פויבסט קימט באזיכען ארצינו הקדושה און מאכט אן א חאזעריי
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ווי פאני צו זעהן ווי מענטשען פארלירען די גאנצע שכל הישר, פראסטע מענטשליכקייט, און סתם דיפלאמאטיע און נארמאלייט ווען עס קומט צו ענינים פון רעליגיע. למשל מען טענה'ט דא עפעס אז עס פאסט נישט דער פויבסט זאל קומען צו'ם כותל מיט זיין קרייץ, לאמיר צונעמען די טענה, דא פאדערט מען פון איינעם פון א צווייטער רעליגיע זאל מכבד זיין דער מקום קדוש ומנהגים פון אן אנדערער רעליגיע. ישמעו אזניך מה שפיך מדבר. ביי דער פויבסט איז דער קרייץ נישט קיין טמא'נער זאך, נאר אדרבה א חפץ של קדושה ועבודה. דער זעלבער הגיון בשם וואס דו פאדערסט ער זאל עס באהאלטען פאדערט אז דו זאלסט מכבד זיין זיין אמונות און עם לאזען מתפלל זיין צו וואס לפי אמונתו ודתו.
דאס איז אלץ אחוץ די עיקר נקודה, מ'קען מיינען ווען דער פויבסט טרעפט דער ראש ממשלה פון מדינת ישראל שמועסען זיי דורך וויפיל געטער זענען דא און זענען זיך מתווכח אין עפעס טיפע טעאלאגיע. דער פויבסט איז א מנהיג פון א ביליאן מענטשען, און זיין דעה האט א שטארקע השפעה אויף די גאנצע ווינט פון דעות און מחשבות אין דער וועלט. און א מדינה ווי ישראל, וואס טראגט אויף דיך איר רעליגעזער מסורה, און שטייט אויס צו פארשידענע פראבלעמען און השפעות פון דער וועלט. עס איז נאר קלוג און גוט פאר אלע צדדים אז עס זאל זיין רוהיגער פריינטליכע באציאונגען צווישען די גרופעס. דער פויבסט האט צוטוהן מיט די אינקוויזיציע וכדומה פיל ווייניגער ווי דער יוד האט צוטוהן מיט דעם וואס מען האט געהרג'ט יאשקע. זיך צו מאכען עפעס א רעש וועגן די סארט זאכען זיך עקשנ'ן מיר וואלטן געדארפט זיך עפעס קעגנשטעלן צו דער פויבסט, ווי כאילו די פראבלעם פון יהדות אדער מדינת ישראל היינט איז אין דעם וואס דער פויבסט גלייבט אין דער צלם, אדער אז זיין עלטער עלטער זיידע האט אמאל געהרג'ט א איד, איז קליינקעפיג און פלעין נאריש.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
- zurich
- ידיד ותיק
- הודעות: 813
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
- האט שוין געלייקט: 532 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל
אוי זאגסטו גיט טיטאניק, ווען איך האב געזעהן די צלם הענגן פון זיין בויך איז מיין בליט ארויף אין קאפ.
פון די אראבער האט יעדער מורא און מעשטעלט זיך צו, צו זיי ווייל מעווייסט אז זיי זענען "משוגע" און מיט משוגעים קען מען זיך נישט אויסרעכענען.
איך מיין אז די ישראלים דארפן אנפאנגן צו ווערן " משוגע" אוי וועט די וועלט מורא האבן פון זיי! אוי וועט זיין פאן!!!
פון די אראבער האט יעדער מורא און מעשטעלט זיך צו, צו זיי ווייל מעווייסט אז זיי זענען "משוגע" און מיט משוגעים קען מען זיך נישט אויסרעכענען.
איך מיין אז די ישראלים דארפן אנפאנגן צו ווערן " משוגע" אוי וועט די וועלט מורא האבן פון זיי! אוי וועט זיין פאן!!!
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
zurich האט געשריבן:אוי זאגסטו גיט טיטאניק, ווען איך האב געזעהן די צלם הענגן פון זיין בויך איז מיין בליט ארויף אין קאפ.
פון די אראבער האט יעדער מורא און מעשטעלט זיך צו, צו זיי ווייל מעווייסט אז זיי זענען "משוגע" און מיט משוגעים קען מען זיך נישט אויסרעכענען.
איך מיין אז די ישראלים דארפן אנפאנגן צו ווערן " משוגע" אוי וועט די וועלט מורא האבן פון זיי! אוי וועט זיין פאן!!!
איך וואלט נישט געפילט גוט אז מען האט מורא פון מיין פאלק ווייל מיר זענען משוגע און מיר הרגנ'ען מענטשען פארען חוזק מאכען פון א רעליגיעזער פיגור. איך וואונדער מיך פון ווי קומט אז מחשבה בכלל. אשרינו אז מיר זענען נישט קיין אראבער און מיר מאכען נישט קיין אינטאפאדא ווייל איינער האט געטראטען מיט חוצפה אויף א מקום קדוש אונזערע. נאר מיר זענען מענטשען מיט וועם מען קען האנדלען נארמאל מיט שכל הישר. טראץ אונזערע רעליגעזער חילוקי דעות און אפילו אומבאקוועמליכקייט פון געוויסע ענינים און מעשים.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 36
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 6:55 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
zurich האט געשריבן:אוי זאגסטו גיט טיטאניק, ווען איך האב געזעהן די צלם הענגן פון זיין בויך איז מיין בליט ארויף אין קאפ.
פון די אראבער האט יעדער מורא און מעשטעלט זיך צו, צו זיי ווייל מעווייסט אז זיי זענען "משוגע" און מיט משוגעים קען מען זיך נישט אויסרעכענען.
איך מיין אז די ישראלים דארפן אנפאנגן צו ווערן " משוגע" אוי וועט די וועלט מורא האבן פון זיי! אוי וועט זיין פאן!!!
דער חילוק, פון 10 מיליאן משוגעים דארף מען טאקע מורא האבן.
פון 5 מיליאן משוגעים, לאכט מען זיך אויס.
חוץ מזה, ווייל די אראבער מאכן אן עסק, דארפן אונז אויך?
אונז דארפן זיך לערנען פון זיי? מכל מלמדי השכלתי, מיינט מען זיי?
אויב פארלאנגסטו פון די פויבסט צו קומען אן א צלם צום כותל.
זאלסטו נישט וויינען, ווען מען וועט די הייסן אויסטוען דיין קאפל אין די ווייסע הויז.
קוק אין די וועלט, די אראבער שטייען אויס געפעפערטע צרות אין אייראפע, מיט זייערע שלייערס
און אונז יודן ב״ה כמעט ווי נישט
יתכן ס׳קומט פון זייערע און אונזערע קאנטראסטישע התנהגות מיט׳ן פויבסט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1029
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
- האט שוין געלייקט: 1704 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
עס איז א גרויסע חילוק צווישן די זאכן וואס מען רעדט דא. איך האלט נישט אז מען טאר אים נישט לאזן קומען צום כותל, יא צלם נישט צלם, איך האב נישט קיין קלארקייט אין דעם. אבער די משוגעת ווי די רע-בנים הרשעיים לויפן אים נאך דאס איז אויסדרוקליך חרפות און בושות, איך געדענק שוין נישט פונקטליך דעם יאר, אבער איך מיין עס איז געווען אין די כ' יארן, דאס ערשטע מאל א פויבסט איז געקומען באזוכן אין מדינת ישמאל האט טאקע דער ספרד'ישער רב הראשי נישט געוואלט גיין צו אים, ער האט געהאלטן אז עס איז קלאר א פארשעמונג פאר אידישקייט אז דער אידישער הויפט רב דארף גיין זיך לעקן צום קריסטליכן הויפט גלח. די מדינה האט דעמאלס געלייגט אויסטערלישע דרוק אויף אים ער זאל אים יא גיין טרעפן, און צום סוף האט ער געשטעלט א שיינע פאר תנאים לויט וועלכע ער איז גרייט געווען זיך צו טרעפן מיט אים, תנאים וועלכע וועלן אנהאלטן דעם כבוד פון דאס אידישע פאלק און רעליגיע.
איך ווייס נישט פונקטליך ווי מען קען דאס אויפזוכן, אבער אויב איינער קען טרעפן די אינפאו וואלט עס געווען אינטערעסאנט.
איך ווייס נישט פונקטליך ווי מען קען דאס אויפזוכן, אבער אויב איינער קען טרעפן די אינפאו וואלט עס געווען אינטערעסאנט.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
הדד בן בדד האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטליך ווי מען קען דאס אויפזוכן, אבער אויב איינער קען טרעפן די אינפאו וואלט עס געווען אינטערעסאנט.
http://www.inn.co.il/News/News.aspx/223633
איך מיין אז זיין עיקר טענה איז געווען פארוואס מען נעמט אויף דעם פויבסט אין תל אביב, און נישט אין ירושלים וואס איז דער עיר הבירה פון מדינת ישראל. אויב דאס איז אמת האט דאס נישט אזוי שטארק געהאט צו טוהן מיט אידישקייט.
נאך א לינק http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7.9C.D7.95
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לעיקוואד: ילמדינו רבינו. פארוואס טראגט דער פויפסט ווייניגער פאראנטווארטליכקייט און שולד פאר די גרויזאמקייטן און רציחות וואס די קירכע וועלכע ער רעפרעזענטירט האט אפגעטהון, און טוט נאך אלץ אפ. ווי איך אלס איד טראג פאראנטווארטליכקייט און שולד פא'ן טויט פון יאשקע. איך אין מיין טאג-טעגליכן לעבן האב נישט קיין דעה, און ס'אינטרעירט מיך נישט צו מ'האט געהרג'ט יאשקע. אדער ווער ס'איז פאראנטווארטליך דערפאר. איבער דעים איז דא שטארקע מיינונגס פארשידנהייטן (חילוקי דעות) ווער ס'האט איהם בכלל געהרג'ט . אידן צו רוימער. און די מאטיוון פאר זיין טויט.אבער די נאכווייען פון די שנאה וואס די קירכע האט ארויסגעגעיבן אקעיגן אידן האט איבערגעלאזט טראגישע רעזולטאטן אין אלע דורות פאר די לעצטע צוויי טויזנט יאר. און אויך היינט קומט עס צום אויסדרוק דורך די גויים, די נאכפאלגערס פונ'ם אותו האיש....
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 65
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:47 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
קדושה וטמאה (?) בפונדק אחד
http://www.totpi.com/2014/05/27/rabbi-a ... ting-pope/
ישראל כשיורדין וכו׳
ישראל כשיורדין וכו׳