אימגלובליך, צוויי, צוויי הונדערט, צוויי הונדערט טויזענט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

אימגלובליך, צוויי, צוויי הונדערט, צוויי הונדערט טויזענט

שליחה דורך פלעין יודיש »

הונדערט ניין און נייציג טויזענט צום ערשטן מאל
שרייט די גבאי אויס לפני הקהל
הונדערט ניין און נייציג טויזענט צום צווייטען מאל
הערט זיך דער קול ווידער א מאל
איינער וויל נאך ארויפגיין א העכערע צאל?
ער דרייט זיין קאפ פון איין עק צום צווייטע ווי א פאל (fool)
קיינער ריפט זיך אהן ניטאמאל

ווען פון דערווייטענס הערט מען פלוצלינג א געשריי
די גבאי געבט זיין קאפ א שנעלע דריי

צוויי הונדערט,
זאגט יענער וואס ביז יעצט איז ער געזעצן אזוי אפגעזינדערט
דער עולם שטייט פארגאפט און פארווינדערט

אלעמענס אויגן הייבן זיך אויף בבת אחת
מ'הייבט אהן זיכען ווער איז די יוד וואס אזוי רייך איז

יעדער וויל וויסען גענוי
ווער איז דער יוד מה שמו
פון ווי האט ער געלט וויאזוי?
יעדער זאגט זיינע השערות זה בכה וזה בכה
צוויי הינדערט טויזענט צום ערשטן מאל, איז ענדליך די גבאי משמיע קולו
און צום צווייטען מאל חזערט ער איבער אזוי
צוויי הינדערט טויזענט צום דריטען מאל, זכה לו.

***********************************************************************************

נישט צו גלייבען אז נאך לאנגע טעג און וואכן
האב איך אין דעי מינוטן היסטאריע געבראכן
מיט איין קליק אויפן קיבאורד, ס'איז נורא נוראות
ארויפגעריקט קאווע שטיבעל צו צוויי הונדערט טויזענט הודעות
ווען איך האלט שוין א אויג דערויף די לעצטע פאר שעות
קיינער זאל עס פון מיר נישט ציכאפן אפילו בטעות

ס'איז מיר א כבוד און חשיבות
צו משלים זיין אצינד 200,000 תגובות
א זמן שמחה וששון
כ'מיין אז איך קען באקימען די טיטעל חתן
יעמוד חתן התגיבות, יא כ'האב געקויפט די עליה
א טייערע מציאה
אבער נאך גרויס יגיעה
האב איך געהאט די זכייה
ביום כ''ט אייר
צו מאכן די לחיים אויף ברוינפן און ביער
און ענק צו ווינטשען ברוך תהיה.

************************************************************

איך געדענק נאך מיינע מחשבות ביי די פארלאפענע ברכות החמה
ווי אלט גיי איך זיין ביי די נעקסטע מאל, א זיידע מיט א ווייסע בארד מסתמא
ס'וועלן מיר דאן באגלייטן אייניקלעך כמה וכמה
און א עלטער באבע וועט שוין דאן אוודאי זיין מיין מאמע
מ'וועט שוין האבן פארגעסן אז ס'איז געווען אמאל א פרעזידענט אבאמא
ווער ווייסט וואס נאך, דיו אילו ימי.

די זעלבע אצינד טיען מיינע מחשבות ווירבלען
וועל איך נאך זיין אקטיוו דא אין די קאווע שטיבלען
ביי די נעקסטע הינדערט טויזענט מי יודע
קען זיין אז איך וועל שוין האבן אפי' א ניק א נייע
הלוואי צוויי טויזענט לייקס א מחיה

אבער לאמיר נישט מיט די געדאנקען אצינד פארפירט ווערן
און די שמחה נישט צישטערן
ארויסברענגען מיט די גראמען
אז יגעת ומצאת תאמין
לאמיר זיך פרייען אלע ציזאמען
ווייל יעדער פון אינז האט געהאט א יד דערין אהן קיין אויסנאמען
איינער האט געשריבען אכט טיזענט, און איינער נאר צען תגובות איז פון אים פארהאנען
אבער דער כלל איז דאך אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוון

רבותי לאמיר נישט דא סטאפן
נאך און נאך תגובות מיט די פינגערס אויפן קיבאורד אריין קלאפן
ס'איז דאך אזויפיל פאן
באלד קימט מען שוין אהן צי א מיליאן
מ'דארף אנגיין מיט א פעסטקייט להגדיל השטיבעל ולהאדירה
אלע ציזאמען בחבירה
און אצינד איז געקימען די זמן צו זאגן שירה
אלע זאלן אויסשרייען בקול שאגת אדירה

עמוד עמוד עמוד יעמוד [tag]פלעין יודיש[/tag] חתן התגובות..........


(פאר מער דריקט www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=6360)

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר