ספר קדושת יו"ט

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

ספר קדושת יו"ט

שליחה דורך סאו וואט »

מ'האט שוין אמאל דא באהאנדעלט וועגען א מדרש וואס סאטמאר רב זצ"ל דער דברי יואל ברענגט אראפ און מ'האט עס נישט אין ערגעץ געפונען אזא מדרש.

יעצט קומט אריין אין די נייעס אויף סאטמארע פארום המכונה אייוועלט אז תלמידי וחסידי סאטמאר מהר"א, וואס האבען ארויסגעגעבן דו נייע קדושת יו"ט, און נספח לבסופו תוספות יו"ט.
האבען בשאט נפש בזדון ובמזיד מזייף געוועהן פאקטן.

בקיצור, עפעס א ספר ברענגט אראפ אן עובדא, אז דער עצי חיים האט נישט געוואלט לערנען בהתמדה אלס יונגעל, און דער קדושת יו"ט האט אראפגענומען זיין סטראפ, געמאכט א לשם יחוד קוב"ה בדחילו ורחימו, און איהם געשלאגען.

איז געקומען חסידי מהר"א וואס האבען גע'ארבעט אויפ'ן ספר, און משמיט געוועהן דער עצי חיים, נאר ס'איז געוועהן באחת מיו"ח. און ווי פארשטענדליך אוועק גענומען דער פאקט, אז מ'האט איהם געשלאגן ווייל שלא רצה ללמוד בהתמדה.

יעדער ווערט געבוירען הייליג און טייער, קדוש מרחם אמו.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

דאס איז לפענ"ד א גרויסע עוולה אז דו ביסט מעתיק פון א ספר דו שרייבסט דיין מקור, דאן לאז עס ווי עס איז.
דער קעפל פון דער אשכול קען זיין מער כלליותדיגע געשטימט, אויסער אויב איז דא נאך עטליכע פלעצער ווי דער מחבר האט געטוישט ווערטער לפי רוחו.
אויב איז דאס דער איינציגסטער מאל פעהלט נישט אויס קיין אשכול מיוחד דערויף.

להענין, דארט אויף אייוועלט שרייט יעדע כאילו זיי האבן געהאט א גענעראל פארזאמלונג צו שטימען אז דאס איז נישט קיין זיוף, איף ממילא איז די אלע שרייערס דארט כאילו פה אחת לו, דאס אין פאקטישע זינען הייסט יא פארדרייען פאקטישע פונקטן פון די טייטלבוים היסטורי. זיי זענען בלינד צו זייערע נגיעות.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

איך האלט פארקערט אז יענע ספר פון ווי דער מקור שטאמט, וואלט נישט געדארפט שרייבן דעם נאמען ווייל עס לייגט גארנישט צו צי די מעשה און ס'נישט קיין שום לימוד לדורות,
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

גאלד האט געשריבן:איך האלט פארקערט אז יענע ספר פון ווי דער מקור שטאמט, וואלט נישט געדארפט שרייבן דעם נאמען ווייל עס לייגט גארנישט צו צי די מעשה און ס'נישט קיין שום לימוד לדורות,
.

דער בעמח"ס פרי אהרן איז נפטר געווארען אין א"י שנת תשי"ט, רבי יחזקאל ראטה איז געוועהן און האלט זיך פון איינע פון זיינע תלמידים,

עכ"פ יעדע מחבר מעג, קען, און איז בארעכטיגט צו שרייבען אין זיין אייגענעם חיבור וואס ער וויל, איך פארשטיי בכלל נישט ווי איינע קען בכלל זאגען פארקערט. האסטו געהערט א זאנץ, א נייע דערהער, יעדער וואס וויל מחבר זיין א ספר דארף דורך גיין א צענזור.

אויב דיר געפעלט נישט דעם ספר נוץ עס נישט, לייג איז בגניזה שמות אפילו לשריפה ווי אזוי דו שמעקסט, אבער אז די ביסט יא גרייט צו מעתיק זיין פון יענעם באטרעפענעם ספר, זיי מעתיק געהעריג, אסאך אסאך פראבלעמען שאפט זיך טאקע פון אט די שלעכטע גאנג.

צו עס איז א זיוף ווייס איך נישט, אבער זיכער א נאנטער קרוב צו זיוף.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

געזונטערהייט, זכות בידו צו שרייבן וואס ער וויל, נאר מיין עניית דעתי השפל קלערט, אז ס'א ראנג דעסיזשען,
ווייל דער פרט פון וועם און פארוואס האט גארנישט מיט
the moral of the story
ער וויל דאך ארויסברענגן די גדלות פונעם קדושת יו"ט אז ער האט געמאכט א לשם יחוד פארן געבן פעטש,
נו למאי נפק"מ וועמען, אפשר זאל אויך פארציילן וואסערע קאליר סטראפ ער האט געניצט, וועלכער חלק פונעם גוף ער האט געגעבן די פעטש,
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

הייסט די דרייסט ארום דעם דאשיק
דער גאנצע פראבלעם דא האט זיך שוין אנגעהויבען פאר קנאפע 60 יאר צוריק ווען עס איז לכאורה געשריבען געווארען, היתכן ער קען זיין א גרויסע ערליכע רב אבער דאך ווי אזוי האט ער זיך דערוואגט צו שרייבט מער וויל ער האט געדארפט?

אין לאמיר זאגען, נניח, אז דער פרי אהרן האט זיך צושריבען, אבער דער בעל תוספות יום טוב וואס האט מעתיק געוועהן דעם פרי אהרן האט געטוהן אסאך א גרעסערע עוולה דורך פעלטשן א געדריקטע ספר.

דו קענסט דיך האלטן ביי דיינס. אבער ב"ה לא אלמן ישראל, אין איינער האט עס ארויף געשטעלט און דאס מפרסם געוועהן, ס'נישט קיין הפקר וועלט. ס'נישט אזוי פיל די פרטים וואס דער תוספות יום טוב האט ארויס געלאזט, נאר אז דער יענע האט מגלה אז מ'קען נישט גלייבען ווייל קען זיין ער האט משנה געוועהן, און אז ער האט איינמאל משנה געוועהן קען זיין ער האט ערגעץ ווי אין דעם ספר - מער ווי איינמאהל געדרייט.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

דער בעל תוס' יו"ט איז נישט דא צו איבערדרוקן דעם ספר פרי אהרן, ער איז לגמרי נישט משועבד צו מעתיק זיין יעדעס ווארט,
ער איז דא צו מלקט זיין ענינים וואס איז נאר נוגע לגדלתו של אותו צדיק הרה"ק רחי"ל מ'סיגעט זצ"ל,
און הרשות בידו צו "משמט" זיין פרטים וואס איז נישט נוגע און נישט לתועלת, דאס הייסט נישט "מזייף" זיין, דאס איז "משמט" זיין
איך זעה נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם,
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

סאו וואט האט געשריבן:האבען בשאט נפש בזדון ובמזיד מזייף געוועהן פאקטן.

פארן ליינען ווייטער האט מיר אנגעכאפט א שרעק און א ציטער, ממש זיוף אויפן העכסטן פארנעם נאך בזדון און במזיד ובשאט נפש....

גראדע וואלט איך ווען שטארק הנאה געהאט אז זיי שרייבן יא דעם נאמען, טאקע צוליב דעם וואס איז באקאנט אז דער עצי חיים זצ"ל איז געווען א שטארקער מתמיד און געוואלדיגע דענקער, זאלן כאטש די דורות וויסן אז ער האט אויך געהאט א טאג וואס ער האט נישט געלערנט בהתמדה און דאך אויסגעוואקסן דער גאון און מתמיד.

אבער זיוף??????? ווייט דערפון
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גראדע איז מושיען של ישראל אויך גילטי אויף די זעלבע "עוולה" מערערע מאל,
ער איז מצטט און מעתיק שטיקער פון אנדערע מקומות, אבער ברענגט נאר אראפ די געציילטע קטעים וואס ברענגען ארויס די גרויסקייט פון דעם רבי'ן, טאמער איז דא עפעס לא לפי גדלו וועט ער עס שטייצעך נישט אראפברענגען, היות דער ספר איז דאך מיוסד געווארן נאר אויף צו פארציילן דעם גרויסקייט פון רבי'ן.
זעהט אויס אז עס איז נהוג צו טון אזעלכע זאכן, און יעדער חסיד וועט טון אזוינס כלפי זיין רבי'ן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ממש א ראיה ניצחת! מושיען איז וועלט באקאנט (צוזאמען מיט ר' עזריאל) פאר א זייפן שקרן ובעקער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

דער פאיע רב זכרונו לברכה האט געהאט מעשיות נאר פון די יארן תש"ח-תש"י, דערנאך איז ער געגאנגען BLANK און צוגאב האט ער געהאט א מעשה פאר יעדע געלעגנהייט זאל זיין סיי וועלעכע נושא, באלד האט ער געהאט א "בדידי הוי עובדא בשנת תש"ח..."

מ'קען נישט גלייבען קיין ליקוטים, וואלט ער נאר געזאלט אראפ ברענגן מראי מקומות און פארטיג, ביסט יא מעתיק זיי מעתיק געהעריג.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

שליחה דורך סאו וואט »

באטאם ליין: ס'איז א זיוף.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

איך אויך האט געשריבן:ממש א ראיה ניצחת! מושיען איז וועלט באקאנט (צוזאמען מיט ר' עזריאל) פאר א זייפן שקרן ובעקער.

נאך עניטיים ווי אורטנערס בעלזא שקרים
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

יא זיוף נישט זיוף, גלייך איז עס זיכער נישט.

אבער לענין, איך האלט אז שעפטל האט נאך אנגעכאפט די שטערקסטע נקודה. פערד וואס איר זענט, אדרבא, לערן אויס דעם אינגען דור אז אפילו אזא גרויסער מענטש איז נישט געבוירן אזוי, און זיין טאטע האט אים אגעשלאגן, און ער האט זיך אוועק געשטעלט און אויסגעוואקסן. וויזוי זענען מענטשן אזוי פלאטשיג און קורצזיכטיג.

איז דען נישט באשריבן און געדרוקט די מעשה פון דעם רבין ר' אלימלך'ס זון וועלכער האט ביז די בר מצוה זיינער נישט געלערנט און נישט געדאווענט, און עפעס האט דער רבי ר' אלימלך אים געלאזט מאכן מלבושים צו די בר מצוה מיט גרויס כונה, כ'געדענק שוין נישט פונקטליך אבער איך געדענק אז עס ווערט באשריבן. וואס איז די בושה.

דאס ברענגט אריין ביי אונז דעם נארישן בליק אז מען טאר נישט האבן א נסיון, די עבירה איז דאס האבן א נסיון. און די חרבנות וואס דאס ברענגט אן. נו, לאמיך שוין נישט רעדן אזויפיל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:ממש א ראיה ניצחת! מושיען איז וועלט באקאנט (צוזאמען מיט ר' עזריאל) פאר א זייפן שקרן ובעקער.

נאך עניטיים ווי אורטנערס בעלזא שקרים

דער "מושיען של ישראל" איז מערסטנס פאנטאזיעס און בויך סברות... אבער דאס ווערט נאכנישט בעסער ווייל "ארטנער" האט געשריבן בויך קוועטשענישן איבער אדמו"רי בעלזא...!
פארשפארט