזוי ווי יעדער צווייטער מענטש), דערפאר כאפ איך נישט מי שמך לאיש, די ביסט מודה אז די ביסט א שקרן, ווער זאגט אז מיט דעם זאגסטי נישט קיין שקר? ווער זאגט אז דא זאגסטי נישט נאר דאס וואס לוינט דיר צי זאגען?
(נאך מער אימבאקוועם) -אמת קען זיין
-אויב אזוי קימט אויס אז די ביסט מודה אז פינקט ווי ביי זיי די קריסטען איז דא קארופציע די זעלבע איז דא ביי אינז, רוב רובם פון אינזערע מנהיגים זענען לדעתך אויך א באנדע בלאפערס, איז מיט וואס זענען מיר אנדערש פון זיי? פעלט דען מעשיות פון גלחים וואס האבען געטין גיטע זאכען? ביים קריג צי אין אנדערע צייטען ווען זיי האבען זיך אנגנימען פאר די מענטשהייט? און נאך געליטען דערפאר! כ'מיין ווער האט מחליט געוען וואס איז יא אמת און וואס נישט?
אבער איך בין א כופר לכאורה פארען רעדען אזוי! ניין?
סתם ארויף געברענגט מיינע צימישטע מחשבות
זייטס מיר מוחל
אבער די רביס מיט זייערע פאליטיקס און מחלוקות מאכען מיר אזוי טראכטען, וואס זאל איך טין?
דער רבי שרייט אז יענער איז א גנב א גזלן א רויבער א שקרן א כופר און דער אנדערער שרייט וווייטער אויף נאך 10 די זעלבע
סא איך ווייס שוין נישט וואס צי טראכטען
איין זאך הצד השווה שבהם אז ביידע סיי די קריסטען און להבדיל סיי אינז די מנהיגים לעבען א רייכע שווענדערישע לעבען מיט בגדי זהב און פארקויפען אז זיי פליען גאר הויעך און קיינער קען עס נישט אויפווייזען און ווער עס דעקט יא אויף קארופציע איז אחת דתו להמית
איז מיט וואס זענען מיר אנדערש?
ביי אינז פעלט מעשיות ווי און אמתדיגע מעשיות ווי צדיקים גדולים האבען אנגעפירט ריזיגע קארופציע שווינדלערייען אדער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] קריימס?
פעלט?
שוין באשטיינערט מיר

מיינע כאפרישע מחשבות קענען פארען נאך ווייטער
ביי זיי פארקויפט מען אז די אלע גלחים און נאנעס זענען א באנדע מנובלים ווייל זיי ווילען ארויס קימען צי די המון עם ווי צדיקים וואס זענען פרוש מכל הנאות עוה"ז און דאס קראכט איין טאג ווייל א מענטש איז א מענטש
איך ווינדער מיר, איז דען נישט ביי אינז ענדליך די מעשה? די רביס ביי אינז פארקויפען אויך אז זיי האבען נישט הנאה פון גארנישט פרושים פון די ווייבער פון דעי וואן און סוף פסוק כאפט מען נאך געניג שיינע מעשיות
אינז זיצען נאר נישט אינטער אזא פארגערסערערינג גלאז פשוט ווייל מיר זענען נישט אזוי ריזיג ווי זיי און נישט אזוי מאכטפיל און רייך ווי זיי
אבער ווער זאגט?
איך וויל נישט סתם אז מען זאל שרייען כופר ווייל איך זאג עס שוין אליין איך בין לכאורה מיט די ווערטער א כופר
אבער איך וויל הערען תשובות, איך בין מודה אז איך בין זייער צימישט געווארען

- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
טיטאניק, די מאכסט עס מער ווי ס'איז בבחינת כל המוסיף גורע.
אמת איז נאר די תורה, און איינע פון די י"ג עיקרים וואס די רמב"ם רעכענט אויס איז "שכל התורה המצויה עתה בידינו הוא הנתונה למשה רבינו ע"ה". מער פון דעם איז נישט קיין חיוב צו גלייבן חוץ אויב א נביא אמת זאגט עפעס בשם השם. אפילו אויף משה רבינו זאגט די תרגום אויפ'ן פסוק ויאמינו בשם ובמשה עבדו - והינומה במימרא דשם ובנביאות משה עבדיה - כדי מ'זאל ח"ו נישט צוקומען צו קיין אמונות טפילות און א בשר ודם.
די פרעגסט וואס מיר זענען אנדערש פון להבדיל די קריסטן, האמער אונזערע רביס זענען אויך פאפערס (תרתי משמע). איז די תירוץ אויף דעם אז איה"נ און אונזער גלויבן פארלאנגט טאקע נישט צו האבן קיין אמונה און זיי. אודאי זענען דא טויזענטער אידן וואס זענען געברעינוואשט און מיינען אז מ'טאר נישט נוצן די אייגענע שכל, אבער זיי רעפרעזענטירן נישט אונזער אמונה.
נאכמער, דעיס וואס מ'זעהט וויאזוי די היינטיגע מנהיגים זעהען אויס, איז גאר מחזק וואס אונזערע חכמים האבן פאראויס געזאגט. ווי די גמרא פארציילט אז איינער (דאכציך ר' עקיבא) האט געזעהן ראטן ארומקריכען אויפ'ן מקום המקדש האט ער געלאכט. אויף די פראגע פארוואס ער לאכט האט ער געזאגט אז ער זעהט אז די קללה פון שועלים הלכו בו ווערט מקיום גיט עס אים חיזוק אז די הבטחה פון די גאולה וועט אויך מקיום ווערן.
לעניננו, איז אויך אזוי. חז"ל זאגן דאך וויזוי ס'עט אויסקוקען בעיקבתא דמשיחא, פני הדור כפני הכלב, והאמת נעדרת און נאך פילע מאמרים. אויך איז ידוע פון ר' נחמן אין ליקוטי מהר"ן וויזוי די מנהיגים וועלן אויסקוקען (איך געדענק נישט פינקטליך וואס ער שרייבט, אפשר קען [tag]ברסלבער[/tag] ארויסהעלפן). די דברי חיים אין פרשת ויקהל שרייבט אויך אז רוב מנהיגים זענען פון די ערב רב, וכו' וכו'. אויב וואלטן די מנהיגים געווען ערליך, וואלט איך געהאט א הארד טיים פארענטפערן די אויבערדערמאנטע מאמרים און עס וואלט מיר גורם געווען ספיקות אבער יעצט באקום איך גאר חיזוק פון זעהן וויזוי אונזערע מנהיגים קוקן אויס.

פארדריי די דיר דיין קאפ
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל