יונגערמאן שטעלט אפ א טראק דרייווער זאל אים דעליווערן זיין בעיבי
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
יונגערמאן שטעלט אפ א טראק דרייווער זאל אים דעליווערן זיין בעיבי
New York, NY - A tow truck driver from the borough that houses Yankee Stadium, delivered a baby ad hoc in East Harlem, after being flagged down by a New York couple.
Antonio Paulino was driving his tow truck through East Harlem when a man called his attention and informed him that his wife was going into labor.
“My wife is giving birth,” the man told Paulino, according to the New York Post.
The couple about to receive their child was Orthodox Jewish, and the father to be informed Paulino that it was against his religion for his wife or the baby to be touched by the husband during the birth.
“I reached in and took the baby out,” Paulino told the Post.

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
זר זהב האט געשריבן:New York, NY - A tow truck driver from the borough that houses Yankee Stadium, delivered a baby ad hoc in East Harlem, after being flagged down by a New York couple.
Antonio Paulino was driving his tow truck through East Harlem when a man called his attention and informed him that his wife was going into labor.
“My wife is giving birth,” the man told Paulino, according to the New York Post.
The couple about to receive their child was Orthodox Jewish, and the father to be informed Paulino that it was against his religion for his wife or the baby to be touched by the husband during the birth.
“I reached in and took the baby out,” Paulino told the Post.
דער אינגערמאן איז א גרויסע נאר.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

יאשערקויעח פאר די אינפא!
שאדט אייך צו ברענגן א לינק?
לייק פאר'ן חומר
דיסלייק פאר'ן חסרון הלינק
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
יאנקל האט געשריבן:יידל האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:New York, NY - A tow truck driver from the borough that houses Yankee Stadium, delivered a baby ad hoc in East Harlem, after being flagged down by a New York couple.
Antonio Paulino was driving his tow truck through East Harlem when a man called his attention and informed him that his wife was going into labor.
“My wife is giving birth,” the man told Paulino, according to the New York Post.
The couple about to receive their child was Orthodox Jewish, and the father to be informed Paulino that it was against his religion for his wife or the baby to be touched by the husband during the birth.
“I reached in and took the baby out,” Paulino told the Post.
דער אינגערמאן איז א גרויסע נאר.
א נאר? א רשע!
ס'דערמאנט די גמרא אין סוטה: "היכי דמי חסיד שוטה? כגון דקא טבעה איתתא בנהרא ואמר לאו אורח ארעא לאיסתכולי בה ואצולה."
אויף 'וואס איז נייעס' ברענגען זיי די מעשה, און טייל קאמענטירער זענען טאקע מציין דעם גמרא וואס דו ברענגסט; אבער ס'רוב איבריגע פארשטייען אז דאס איז נישט געווען בלויז אלס פרומקייט, נאר בעיקר פון פארלוירענקייט און נישט האבענדיג דעם קאפ אויפן פלאץ, האט ער געטון די ערשטע עצה וועלכע איז אריינגעשפרינגען אין זיין קאפ און האט טאקע מצליח געווען ב"ה. ועל כגון דא אמרו חז"ל הוי דן את כל האדם לכף זכות, ואל תדין את חברך עד שתגיע למקומו. וואס וואלסטו געטון אין יענעמ'ס מצב? וואלסטו גערן געהאט דאס קינד אליינס? אדער ס'וואלט דיר געווארפן אלע אברים פאר שרעק און פארלוירענקייט?
וירח ה' את ריח הניחוח
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:...ס'רוב איבריגע פארשטייען אז דאס איז נישט געווען בלויז אלס פרומקייט, נאר בעיקר פון פארלוירענקייט און נישט האבענדיג דעם קאפ אויפן פלאץ, האט ער געטון די ערשטע עצה וועלכע איז אריינגעשפרינגען אין זיין קאפ און האט טאקע מצליח געווען ב"ה. ועל כגון דא אמרו חז"ל הוי דן את כל האדם לכף זכות, ואל תדין את חברך עד שתגיע למקומו. וואס וואלסטו געטון אין יענעמ'ס מצב? וואלסטו גערן געהאט דאס קינד אליינס? אדער ס'וואלט דיר געווארפן אלע אברים פאר שרעק און פארלוירענקייט?
איך ווייס נישט וואס איך וואלט געטאן למעשה אויב איך וואלט געווען אין די זעלבע סיטואציע, איך ווייס אבער יא אז ווען מיין ווייב איז אריין צום ערשטן מאל אינעם 7'טען חודש זענען מיר איבערגעגאנגען וואס צו טון אויב זי דארף האבן דאס קינד און זי איז גענצליך אליין און וואס צו טון ווען איך אדער א פרעמדער איז מיט איר און זי קען נישט צוקומען צו א מעדיקעל ספעציאליסט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:יידל האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:New York, NY - A tow truck driver from the borough that houses Yankee Stadium, delivered a baby ad hoc in East Harlem, after being flagged down by a New York couple.
Antonio Paulino was driving his tow truck through East Harlem when a man called his attention and informed him that his wife was going into labor.
“My wife is giving birth,” the man told Paulino, according to the New York Post.
The couple about to receive their child was Orthodox Jewish, and the father to be informed Paulino that it was against his religion for his wife or the baby to be touched by the husband during the birth.
“I reached in and took the baby out,” Paulino told the Post.
דער אינגערמאן איז א גרויסע נאר.
א נאר? א רשע!
ס'דערמאנט די גמרא אין סוטה: "היכי דמי חסיד שוטה? כגון דקא טבעה איתתא בנהרא ואמר לאו אורח ארעא לאיסתכולי בה ואצולה."
אויף 'וואס איז נייעס' ברענגען זיי די מעשה, און טייל קאמענטירער זענען טאקע מציין דעם גמרא וואס דו ברענגסט; אבער ס'רוב איבריגע פארשטייען אז דאס איז נישט געווען בלויז אלס פרומקייט, נאר בעיקר פון פארלוירענקייט און נישט האבענדיג דעם קאפ אויפן פלאץ, האט ער געטון די ערשטע עצה וועלכע איז אריינגעשפרינגען אין זיין קאפ און האט טאקע מצליח געווען ב"ה. ועל כגון דא אמרו חז"ל הוי דן את כל האדם לכף זכות, ואל תדין את חברך עד שתגיע למקומו. וואס וואלסטו געטון אין יענעמ'ס מצב? וואלסטו גערן געהאט דאס קינד אליינס? אדער ס'וואלט דיר געווארפן אלע אברים פאר שרעק און פארלוירענקייט?
עכ"פ נחזור לענינינו. ווי אזוי רעדט מען צו קינדער בעפאר מען האט א ניי-געבוירן קינד?
דאס איז נישט פארלוירנקייט. ער האט קלאר געזאגט אז זיין פראבלעם איז פרומקייט. ער איז לאו דוקא א רשע, ער איז בלויז א פראדוקט פון אונזער סיסטעם. מיר שמועסן דא וואס מ'ברויך זאגן פאר קליינע קינדער. אבער וואס מ'ברויך זאגן פאר ערוואקסענע מענטשן איז קיינעם נישט בייגעפאלן אז ס'איז א פראגע. אבער ס'איז דאך א פאקט, טאטעס פון קינדער ווייסן נישט וויאזוי צו ניצן די שטח צווישן די צוויי אויערן.
- קאמפיאטער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
- קאנטאקט:
קארל האט געשריבן:דער יונגערמאן איז נעבעך א פראדוקט פון אונזער שוווארץ-און-ווייסן חינוך. אויב מ׳לערנט אז עפעס איז אסור - איז עס אסור.
קארל איר זענט ראנג!
עס איז יא שווארטץ אויף ווייס, יא אסור איז אסור, אויב מען איז מתיר עפעס וואס איז אסור אלץ פקיח נפש איז עס נישט גרעי, עס איז ווייס!! אין אויב מען אסרט עפעס איז עס שווארטץ!!
איר האט א ראנג בליק אויף די גאנצע אידישקייט.
יעצט דא איך ווייס נישט די הלכה אבער איך שטעל מיר פאר ער איז געווען פארבינדען מיט א דיין אין אויב עס איז געווען א מעגלעכקייט עס זאל נישט ציקימען צי א איסור איז ער געווען מחיוב צי טין וואס די תורה פארלאנגט. (מיינע ווערטער זענען נאר אויב ער איז געווען פארבינדען מיט א דיין אויב נישט איז ער א מעשיגענער. אן קיין שכל אין אזא איינער איז נישט קיין פראדוקט פין אינזער חינוך.)
אויף מחלל שבת זיין אפי' עס איז פקיח נפש איז אויך דא הלכות וואס אין וויאזוי, אין וואס מען מעג איז ווייס! אין וואס נישט איז שווארטץ! עס איז נישט דא אזא זאך ווי גרעי סאררי..
מיר זענען שטאלצע אידן אין מיר פארמאגן א תורה וואס פירט אינז!!
actually; i'm using my blackberry more than my computer
- נס קאווע
- היימישער באניצער
- הודעות: 411
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל
קאמפיאטער האט געשריבן:קארל האט געשריבן:דער יונגערמאן איז נעבעך א פראדוקט פון אונזער שוווארץ-און-ווייסן חינוך. אויב מ׳לערנט אז עפעס איז אסור - איז עס אסור.
קארל איר זענט ראנג!
עס איז יא שווארטץ אויף ווייס, יא אסור איז אסור, אויב מען איז מתיר עפעס וואס איז אסור אלץ פקיח נפש איז עס נישט גרעי, עס איז ווייס!! אין אויב מען אסרט עפעס איז עס שווארטץ!!
איר האט א ראנג בליק אויף די גאנצע אידישקייט.
יעצט דא איך ווייס נישט די הלכה אבער איך שטעל מיר פאר ער איז געווען פארבינדען מיט א דיין אין אויב עס איז געווען א מעגלעכקייט עס זאל נישט ציקימען צי א איסור איז ער געווען מחיוב צי טין וואס די תורה פארלאנגט. (מיינע ווערטער זענען נאר אויב ער איז געווען פארבינדען מיט א דיין אויב נישט איז ער א מעשיגענער. אן קיין שכל אין אזא איינער איז נישט קיין פראדוקט פין אינזער חינוך.)
אויף מחלל שבת זיין אפי' עס איז פקיח נפש איז אויך דא הלכות וואס אין וויאזוי, אין וואס מען מעג איז ווייס! אין וואס נישט איז שווארטץ! עס איז נישט דא אזא זאך ווי גרעי סאררי..
מיר זענען שטאלצע אידן אין מיר פארמאגן א תורה וואס פירט אינז!!
איך גלייב אויך שווער אז ס' איז גיווען וועגן פרומקייט אבער אז ס'איז מותר דארפן די דיינים זאגן פונקט ווי די איבעריגע הלכות און דאס איז די זעלבע ווי עס שטייט אין הלכות שבת השואל הרי זה מגונה והנשאל (דער דיין) הרי זה שופך דמים
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
קאמפיאטער האט געשריבן:קארל האט געשריבן:דער יונגערמאן איז נעבעך א פראדוקט פון אונזער שוווארץ-און-ווייסן חינוך. אויב מ׳לערנט אז עפעס איז אסור - איז עס אסור.
קארל איר זענט ראנג!
עס איז יא שווארטץ אויף ווייס, יא אסור איז אסור, אויב מען איז מתיר עפעס וואס איז אסור אלץ פקיח נפש איז עס נישט גרעי, עס איז ווייס!! אין אויב מען אסרט עפעס איז עס שווארטץ!!
איר האט א ראנג בליק אויף די גאנצע אידישקייט.
יעצט דא איך ווייס נישט די הלכה אבער איך שטעל מיר פאר ער איז געווען פארבינדען מיט א דיין אין אויב עס איז געווען א מעגלעכקייט עס זאל נישט ציקימען צי א איסור איז ער געווען מחיוב צי טין וואס די תורה פארלאנגט. (מיינע ווערטער זענען נאר אויב ער איז געווען פארבינדען מיט א דיין אויב נישט איז ער א מעשיגענער. אן קיין שכל אין אזא איינער איז נישט קיין פראדוקט פין אינזער חינוך.)
אויף מחלל שבת זיין אפי' עס איז פקיח נפש איז אויך דא הלכות וואס אין וויאזוי, אין וואס מען מעג איז ווייס! אין וואס נישט איז שווארטץ! עס איז נישט דא אזא זאך ווי גרעי סאררי..
מיר זענען שטאלצע אידן אין מיר פארמאגן א תורה וואס פירט אינז!!
עץ חיים היא למחזיקים בה. דרכיה דרכי נועם! דאס אז דו ביסט אזוי ווייט פארקראכן אז דו קענסט בכלל נישט זען די קשר פון א רעליגיע מיט'ן בעסערונג פונ'ם מענטשהייט איז א באווייז אויף דיין געוואלדיקע חינוך.
די וויכוח צווישן קארל-דבילה און קאמפיוטער איז נישט קיין נייער
עס זעהט אויס ווי מען האט אהער געברענגט רבי שמשון רפאל הירש - צו פארטיידיגן די גאנג אז די תורה איז א דרך חיים וואס הארמאנירט זייער גוט מיטן צלם אלקים און מענטשלט אויס א ריכטיגער דרך חיים, און מוז גיין מיט דרכי נועם, מיט חן און נימוס. ער ברענגט אפיר די שיינע פסוקים פון דרכיה דרכי נועם און וחי בהם, כי הוא חכמתם ובינתכם.
און לעומת זה האמיר דא רבי הילל קאלאמייער זאל אפירקראצן די תוכחה, די "והתהלכתי אף אני עמכם בחמת קרי"... מזי רעב ולחומי רשף, יהרג ואל יעבור, לא כרעו לבעל וכדומה.
דאס איז א נצחיות'דיגע מחלוקה צווישן משה רבינו און פנחס בן אלעזר,
ישעיה הנביא רעדט נישט די זעלבע שפראך ווי רפרם בר פפא'ס איבעיא להו'ס
רמב"ם און רבי משה פאפירוס זענען צוויי וועלטן
די חובת הלבבות'סנס לייף סטייל איז ווייט פון הגה זאגט די רמא ויש ליטול ידים בסירוגין אחר נטילת צפרניים אב גדה"ה משום רוח רעה השורה וכו' - אזוי ווייט ווי סאטמאר איז פון שעכטער סעמינאר.
די מחלוקה וועט ווייטער אנהאלטן, און יעדן פרואוו צו מתווכח זיין וועט קיין ערגעץ אנקומען. עס וועט זיין א וויכוח פון שטומע, הא לן והא להו ולא פליגי.
אבער דאס איז זיכער אז יד החסידים על העליונה, ויד החסידים שוטים על העליונה שבעליונה.
בדרך אגב, אלס א גלייכווערטל, דער טראק דרייווער איז לכאורה א פאסיגער קאנדידאט צו זיין אן אינטערנעט שבת גוי, נאכן זיך באקענען פון די נאנט מיט די שלא כרעו לבעל'דיגע ברכיים, און נאכן זאגן "ולא שבת גוי אני שידי מלוכלכות בדם שפיר ושליא"
עס זעהט אויס ווי מען האט אהער געברענגט רבי שמשון רפאל הירש - צו פארטיידיגן די גאנג אז די תורה איז א דרך חיים וואס הארמאנירט זייער גוט מיטן צלם אלקים און מענטשלט אויס א ריכטיגער דרך חיים, און מוז גיין מיט דרכי נועם, מיט חן און נימוס. ער ברענגט אפיר די שיינע פסוקים פון דרכיה דרכי נועם און וחי בהם, כי הוא חכמתם ובינתכם.
און לעומת זה האמיר דא רבי הילל קאלאמייער זאל אפירקראצן די תוכחה, די "והתהלכתי אף אני עמכם בחמת קרי"... מזי רעב ולחומי רשף, יהרג ואל יעבור, לא כרעו לבעל וכדומה.
דאס איז א נצחיות'דיגע מחלוקה צווישן משה רבינו און פנחס בן אלעזר,
ישעיה הנביא רעדט נישט די זעלבע שפראך ווי רפרם בר פפא'ס איבעיא להו'ס
רמב"ם און רבי משה פאפירוס זענען צוויי וועלטן
די חובת הלבבות'סנס לייף סטייל איז ווייט פון הגה זאגט די רמא ויש ליטול ידים בסירוגין אחר נטילת צפרניים אב גדה"ה משום רוח רעה השורה וכו' - אזוי ווייט ווי סאטמאר איז פון שעכטער סעמינאר.
די מחלוקה וועט ווייטער אנהאלטן, און יעדן פרואוו צו מתווכח זיין וועט קיין ערגעץ אנקומען. עס וועט זיין א וויכוח פון שטומע, הא לן והא להו ולא פליגי.
אבער דאס איז זיכער אז יד החסידים על העליונה, ויד החסידים שוטים על העליונה שבעליונה.
בדרך אגב, אלס א גלייכווערטל, דער טראק דרייווער איז לכאורה א פאסיגער קאנדידאט צו זיין אן אינטערנעט שבת גוי, נאכן זיך באקענען פון די נאנט מיט די שלא כרעו לבעל'דיגע ברכיים, און נאכן זאגן "ולא שבת גוי אני שידי מלוכלכות בדם שפיר ושליא"
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
היות קאמפיוטער האטמעך אנגעפרעגט אין אישי איך זאל קלארער מאכן על מה יצא אפי, 'עלעך פרובירן נאכאמאל.
דו שרייבסט כאילו דער אינגערמאן איז געווען בקשר מיט א דיין וואס איז מסתמא לא דובים ולא יער. א דיין וואלט קיינמאל אזוינס געזאגט. ווי פוסקים אין הלכות שבת ברענגן קלאר ארויס איז דער עצם פארלאנג צו מברר זיין די הלכה ביי פיקוח נפש א טיפשות.
נארוואדען? דו פארשטייסט אז די וויכטיגקייט פון א מאן זאל נישט צורירן זיין פרוי וואס איז יושבת על המשבר און א טריט אוועק פון טויט אן די נויטיגע הילף איז גענוק וויכטיג אז דער אינגערמאן זאל אפילו קענען אינזין האבן צו ער גייט יעצט יא אדער נישט ארויס העלפן אדער זיך פארלאזן אויף דעם פאלנעם טראק דרייווער, דאס פארשטייסטו אז ס'איז א געוואלדיקע סימן פון ציות להלכה און א בר דעת! ער האט זיך ב"ה ארויסגעדרייט פון אולי צורירן זיין בלוטיקע צאפלדיקע ווייב, און ח"ו דערנאך צוקומען צו חיבוק ונישוק, און ווער ווייסט צו ער וואלט זי נישט בועל געווען אויפ'ן פלאץ!
וויפול ווייטער פון הומאניטי איז מעגליך צו גיין?
דבילה האט געשריבן:קאמפיאטער האט געשריבן:קארל האט געשריבן:דער יונגערמאן איז נעבעך א פראדוקט פון אונזער שוווארץ-און-ווייסן חינוך. אויב מ׳לערנט אז עפעס איז אסור - איז עס אסור.
קארל איר זענט ראנג!
עס איז יא שווארטץ אויף ווייס, יא אסור איז אסור, אויב מען איז מתיר עפעס וואס איז אסור אלץ פקיח נפש איז עס נישט גרעי, עס איז ווייס!! אין אויב מען אסרט עפעס איז עס שווארטץ!!
איר האט א ראנג בליק אויף די גאנצע אידישקייט.
יעצט דא איך ווייס נישט די הלכה אבער איך שטעל מיר פאר ער איז געווען פארבינדען מיט א דיין אין אויב עס איז געווען א מעגלעכקייט עס זאל נישט ציקימען צי א איסור איז ער געווען מחיוב צי טין וואס די תורה פארלאנגט. (מיינע ווערטער זענען נאר אויב ער איז געווען פארבינדען מיט א דיין אויב נישט איז ער א מעשיגענער. אן קיין שכל אין אזא איינער איז נישט קיין פראדוקט פין אינזער חינוך.)
אויף מחלל שבת זיין אפי' עס איז פקיח נפש איז אויך דא הלכות וואס אין וויאזוי, אין וואס מען מעג איז ווייס! אין וואס נישט איז שווארטץ! עס איז נישט דא אזא זאך ווי גרעי סאררי..
מיר זענען שטאלצע אידן אין מיר פארמאגן א תורה וואס פירט אינז!!
עץ חיים היא למחזיקים בה. דרכיה דרכי נועם! דאס אז דו ביסט אזוי ווייט פארקראכן אז דו קענסט בכלל נישט זען די קשר פון א רעליגיע מיט'ן בעסערונג פונ'ם מענטשהייט איז א באווייז אויף דיין געוואלדיקע חינוך.
דו שרייבסט כאילו דער אינגערמאן איז געווען בקשר מיט א דיין וואס איז מסתמא לא דובים ולא יער. א דיין וואלט קיינמאל אזוינס געזאגט. ווי פוסקים אין הלכות שבת ברענגן קלאר ארויס איז דער עצם פארלאנג צו מברר זיין די הלכה ביי פיקוח נפש א טיפשות.
נארוואדען? דו פארשטייסט אז די וויכטיגקייט פון א מאן זאל נישט צורירן זיין פרוי וואס איז יושבת על המשבר און א טריט אוועק פון טויט אן די נויטיגע הילף איז גענוק וויכטיג אז דער אינגערמאן זאל אפילו קענען אינזין האבן צו ער גייט יעצט יא אדער נישט ארויס העלפן אדער זיך פארלאזן אויף דעם פאלנעם טראק דרייווער, דאס פארשטייסטו אז ס'איז א געוואלדיקע סימן פון ציות להלכה און א בר דעת! ער האט זיך ב"ה ארויסגעדרייט פון אולי צורירן זיין בלוטיקע צאפלדיקע ווייב, און ח"ו דערנאך צוקומען צו חיבוק ונישוק, און ווער ווייסט צו ער וואלט זי נישט בועל געווען אויפ'ן פלאץ!
וויפול ווייטער פון הומאניטי איז מעגליך צו גיין?
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:די וויכוח צווישן קארל-דבילה און קאמפיוטער איז נישט קיין נייער
עס זעהט אויס ווי מען האט אהער געברענגט רבי שמשון רפאל הירש - צו פארטיידיגן די גאנג אז די תורה איז א דרך חיים וואס הארמאנירט זייער גוט מיטן צלם אלקים און מענטשלט אויס א ריכטיגער דרך חיים, און מוז גיין מיט דרכי נועם, מיט חן און נימוס. ער ברענגט אפיר די שיינע פסוקים פון דרכיה דרכי נועם און וחי בהם, כי הוא חכמתם ובינתכם.
און לעומת זה האמיר דא רבי הילל קאלאמייער זאל אפירקראצן די תוכחה, די "והתהלכתי אף אני עמכם בחמת קרי"... מזי רעב ולחומי רשף, יהרג ואל יעבור, לא כרעו לבעל וכדומה.
דאס איז א נצחיות'דיגע מחלוקה צווישן משה רבינו און פנחס בן אלעזר,
ישעיה הנביא רעדט נישט די זעלבע שפראך ווי רפרם בר פפא'ס איבעיא להו'ס
רמב"ם און רבי משה פאפירוס זענען צוויי וועלטן
די חובת הלבבות'סנס לייף סטייל איז ווייט פון הגה זאגט די רמא ויש ליטול ידים בסירוגין אחר נטילת צפרניים אב גדה"ה משום רוח רעה השורה וכו' - אזוי ווייט ווי סאטמאר איז פון שעכטער סעמינאר.
די מחלוקה וועט ווייטער אנהאלטן, און יעדן פרואוו צו מתווכח זיין וועט קיין ערגעץ אנקומען. עס וועט זיין א וויכוח פון שטומע, הא לן והא להו ולא פליגי.
אבער דאס איז זיכער אז יד החסידים על העליונה, ויד החסידים שוטים על העליונה שבעליונה.
בדרך אגב, אלס א גלייכווערטל, דער טראק דרייווער איז לכאורה א פאסיגער קאנדידאט צו זיין אן אינטערנעט שבת גוי, נאכן זיך באקענען פון די נאנט מיט די שלא כרעו לבעל'דיגע ברכיים, און נאכן זאגן "ולא שבת גוי אני שידי מלוכלכות בדם שפיר ושליא"
קופערניקעס געוואלדיק. כמותך ירבו בישראל ונאמר אמן!
- קאמפיאטער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
- קאנטאקט:
אז איר וועט איבער קיקן וואס איך האב געשריבן וועט איר זעהן אז איך האב מיר דירעקט נישט געוואלט באציען אויף די מעשה איך האב עס ארים גענימען פין ביידע זייטן מיט עפעס אנדערש.
איך האב מיר די עיקר באצויגן צי קארל אין זיינע ווערטער וואס ער זאגט אז אידישקייט איז נישט נאר אסור אין מותר/שווארטץ אין ווייס, אויף דעם האב איך געזאגט אז ווען מען איז עפעס מתיר איז עס נישט גרעי עס איז ווייס אין ווען מען אסר'ט עפעס איז עס שווארטץ. אין יא עס איז יא אסור אין מותר/שווארטץ אין ווייס.
פין קארל זעהט אויס ווי ער איז אויפגערעגט אויף די חינוך וואס ער האט בייקימען, אקעי עס איז א נארמאלע זאך אבער דארפסט קענען מבחין זיין וואס יא אין וואס נישט גיי נישט יעצט מיטן קאפ אין וואנט אריין.
איך האף איר פארשטייט וואס איך מיין אויב נישט וועל איך טרייען מסבר צי זיין.
איך האב מיר די עיקר באצויגן צי קארל אין זיינע ווערטער וואס ער זאגט אז אידישקייט איז נישט נאר אסור אין מותר/שווארטץ אין ווייס, אויף דעם האב איך געזאגט אז ווען מען איז עפעס מתיר איז עס נישט גרעי עס איז ווייס אין ווען מען אסר'ט עפעס איז עס שווארטץ. אין יא עס איז יא אסור אין מותר/שווארטץ אין ווייס.
פין קארל זעהט אויס ווי ער איז אויפגערעגט אויף די חינוך וואס ער האט בייקימען, אקעי עס איז א נארמאלע זאך אבער דארפסט קענען מבחין זיין וואס יא אין וואס נישט גיי נישט יעצט מיטן קאפ אין וואנט אריין.
איך האף איר פארשטייט וואס איך מיין אויב נישט וועל איך טרייען מסבר צי זיין.
actually; i'm using my blackberry more than my computer
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
קארל האט געשריבן:ווען א מענטש זעט זיין קינד אין א סכנה, און ער קען אים ראטעווען נאר דורך חילול שבת וועט נאר פאר א מענטש וועלכער האט פארלוירן זיין לעצט ביסל הומאניטעט דורכלויפן אין קאפ א מחשבה צי מ׳מעג פאר דעם מחלל שבת זיין און דערנאך זיך ענטפערן, ׳אה, יא, מ׳מעג, ווייל פיקוח נפש איז דוחה שבת.׳
א געזונטער מענטש אין אזא מצב טראכט נישט פון מה יאמרו הבריות, ער טראכט נישט פון וואס זיין רבי אדער מדריך האט אים אויסגעלערנט, און ער טראכט נישט פון א סעיף אין שולחן-ערוך. ער טראכט פון איין זאך: איך וויל ראטעווען מיין זון! און ער לויפט עס טון אן דעם וואס ער זאל בכלל דארפן אפירקראצן די הלכה איבער פיקוח נפש.
צו דערשטיקן די נאטירליכע אינסטינקטן אין צייט פון א קריזיס און דאן פראווען פרומער איד איז א סימפטאם פון א קארופטירטער נשמה, פון א מענטש וועלכער האט אוועקגעווארפן זיין צלם אלוקים אין אויסטויש פאר מענטשן-דיקטירטע דאקטרינעס.
קארל, איך קען נישט אינגאנצן מסכים זיין מיט דיינע ווערטער. מיר זענען אידן און די תורה קומט קלאר בעפאר אלעם. אפילו ווען ס׳איז פיקוח נפשות. אויף יעדע זאך האבן מיר קלארע הלכות, און מען דארף טראכטן בעפאר מען טוט.
ביי די שלש חמורות קוקט מען נישט אויף פיקוח נפש, נאר מ׳פסק׳נט יהרג ואל יעבור. ביי חילול שבת ווענדט זיך אין פארשידענע מצבים, צי קען מען טון דורך א גוי, אדער דורך א שינוי, און אודאי אז מען מאכט א חשבון אז ס׳איז פיקוח נפש ממש, דאן איז אודאי גאר א מצוה צו מחלל שבת זיין, וכל המרבה הרי זה משובח, אלעס צוליב מוטב שיחלל שבת אחת וכו׳.
אבער עכ״פ טראכטן מוז מען. אויב פרובירט מען אין קאפ צו מאכן א שנעלע תורה׳דיגע חשבון, איז מען אויסדרוקליך נישט קיין קארופטירטע נשמה, חס מלהזכיר.
(אריבערגעברענגט פון אן אנדערן אשכול)
וירח ה' את ריח הניחוח
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
די מעשה איז לכאורה ארויס גענומען פין קאנטעקסט
דער אינגערמאן, האט לכאורה נישט געוויסט ווי אזוי צו דעליווערען א בעיבי, אנגערעדט פין שאלות און הלכה וכו'..
האט ער געזוכט איינער זאל אים דעליווירען דער בעיבי וואס איז ממשמש ובא.
האט ער געטראפען איינער.
נאך דער דעליווירי, בעט דער אינגערמאן דער גוי זאל ביטע העלפען זיין ווייב ליגען צו זיצען, ווייל ער טאר זי נישט אנרירען, האט דער גוי געפרעגט פארוואס?
זאגט דער אינגערמאן איך טאר נישט.
שוין האט דער גוי דאס געזאגט פאר א ריפארטער וואס האט געמאכט מטעמים פין די מעשה...
א ראי' האסטו אז די מעשה איז נישט כמו שכתוב, ווייל מען מעג אנרירען דאס קינד, און אין די מעשה שטייט אז דער אינגערמאן האט געזאגט אז מען טאר נישט אנרירען דאס קינד און די מאמע.
אלא מאי??
עס איז צוגעפיצט, ומדהא ליתא הא ליתא..
אבער איין זאך איז טאקע דער אינגערמאן שולדיג פאר נישט אכטונג געבען ווי אזוי ער רעדט. עס איז דא א משוגעת ביי כמה בני אדם, וואס מיינען אז יעדער גוי איז ממש נייגעריק פאר דעם דבר אלקים, און עס איז מצוה צו זאגען וואס מער מצוות און מנהגים פאר א יעדער גוי פרייער מאדערנע איד, וואס מען קען נאר.
אויב עס איז א נארמאלע זאך, מהיכי תיתי, אבער זאכען וואס לעיני בשר זעהט עס אויס ווי א מילתא דתמיהא, פארוואס זאגען פאר איינער וואס דאס וועט בלויז האבען א נעגאטיווער עפעקט? ווילסט אים דען מגייר זיין? און אויב יא, מיינסטו אז עס וועט טאקע יענעם איינזעהן אז בראשית ברא אלקים?

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:קארל האט געשריבן:ווען א מענטש זעט זיין קינד אין א סכנה, און ער קען אים ראטעווען נאר דורך חילול שבת וועט נאר פאר א מענטש וועלכער האט פארלוירן זיין לעצט ביסל הומאניטעט דורכלויפן אין קאפ א מחשבה צי מ׳מעג פאר דעם מחלל שבת זיין און דערנאך זיך ענטפערן, ׳אה, יא, מ׳מעג, ווייל פיקוח נפש איז דוחה שבת.׳
א געזונטער מענטש אין אזא מצב טראכט נישט פון מה יאמרו הבריות, ער טראכט נישט פון וואס זיין רבי אדער מדריך האט אים אויסגעלערנט, און ער טראכט נישט פון א סעיף אין שולחן-ערוך. ער טראכט פון איין זאך: איך וויל ראטעווען מיין זון! און ער לויפט עס טון אן דעם וואס ער זאל בכלל דארפן אפירקראצן די הלכה איבער פיקוח נפש.
צו דערשטיקן די נאטירליכע אינסטינקטן אין צייט פון א קריזיס און דאן פראווען פרומער איד איז א סימפטאם פון א קארופטירטער נשמה, פון א מענטש וועלכער האט אוועקגעווארפן זיין צלם אלוקים אין אויסטויש פאר מענטשן-דיקטירטע דאקטרינעס.
קארל, איך קען נישט אינגאנצן מסכים זיין מיט דיינע ווערטער. מיר זענען אידן און די תורה קומט קלאר בעפאר אלעם. אפילו ווען ס׳איז פיקוח נפשות. אויף יעדע זאך האבן מיר קלארע הלכות, און מען דארף טראכטן בעפאר מען טוט.
ביי די שלש חמורות קוקט מען נישט אויף פיקוח נפש, נאר מ׳פסק׳נט יהרג ואל יעבור. ביי חילול שבת ווענדט זיך אין פארשידענע מצבים, צי קען מען טון דורך א גוי, אדער דורך א שינוי, און אודאי אז מען מאכט א חשבון אז ס׳איז פיקוח נפש ממש, דאן איז אודאי גאר א מצוה צו מחלל שבת זיין, וכל המרבה הרי זה משובח, אלעס צוליב מוטב שיחלל שבת אחת וכו׳.
אבער עכ״פ טראכטן מוז מען. אויב פרובירט מען אין קאפ צו מאכן א שנעלע תורה׳דיגע חשבון, איז מען אויסדרוקליך נישט קיין קארופטירטע נשמה, חס מלהזכיר.
(אריבערגעברענגט פון אן אנדערן אשכול)
זייט ווען איז אנרירן א פרוי א נדה שלא בדרך חיבה פון די שלש חמורות? און א'מרעדט שוין, איז אפילו ביאה ביי אן אשה נדה גאר מעורפל צו דאס איז ביהרג ואל יעבור, ק"ו ביי דעם!
קאמפיאטער האט געשריבן:פיין געזאגט שמעקעדיג!! ווי איז דבילה??
יעפ, דא בינעך! וואס איז אזוי פיין געזאגט? וואס נאך גייט באלד ווערן יהרג ואל יעבור? די אינטערנעט איז שוין אויך יהרג ואל יעבור? אבער דער אמת איז אז דאס האט מיט יהרג ואל יעבור גארנישט! דער ווייב זיינער איז עם פשוט מוקצה! זי איז קוים א מענטש! דער רב זיינע האט עם אויף אזוין פאל נישט אנגעזאגט וויאזוי זיך צו באגיין מיט די חשוב'ע רעביצין שתחיה איז ער נעבעך אינגאנצן פארלוירן. פרובירנדיק זיך ארויס צו זען פון דעם בלאטע הייבט ער אן מאכן חשבונות איבערן און אונטערן קאפ און פונקט קומט עם אונטער דעליווערי טראק דרייווער! דאס אידעך זיכער אלי' הנביא אליין! נו, אודאי דארף ער עם פארציילן וואסארא חשוב'ע אינגערמאן ער איז און וואס ער רירט יא אדער נישט! און דערנאך דארפן מיר אלע גיין פארענטפערן פאר אונזערע גוי'ישע קונדן, שותפים און שכנים אז דאס איז נאר א מינאריטעט וואס איז אזוי פארדומט!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 370
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 69 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

איך האב נישט קיין וועג דיך צו איבערצייגן אז דאס איז געווען די מעשה, ווייל איך קען נישט ארויסגיבן מיין מקור צוליב פארשטענדליכע סיבות. איך ווייס פון א קראנטן מקור אז דער יונגערמאן האט אליין אנגעפאנגען די דעליווערי לויט די אינסטראקשנס פון די 911 דיספעטשער, און די טראק דרייווער האט זיך אפגעשטעלט העלפן, און איבערגענומען אינמיטן די פרעצעדור.