חזיונות און סצענעס
פאר מיינע אויגן עס טאנצן
פרייעדיגע און שרעקליכס
פארכמארעטע און וואס גלאנצן
די וועלט פיל מיט פאסירונגען
בייזע, געמיינע, איידעלע און שיינע
אלע סארטן געשעהנישן
שוידערליכע, און דערפרייענדע
דער מענטש פול מיט זכרונות
פאזעטיווע ווי נעגאטיווע
כבוד און בזיונות
בענקשאפט און נאסטאלגיע
בלויזע פאקטן,
ווי די יבשה טרוקן
קיינע איינדרוקן
טוען גאר נישט ווירקן
קיין שייכות די מענטשן
מיט זיי מען טוט פארמאגן
טוען נישט פארבונדן
געשעהן, און שוין פארשוואונדן
[*]
דער באשאף פון דער געפיל
מהפך חומר לצורה
דאס איז איר ציל
ווי אין גוף א נשמה
באלעבט די פאקטן
ברענגט זיי צום מענטש נאנט
א שייכות זי טוט געבן
א רעאקציע זי מאנט
דער געפיל, טוט ערקלערן
וואס מען טוט זעהן און הערן
און וואס עס טוט געהערן
דער שמייכל, אדער די טרערן
דער געפיל, עס טוט זאגן
אויף וואס וויינען, און קלאגן
וואס גוטמוטיג, וואס צוטראגן
די לעצטע ווארט טוט עס פארמאגן
אז מען טוט געדענקען
דארף מען בענקען
עקסטאז צוריק ברענגען
וואו דער ווירקליכקייט טוט שענקען
[*]
אבער מיט די ביטערע זיך באפאסן
די געפילן עס רייסן
שטעכן און בייסן
אוממעגליך זיך ארויסרייסן
פון אירע שווערע קייטן
מען רצח'עט, מען שיסט
בלוט זיך עס גיסט
קינדער אויפן מאמע'ס ברוסט
נאס פון די טרערן וואס פליסט
ליבער, די לעצטע קוש דו קריגסט
אוי, רויט דער ארום
טויטע קערפערס אומעטום
אוי, מוחות אן קיין קרום
דער יצירה, שטום
אוי, דער געפיל פארברענט דער יקום
ווען א טראגעדיע פאסירט
דער געפיל פארפירט
צושוידערט און דערשראקן מען שפירט
ביז טרערן גערירט
אוי דער געפיל עס בריט
פאר ליבשאפט פאר'שיכור'ט
דער געפיל ציט מיט קראפט
ווען דער ליבלינג מען פארלירט
אוי, עס קרענקט די בענקשאפט
די נאסטאלגיע, די זינען רירט
גאט,
דערהייבן דער געפיל פון פיין און ווייטאג קענסטו
נאר ווייל דו האסט אלעס געמאכט און א כל יכול ביסטו,
אבער פון אונז שוכני בתי חומר וואס ווילסטו,
עס רייסט דער געפיל, לבנו נשברו ונדכו,
וויאזוי דאס דערהייבן פון אונז, פארלאנגסטו,
אדער נעם אוועק דער געפיל אטום את ליבנו,
אדער געב אונז א במסתרים, ותבכה נפשינו
[*]
נישט מעגליך דאס דערטראגן
ביים הארץ עס טוט נאגן
טרערן, קרעכצן, זיפצן, קלאגן
די אויגן געשוואלן
די הארץ שוין צופאלן
די געפילן, ווי פייער צונגען
קען פארלענדן, קען פארברענען
ווי כוואליעס טוט שטראמען
קען איינשלינגען, קען פארשוועמען
דער מענטש און זיין הוי'ה, זיין לעבן פארקלעמען
נישט צופיל ברירות פארבליבן
אדער אין ים אריין, די געפילן
די טרערן קוואל, אויסצוטרוקענען
אירע געשרייען דערשטיקן
אין קייטן איר פארבונדן
אדער אין די טרערן ימ'ען
זיך לאזן פארשוועמען
לאזן די געפילן, פלאמען
אויסגיין, נישט קענען פארנעמען
אונטערברעכן פון אירע צוואנגען
גאט,
דערהייבן דעם געפיל פון פיין און ווייטאג קענסטו
נאר ווייל דו האסט אלעס געמאכט און א כל יכול ביסטו,
אבער פון אונז שוכני בתי חומר וואס ווילסטו,
עס רייסט דער געפיל לבנו נשברו ונדכו,
וויאזוי דאס דערהייבן פון אונז, פארלאנגסטו,
אדער נעם אוועק דער געפיל אטום את ליבנו,
אדער געב אונז א במסתרים, ותבכה נפשנו
[*]
גאט, האסט דעם געפיל באשאפן
וואס איז איר נוצן?
אז דאס הארץ ווערט צוריסן
עס איז נישט פאר קיין מענשליכער באנוצן
פארוואס האסטו דעם געפיל צום טאטן באשאפן?
אז דער יתומ'ל זאל גאר שטארק וויינען, און כליפען?!
פארוואס האסטו דעם געפיל צום מאמע'ן באשאפן?
אז אויב איר מען פארלירט, נישט זיך קענען איבערקומען?!
דער געפיל פון בענקשאפט
וואס איז איר תפקיד?!
אז עס זאל רייסן מיט קראפט
פאראומערט בלייבן תמיד?!
גאט, דו עס פארנעמען
ווייס איך אז דו טוסט קענען
שוין אויף גרעסערס פון דעם אלעמען
איבערגעוויזן מיר זענען
פירן א וועלט קענסטו
מיט טרערן אין די אויגן
משפיע זיין כל טוב טוסטו
אפילו ווען קרעכצן פון דיר עס גייען
גאט,
דערהייבן דעם געפיל פון פיין און ווייטאג קענסטו
נאר ווייל דו האסט אלעס געמאכט און א כל יכול ביסטו,
אבער פון אונז שוכני בתי חומר וואס ווילסטו,
עס רייסט דער געפיל לבנו נשברו ונדכו,
וויאזוי דאס דערהייבן פון אונז, פארלאנגסטו,
אדער נעם אוועק דער געפיל אטום את ליבנו,
אדער געב אונז א במסתרים, ותבכה נפשנו
[*]
גאט, אפילו דו
אויך טוסט וויינען
טרערן פארגיסטו
דיין הארץ טוט צוגיין
דיינע קינדער
אין גלות פארשיקסט
מלאכים מיט וואונדער
באטראכטן וואס דו טוסט
דער אלמעכטיגער אליין
טרערן טוען פון אים גיין
גאטעניו, זיי שרייען
טו דאס נישט, ניין
מטטרון דיר זאגט
איך וועל וויינען פאר דיר
טרערן פאר גאט?
לאז עס פאר מיר
איך קימער זיך נישט צו ענק
צו די מלאכים זאגסטו
איך וועל וויינען אויף וואס איך בענק
נאר, במסתרים תבכה נפשי
גאט,
דערהייבן דעם געפיל פון פיין און ווייטאג קענסטו
נאר ווייל דו האסט אלעס געמאכט און א כל יכול ביסטו,
אבער פון אונז שוכני בתי חומר וואס ווילסטו,
עס רייסט דער געפיל לבנו נשברו ונדכו,
וויאזוי דאס דערהייבן פון אונז, פארלאנגסטו,
אדער נעם אוועק דער געפיל אטום את ליבנו,
אדער געב אונז א במסתרים, ותבכה נפשנו
[*]
במסתרים, די באהעלטעניש
איר אויפדעקן, א רעטעניש
אומזיסט די זוכעניש
נישט נאר עפעס געאגראפיש
פארהוילן איז פון באשעפעניש
במסתרים, טוט פארשטעקן
דער שכל קען נישט אנטדעקן
מאכטפולע כוחות פון געפילן
באהאלטן, מ'קען זיי נישט שפירן
די אומפארשטענדליכע, ס'טוט באהאלטן
במסתרים, דער געפיל טוט ברענען
אין סוף וויינען קען מען
בלייבן שטייף, קיין כי הוא זה באנעמען
צאללאזע טרערן גיסן, וועלטן קען פארשוועמען
טרוקן ווי דער יבשה, אפילו נישט דורכנעצן
במסתרים, אויף דאס מינדעסטע
מקען וויינען לעולם
במסתרים, אויף דאס שרעקליכסטע
שטייף ווי א דומם
במסתרים, פאסירן די זאכן וואונדעליכע
במסתרים, מען טרויערט אן קיין ציל
מען פרייט זיך, און מען דערפרייט בלי גבול
עס רודערט פון רחמנות, דער רוישיגער געפיל
מיט אכזריות, און גוטסקייט, דער הארץ דארט איז פול
אויפאיינמאל אלץ פאסירט, היה הוה ויהיה סטיל
גאט,
דערהייבן דעם געפיל פון פיין און ווייטאג קענסטו
נאר ווייל דו האסט אלעס געמאכט און א כל יכול ביסטו,
אבער פון אונז שוכני בתי חומר וואס ווילסטו,
עס רייסט דער געפיל לבנו נשברו ונדכו,
וויאזוי דאס דערהייבן פון אונז, פארלאנגסטו,
אדער נעם אוועק דער געפיל אטום את ליבנו,
אדער געב אונז א במסתרים, ותבכה נפשנו
[*]
גאט, אדער אזא ארט
זיי מייחד, נעם אונז אהין
וויינען פון אזא סארט
טרערן פון דעם מין
אדער די געפילן
פון אונז נעם אוועק
קיין ביטערניש שפירן
צו די טרערן אן עק
פארוואס די געפילן ווי א לאסט
אויף אונז אנגעלייגט
מען פארלירט דאך אין דיר טראסט
מען פארגעסט פון דיין גוטסקייט
די אלע געפילן
האסט דאך פון דעם שאדן
מען הערט אויף גלייבן
קשיות מען טוט האבן
זאלן די געשעהנישען
בלייבן אומבארירט
קיינע קרענקענישן
גארנישט מען שפירט
גאט,
דערהייבן דעם געפיל פון פיין און ווייטאג קענסטו
נאר ווייל דו האסט אלעס געמאכט און א כל יכול ביסטו,
אבער פון אונז שוכני בתי חומר וואס ווילסטו,
עס רייסט דער געפיל לבנו נשברו ונדכו,
וויאזוי דאס דערהייבן פון אונז, פארלאנגסטו,
אדער נעם אוועק דער געפיל אטום את ליבנו,
אדער געב אונז א במסתרים, ותבכה נפשנו
[*]
הער, קינד מיינער
כה אומר אני
דער געפיל דיינער
מיט דעם פארבלייבסטו
פארלאנגסט דאך פארדעם
עפעס מיסטיש, א במסתרים
שוין דיר געגעבן פון דעם
נסתרים דרכי ה'
דער ביטערער שלייער
פארשטעלט און פארדעקט
זיס זעט אויס ביטער
אומזיסט וואס מען קרענקט
גוט זעט אויס שלעכט
באהאלטן די אוצרות
פרייע זעען אויס ווי קנעכט
פארטומעלט די יוצרות
גוטסקייט אין סוף
פארשטעלן עס טוט
די סיבה דערויף
גייט מיט נסתרים מיט
גאט, האסט מיר גענטפערט
אבער נישט פארענטפערט
מיין קינד, האסט מיר געפרעגט
אבער נישט אפגעפרעגט
דער גרייזיגער באשאף (פאעזיע)
- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 594 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
כוכב האט געשריבן:הערליך שיינע גראמען. אויב איך פארשטיי גוט ווילסטו ארויס ברענגען אז במסתרים תבכה, דער אויבערשטער וויינט אויף דעם חלק פון דער בריאה וואס איז בסתר דהיינו די גטליכע הנהגה וואס מענטשן קענען נישט פארשטיין. שטומט?
די געדאנק איז נישט די גראמען אזוי ווייט, דאס וואס די זאגסט איז אפשר אויך א איינע פון די פוינטס וואס ווערן ארויס גברענגט, די נקודות פון דעם גדוכטעראציע איז גאנץ קארילפול און אסאך, עכ"פ לדעתי, אבער די פוינט וואס זעט זיך די מערסטע ארויס, איז אז, בעצם געשעהנישען אדער טראגעדיעס וכדו' ווען נישט אז מיר האבן געפילן וואלט עס גארנישט געווען, עס וואלט נישט איבער געלאזט קיין שום רושם אויף אונז, נאר געפיל טוט באלעבן די פאקטען, און כאילו איך זאג אז איך דארף נישט דעם געפיל, סאיז מיר ענדערש צו בלייבען מיט אומבאלעבטע פאקטען, און מיט פארסירונגען וואס לאזען נישט קיין אפעקט אויף מיר, אדער, כאילו איך זאג פאר גאט ב"ה, די וויינסט אויך אויף פארסירונגען וואס זייער עפעקט, נאך דער באשאף פון דער געפיל, [הגם סאיז נישט בעצם רעלעווענט בנוגע הא-ל ואין לי כח להאריך כעת בזה] זענען ביטערע, נאר כאילו די גיבסט זיך אן עצה, די אנטלויפסט צו במסתרים, וואו קען מען וויינען און נישט וויינען אויף איינמאל וכו', דהיינו, אזא כל יכול'דיגע געדאנק, גאט קען דאך אלעס און איבעראל וכו' זיין אויפאיינמאל, און איך נוץ עס בנוגע וויינען, אז ער קען וויינען און נישט וויינען אויאיינמאל, וועגן דעם קען ער איבערטראגען צו שווערע וויטאגליכע געפילען וכו', אבער פון די געדאנק וואס די זאגסט האב איך געטראכט און איך האב טאקע פרובירט אז מען זאל דעם מעסעדזש אויך קענען ארויסנעמען, ועוד חזון