בעלגיע: גרויסע מפלות לאנ"ש - מ.א.פרידמן פייערט זיג בפרלמנט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
שלום-וברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

בעלגיע: גרויסע מפלות לאנ"ש - מ.א.פרידמן פייערט זיג בפרלמנט

שליחה דורך שלום-וברכה »

גרויסע מפלות נאך די וואלען היינט אין אנטווערפען ממש אויף אללע געביטן, נאכדעם וואס קיין איין איינציגער פון די פאליטישנ'ס וואס די היימישע עולם האט געלייגט די לעצטע האפנונג זענען ניישט אריין אין פארלאמענט און זענען ליידער אללע געבליבן אינגאנצן אינדרויסען און ס'נישט געבליבען פאר זיי קיין שום דריסת הרגל.

די גרויסע סכסוכים און די געוואלדיגע פירוד הלבבות וואס ס'הערשט יעצט דארט האט ליידער צוגעברענגט צו די רעזולטאטען. עס איז נאך אין די היסטאריע פונעם חרדישען אנטווערפען נישט געווען אזא שפל המצב.

דער גרעסטער געווינער אויפן פאליטישען פראנט פון די בעלגישע וואהלען איז ווי באקאנט די רעכטע פארטיי NV-A אונטער די פיהרונג פון זייער פארזיטצער בארט דע וועווער, וואס איז לכל הדעות דער צוקינפטיגער ראש הממשלה פון בעלגיע, וואס עס איז געווען אזעלכע וואס האבן זיך געמאכט אילוזיעס אז ווען ער וועט ארויפקומען אויף דער מאכט וועט ער קענען לייכטערע מאכען די גזירות.

היינט נאכט איז געקומען דער גרויסער שאק ווען מען האט געהערט אין די נייעס אז משה אריה פריעדמאן ומשפחתו איז געווען דער יידישער גאסט און געפייערט צוזאמען דעם גרויסען זיג ביי די פייערליכקייטען פונעם גרויסען זיג פון די פארטיי, און איז אויפגענומען געווארען מיט גרויס כבוד.

דער צוקינטפטיגער ראש הממשלה האט שוין סוף וואך אין די מידיע געלאזט פאללען ווערטער אז ער וועט אללעס אנווענדען אויסצופירען די נייע געזעטצען-גזירות.

עס איז איבעריג א יעדעס ווארט צו פארשטיין די משמעות הדברים.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ביטע זאגט יא אפאר איבריגע פאר אונז אמעריקאנער בירגער, וואס זענען די גזירות וואס שוועבען דארט אויף כלל ישראל?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איחוד פעלד האט געשריבן:ביטע זאגט יא אפאר איבריגע פאר אונז אמעריקאנער בירגער, וואס זענען די גזירות וואס שוועבען דארט אויף כלל ישראל?

ס'הייסט. דו האסט נישט געהערט. מ'גרייט שוין אן די באנען, רח"ל.מ'גייט ארויספיהרן אלע ערליכע אידן אויסער'ן שטאט(אין קאפעלל'ן?) און מ'גייט זיי אריינלייגן אין א גרויסע קאנצענטראציע לאגער וואו מ'גייט נישט געיבן קיין ברויט מיט פוטער, ר"ל.
אמת'דיג גערעדט. די בעלגישע רעירונג וויל איינפיהרן אז די קינדער פון די תלמוד תורה'ס זאללן לערנען די שפראך פון לאנד (פלעמיש אדער פראנצויזיש.) רעכענען, היסטארי און דזשיאגרעפי (געאגראפיע). פון אט דעים באשטייט די ביטערע גזירה... :lol: :roll: :roll: :roll: :x :P :oops: ;) :o :evil:
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום עפל סיידער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

פאר די צרות פון אחב"י דארט בין איך נישט אזוי באזארגט ווי פאר דעם אז מיילעך פרידמאן בכל שום וחניכא דאית ליה וועט זיך נעמען וואויווען דא אין שטיבל און נישט לאזן אונז קיין מנוחה...
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

שלום-וברכה
ביזט א גיטע קאמידיען

יעדער יונגעל ווייסט אז ווער עס וויל קען קומען צי די פייערונגען פין סיי וועלכע פארטיי, מא"פ האט זיך אויך דארט באטייליגט (ווי דען זאל ער גיין אז ער האט נישט קיין דריסת הרגל ביי קיין שום אידישע פלאץ) און קיין מענטש האט דארט נישט געקיקט אויף זיין זייט

בנוגע דע רעזולטאטען פון די וואהלען די מעהרהייט פונ'ם חרדישע ציבור האט געוועלט פאר לודא וואן קאמפענהאוט (א גרויסע יודען פריינד און א מאכטפולע מענטש אין די פלעמישע פאליטיק) און ער איז געוועהלט געווארען און גייט באקומען א בענקל און די פלעמישע פארלאמענט
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
שלום-וברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך שלום-וברכה »

על המחיה

קיין איין איינציגער אנדערער יוד האט זיך דארט באטייליגט, אין האבן זיך נישט געקענט באטייליגען אפילו זיי האבן פראבירט! אפילו דער הויפט יודישער קאנדידאט פין די פארטיי מר אנדרעי גאנטמן(וואס האט מיעס פארלוירן!) איז אויך נישט געווען אנוועזענד! נאכמעהר די סעקיוריטי האט בשום אופן קיינעם נישט ציגעלאזט אויך נישט די עלטרע פערזענליכקייטן.. אין פאר משה אריה פרידמן איז געווען א מכובדיגע ווארימע אויפנאמע אין געשפרעך,
מען זעהט אויך א לענגערע האנד געבן פין ראש העיר מיר די ווייב פין מ.א. פריעדמאן....

בנוגע די רעזאלטאטן פין די וואהלען, זענען אלע יודישע קאנדידאטן גענצליך ארויסגעפאלן, לודא וואן קאמפענהאוט איז א בעלגישער קאנדידאט וואס איז געוועלט געווארן דורך גויים! אין איז אזוי ווי א סאך אנדערע בעלגישע קאנדידאטן אידן פריינט-וועלן אייך זיכער באשטעטיגן אז זיי זענען אידן פריינט...

אין מיט דעים אלעם איז ״לודא וואן קאמפנהאוט״ געוועלט געווארן אויף זייער א נידעריגע נומער!!!!!! אין אן קיין משמעות!
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

מיינסט טאקע אז אונז זענען דא אלע שוטים?

אוודאי האט זיך קיין שום היימישע יוד נישט באטייליגט דארט, וואס האט א איד א שותומ"צ דארט פארלוירען?

מיינסט אז עס איז פאר איינעם א נפק"מ ווי מא"פ מיט זיין רעבעצין האבען געשפענד די נאכט?
קלערסט טאקע אז ווייל דער געווינער האט געגעבען א האנט פאר רעבעצין פר"מ האט עס עפעס א משמעות?
האסט דען א אהנונג פאר וויפיהל מענער און פרויען ער האט געגעבען זיין האנט נאכ'ן זיג?
זענען דען נישט געווען הונדערטער גוים דארט, וואס מען האט אריינגעלאזט אן קיין פארוואס און פארווען?
האלסט טאקע אז עס איז דא איין מענטש אויף'ן כדור הארץ וואס רעספעקטירט דעם רויט'ן מצורע?


בנוגע לודא וואן קאמפענהאוט, די ביזט זייער אימבאהאווענט און די פאקטען, מאך דיין האומווארק בעסער, פאר די שרייבסט דא דיינע דמיונות. (פאר אנציהייבען, אפשר ביזטו אונז מסביר וואס מיינט 'ער איז געוועלט געווארען אויף זייער א נידעריגע נומער'? אין אויך זיי אונז מסביר פאר וועלכע פאזיציע אנדרעי גאנטמאן איז געלאפען, און וואספארא שייכות דאס האט מיט די פראבלעם פון חינוך)
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
שלום-וברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך שלום-וברכה »

על המחיה

עס זענען טאקע אריינגעלאזט געווארן אסאך אנשים מכובדים אבער ווי געזאגט איז קיינער בשום אופן נישט ציגעלאזט געווארן,בשעת ער איז געווען כמעט ווי דער אורח הכבוד....

די מדובר איז נישט דווקא ווי משה אריה פרידמאן אין זיין ווייב האבן פארברענגט. די נאכט,
די מדובר איז מיט וועם אין ווי אזוי די ציקונפטיגע ראשי הממשלה האבן פארברענגט!!!

בנוגע לודאו וואן קאמפנהאוט, ער האט באקומען 14537 שטימען בשעת די אנדערע ערוועלטע האבן באקומען צווישן 160.000 אין 50.000 שטימען
אויך איז ער בעיקר געוועלט געווארן דורך פלעמישע גויים...
עס איז איבעריג צי ערקלערן אז זיין משמעות איז זייער קליין!
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

דער אמת איז אז איך שעהם מיך פין מיך אליינס, אז איך שטיי אין ווארט מיט דיר (בפרט אז די פארשטייסט אפילו נישט וואס מען רעדט צי דיר, און ענטפערסט נישט וואס מען פרעגט דיר)
אז עס מאכט דיר גוט צי פארקויפען אז דער מא"פ איז געווען די אורח הכבוד, און ער מיט זיין מחברתו זענען געווארען אויסגעוועהלט צי פייערען די זיג און פאברענגען מיט'ן אזוי געריפענע 'צוקימפדיגע ראש הממשלה' (דאס אליין ווייזט אז די הייבסט נישט אן צי וויסען וואס עס גייט פאר, עס איז בכלל נישט קלאר אז ער גייט זיין ראה"מ, רוב צייטונגען געבען אים נישט מער ווי 50 פרעצענט הצלחה) פארגין איך עס דיר בחפץ לב (נאך אלעמען קומט אים דאך אויך עפעס א שטיקל הנאה אויף דעם וועלט) שרייב עס נאך אפאר מאהל וועסטו עס אפשר אנהייבען גלייבען.

אפשר קענסטו מיר זאגען וויפיל שטימען האט די יעצטיגע עדיוקעישען מיניסטער באקומען ביי די לעצטע וואהלען און 2009 ?
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

על המחיה,
פארליר נישט דיין גלייכגליטיגקייט, נעם עס נישט פערסאנעל ווייל עס שטעלט דיר נישט אין א גוטן ליכט. די אלע דירעקטע טשעפערייען גיבן דיר דעם אויסקוק ווי אן אנגעווייטאגטער. קאט די דראמא.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

חחח
איי קאדנ'ט קעיר לעס און וואסארא ליכט עס שטעלט מיר...
צי יעדעם רעדט מען זיין שפראך, כך הוא דרכו של עולם, צי א פערד רעדט מען פערדען-שפראך

ווען מא"פ וועט מאכען א מענטשליכע שידוך מיט זיין זוהן וועט ער קענען שרייבען מ.א. פרידמן פייערט זיג, דערווייל איז ער נישט מעהר ווי נאך אפאר הונדערט גוים און גויטעס מכל שכבות הציבור וואס האבען גערייכט זייער האנט פאר די בעלגישע זיגער

איך האב געפרעגט גענוג זאכליכע שאלות, וואס דער שלום-וברכה האט נישט גע'ענטפערט אויף קיין איין פון זיי!
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

מען טענה'ט זיך דא ווי בעיביס, קענען ענק פליז רעדען צודערזאך, איז יא אדער נישט דא גזירות?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

נישט דא קיין גזירות, עס איז דא א שטיקל פראבלעם וואס וועט בעז"ה מסודר ווערען עצהיו"ט
וואס יא, למען המצב איז דא מאנכע וואס רופען עס 'גזירות' אבער לא מיניה ולא מיקצתיה
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אה אקעי, סאוי דו שרייבסט הייסט עס אינגאנצן נאר אים צו טשעפען. ביז יעצט האב איך נאך געמיינט אז דו ווילסט אינפארמירן די לייענער.

אויף דיין צווייטן פוינט. צו א פערד רעדט מען אינגאנצן נישט. אפגערעדט אז רעדן צו א פערד זיין שפראך הייסט זיך צו נידערן צום יענעם'ס דרגה.

דו דארפסט פארשטיין אז נישט וואס מיינט ביי דיר זיג מיינט ביי יעדעם איינעם אויך זיג. זעסטו, למשל איך האלט אז "מאכן א שידוך מיט א זוהן" איז א נארישקייט בעת ווען גוט ווערן מיט די פיהרער פון לאנד איז אין ערגסטן פאל א אינטערעסאנטער אנעקדאט אין קאנטעקסט פון די לעצטיגע געשעהענישן, בנוגע עדיקעישן, אין וועלכע משה ארי' איז פארמישט געווען.

וועלכע קשיות מיינסטו? למשל דיע?
על המחיה האט געשריבן:מיינסט אז עס איז פאר איינעם א נפק"מ ווי מא"פ מיט זיין רעבעצין האבען געשפענד די נאכט?
האלסט טאקע אז עס איז דא איין מענטש אויף'ן כדור הארץ וואס רעספעקטירט דעם רויט'ן מצורע?


אדער אזעלכע וואס האט בכלל נישט קיין שייכות צום נושא?
על המחיה האט געשריבן:אפשר קענסטו מיר זאגען וויפיל שטימען האט די יעצטיגע עדיוקעישען מיניסטער באקומען ביי די לעצטע וואהלען און 2009 ?

דאס אז ער ענטפערט נישט אויף דעם איז אפשר ווייל ער טענהט אז "צו א פערד רעדט מען נישט."

אזוי ווייט ווי איך ווייס זענען די אידן, וואס האבן קינדער אין די עידזש אויף וועלכע די נייע גזירות זענען חל, אין א גרויסע סכנה.
און פון רבי לייבוש מיין איך, האב איך געהערט נאכזאגן אז מ'וועט דארפן אוועקמופן פון אנטווערפן. אפשר קיין לאנדאן גאר. בלייבט פאר די ענגלישע עדיוקעישן דעפארטמענט זיך צו ספראווען מיט א איבערפלוס פון אימיגרירנדע שור שנגח קינדער און האשה נקנית בחורים, אויב זיי האבן נאכנישט גענוג אויסצושטיין פון זייערע אייגענע קנאים'לעך און פאן פארברענער.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

איך בין נישט דא צי אינפארמירן די ליינער, ס"ה בין איך מגיב אויף דברי שלום-וברכה אויף די וועג וואס איך האלט פאר פאסיג

די שאלה בנוגע וויפיל שטימען די יעצטיגע עדיוקעישען מיניסטער האט באקומען איז בפירוש יא נוגע צי אונזער נושא. (בנוגע 'גרויסע מפלות לאנ"ש')

ר' לייביש האט קיינמאל נישט געזאגט אז מען דארף מאווען, דאס איז שאולזוהן בשם ר' לייביש.
עס איז נישט קיין שום סכנה פאר קיינעם נישט, מען גייט לערנען אביסל מער לימודי חול אזוי ווי אונזער שכנים און וויען און אין ציריך, עס איז ווייט נישט אזא הארבע פראבלעם אפי' לשיטת המחמירים.
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
שלום-וברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך שלום-וברכה »

על המחיה

איך האב נישט געזאגט אז ער איז אין פאקט געווען דארט דער ״אורח הכבוד״ איך האב געזאגט אז עס האט אויסגעזעהן ווי ער איז כמעט דער ״אורח הכבוד״ אין דאס איז דער לשון ״בשם אומרו״ פין איינעם וואס איז דארט געווען.

איך האב די זיגער טאקע באצייכענט אלץ די ציקונפטיגע ״ראש הממשלה״ אבער דאס איז אן אנגענימענע זאך יעצט אין בעלגיע אז לויט די גרעסטען צאל שטימען וואס זיי האבן באקומען דארפן זיי שטעלן דעם קאנדידאט פאר ״ראש הממשלה״ אגב האט זיין דעפיוטי פרוי ״LIESBETH HOMANS" די גרויסע שאנסן צי ווערן ראש הממשלה לויט איר גרויסע צאל שטימען זי איז זייער פאפולער, מען זעט אויך אויף די בילדער ווי משה אריה פרידמאן גיט איר די האנט זי נעמט איהם אויף זייער ווארעם.

מען קען נישט מנבא זיין קיין עתידות רעגירונגען קומען אין גייען, שטייען אויף אין צעפאלן, לב מלאכים ושרים ביד ה׳, עס איז אבער א גרויסע עוולה אין זייער געמיין וואס געוויסע עלעמענטן אזוי ווי ״פנחס קורנפלד״ רעדן איין דעם עולם אז ענדערן פין רעגירונגען וועלן אויסמאכן די מינדעסטע נפק״מ אין דעם עניין, אין פראבירן צי מאכן פאלשע האפענונגען כאילו די נייע רעגירוהג וועט גרייט זיין צי פארהאנדלן מיט זיי וועגן א דיל איבער די עניינים, זיי ווייסן אז עס איז שקר! עס איז שוין צייט צי זיין מודה על האמת אין לאזן די אומשילדיגע קינדערלעך זיך פארברייטן צי די בחינות ווי שנעלער אין זיך אפשפארן צרות אין פראבלעמן רח״ל.

דער יעצטיגער מיניסטר PASCAL SMET איז נישט געלאפן אלץ קאנדידאט אין די יצטיגע וואהלן, אויך איז די עניין נישט געווען קיין שום אישו ביי די דאזיגע וואהלן, אין לויט די צייטונגען פלאנט ער שוין לאנג זיך אריבערציען קיין בראזיל.
ווען מען וואלט געשטעלט דעם עניין פאר וואהלן אדער אומפראגע צי די בעפעלקרונג צי מען זאל בכלל עפעס נאכגעבן אנ״ש אין די עניינים וואלטן זיכער 99.9% באפעלקרונג געשטימט קעגן!!!!!!
שלום-וברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך שלום-וברכה »

על המחיה

יא שידוך צי נישט שידוך, צי זיין זין וויל בכלל יעצט צי נישט ווייס איך נישט.

איין זאך ווייס איך זיכער אז פין ״נישט שידוך״ זענט עטץ נישט געהאלפן נאר פארקערט דאס איז אין בלייבט ענקער פראבלעם אין קאטאסטראפא.
״יא שידוך״ איז לכאורה דער פתרון.
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

א גוי האט דיר געזאגט אז עס האט אויסגעזעהן ווי ער איז כמעט דער אורח הכבוד? (א צווייטע איד איז דאך נישט דארט געווען, כדבריך לעיל)

דאס וואס די היימישע אידען האלטען אז די תוצאות פין די בחירות וועט אויסמאכען בנוגע דעם געזעץ האט מיט פ"ק קיין שייכות, אלע מנהלי המוסדות און עסקנים וואס ליגען און די פרשה האבען געבעטען די עלטערן צי וועהלען פאר די NVA בכלל אין פאר לודא בפרט,

לאמיר מאכען זיכער איך פארשטיי וואס די שרייבסט
די האלסטו אז 99.9 פרעצענט פון די בעלגישע באפעלקערונג גייט אן וואס די ווייניגער פון 2000 אידישע קינדער לערנען און זייערע שוהלעס?

בנוגע אונזער פראבלעם אין קאטאסטראפא, נעם דיר דאס אריין און קאפ, קיינער גייט נישט אן וואס ער טיט און וואס ער זאגט, ער מאכט בזיונות? יא אמאהל אביסל קאפוויי? יא, אבער ביי דעם בלייבט עס, ער האט נאך דערווייל קיין שום ערנסטע שאדן נישט געמאכט פאר קיינעם נישט, חוץ פאר זיך זיינע בני בית און טייערע קינדער, כן יעזור ה' הלאה
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
שלום-וברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך שלום-וברכה »

על המחיה

״פנחס קארנפעלד״ האט אין די לעצטע וואכן אין זייער א סאך Interviews אנגעהויבן ביי ״המודיע״ ״המבשר״ ראדיוס אין כל מיני טלפאון ״האט ליינס״ אין בעצם מסוף העולם ועד סופו ערקלערט אז מען גרייט זיך אויף גרויסע זאכן אין אז ער האט געהיימע פארהאנדלינגען מיט די אנדערע פארטיי (די וואס האבן יעצט געווינען!) כדי מבטל צי זיין די ״גזירות״
ווילסט איך זאל דיר דא ארויפלייגן די ״למען תדע/פנחס קורנפלד) פאשקווילן?! ווי ער זאגט צי עולם ומלואו מבטל צי זיין נאך די וואהלן אין מיט זיינע פאליטישע קאנטאקטן... די גזירות.

אין בכלל אויב עס איז אזויווי די פראבירסט יעצט צי דרייען אז עס איז נישט קיין פראבלעים מיט די קינדער אביסילע רכענונג צי לערנען, אזויווי מען טוהט אין ״עסטרייך״ אין אויך ״ציריך״ אין די פעולות פין מ.א. פרידמן האט מאקסימום געברענגט אפשר- אפשר א ביסעלע קאפ-וויי???
דעמאלס על מה כל הרעש? פארוואס האסטו/פנחס קארנפלד געדארפט אזויפיל ליגנט זאגן? אין אזויפיל פראבירט צי פארפירן דעם עולם מיט דייני פאנטאזיעס איבער פאליטישע קאנטאקטן? אד״ג

אין א לאנגע Interview אין המודיע-עברית אויף דעים פראנט פעידג גליון מס # 18924 מיום עש״ק פרשת בהר 9 מאי למס׳ ווי ״פנחס קורנפלד״ קייט איבער זיינע שקרים-והבטחת שווא... פרעגט אים דער עורך המודיע פאסענד אין ריכטיג די פאלגעדע פראגע:
״ואם לא???״
ענטפערט פנחס קארנפעלד וז״ל:

״ואם לא? אזי נעמוד בפני מציאות חדשה שכמותה טרם חווינו, אך אין לנו ספק שתהיה אשר תהיה התוצאה והמחיר שנידרש לשלם- אך לא נסכים לכל פשרה שתפגע חלילה בחינוך ילדינו. יהודי אנטוורפן מסרו במשך דורות את נפשם למען הדורות הבאים, ואין לנו ספק- וזה המסר שהעברנו גם לבכירי השלטון- שכך ננהג גם בעתיד״
עכ״ל ״פנחס קורנפלד״ ואידך זיל גמור!
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

יא, ביטע לייג דא ארויף די אויסצוגן פון 'למען תדע' ווי ער זאגט צי עולם ומלואו מבטל צי זיין נאך די וואהלן מיט זיינע פאליטישע קאנטאקטן
גראדע האב איך געליינט אין למען תדע אז און די המודיע איז געווען שפעטער א הבהרה אז נפלו כמה טעותים בראיון וכו' - אז די ברענגסט שוין די למען תדע, ברענג שוין אויך אהער דעם שטיקל אויך, א דאנק

במאמר המוסגר, עס איז נישט שיין מפרסם צי זיין פאר יעדעם אז די ניק על המחיה איז גאר פנחס קארנפעלד :twisted:
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

איך האב דיך איינגעשפארט אביסל ארבעט

דא האסטו פון למען תדע נר. 613

היינט, נאכ'ן באשלוס פון הויכען געריכט, איז שוין נישט זיכער אז דער איינהייטליכער פראנט וועט זיך ווייטער
אזוי האלטען. דאס איז זיכער, אז די באטראפענע עלטערען האבען אמונה און בטחון אז מען וועט פון הימעל
שיקען א ישועה. אויך זענען אללע מסכים ווייטער צו פיהרען די מערכה און אפווארטען די רעזולטאטען פון די
וואהלען. דאמאלט וועט מען אפשר קענען אונטערהאנדלען מיט די נייע פלעמישע רעגירונג בכלל און מיט'ן
נייעם בילדונגס מיניסטער בפרט. מיר ווייסען אז די פלעמישע אוטאריטעטען זענען איממער געשטאנען גינסטיג
צו די יידישע מוסדות און ווילען זיכער נישט אז זיי זאלען שליסען.


דאס איז וואס די מיינסט אז ער זאגט צי עולם ומלואו מבטל צי זיין נאך די וואהלן מיט זיינע פאליטישע קאנטאקטן??
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

טאמבי ידידי ,ביסט גערעכט אז צו א פערד רעדט מען נישט אבער אזוי אויך באקומט געווענליך נישט קיין פערד א ווארט בשטיבלינו און אזוי ווי עינך רואות אז דער מסור מא''פ(א) באקומט יא א מקום דא ווי צו שפינען זיינע געבעקס דארף מען רעדן צו עם זיין שפראך.

יעצט קען מען ערווארטן א פרישע שיפמענט פון ניקס אויף בחדרי ווי דער פערד איז זיך נוהג צו רעדן צו זיך אליינס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט