ווען הצלה איז אותיות הלצה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

ווען הצלה איז אותיות הלצה

שליחה דורך כוכב »

נעכטן איז -- ווי באקאנט -- פארגעקומען די יערליכע מלוה מלכה פאר די הייליגע און געשעצטע הצלה ארגאניזאציע אין בארא פארק, און ווי אן אנשטענדיגער איינוואוינער האב איך אויך גענומען די מי אנטיילצונעמען און צייגן סאלידאריטעט פאר די מסירת נפש'דיגע וואלונטירן, וועמען איך שעץ באמת זייער ארבעט.
נאך דערצו אז איך האב באקומען א פרעזינגליכע איינלאדענונג פון יוסי בלומענפעלד וכת דילי' און די שטאט איז איבערגעקערט געווארן מיט די "בי" סלאגאן, איז דאך מי פתי צו בלייבן זיצן אינדערהיים.
האמת אגיד אז סאיז מיר נישט אזוי צום הארצן די אטמאספערע ביי די הצלה פארטי, ס'האט מער די צורה פון א פיקניק אדער א קארניוועל ווי א דינער, מטרעפט אלע וואס איז נייעס בחורים און קילע יונגעלייט וואס זענען גענצליך נישט מיין גלאז פון חמין במוצאי שבת, אן אנלויפעניש און אן איבערקערעניש, טיקעטס מיט פרייזעס, אן אויסשטעל מער געאייגענט פאר די עם בפני עצמן'ניקעס, אבער ווען עס קומט צו אזא ארגאניזאציע ווי הצלה לייגט מען אלע פריוואטע חשבונות אין א זייט, און מ'לויפט צולייגן א האנט, ווארום זיי טוען דאך די זעלבע פאר אונז דורכאויס'ן קייליכיגן יאר.

עס איז שוין געווען הארט צוועלף אזייגער כחצות הלילה ווען איך האב מבשר געווען פאר מיין טייערער אשת חיל אז איך גרייט מיך ארויסצוגיין צו די מלוה מלכה, א בשורה וואס זי האט נישט אויפגענומען מיט איבריג צופרידנהייט, אבער, זי פארשטייט אויך, וואס טוט מען נישט פאר הצלה.
אן קאמפאני גייט מען נישט, וואס העל איך טון דארט, קייען א בילקע ווי ביי סעודת המפסקת איינזאם אליין? האב איך אנגערופן מיין ברודער, אן עלטערער בחור וועמען דער מזווג זיווגים אלט זיך נישט עפעס באזונדער אים צוצושטעלן א פאר, קום, לאמיר אנהויבן די וואך מיט א מצוה, מ'גיימיר שטיצן הצלה.

האב איך אויפגעזוכט מיין בערזל ארויסגענומען הונדערט און צוואנציג דאלער, א צוואנציגער פאר מיין ברודערס וועגן ער זאל נישט זיין א בלויזער אוכל ואינו עושה, און ויסעו, אבער, מיט די פוס. די קאר האב איך נישט זיך געטרויעט מיטצונעמען וויסנדיג אז פארקינג וועט זיין בבל יראה ובל ימצא, גיימיר צופיס, וואס טוט מען נישט פאר הצלה.

און דא האט זיך אנגעהויבן א מסכת וואס איך וויל מיטטיילן פאר'ן ציבור.
אנקומענדיג אויף פערצנט עוועניו פרוביר איך אריינצוגיין אינעם זאל, אבער, א שלעפ, די טיר איז פארשלאסן, מן הסתם איז די אריינגאנג אויף די סטריט.
איך דריי מיך איין ביים ווינקל און איך הייב אן זוכן אן אריינגאנג, נאכ'ן דורכגיין עטליכע פארמאכטע טירן און א טענט, באמערק ענדליך דעם לאנג געזוכטן פתחו לי פתח, ווי א יונגערמאן קאנטראלירט א טיר און ער לאזט אריין עטליכע יונגעלייט.
גיי איך אויך אהין, כאפ איך א שטופ פון דעם יונגערמאן אז דא איז אן אמת אן ארויסגאנג, און איך זאל ביטע ארומגיין די גאס און אויפזוכן דעם אריינגאנג, איי די יונגעלייט וואס ער האט יעצט אריינגעלאזט תיקו.מיין מוט איז שוין אביסל געפאלן, איך בין נישט די סארט יונגעלייט וואס גלייכן ווען משטופט זיי ביי די אקסלען, אבער שוין זאל זיין, א גוטע זאך קומט אן שווער.

צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, אויפן וועג אריין בין איך אפגעטיילט געווארן פון מיין ברודער ווייל בחורים זענען נישט ערלויבט אונטן אינעם זאל, און אנקומענדיג דארט האב איך נישט געטראפן קיין בענקל.
נו, אז סאיז נישטא קיין פלאץ איז א גוטע סימן, דער עולם שטראמט אין די מאסן פאר הצלה, בין איך געבליבן שטיין און פרובירט אזוי מיטצוהאלטן דעם פראגראם. פססס יונגערמאן דו שטערסט, מקען נישט זען.
נישט איז נישט, גיי איך ארויף אויפן טעראסע וואו סהאט זיך איבערגעשפילט בערך די זעלבע געשיכטע. בחסדי ה' האב איך געטראפן א צאמלייג בענקל ביי אן ענגל ווי מקען גארנישט זען האב איך מיך דארט באזעצט, און, מגייט עסן מלוה מלכה.
וואס ווען ווי, איינער וואס איז נישט געקומען אין די פופצן מינוט וואס מהאט אויסגעטיילט די עסן האט נישט געהאט אין מויל צו נעמען דורכאויס די גאנצע נאכט.
נאכן זיצן דארט פאר פינף מינוט האב איך אנגעהויבן כאפן אז סאיז ביטער הייס, איך שוויץ געפערליך.
בחסדי ה' האב איך געטראפן א דומע טינקעלע לאנטש רום וואו סאיז געווען אביסל לופט, און איך האב ענדליך געטראפן א מקום מנוחה ארומגענומען מיט הונדערטער פערצן יעריגע בחורימלעך האב איך געקענט אנהויבן מיטהאלטן דעם פראגראם.
מיינע הערות'לעך אויפן פראגראם בין איך נישט אויסן יעצט צו דיסוקסירן און כעל עס איבערלאזן פאר א צווייט מאל, צי איז דאס די צביעות פון ר' חיים דוד כץ וואס לאזט נישט המזמרים זינגען פאר בוני עולם בימי ספירה צו האסטעזשן דעם גאנצן וועד הרבנים אז ער איז בעל בית, און דא קומט ער געבן דברי ברכה צו ווייזן ער איז שטאטס רב, ווען עס איז דא ידידים און דערצו א פראדוקציע מיט מוזיק בימי ספירה וואס איז קעגן די מנהג פון רוב באטייליגטע.
און חזן שטארק איז קיינמאל נישט אנגעקומען, נאר אנשטאט אים חזן ברעכער, כ'מיין, ער איז גאנץ פאר א קבלת שבת אבער ער איז נישט חזן שטארק.
ווען מאטי אילאוויטש האט געזינגען אז הצלה איז אותיות צהלה איז ביי מיר נולד געווארן דעם געדאנק אז היינט נאכט הצלה איז אותיות הלצה, מ'רופט צאם די גאנצע שטאט, מלייגט טעפלעך איבעראל אין אלע שולן, און ממאכט חוזק, מילא פלאץ הגם סאיז אויך אן עוולה גדולה, אזויפיל קומט זיך פאר א שטיצער א בענקל, און מ'וואלט עס געדארפט פאראויסזען אז דאס פלאץ דערהייבט נישט, אבער ניטאמאל אביסל לופט, מהאט געקענט אויסגיין פון היץ ווער רעדט נאך פון א כזית זיך צו וואשן פאר איינער וואס קומט אביסל שפעט. איך בין נישט געווען דער איינציגער, און פון אלע ווינקעלן האב איך געטראפן אחים לצרה אויפגעברויזטע יונגעלייט.

עס איז שוין געווען גוט שפעט ארום צוויי אזייגער ווען איך האב מיך געכאפט אז מיינע פוס טוען מיר וויי פון שטיין אויף א באנק און זיך שטיפן צווישן די בחורים מיטהאלטן די פרעזענטאציע, א פערטל נאך צוויי בין איך אנגעקומען אהיים ווי איך האב ארויסגענומען א בילקע פון פריזער זיך צו וואשן און דערכאפן דאס הארץ, מיין אידענע איז שוין געוויס געשלאפן.
און, דער הונדערטער איז געבליבן אין מיין טאש, אפשר וועט דאס מיין פרוי ניצן ווען זי וועט אנטיילנעמען ביי די טשייניז אוקשען.
א דינער ווי א האלבער עולם גייט אהיים אויפגערעגט איז א קלארער דורכפאל, מ'פארלירט שטיצע ס'רעגט אויף מענטשן, און לאמיר האפן אז נעקסטעס יאר וועט די סלאגאן זיין "בי עי מענטש".
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

צוויי יאר צוריק בין איך געגאגנגען צו זייער מלוה מלכה און כ'האב אפגעמאכט אז מער גיי איך נישט, ס'נישט געווען ווי צו זיצן און ניטאמאל ווי צו שטיין! יעצט זע איך לויט ווי דו לייגסט עס אראפ אז ס'האט זיך גארנישט געטוישט
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אין בין מסכים מיט יעדע ווארט, פלעג אויך אמאל גיין, אבער ס'איז אוממעגליך. למעשה האסטו א בעסערע עצה? זאל מען מאכן צוויי טעג פאר מענער, און קומען לויט די פלעיט נאמבער? דינגן א גרעסערע זאל ארויס פון געגענט? וועט די הכנסה שטארק פאלן. אז מ'האקט דארף מען אויך געבן עפעס א נארמאלע עצה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

סנישט קיין תירוץ שבעולם, בוני עולם האט נאך אזא עולם, און זיי האבן זיך אן עצה געגעבן, זיי האבן גענומען די אוידיטאריום, און צוגעשטעלט נאך אכט הונדערט זיצן,
"יעדער" איד קריגט א פיינע באקוועמע זיץ און א מאלצייט. אזויפיל קומט זיך פאר א מענטש וואס האט גענומען די מי זיך צו באטייליגן שוין אפגערעדט אז אויב מהאט הנאה גיט זיך גרינגער געלט.
פארוואס זאל איך זיך דארפן שטיפן און שטויסן צו קענען שטיצן הצלה? סאיז נאך אזוי וויכטיג א נארמאלע זאל, ווי די אנהענגען אלע באס סטאפס מיט עדדס,
און אגב, הצלה האט "די" טייערסטע מארקעטינג קאמפיין, פון "אלע" שטאטישע דינערס, קיינער ספענד נישט אזויפיל פאר "פי אר" ווי זיי.
ווילסט אן עצה? איך בין זיכער אז באבוב האט אויף די אויבערשטע שטאקן נאך א גרויסע צימער. נעם עטרת חי', שטעל אויף א שאטער, נישט אריינשטיפן די גאנצע שטאט און אן אומגעקילטע קליינע אולם ליפשיץ.
דאס ווייזט אז עס פעלט פירערשאפט, הצלה איז איין גרויסע קידרא דבי שותפא, און סאיז נישט דער פיגאר העד און יחיד וואס זאל זיך זארגן אז דער דינער זאל זיין א סוקסעס און מענטשן זאלן נישט אהיימגיין אנגעווייטאגט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:למעשה האסטו א בעסערע עצה?

קודם זאל מען דינגען א קאמפאני וואס שטעלט צו שטארקערע עירקאנדישאן. נאכדעם העמיר רעדן ווייטער.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

גוטע עצה און ריכטיגע טענות, אבער די סיבה זיי מאכן עס נישט אין עטרת חי' איז ווייל זיי ווילן זיין אנדערש, און נישט שלעפן די זעלבע עולם צו די זעלבע זאל א וואך נאך בוני עולם, ועוד סיבות.

בכל אופן וואס דו שרייבסט ס'איז א קידרא דבי שותפא, איז זייער אמת. איך האב שוין געהאנדלט מיט הצלה אסאך מאל, אלץ ביזנעס אויס, און ס'נישטא דארט א נארמאלע פירער. ס'דא 7 קארדינעיטערס אויפן בארד מיט 2-3 אקטיווע וואס דארפן באקומען אלע 7 מסכים צו זיין על כל דבר קטן. ס'הערשט דארט אסאך מאל א שרעקליכע גרידלאק ווען ס'קומט צו דעסיזשען מעיקינג.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

סאו האבן זיי זיכער געמאכט צו זיין אנדערש, בוני עולם שטעלט צו סערוויס און זיי נישט, און זיי וועלן זיין אנדערש אז בוני עולם האט זיך די דינער אויסגעצאלט, און זיי?...........
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

וויפיל דורכפעלער דארף מען האבן ביז מ'לערנט זיך אויס נישט נאכצולויפען יעדע מודעה אין גאס?!

ווילסט שטיצען הצלה? שיק אריין יערליך $120.00 דורך די פאסט. וזהו.
Under influence
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

זיי נישט נאאיוו, עס איז א חסד שבגוף ווען מנעמט פערזענליך אנטייל אין א דינער, אן עולם איז א סוקסעס און מענטשן גלייכן זיך צו אידענטיפיצירן מיט סוקסעס, רעכניץ גיט נישט קיין מיליאן דאלער פאר א ליידיגע זאל.
איך טו עס הארצן גערן אין א לאנגווייליגע מוצאי שבת, אויב מלאזט מיך נאר.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

א מין משוגעת צאם צושטעלען א פרויען טשייניס אקשען מעמד מיטן מענער דינער.
וואס האט דאס איינס מיטן צווייטען?
זאלן זיי מאכן א נארמאלע דינער איין מאל א יאר אזוי ווי בוני עולם אין אפאר חדשים שפעטער מאכן פאר פרויען א טשייניס אקשען.
אסאך חסידישע אינגערלייט ווילן קומען צום דיננער געבן א נתינה הערן א דרשה אין גיין, זיי זענען נישט אינטרעסיט צו קויפו טיקעטס פאר א שייטעל.

אין טאמער מאכן זיי א נארמאלע דינער אין עטרת גאלדא קען מען ניצן די עדיטוריעם טאמער די זאל ווערט איבערגעפילט, אנשטאט ס'זאל זיין אנגעפילט מיט פרויערישע טשייניס אקשען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

היי יאר אנדערש ווי אלע יארן איז די פראגראם געווען גאנץ אינטערסאנט, הגאון ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א האט אראפ געלייגט א הערליכע ארבייט ער האט שטארק באצויבערט דעם ציבור מיט רייכע תוכן וואו אלעמאל, פישל שעכטער האט אויך פיין געזאגט, אוו מאטי אילאוויטש האט אויך אראפ געלייגט א הערליכע דזאב אזש ביז טרערען.

אבער ווי כוכב האט שוין ערווענט האבן זיי זיך קיין טראפ נישט צוגעשטעלט צו די מענטשהייט. אראפ צו גיין אין זאל האב איך געדארפט דורך גיין די נענועים לויט אלע דעות, עס האט גענומען א פופצען מינוט אנצוקומען אין זאל. אינטען איז פאר קיין געלט נישט געווען וואו צו זיצען, אדער עפעס נעמען אין מויל.
איז קודם פארשטיי איך נישט וואס איז די מושגעת פון מאכן די דינער אויף א מוצאי שבת וואס די זמן איז באלד צען אזייגער?? און נאכדעם וויפיהל יאר דארפן זיי זיך לערנען ארויס צו נעמען א גרעסער זאל??
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איך האב פאר א מינוט נישט קריטיקירט דעם פראגראם, וואלט אלץ אנדערש געווען מענטשליך וואלט איך זיכער הנאה געהאט.
הצלה שטעלט צו יעדעס יאר די טייערסטע פראגראם פון אלע דינערס. יא, אפילו מער ווי בוני עולם, וואו מ'זיצט און מ'איז דן אויף יעדן דאלער, ס'זאל נישט זיין אבי אויסגעגאסן געלט.
ר' שמעון זאב איז מינימום 3600 דאלער, מאטי זינגט נישט אומזיסט, ידידים נעמט געלט, גראזינגער נעמט געלט, ברעכער נעמט געלט, פישל שעכטער ווייס איך נישט, און די פרעזענטאציע איז מינימום פופצן אלפים.

די גרויסע געלט שפענדעריי פון די אלע דינערס איז א שמועס פאר זיך אין דער שפאקטיוו וערט עס אדרעסירט דעם חודש, לענ'ד קען מען עס יא בארעכטיגן, די פאקט איז אז סברענגט אוצרות געלט, איינער פון די גרויסע קעפ אין אר סי סי עס האט מיר אמאל געזאגט אז די חילוק פון פאר די דינערס ביז נאך אין פאנדרעיזינג איז ווי פון הימל ביז ערד.
און אין די אלגעמיינע וועלט איז אנגענומען אז פאנדרעיזינג קאסט א דריטל.
אבער אז מגיסט שוין יא אריין אזעלכע הון תועפות מער פון סיי וועמען, מ'שטעלט צו א משולש'דיגע פראגראם וואס אנדערע צעטיילן פאר פיר דינערס, זאל כאטש דער ציבור קענען הנאה האבן און נישט זיין סתם אויסגעווארפן אידיש געלט אין מיסט.

און יא, מאכן א טשייניז אוקשאן פאר מענער איז א נארישע געדאנק, שטילע איז גערעכט, ס'מאכט ביליג די גאנצע זאך, א נארמאלע מענטש שעמט זיך אריינצוטרעטן דארט, ס'נידערט די השגות פון סכומים,
מבאגנוגנט זיך מיט 50 דאלער טיקעטס אנשטאט נעמען 360 א יאר פון א יונגערמאן, סתם א נארמאלע יונגערמאן גייט נישט ארומזוכן פרייזעס צווישן א שייטל און באש מאשין, א וועקיום קלינער און א שאפינג ספרי ביי לארד ענד טעילאר, ער גיט 36 דאלער און גייט אהיים. עס ציעט אן אינטערסע ביי בחורים וואס לייגן סתם אן די זאל און צאלן נישט גארנישט.
נישט קענען הענדלען סוקסעס איז פונקט אזא דורכפאל ווי א דורכפאל גופא.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

כוכב האט געשריבן:און יא, מאכן א טשייניז אוקשאן פאר מענער איז א נארישע געדאנק, שטילע איז גערעכט, ס'מאכט ביליג די גאנצע זאך, א נארמאלע מענטש שעמט זיך אריינצוטרעטן דארט, ס'נידערט די השגות פון סכומים,
מבאגנוגנט זיך מיט 50 דאלער טיקעטס אנשטאט נעמען 360 א יאר פון א יונגערמאן, סתם א נארמאלע יונגערמאן גייט נישט ארומזוכן פרייזעס צווישן א שייטל און באש מאשין, א וועקיום קלינער און א שאפינג ספרי ביי לארד ענד טעילאר, ער גיט 36 דאלער און גייט אהיים. עס ציעט אן אינטערסע ביי בחורים וואס לייגן סתם אן די זאל און צאלן נישט גארנישט.
נישט קענען הענדלען סוקסעס איז פונקט אזא דורכפאל ווי א דורכפאל גופא.


:like :like
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

ווי איך פארשטיי זענען אסאך פון די הצלה היץ קעפ אין בארא פארק פון באבוב 48 און ממילא ווילען זיי מאכן אין גאלדא/ליפשיץ צו שטיצען באבוב און מאכן זייער זאל "אין סטייל"
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

No Problem זאלן זיי עס אבער נישט מאכן צוזאמען מיט די טשייני"ז אוקשע"ן ווי שוין ערווענט דא דוירך אנדערע וועלן זיי קענען נוצן די גאנצע פלאץ צו זעצן אידן וואס ווילן זיי ארויס ווייזן שטיצע
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

נאך א פשט, און בוש האט אונטערגעשטעלט ניין עלעווען, בין לאדין לעבט נאך, און קענעדי מיט יצחק ראבין קאנטראלירן די וועלט פון א באהאלטענעם קעלער.
סתם ווילדע קאנספיראציעס, ממאכט עס אין גאלדע ווייל אויבן אויף וואלט עס ווען געדארפט ארבעטן, מנורה פאר טיקעטס, גאלדע פאר דיספלעי, לאנטש רום פאר די בחורים, און ליפשיץ בונקער פאר די סעודה.
די פאקט איז אבער אז ס'זייגט און ווערט יעדעס יאר ערגער און ערגער. סארי.
פון בחורים זיך שטיפן מאכט מען נישט קיין געלט, איך בין נישט קיין חסיד פון מאכן א בחורים פרי זאון, זיי זענען אויך מענטשן, זיי זענען פלייש אנצופולן סזאל אויסזען גוט, און עווענטועל וועלן זיי אויך חתונה האבן און שטיצן הצלה.
און בכלל שטיפן בחורים און שרייען שייגעץ ארויס מאכט אן אנגעקאקטע אטמאספערע פאר יעדן. סאיז נישט רעאליסטיש אויך נישט ווייל יעדער הצלה מעמבער האט צוויי זון און פיר נעפיוס וואס האבן פראטעקציע און מיט אלע שומרים איז די זאל אונטן געווען פארפלייצט מיט בחורים.
נאר, מדארף קענען אקאמאדירן יונגעלייט אויך, אז נישט וועט עס ווערן און סאיז שוין האלבוועגס אזוי -- א גרויסער יערליכער כינוס בחורי בארא פארק וואס קומען געניסן פון א דראמאטישע פילם פרעזענטאציע מיט מוזיק אין ספירה על טהרת הקודש, און סקאסט אפילו נישט די צוועלף טאלער ווואס מבאצאלט צו זען זשעימס באנד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום כוכב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

היי יאר קען מען נישט מטעם די פאליציי פארקען שבת, זונטאג און מאנטאג אויף 50 צוליב די הצלה כינעזער ליציטאציע. כ'ווייס נישט ווי די אלע באסעס פון די מוסדות וועלן פארקן מארגן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך ברוך שאמר »

נאך א פשט האט געשריבן:ווי איך פארשטיי זענען אסאך פון די הצלה היץ קעפ אין בארא פארק פון באבוב 48 און ממילא ווילען זיי מאכן אין גאלדא/ליפשיץ צו שטיצען באבוב און מאכן זייער זאל "אין סטייל"

ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט וואלט ווען די הצלה פארטי געווען at least אזוי גרויס ווי די בוני עולם דינער !!
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

טאמער האבן זיי נאך אלץ א לאך אונעם באדז'עט קענען זיי שטייערן אלע מעמבערס חודשלעך, ;)
כ'נעם אחריות די געלט קומט אריין יעדע ערשטע פון די חודש אויף קעש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
Chuchem
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך Chuchem »

שבת זו הייתה לי שיחה עם איש עסקים, בעובדה שיש כל כך הרבה אנשים שרוצים להיות חברי הצלה, הוא שאל אותי למה לא מבקשים 5 אלף דולר מכל 300 חברי הצלה, שתכסה את התקציב 1.5 מיליון דולר
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

הערשל וועבער איז געפלויגן פון הצלה פארן מציע זיין אז יעדע מעמבער זאל אריינברענגען געלט.

דאס אז רוב מעמבערס וועלן צאלן פינף טויזענט דאללער א יאר צו זיין א מעמבער, נעמט נאכנישט אוועק די אחריות פון די שטאטס איינוואוינער צו צאלן זייער חלק פאר די בודזשעט פון הצלה.

אני כשלעצמי שיק אריין מיין נדבה אויף די פאסט, פאר סאם ריזען האט די הצלה דינער זייער א קילע מצב, שלא כבוני עולם און RCCS, איך ווייס נישט פונקטליך די סיבה, אבער דאס איז דער פאקט.

מיין ווייב גייט צו די טשייניז אקשען מיט די קינדער.
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

שליחה דורך סאו וואט »

סתם פאר דו ריקאררדס. ידידים כאר מיט מאטי איליוויטש טשארדשען נישט קיין פעני פון הצלה.
מאטי דערציילט מיר, ווען מיין טאכטער האט געטשאוקט אויפ'ן גאס,ף כ'האב גערופן הצלה, און זענען דארט געוועהן אונטער א מינוט, כ'האב נישט דער הארץ פון בעטן פון זיי געלט.
דאס איז פאקטן, דו איבריגע ביניכ נישט באקאנט.

אגב, עטס זענטס אלע דארט געוועהן, און איך אויך, ווי זענט עטס געזעצן? כ'וואלט אייך געוואלט טרעפען...

אלס מחאה, מ'זאל נישט זאגען מדשתקי, ס'איז בושה און א חרפה אז דער אויבען אן איז געוועהן ליידיג, הצלה איז לכאורה וויכטיגער צו שטיצען ווי איידער קינות כלל ישראל וכדומה למיניהם... היפקריטס..
I AM SICK AND TIRED ALREADY
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

ווילאנג דער אויר פינעם דינער וועט זיין א קילע מצב גייען רבנים זיך שעמען אהינצוגיין. יא וויכטיג נישט וויכטיג.
פארשפארט