פארוואס? האט געשריבן:Wow!!איך בין שוין דא אין שטיבל כמעט א האלבע יאהר, און איך זעה יעצט צום ערשטן מאל אט דעם וואונדערבארן אשכול. [tag]ונבנתה[/tag] האסט עס צולייגט אויף קליין געלט, אין א קלארע שפראך. חילך לאורייתא דיוחסין!!
דער ריינע אמת איז, אז איך האלט נאך אינמיטן שווערצן אויף די דריי געזעצן פון ניוטאן, אבער אין א בחינה פון ״לכתחילה אריבער״, פראביר איך צו לייענען און פארשטיין וואס איינשטיין האט צו פארקויפן, און פארשטייטס זיך - כדרכי - קען איך נישט לייענען און בלייבן שטיל, וועל איך מוזן אויסגיסן מיינע בויך ווייטאג דא.
א) דער עיקר פוינט דא איז, אז פונעם שטאנדפונקט פון אן אבזערווער אויפן פלאטפארם, וועט די צייט אינעם טרעין זיין שטאטער.
אבער מיט וויפיל שטאטער? און ווי אזוי רעכנט מען עס אויס? שרייבסטו נישט. אויב דו גייסט עס ניט שפעטער שרייבן, קען איך עס מגלה זיין פארן עולם, עס איז זייער א פשוטע חשבון.
ישר כח.
אדרבה, לאמיר הערן.
פארוואס? האט געשריבן:ב). למעשה וואס איז דער הכרח אז צייט לויפט שטאטער? האסטו געשריבן; ״ווייל אויב נישט וועט ער דאך מער-נישט שטימען מיט'ן לייט-זייגער און דו וועסט פון דעם וויסען אז דו ביסט אין מאושען, היש לך ווייעלעישען פון די פרינסעבל אוו רעלאטיוויטי גדולה מזו?״
כ׳פארשטיי נישט וואס האט איינשטיין אזוי מורא געהאט צו ווייעלעיטן די פרינסעבל אוו רעאליטיוויטי. ער האט מורא געהאט פון גאלילעא מער פון ניוטאן?
עמך אנכי בצרה - מיר האט עס אויך געשטערט, הגם פון די מעשה פונעם פלאטפארם קען מען עס אויך מוכיח זיין.
ועוד, והוא העיקר, גרין איז אסאך מאהל מקריב 'עומק' על מזבח הסימפליסיטי, כדי צו האלטן זאכן פשוט לאזט ער אויס אסאך חשבונות און מורמעלט אפ דקות'דיגע קנייטשן, ער איז בעיקר דא פארצושטעלן די 'פאקטן' און זיי מקרב זיין אל השכל ווי ווייט מעגליך, נישט צו געוואונען א ויכוח.
פארוואס? האט געשריבן:ג) דאס וואס דו טענה׳סט אז עס איז אבסורד, איז אין מיינע אויגן גאנץ פשוט, אין איין ווארט: ווען צוויי מענטשן ראובן און שמעון זענען נישט סטעישענארי איינעם צו צווייטן (אפגעזעהן ווער עס טענה׳ט אז ער איז סטעישענארי און אז דער אנדערער פארט אויף א קאנסטענט ספיד, ווייל כאמור איז עס באמת אזוי פאר ביידע), איז נישט מעגליך צו צוריק-קומען (אדער שיקן סיגנאלן) פון ראובנ׳ס וועלט צו שמעון׳ס וועלט אהן טוישן דירעקציע אדער ספיד.
אבער אפילו זיי וועלן זיך יא קענען טרעפן טעכניש, איז עס נאך אלס נישט קיין אבסורד, ווייל די רגע וואס מיר נעמען אן אז צייט איז נישט אבסולוט, איז עס שוין מער נישט קיין סתירה.
לכאורה זאגסטו ווי החכמים דלעיל.
איך בין אבער חושד אז דער עולם האט נישט פארשטאנען וואס כ'האב געמיינט מיט 'אבסורד', דאס אז יעדער האט זיך זיין רעפרענס וואס איז פארקערט פונעם צווייטענ'ס דאס איז 'מאדנע', און איז טאקע פארשטענדליך מיט דעם וואס צייט איז נישט אבסעלוט, און - כדבריך - אפי' זיי וועלן זיך טרעפן איז אויך נישט עק וועלט.
'אבסורד' איז דאס וואס ביידע זייגער'ס קענען זיין שטייטער איינע פון די אנדערע simultaneously [א געבארגטע טערמין
], טראכט אריין וואס דאס מיינט, עס איז ווי כ'זאל זאגן אז איך בין העכער פון דיר און דו ביסט העכער פון מיר, אויף דעם האב איך געשריבן אז א נייטראלער דריטער וואלט נישט געקענט באטראכטן ביידע זייגער'ס אויף איין מאל און זעהן ווי ביידע זענען שטייטער איינע פון די אנדערע, עס איז - לכאורה - לא ניתן להאמר.