אימגלובליך, צוויי, צוויי הונדערט, צוויי הונדערט טויזענט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

אימגלובליך, צוויי, צוויי הונדערט, צוויי הונדערט טויזענט

שליחה דורך פלעין יודיש »

הונדערט ניין און נייציג טויזענט צום ערשטן מאל
שרייט די גבאי אויס לפני הקהל
הונדערט ניין און נייציג טויזענט צום צווייטען מאל
הערט זיך דער קול ווידער א מאל
איינער וויל נאך ארויפגיין א העכערע צאל?
ער דרייט זיין קאפ פון איין עק צום צווייטע ווי א פאל (fool)
קיינער ריפט זיך אהן ניטאמאל

ווען פון דערווייטענס הערט מען פלוצלינג א געשריי
די גבאי געבט זיין קאפ א שנעלע דריי

צוויי הונדערט,
זאגט יענער וואס ביז יעצט איז ער געזעצן אזוי אפגעזינדערט
דער עולם שטייט פארגאפט און פארווינדערט

אלעמענס אויגן הייבן זיך אויף בבת אחת
מ'הייבט אהן זיכען ווער איז די יוד וואס אזוי רייך איז

יעדער וויל וויסען גענוי
ווער איז דער יוד מה שמו
פון ווי האט ער געלט וויאזוי?
יעדער זאגט זיינע השערות זה בכה וזה בכה
צוויי הינדערט טויזענט צום ערשטן מאל, איז ענדליך די גבאי משמיע קולו
און צום צווייטען מאל חזערט ער איבער אזוי
צוויי הינדערט טויזענט צום דריטען מאל, זכה לו.

***********************************************************************************

נישט צו גלייבען אז נאך לאנגע טעג און וואכן
האב איך אין דעי מינוטן היסטאריע געבראכן
מיט איין קליק אויפן קיבאורד, ס'איז נורא נוראות
ארויפגעריקט קאווע שטיבעל צו צוויי הונדערט טויזענט הודעות
ווען איך האלט שוין א אויג דערויף די לעצטע פאר שעות
קיינער זאל עס פון מיר נישט ציכאפן אפילו בטעות

ס'איז מיר א כבוד און חשיבות
צו משלים זיין אצינד 200,000 תגובות
א זמן שמחה וששון
כ'מיין אז איך קען באקימען די טיטעל חתן
יעמוד חתן התגיבות, יא כ'האב געקויפט די עליה
א טייערע מציאה
אבער נאך גרויס יגיעה
האב איך געהאט די זכייה
ביום כ''ט אייר
צו מאכן די לחיים אויף ברוינפן און ביער
און ענק צו ווינטשען ברוך תהיה.

************************************************************

איך געדענק נאך מיינע מחשבות ביי די פארלאפענע ברכות החמה
ווי אלט גיי איך זיין ביי די נעקסטע מאל, א זיידע מיט א ווייסע בארד מסתמא
ס'וועלן מיר דאן באגלייטן אייניקלעך כמה וכמה
און א עלטער באבע וועט שוין דאן אוודאי זיין מיין מאמע
מ'וועט שוין האבן פארגעסן אז ס'איז געווען אמאל א פרעזידענט אבאמא
ווער ווייסט וואס נאך, דיו אילו ימי.

די זעלבע אצינד טיען מיינע מחשבות ווירבלען
וועל איך נאך זיין אקטיוו דא אין די קאווע שטיבלען
ביי די נעקסטע הינדערט טויזענט מי יודע
קען זיין אז איך וועל שוין האבן אפי' א ניק א נייע
הלוואי צוויי טויזענט לייקס א מחיה

אבער לאמיר נישט מיט די געדאנקען אצינד פארפירט ווערן
און די שמחה נישט צישטערן
ארויסברענגען מיט די גראמען
אז יגעת ומצאת תאמין
לאמיר זיך פרייען אלע ציזאמען
ווייל יעדער פון אינז האט געהאט א יד דערין אהן קיין אויסנאמען
איינער האט געשריבען אכט טיזענט, און איינער נאר צען תגובות איז פון אים פארהאנען
אבער דער כלל איז דאך אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוון

רבותי לאמיר נישט דא סטאפן
נאך און נאך תגובות מיט די פינגערס אויפן קיבאורד אריין קלאפן
ס'איז דאך אזויפיל פאן
באלד קימט מען שוין אהן צי א מיליאן
מ'דארף אנגיין מיט א פעסטקייט להגדיל השטיבעל ולהאדירה
אלע ציזאמען בחבירה
און אצינד איז געקימען די זמן צו זאגן שירה
אלע זאלן אויסשרייען בקול שאגת אדירה

עמוד עמוד עמוד יעמוד [tag]פלעין יודיש[/tag] חתן התגובות..........


(פאר מער דריקט www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=6360)
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

גראדע ביי מיר שטייט נאך 199,999!!!

בין איך דער חתן התגיבות???
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

1.JPG
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דאס איז יעצט נאך מיין תגיבה.

קוק יעצט, ס'האלט ביי 200,002
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

די דערמאנסט מיר די בילד ווי צוויי יודען שלאגן זיך אויף א עלייה נאכן פארקויפן , ביידע זאגן אז זיי האבן געזאגט אכצען דאלער, און ס'געהרט פאר אים.......
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אן קרני צבי וואלטן מיר נישט געהאלטן יעצט ביי 200,000....
Under influence
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

גרויס קרעדיט אויך פאר דער פינטעלע איד.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

קידוש?

רויטע וואנצעס האט געשריבן:גרויס קרעדיט אויך פאר דער פינטעלע איד.


[tag]זר זהב[/tag] איז עפעס אוועקצומאכן?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עפל סיידער האט געשריבן:קידוש?

רויטע וואנצעס האט געשריבן:גרויס קרעדיט אויך פאר דער פינטעלע איד.


[tag]זר זהב[/tag] איז עפעס אוועקצומאכן?

זיכער נישט. [tag]נאר,,פרייליך[/tag] אויך נישט
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

אשכולות אויפוועקער איז דער נייע תגובות זאמלער
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

קאווע טרינקער האט געשריבן:אן קרני צבי וואלטן מיר נישט געהאלטן יעצט ביי 200,000....

און ווי קען מען פארגעסן פון פאר הדור...און בדחן..
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

איך פארשטיי נישט
דא גיבט מען קידוש אויף א מזל טוב?
אדער אויף הזכרת נשמות?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

ראשעקאל האט געשריבן:
עפל סיידער האט געשריבן:קידוש?

רויטע וואנצעס האט געשריבן:גרויס קרעדיט אויך פאר דער פינטעלע איד.


[tag]זר זהב[/tag] איז עפעס אוועקצומאכן?

זיכער נישט. [tag]נאר,,פרייליך[/tag] אויך נישט

לית דין בר נש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט
דא גיבט מען קידוש אויף א מזל טוב?
אדער אויף הזכרת נשמות?


ס'איז תיקון, און קידוש פאר'ן מזל טוב.
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

[center]250000[/center]
פארשפארט