די א"ב פון רעלאטיוויטי - The elegant universe

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מאטי האט געשריבן:יישר ונבנתה! געוואלדיגע ארבייט! לייכטע ציענדע שפראך...
איך וויל צוריק גיין צו תנועה מיט זמן. מיין שאלה איז אזוי: אויב ראובן אבזערווירט שמעונ׳ען ווי ער דרייט זיך ארום און ארום א קרייז. ראובן טענה׳ט אז שמעון דרייט זיך "זייגערליך "(clockwise), שמעון טענה׳ט אבער, אז ראובן דרייט זיך גאר "קעגן זייגער" (counterclockwise). זיי טרעפן זיך א יעדע שעה נאכאמאהל און נאכאמאהל, און זיי שטעלן ביידע אן דעם זייגער פונקט ווען זיי טרעפן זיך. וואס גייט פאסירן דאס קומענדיגע מאהל וואס זיי טרעפן זיך?

יש"כ.

איך מיין אז ווען מען דרייעט זיך אין א צירקל איז עס נישט קיין 'פארס-פרי מאושען', ווען יא וואלטן זיי געדארפט פארן אין א גראדע ליניע, ממילא זענען זיי זיכער אין מאושען און עס גילט נישט ביי זיי די פריסעבל אוו רעלאטיוויטי.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

קול דודי האט געשריבן:סאיז נאר אן אבסורד אויב מען נעמט אן אז ס'איז דא אזא מושג ווי "שנעל" און "שטייט" וואס איז אן אבסאלוט, נישט געוואנדן און ווי אין וויאזוי מען שטייט.

משל למה הדבר דומה, אויב איינער שטייט אויפן נארד פאל וועט ער זאגן אז אמעריקא איז צו דרום. אויב איינער שטייט אויפן סאוט פאל וועט ער זאגן אז אמעריקא איז צו צפון. אבער ס'איז אבסורד! ווי איז אמעריקא באמת??? נאר וואדען? ווי אמעריקא איז באמת ווענדט זיך ווי מען שטייט. וכן הדבר הזה. ס'נישט דא אזא זאך וועלכער זייגער איז שטייטער "באמת". וועלכער זייגער איז שטייטער באמת ווענדט זיך באמת ווי מען שטייט. פאר איינעם איז באמת דער זייגער שטייטער, און פאר'ן אנדערן איז באמת דער אנדערער זייגער שטייטער.

לכאורה מיינסטו וואס איך האב געשריבן אז פאר ראובן אליין איז נישט דא אן אבסורד, פאר שמעון אליין אויך נישט, 'אבסורד' וועט נאר זיין אויב עס וועט זיין א דריטער וואס קען באטראכטן די צוויי מציאות'ן אויף איין מאל און זעהן ווי ביידע זייגער'ס גייען שטייטער איינע פון די אנדערע, אזא דריטער איז אבער נישט בנמצא, האב איך גוט פארשטאנען?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

בערך, ונבנתה. ס׳איז אבער מער ווי דאס. ס׳איז נישט אן אבסורד פאר׳ן זעלבן טעם וואס אמעריקא קען זיין סיי אויף צפון און סיי אויף דרום און דאס איז נישט אן אבסורד. דער גאנצע אבסורד איז געבויט אויפ׳ן הוה מינא אז צייט מיז זיין אן אבסאלוט. לויט׳ן מסקנא אז צייט איז פונקט ווי צפון/דרום(געוואנדן אין ווי מ׳שטייט) איז דער גאנצער קשיא נישט שייך, פונקט וויאזוי ס׳פאלט קיינעם נישט איין אז אמעריקא איז אבסורד ווייל ס׳איז סיי אויף צפון אין סיי אויף דרום.
I post, therefore I am
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

מאטי האט געשריבן:יישר ונבנתה! געוואלדיגע ארבייט! לייכטע ציענדע שפראך...
איך וויל צוריק גיין צו תנועה מיט זמן. מיין שאלה איז אזוי: אויב ראובן אבזערווירט שמעונ׳ען ווי ער דרייט זיך ארום און ארום א קרייז. ראובן טענה׳ט אז שמעון דרייט זיך "זייגערליך "(clockwise), שמעון טענה׳ט אבער, אז ראובן דרייט זיך גאר "קעגן זייגער" (counterclockwise). זיי טרעפן זיך א יעדע שעה נאכאמאהל און נאכאמאהל, און זיי שטעלן ביידע אן דעם זייגער פונקט ווען זיי טרעפן זיך. וואס גייט פאסירן דאס קומענדיגע מאהל וואס זיי טרעפן זיך?

דער וואס דרייט זיך ״באמת״ גייט זיין יונגער אין זייו זייגער וועט ווייזן פריער. זעי דער צווילינג פערעדאקס (twin paradox).
I post, therefore I am
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

Wow!!איך בין שוין דא אין שטיבל כמעט א האלבע יאהר, און איך זעה יעצט צום ערשטן מאל אט דעם וואונדערבארן אשכול. [tag]ונבנתה[/tag] האסט עס צולייגט אויף קליין געלט, אין א קלארע שפראך. חילך לאורייתא דיוחסין!!
דער ריינע אמת איז, אז איך האלט נאך אינמיטן שווערצן אויף די דריי געזעצן פון ניוטאן, אבער אין א בחינה פון ״לכתחילה אריבער״, פראביר איך צו לייענען און פארשטיין וואס איינשטיין האט צו פארקויפן, און פארשטייטס זיך - כדרכי - קען איך נישט לייענען און בלייבן שטיל, וועל איך מוזן אויסגיסן מיינע בויך ווייטאג דא. 
א) דער עיקר פוינט דא איז, אז פונעם שטאנדפונקט פון אן אבזערווער אויפן פלאטפארם, וועט די צייט אינעם טרעין זיין שטאטער. 
אבער מיט וויפיל שטאטער? און ווי אזוי רעכנט מען עס אויס? שרייבסטו נישט. אויב דו גייסט עס ניט שפעטער שרייבן, קען איך עס מגלה זיין פארן עולם, עס איז זייער א פשוטע חשבון. 
ב). למעשה וואס איז דער הכרח אז צייט לויפט שטאטער? האסטו געשריבן; ״ווייל אויב נישט וועט ער דאך מער-נישט שטימען מיט'ן לייט-זייגער און דו וועסט פון דעם וויסען אז דו ביסט אין מאושען, היש לך ווייעלעישען פון די פרינסעבל אוו רעלאטיוויטי גדולה מזו?״
כ׳פארשטיי נישט וואס האט איינשטיין אזוי מורא געהאט צו ווייעלעיטן די פרינסעבל אוו רעאליטיוויטי. ער האט מורא געהאט פון גאלילעא מער פון ניוטאן? 
ג) דאס וואס דו טענה׳סט אז עס איז אבסורד, איז אין מיינע אויגן גאנץ פשוט, אין איין ווארט: ווען צוויי מענטשן ראובן און שמעון זענען נישט סטעישענארי איינעם צו צווייטן (אפגעזעהן ווער עס טענה׳ט אז ער איז סטעישענארי און אז דער אנדערער פארט אויף א קאנסטענט ספיד, ווייל כאמור איז עס באמת אזוי פאר ביידע), איז נישט מעגליך צו צוריק-קומען (אדער שיקן סיגנאלן) פון ראובנ׳ס וועלט צו שמעון׳ס וועלט אהן טוישן דירעקציע אדער ספיד. 
אבער אפילו זיי וועלן זיך יא קענען טרעפן טעכניש, איז עס נאך אלס נישט קיין אבסורד, ווייל די רגע וואס מיר נעמען אן אז צייט איז נישט אבסולוט, איז עס שוין מער נישט קיין סתירה.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

פארוואס? האט געשריבן:Wow!!איך בין שוין דא אין שטיבל כמעט א האלבע יאהר, און איך זעה יעצט צום ערשטן מאל אט דעם וואונדערבארן אשכול. [tag]ונבנתה[/tag] האסט עס צולייגט אויף קליין געלט, אין א קלארע שפראך. חילך לאורייתא דיוחסין!!
דער ריינע אמת איז, אז איך האלט נאך אינמיטן שווערצן אויף די דריי געזעצן פון ניוטאן, אבער אין א בחינה פון ״לכתחילה אריבער״, פראביר איך צו לייענען און פארשטיין וואס איינשטיין האט צו פארקויפן, און פארשטייטס זיך - כדרכי - קען איך נישט לייענען און בלייבן שטיל, וועל איך מוזן אויסגיסן מיינע בויך ווייטאג דא. 
א) דער עיקר פוינט דא איז, אז פונעם שטאנדפונקט פון אן אבזערווער אויפן פלאטפארם, וועט די צייט אינעם טרעין זיין שטאטער. 
אבער מיט וויפיל שטאטער? און ווי אזוי רעכנט מען עס אויס? שרייבסטו נישט. אויב דו גייסט עס ניט שפעטער שרייבן, קען איך עס מגלה זיין פארן עולם, עס איז זייער א פשוטע חשבון.

ישר כח.

אדרבה, לאמיר הערן.
פארוואס? האט געשריבן:ב). למעשה וואס איז דער הכרח אז צייט לויפט שטאטער? האסטו געשריבן; ״ווייל אויב נישט וועט ער דאך מער-נישט שטימען מיט'ן לייט-זייגער און דו וועסט פון דעם וויסען אז דו ביסט אין מאושען, היש לך ווייעלעישען פון די פרינסעבל אוו רעלאטיוויטי גדולה מזו?״
כ׳פארשטיי נישט וואס האט איינשטיין אזוי מורא געהאט צו ווייעלעיטן די פרינסעבל אוו רעאליטיוויטי. ער האט מורא געהאט פון גאלילעא מער פון ניוטאן?

עמך אנכי בצרה - מיר האט עס אויך געשטערט, הגם פון די מעשה פונעם פלאטפארם קען מען עס אויך מוכיח זיין.

ועוד, והוא העיקר, גרין איז אסאך מאהל מקריב 'עומק' על מזבח הסימפליסיטי, כדי צו האלטן זאכן פשוט לאזט ער אויס אסאך חשבונות און מורמעלט אפ דקות'דיגע קנייטשן, ער איז בעיקר דא פארצושטעלן די 'פאקטן' און זיי מקרב זיין אל השכל ווי ווייט מעגליך, נישט צו געוואונען א ויכוח.
פארוואס? האט געשריבן:ג) דאס וואס דו טענה׳סט אז עס איז אבסורד, איז אין מיינע אויגן גאנץ פשוט, אין איין ווארט: ווען צוויי מענטשן ראובן און שמעון זענען נישט סטעישענארי איינעם צו צווייטן (אפגעזעהן ווער עס טענה׳ט אז ער איז סטעישענארי און אז דער אנדערער פארט אויף א קאנסטענט ספיד, ווייל כאמור איז עס באמת אזוי פאר ביידע), איז נישט מעגליך צו צוריק-קומען (אדער שיקן סיגנאלן) פון ראובנ׳ס וועלט צו שמעון׳ס וועלט אהן טוישן דירעקציע אדער ספיד.
אבער אפילו זיי וועלן זיך יא קענען טרעפן טעכניש, איז עס נאך אלס נישט קיין אבסורד, ווייל די רגע וואס מיר נעמען אן אז צייט איז נישט אבסולוט, איז עס שוין מער נישט קיין סתירה.

לכאורה זאגסטו ווי החכמים דלעיל.

איך בין אבער חושד אז דער עולם האט נישט פארשטאנען וואס כ'האב געמיינט מיט 'אבסורד', דאס אז יעדער האט זיך זיין רעפרענס וואס איז פארקערט פונעם צווייטענ'ס דאס איז 'מאדנע', און איז טאקע פארשטענדליך מיט דעם וואס צייט איז נישט אבסעלוט, און - כדבריך - אפי' זיי וועלן זיך טרעפן איז אויך נישט עק וועלט.

'אבסורד' איז דאס וואס ביידע זייגער'ס קענען זיין שטייטער איינע פון די אנדערע simultaneously [א געבארגטע טערמין :)], טראכט אריין וואס דאס מיינט, עס איז ווי כ'זאל זאגן אז איך בין העכער פון דיר און דו ביסט העכער פון מיר, אויף דעם האב איך געשריבן אז א נייטראלער דריטער וואלט נישט געקענט באטראכטן ביידע זייגער'ס אויף איין מאל און זעהן ווי ביידע זענען שטייטער איינע פון די אנדערע, עס איז - לכאורה - לא ניתן להאמר.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

ונבנתה העיר האט געשריבן:'אבסורד' איז דאס וואס ביידע זייגער'ס קענען זיין שטייטער איינע פון די אנדערע simultaneously [א געבארגטע טערמין :)], טראכט אריין וואס דאס מיינט, עס איז ווי כ'זאל זאגן אז איך בין העכער פון דיר און דו ביסט העכער פון מיר

טאקע אזוי! ס׳איז דאך מעשים בכל יום. למשל ווען צוויי שיפן זענען ווייט איינס פונ׳ם אנדערן דעמאלטס קוקן *ביידע* אויף אראפ -- צי זייער פיס -- כדאי צו זען דעם אנדערן שיף. (ווייל די וועלט איז רונדעכיג.) ״איך בין העכער פון דיר און דו ביסט העכער פון מיר״ גענוי ווי די האסט געזאגט. אבסורד! נאר דער אמת איז אז יעדער פארשטייט ס׳איז נישט אן אבסורד ווייל ס׳ווענט זיך פון וועלכען קוק-ווינקל מ׳קוקט. מיט׳ן זייגער איז גענוי די זעלבע. וועלכע ס׳איז שטייטער ווענדט זיך אינ׳ם קוק-ווינקל פונקט ווי דער מושג פון ארויף אדער אראפ איז רעלאטיוו, ואין כאן אבסורד מעיקרא.
I post, therefore I am
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

און וואס איז מיט'ן דריטער וואס באטראכט ביידע אויפאמאל?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

ונבנתה העיר האט געשריבן:און וואס איז מיט'ן דריטער וואס באטראכט ביידע אויפאמאל?

ווענדט זיך ווי (און וויאזוי) זי שטייט, פארשטייט זיך. די מושגים םון ארויף, אראפ, העכער, נידריגער, שטייטער, שנעלער, ווענדט זיך אייביג אונ'ם קוק-ווינקל (frame of reference).
I post, therefore I am
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

פארוואס האט געשריבן:ב). למעשה וואס איז דער הכרח אז צייט לויפט שטאטער? האסטו געשריבן; ״ווייל אויב נישט וועט ער דאך מער-נישט שטימען מיט'ן לייט-זייגער און דו וועסט פון דעם וויסען אז דו ביסט אין מאושען, היש לך ווייעלעישען פון די פרינסעבל אוו רעלאטיוויטי גדולה מזו?״
כ׳פארשטיי נישט וואס האט איינשטיין אזוי מורא געהאט צו ווייעלעיטן די פרינסעבל אוו רעאליטיוויטי. ער האט מורא געהאט פון גאלילעא מער פון ניוטאן?

איך האב זיך געמוטשעט מיט אן ענליכע קשיא לגבי די זשענעראל טעאריע אוו רעלאטיוויטי, וואס ווי באקאנט האט דאס איינשטיין מוכיח געווען פון א געדאנקען עקספערימענט פון א מענטש וואס פליט אראפ מיט א שנעלקייט וואס דעמאלט וועט ער שפירן כאילו ער שטייט אויף איין פלאץ און די גראוויטעט קענסעלט זיך אויס דורכ'ן פליען ("מיינע גליקליכסטע געדאנקע אין מיינס לעבענס", ווי רבינו האט זיך שפעטער אויסגעדריקט במתק לשונו). ווי א טיפישער ישיבה בחור האב איך געהאט די קשיא, "ונימא הכא שאני דהא קא מנח באוהל זרוק?". און ווי איך האב שפעטער פארשטאנען איז דאס נישט קיין קשיא, ווייל איינשטיין האט פארשטאנען אינטואטיוולי אז עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז א פיזישע שינוי וואס האט נישט קיין רעלעוואנץ צו די חוקי הטבע זאל טוישן דעם געווענליכן מציאות. ובחדא מחתא איז מיר געווארן פארשטענדליך פארוואס איינשטיין איז שפעטער געווען אזוי זיכער אז גאט שפילט נישט דייס מיט די אוניווערס, ובזה ניחא לן ועולה כמין חומר כפתור ופרח.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

למעשה, לגבי די רעלאטיוויטי פון זמן ביי די עקספערימענט פון דעם ליכט זייגער איז די הוכחה אסאך פשוט'ער, פון דעם וואס מיר ווייסן אז די ספיד אוו לייט איז קאנסטענט, מוז מען על כרחך זאגן אז די צייט איז דאס וואס טוישט זיך. איינמאל מיר זאגן אז צייט איז רעלאטיוו און עס קען לויפן שטייטער און שנעלער, איז שוין פשוט צו אויספירן אז ביי יעדן איינעם, פון זיין פוינט אוו וויו איז עס שטייטער.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

יאיר האט געשריבן: און ווי איך האב שפעטער פארשטאנען איז דאס נישט קיין קשיא, ווייל איינשטיין האט פארשטאנען אינטואטיוולי אז עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז א פיזישע שינוי וואס האט נישט קיין רעלעוואנץ צו די חוקי הטבע זאל טוישן דעם געווענליכן מציאות. ובחדא מחתא איז מיר געווארן פארשטענדליך פארוואס איינשטיין איז שפעטער געווען אזוי זיכער אז גאט שפילט נישט דייס מיט די אוניווערס, ובזה ניחא לן ועולה כמין חומר כפתור ופרח.

הייסט עס די רעלעטיוו טיארעי איז געבויעט אויף איינשטיינ׳ס אינטואציע??? אתמהה?! פאר דעם איז ער דער מלך החכמים?
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איינשטיין איז דער מלך החכמים ווייל זיינע פאנטאסטישע אינטואיציעס זענען געווארן פעסטגעשטעלט דורך סייענטיפישע מאטעמאטישע הוכחות. אזוי ארבעט גאנץ סייענס, קודם האט מען אן איידיע, א טעאריע, אויף וואס עס איז נישטא קיין בהכרח'דיגע ראיות, דערנאך אויב עס ווערט באשטעטיגט מיט פיזישע ראיות ווערט מען א העלד.
אגב, אויב מען טראכט אריין איז דאס בכלל נישט קיין ווייטע אינטואיציע, און נישט אין דעם שטעקט איינשטיין'ס חכמה. עס לייגט זיך בכלל נישט אויפ'ן שכל אז די חוקי הטבע זאלן ארבעטן אנדערש אויף איין פלאץ ווי אויף א צווייטע פלאץ. אויב א מענטש קען נישט וויסן אויב ער איז אין מאושאן אדער נישט, איז פשט אז דאס איז זיין יעצטיגע סטאטוס. ווי לאנג ער טוישט זיך נישט פיזיש האט נישט קיין טעם צו זאגן אז מען קען געוואויר ווערן אויב ער איז אין מאושאן דורך אנצינדן א ליכט זייגער.
אנדערש ווי אנגענומען אין פאפולערע קולטור, האט איינשטיין נישט אויפגעוויזן אז "אלעס איז רעלאטיוו" נאר פונקט פארקערט, די חוקי הטבע זענען קאנסטענט. ספיד אוו לייט איז קאנסטענט, ספעיס-טיים האט קאנסטענט פראפערטיס. עס איז רעלאטיוו כלפי מיר מענטשעלעך וואס קוקן זיך צו און זענען אין דעם מצב.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

סא זאגסטו אז איינשטיין אז צוגעקומען צו דעם דורך אינטואציע. דאס קען זיין, אבער דו ביסט דאך אויך מסכים אז עס האט געדארפט ווערן פעסטגעשטעלט לאגיש, און ערשט נאכדעם איז געווען וואס צו באוואונדערן איינשטיינ׳ס חכמה.
סא, לאמיר צוריקגיין צו מיין אויבנדערמאנטע שאלה, ווי אזוי איז געווארן אוועקגעשטעלט לאגיש אז אלע זייגערס און סיגנאלן וועלן מוזן מיט שטימען מיטן לייט-זייגער? נאר אלס מורא צו ווייעלעיטן די פרינסעבל אוו רעאליטיוויטי?
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

עס זענען שוין דורכגעפירט געווארן טויזנטער פיזישע עקספערימענטן וואס באשטעטיגן איינשטיין'ס טעאריעס אויפ'ן האר. צום ביישפיל די Muon עקספערימענט, אין וועלכן קליינע פארטיקלס לעבן אסאך לענגער ווי זיי ואלטן געדארפט, וויבאלד זיי פליען מיט די ספיד אוו לייט.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

יאיר האט געשריבן:עס זענען שוין דורכגעפירט געווארן טויזנטער פיזישע עקספערימענטן וואס באשטעטיגן איינשטיין'ס טעאריעס אויפ'ן האר. צום ביישפיל די Muon עקספערימענט, אין וועלכן קליינע פארטיקלס לעבן אסאך לענגער ווי זיי ואלטן געדארפט, וויבאלד זיי פליען מיט די ספיד אוו לייט.

דוכט זיך מיר אז ונבנתה האט עס שוין דערמאנט.
אבער איך כאפ נאכנישט אויב דאס נוצט אלס אן ענטפער אויף מיין פראגע.
קודם זאגסטו מיר אז איינשטיינ׳ס אינטואציע האט איהם געשטיפט צו אויפקומען מיט די טעאריע.
און דערנאך זאגסטו אז עס איז שפעטער באשטעטיגט געווארן דורך פיזישע עקספערימענטן.
אבער די איין זאך וואס איז געווען פון נאך זיין אינטואציע און פאר די עקספערימענטן, וואס האט געגעבן די שטארקייט פאר איינשטיין, איז אז די טעאריע איז געווען אויסגעהאלטן לאגיש, ועל זה אנו דנים.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך בין נישט קלאר גענוי וואס דו פרעגסט. די סייענטיפישע וועלט האט געהאט שווערע קשיות, און איינשטיין איז אויפגעקומען מיט א טעאריע וואס די מאטעמאטיקס דערפון האט געשטימט, און ער האט עס פארגעשטעלט אין א סייענטיפישע זשורנאל. שפעטער איז עס געווארן באשטעטיגט אז עס איז ריכטיג אין מציאות. אזוי ארבעט גאנץ סייענס (אויסער מאטעמאטיק, וואס איז געבויט אויף ריינע לאגיק און דארפן נישט צוקומען צו עקספערימענטן).
עס איז אבער ריכטיג אז איינשטיין איז געווען פארגלייבט אין זיין זשענעראל טעאריע אוו רעלאטיוויטי נאך פאר עס איז געווארן באשטעטיגט אויף זיכער. עד כדי כך אז ער איז געווען גרייט אויסצוצאלן די קאסטן פון דעם עדינגטאן עקספערימענט פון זיין אייגענע טאש, ווייל ער איז געווען איבערצייגט אז עס וועט ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן. די מאטעמאטיקס און דער געדאנק האט געשטימט אזוי וואונדערליך, אז ער איז געווען זיכער אז ער האט צוגעטראפן צום אמת. ווי ער האט געענטפערט ווען מען האט אים געפרעגט וואס ער וואלט געטון אויב די עקספערימענט וואלט געוויזן אז ער איז נישט גערעכט: "Then I would have felt sorry for the dear lord. The theory is correct."
האדם לא נברא אלא להתענג
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

פארוואס? האט געשריבן: וואס האט געגעבן די שטארקייט פאר איינשטיין, איז אז די טעאריע איז געווען אויסגעהאלטן לאגיש

די טעאריע איז נישט אויגעהאלטן לאגיש. לאגיק קומט נישט אריין. פארוואס ס'איז געווען אנגענומען פאר א פשטות אז איינשטיין איז גערעכט איז ווייל מיט איין בליציגן געדאנק האט ער פארענטפערט נישט נאר זאכן וואס זענען נישט געווען פארענטפערט ביז דעמאלטס (וויאזוי מעקסוועל'ס איקוועשאנס שטימט מיט גאלילייאו/ניוטאן) נאר אויך זייער שיין פארענטפערט אסאך אנדערע זאכן וואס האבן געהאט נאר פארשידענע תירוצים דוחקים. ווען איין איינציגער געדאנק טוט דאס, בנוסף וואס ס'שטימט מיט אלעס וואס מען ווייסט, איז עס אנגענומען אז ס'איז א פירוש שקרוב יותר אל האמת.

שפעטער האט זיך ארויסגעוויזן אז לויט דעם געדאנק וועט אויסקומען פארשידענע אינטערעסאטע זאכן וואס האבן נישט קיין אנדערן פירוש אויב עס פאסירט טאקע, און ווי עס שטעלט זיך ארויס פאסירן טאקע אט די זאכן פונקט אזויווי די טעאריע האט פאראויס געזאגט. די טעאריע איז נאך אלס נישט לאגיש. שטעלט זי אבער ארויס אז מציאות קומערט זיך גאר ווייניג מיט לאגיק. ומכאן קשיא על הפילוסופים למיניהם.
I post, therefore I am
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

קול דודי, פארוואס זאגסטו אז רעלאטיוויטי איז אומלאגיש? עס איז דען דא א לאגישע סברא צו זאגן אז ספעיס טיים קען זיך נישט בייגן? עס איז אפשר קעגן די געווענליכע אינטואישן.
האדם לא נברא אלא להתענג
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

יאיר האט געשריבן:קול דודי, פארוואס זאגסטו אז רעלאטיוויטי איז אומלאגיש? עס איז דען דא א לאגישע סברא צו זאגן אז ספעיס טיים קען זיך נישט בייגן? עס איז אפשר קעגן די געווענליכע אינטואישן.

גערעכט, אלעס קען זיין לאגיש אויב שפילט מען זיך אום מיט די הנחות ראשונות. וואס איך מיין מיט דעם איז אז עס שטעלט זיך ארויס אז אלע הנחות אויף וואס לאגיק איז געבויט זענען לאו דוקא אזוי (למשל אז דבר והיפכו קענען נישט ביידע זיין אמת, אדער אז עפעס קען נישט פאסירן אן א סיבה אא"וו), ממילא שטייט דער גאנצר בנין פון ריינער פילאסאפישער לאגיק אן עקספערימענטן צו באשטעטיגען אלעס אויף הינערנע פיס.
I post, therefore I am
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אבער אויב מיר וועלן אננעמען די מעגליכקייט פון אזעלכע הנחות ווי אז דבר והפיכו קענען זיין אמת, דאן דארף מען אוועקשניידן, צוזאמען מיט פילאזאפיע, גאנץ מאטעמאטיקס, וואס וועט אויטאמאטיש אונטערברענגען רוב סייענס. און אפילו די איבריגע סייענס וואס איז נישט געבויט אויף ריינע מאטעמאטיק איז אויך געבויט אויף לאגישע הוכחות (ווי למשל עוואלוציע אויף די שטודיעס פון גענעס וכדו'). בכלל, אויב מען איז מטיל ספק אין אלע הנחות קדומות, ווייסן מיר אפילו נישט אויב חוקי הטבע עקזיסטירן בכלל, ממילא וועט אונז עקספערימענטן נישט צופיל העלפן. על כרחך מוז מען זאגן אז עפעס הנחות מוזן מיר אננעמען בלינד כדי זיך צו קענען רוקן פאראויס אין סיי וועלכע אקעדעמישע נושא.
האדם לא נברא אלא להתענג
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

יאיר, גערעכט אז מען מיז אנעמען עפעס הנחות קדומות. אבער פון דארט ביז די לאגיק אין הנחות פון ״ריין פילאזאפיע״ איז פאלג מיר א גאנג. איך בין זיכער אז מ׳קען אויפווייזן מיט פיליזאפיע אז קוואנטום מאקעניקס איז נישט מעגליך (איך בין ווייניגער זיכער אויף רעלאטיוויטי). מעטעמאטיקס איז ניצבאר אלס א כלי מיט וואס פאראויס ציזאגן עתידות, ווייל מ׳זעט אס ס׳ארבעט טאקע אויף דעם. איך נעם נישט אן אז מעטעמאטיקס איז א לאגישן אמת בפני עצמו, אזויווי מאנכע ווילן זאגן. טאקע פארן זעלבן טעם.

אגב, איך ווייס טאקע נישט אויב חוקי הטבע עקזיסטירען בכלל. יעדעס מאל איך פאל אראפ די סטעפס האב איך עקסטער הנאה אז ניוטאן איז נאך אלס גערעכט. אבער דאס איז א פילאסאפישע שמועס פאר זיך.
I post, therefore I am
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך הער וואס דו זאגסט. אבער איך האף אז דו כאפסט אז דיין אייגענע שיטה איבער וואס מאטעמאטיקס און די חוקי הטבע זענען יא אדער נישט איז אויך געבויט אויף ריינע פילאזאפישע הנחות קדומות. סייענטיפיש גערעדט איז נישטא קיין סיבה צו זאגן אז עפעס וואס מיר שפירן אין מוח (ווי למשל אז צוויי מאל צוויי איז פיר) האט א שוואכערע רעכט צו עקזיסטירן ווי דאס וואס מיר זעען מיט די אויגן. הצד השוה שבהן אז סיי דער מוח און סיי די אויגן קענען גוט פארפירן.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט