די קארופציע מיט "טעג"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

די קארופציע מיט "טעג"

שליחה דורך סאו וואט »

ס'איז שוין היינט ווייט פון א סוד, און וואויל ברייט-באקאנט פאר יעדער מענטש, אז די פירמע "טעג" פון איחוד הקהילות לסוהר המחנה, וואס ווערט אנגעפירט בנשיאות ובהנהלת כ"ק האדמו"ר [ר' שמואל מרדכי פארטיגאל] מטעג שליט"א, איז נאר כדי צו באקומען רום, מאכט, כבוד המדומה, ועל כולם געלט, צו שארן א הון תועפות און זייער באנק אקאנטס.
אזוי ווי מיר זעהן און מס' שבת ל"ג ע"ב אז ר' שמעון בר יוחאי האט געזאגט אויף דער שטאט רוים, אז דעיס וואס זיי טוען שוין יא, איז נאר פאר זייער וועגן, און מיינען גארנישט ליהנות בהם בני אדם, און דאס זעלביגע דא אויך, דעים ביסעל גוטס וואס קומט שוין יא ארויס פון זיי, איז גארנישט למען כבוד שמים, נאר אדרבא ההיפוך, כבוד סקולען און כבוד ממון.

דער עשקן ר' שרגא פריעדמאן שיחי' וואס און סקולען גופא, קוקט מען איהם אן ווי א גראב יונג מילד גערעד, דרייט זיך דארט מיט זיין קאפפי אין דער האנט, שפאצירט אזוי ארום דאס גאנצע בית מדרש, און שמועסט אזוי געמיטליך אינמיטן דאווענען ביום השבת, האט אויף אן אונטערוויו אין קול מבשר, בתוכן דבריו, אז פארדעים האט מען קובע געוועהן דער מעמד פאר נשי בארא פארק מיטוואך נאכט, און נישט דאנערשטאג נאכט, ווייל דעמאלס איז גרינגער פאר די פרויען, ווייל ליל ששי זענען זיי פארנומען, און ווי אויך ווייל טייל מוסדות האבען שוין קובע געוועהן זייער דינער'ס יענע נאכט, ממילא האט מען עס קובע געוועהן מיטוואך נאכט, עכתו"ד.

למעשה זעה איך אז כולל חבת ירושלים [ווי וויכטיג דער הייליגע טייערע מוסד פאדערט זיך א באזונדערע אשכול, ועוד חזון...] פאמפט שוין ארום פון וואכן פריער אז זיי מאכען זייער דינער מיטוואך נאכט, און למעשה האב איך געוואלט פארשטיין, פארוואס האט מען זיך נישט גערעכנט מיט זיי אויך. הכלל, כ'האב מיך פאראינטרעסירט, איז אזוי דער מעשה. כ'בין געוואר געווארן, אז דער מנהל פון חבת ירושלים ר' בעריש רובין שיחי' האט אנגערופן דער טעג'ער רבי און געפרעגט היתכן, ער פלאנט שוין פון חדשים פריער זיין דינער אויף יענער נאכט, און ס'גייט זיין פאר איהם א הפסד אויב איחוד הקהילות מאכט אן אסיפה פאר פרויען יענע נאכט. עכ"פ האט ער געוואלט אז טעג זאל אפשטיפען זייער איווענט, מיט לכאורה גוטע טענות. האט איהם דער שפיץ חכם, וואס דער חכמה און גאונות דערקענט זיך אויף איהם, דער טעג'ער רבי גע'ענטפערט, בזל"ק: ענק רעכענען זיך נישט מיט אונז, דארפ'ן מיר זיך נישט רעכענען מיט ענק, עכל"ק. אין אנדערע ווערטער, קהלת באבוב 48 שטעלט זיך נישט צו צו איחוד הקהילות, דארפען מיר זיך נישט רעכענען מיט ענק.

פארשטייט זיך אויב איז דער מעמד כולו לשם שמים, און אזא ענטפער אבסורד משוקץ ומאוס. השנית, וואס טוט זיך מיט קהלת קלויזענבורג, בלאזוב, בעלזא, סטיטשין, ועוד, וואס זענען זיי שולדיג? און וואס איז שולדיג די פאר נעבעכ'דיגע ירושלימ'ע משפחות וואס ווארט בכליון עינים אויף אביסל שטיצע און געהאלט פון חבת ירושלים?

עכ"פ א טיילווייזע רשימה מיט וועם איחוד הקהילות האט זיך צוקריגט, אדער מ'רעכענט זיך נישט פאר זיי: באבוב 48, סאטמאר מהר"א, קלויזענבורג, בלאזוב, בעלזא, סטיטשין.

אין אנדערע נייעס בין איך געוואר געווארן אז דער גרויסע העלדישע עשקן, שטייציך כולו לשם שמים, ר' חיים מאיר מארקאוויטש שיחי' זוכט א דזשאב און טוט כל מיני השתדלות'ען צו ארבעטן פאר איחוד הקהילות, פארשטייט זיך כדי צו קענען ווערן באצאלט, ווייל ער ווייסט פאר א פאקט אז ס'דא דארט גרויסע געלטער, און מ'קען שיין זיצן אויף א גרויסע געהאלט, סאו אויב ווייסט איינער א פתח פתוח אדער האט קאנעקשענס צו קענען ארבעטן פאר טעג העולמי, זאל ביטע פרובירן א טובה טוען פאר העלדישען עשקן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

וואס האט דיך חיים מאיר שלעכטס געטוען?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין אפאר מאל דורעכגעגאנגען די טע"ג אפיס , און ס'אייביג געוועהן פיסט און ליידיג.
איך האב אבער נישט קיין ספק אז זיי גייען מארגען אנפילן די זאל
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

סאו וואט, דיין סאדיזם איז צום גרוילן, אויסער שעלטן ווי בלעם הונדערט און איין מענטשן בנשימה אחת האסטו נאך עפעס אויף דיין סדר היום?
Yossy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 100
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:13 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך Yossy »

וויאזוי מאכט מען געלט אויב זיי רעכענען נישט קיין פעני .? איז דא .א government program. פאר דעם?
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

פארוואס איז דאס נישט אין צימעס?
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

טאקע באמערקט הענגן גרויסע "היום" צעטלעך פון כולל חבת ממון, און די טע"ג ליילעכער אויף די ערד.
=
כ'הער אז בלאזוב איז צוטייטלט, האלב גייען צום דינער און האלב גייען בעבי סיטען.
Under influence
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

איך זעה אויף די נייע פאוסטערס אז נחמיה גאטליעב איז אפגרעידעד געווארן צו יושב ראש איחוד הקהילות "העולמי".

נישט הרחובי.

נישט הכפרי.

נישט העירי.

נישט המדיני.

נישט הקאנטינענטי.

נאר ה-ע-ו-ל-מ-י!...
(- - -)
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

וויפיל קאסט אזא פאסטן???
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
Chuchem
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך Chuchem »

. . . אני חושב שאנחנו לא צריכים לפתוח אשכול חדש עבור כולל חבת ירושלים, אנחנו יכולים רק לכתוב באשכול הזה כמה אחוזים המנהל לוקח לעצמו

viewtopic.php?f=24&t=1406&start=125
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ראשעקאל האט געשריבן:איך בין אפאר מאל דורעכגעגאנגען די טע"ג אפיס , און ס'אייביג געוועהן פיסט און ליידיג.
איך האב אבער נישט קיין ספק אז זיי גייען מארגען אנפילן די זאל

ראשעקאל: ווען ביסטו אדורך געגאנגען די "טעג" אפיס?! 11 אזייגער פארטאגס? אן ערליכע איד דארף דאך דאווענען. זיי זענען עפעס ציונים אדער מאדערנע, אויפגעקלערטע, ח"ו, אז זיי זאלן דאווענען שחרית אום 7 אדער 8 אזייגער. והשנית. דער טעפל קאווע וועט נישט אנטלויפן. אפילו מ'עט איהם טרינקען לאחר חצות היום. ס'נישט קיין אפיקומן. ביסט סתם מוציא שם רע אז זיי ארבעטן! בעיני ראיתי. איך בין עטליכע מאל אריינגעגאנגען אין אלטן חסד לאברהם אפיס, האביך אייביג געטראפן די חשוב'ע אידן דרימלען ביי אן אפענעם קאמפיוטער. מיט א גלעיזל קאווע אויפ'ן טיש... :? 8-) :lol: :roll: :twisted: :evil: :P :oops: :cry: :) :( ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

Chuchem האט געשריבן:. . . אני חושב שאנחנו לא צריכים לפתוח אשכול חדש עבור כולל חבת ירושלים, אנחנו יכולים רק לכתוב באשכול הזה כמה אחוזים המנהל לוקח לעצמו

viewtopic.php?f=24&t=1406&start=125

יותר קל לחשב כמה אחוזים הוא נותן למוסד הקדוש!!!... :roll: :twisted: :evil: :roll: :x :P :oops: :cry: ;) :( :o
פארשפארט