וואס מיר קענען טין צי סטאפען די עסקנים/כינוסים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

וואס מיר קענען טין צי סטאפען די עסקנים/כינוסים

שליחה דורך טיטאניק »

קאווע שטיבעל איז כהיום א פעקטארי פון אכשולות קעגען די "אכשיר דרא גזירת שמד" וועלכע נעמט ארים כלל ישראל אזוי ווי יעדע גזירת שמד, פון אלע זייטען פלאקערט און עס ברענט די "כינוס" שמד מאשין, אידען פארלירען זייער גראדער שכל, גייען כצאן לטבח נאך די רעבישע אייניקלעך און אייגען געקרוינטע עסקנים
די חורבן ווערט גרעסער פון טאג צי טאג און די חכמים הרואים את הנולד באוויינען שוין די קימענדיגע גזירות וואס גייען בקרוב ארויף געצווינגען ווערען אויף דער עולם
אסאך אידען פרעגען "ווי האט דאס געקענט זיין אז אזויפיל מיליאנען אידען האבען זיך אזוי גרינג געלאזט פירען צים שחיטה ביי די צווייטע וועלט מלחמה ווען קוים צוויי דריי נאציס האבען געפירט מחנות פון הונדערטע אידען לשחיטה, פארוואס האבען די אידען זיך אזוי תמימותדיג געלאזט?"
די זעלבע פראגע גייט מען פרעגען ביז אפאר יאר, ווען יעדער איינער גייט באוויינען און מען גייט פרעגען "ווי קען זיין אז הונדערטע אידען האבען זיך אזוי געלאזט פירען פון אפאר רעבישע אייניקלעך פון אפאר לאציגע ראציגע עסקנים"?
אבער די תירוץ איז, האסטי שוין געהערט דיין טאטע\מאמע/זיידע באבע דיר ריפען "שעפעלע"? פארוואס? ווייל אידען זענען געגליכען צי שעפעלעך צי בהמות, איידעלע וואוילע בהמות, אבער פארט בהמות, יא סימפעל האסט שוין אמאל געזעען ווי איין אייניציגע הינט פירט טויזענטע שעפעלעך און זיי פאלגען עם אזוי שיין? יא דאס זענען שעפעלעך, שעפעלעך\אידען האבען מורא פון איינציגע הינט (ליין: נאציס, עסקנים, אדמורים) וואס בילען, יא מיר האבען מורא ווען א הינט בילט. דאס איז אינזער נאטור

אבער צי דען מיזען מיר טאקע זיך לאזען פירען? צי דען האט נישט אלעס א שיעור? צי דען איז נישט געקימען די צייט אז די שעפעלעך זאלען ווערען ציגען מיט קריספי הערנער? כ'מיין וויפיל איז די שיעור זיך אזוי צי לאזען פירען? וויפיל איז די שיעור אז כלל ישראל זאל זיך לאזען שמייסען פון הני כלבין דחציפין? וויפיל? לאמיר ארויס נעמען די וקרני ראם קרניו און זיי ציריק שטויסען ציריק באכענען און זאגען "no more again"
אלעס האט א שיעור אלעס האט א שיעור!

די שאלה איז נאר "ווי אזוי" שטעלט מען אפ די מאסען מערדעריי פון כלל ישראל? ווי אזוי מאכט מען שטיל די עסקנים\אדמורים\בנשקלעך?
וואס איז די טריק?
מען זאגט נאך אז עס איז געווען א רבי וואס האט געשאלטען איינעם אז ער זאל נישט מוציא שנתו זיין, סוף יאר איז ער געקימען צי א גדול פרעגען אז ער האט מורא אז די יאר ענדיגט זיך און ער האט מורא אז קיצו בא בקרוב, זאגט עם דער גדול "פון דער רבי דארפסטי נישט מורא האבען אבער פון זיינע חסידים זאלסטי אנטלויפען ווי פון פייער ווייל זיי וועלען נאך מקיים פסק זיין"
דאס איז קלאר אז די הינט הנ"ל זענען זייער זייער מסוכן, און מען דארף ארבעטען קליג נישט אריין צי פאלען אין זייער "מוציא שנתו קללה".....
וואס האלט דער עולם? וואס איז די עצה? תשועה ברוב יועץ, יעדער זאל דא ארויף לייגען זיינע עצות

מיין עצה איז, אז מען זאל גרינדען א "היימישע פאפעראצי" בלאג ווי יעדער וואס זעט א עסקן אדער רבי אדער בנשק וואס איז שטארק טעטיג אין די כינוסים, זאל מען זען צי כאפען פון עם מאדנע בילדער אדער אנדערע סחורה און עס ארויף לייגען, רוב חברה גייען איינמאל זען א בילד און מער וועט מען נישט הערען פון זיי!
נעמט דעם ר' קלמן ה"ש אדער דער הורוביץ, און מער וועט מען נישט הערען פון זיי
און אפשר אזוי וועט מען קענען אפראטעווען די דור פון די הינטישע נעגל, אולי?

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר