א טרער אויף די היינטיגע חינוך פראצעדור

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
זיניגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:33 pm
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

א טרער אויף די היינטיגע חינוך פראצעדור

שליחה דורך זיניגער »

רבותי! עס קומט היינט נאכט פאר א זייער וויכטיגע דינער פאר מוסד למען אחי, עס גייען שטראמען מאסן מענטשן שטיצן דעם מוסד.

בסך הכל נעמט למען אחי אומוויסענדע פארלוירענע נשמות, מען איבערצייגט זיי ארויסצוגיין פון פובליק סקול, און צוביסלעך נאך גרויס פלאג און מיה און נאך יארן פון איבערגעגעבענע ארבעט אין חינוך מיוחד מאכט מען פון זיי וואוילע אידן.

מיר וויליאמסבורג'ע אידן זענען ב"ה געבענטשט אז כולם כאחד, יעדער וויל זיין קינד זאל גיין אין א גוטע חדר, יעדער וויל זיין קינד זאל האבן דאס בעסטע מלמד, טיטשער, מנהל, מג"ש, ראש ישיבה, אא"וו. מ'ברויך נישט קיינעם איבערצייגן נישט צו שיקן זיינס א קינד אין פובליק סקול חלילה וחס, אפילו די יושבי קרנות (לאגוי'ס בלע"ז), די שוואכערע קאלטע מענטשן וואס ניטאמאל טרעטן אריין משבת לשבת אין שול, ווילן אויך די קינדער זייערע זאלן האבן די בעסטע מחנכים אין ישיבות.

ליידער מעשה שטן הצליח, די אלע מוסדות התורה וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן מיט די בלוט און שווייס און געלט פון אונזערע עלטערן אין די בראשית יארן פון אידישקייט אין אמעריקע, ווען מ'האט געברויכט איבערצייגן מענטשן דייקא זיי זאלן יא אריינלייגן די קינדער אין אן ערליכע חדר, און טעכטער אין א היימיש סקול, זענען ליידער היינט געווארן א קאמערציעלע פאבריק, פראדוצירט מען פלייש, פלייש פון מענטשן, סאיז געווארן א מולטי-מיליאן דאלער ביזנעס, א שטייגער אז דער נפש פונעם קינד ווערט נישט באטראכט אלץ א צלם אלקים, וואס אן עולם מלא פון צדיקים ווארטן ארויסקומען דערפון, א טייער אידיש נפש א דימאנט וואס האט נאך גרויסע זכותים, בניסי ניסים וואס זיינע זיידעס האבן דורכגעלעבט אזא מלחמה זוכה געווען אראפצוקומען אויף דער וועלט. מוסדות התורה וואלטן זיך געדארפט א ווארף טאן אויף יעדעס נפש בישראל, זיך שלאגן ווער עס וועט האבן די זכיה מגדל זיין דאס טייער נפש, די טויערן וואלטן געברויכט זיין ברייט אפן צו יעדן וואס וויל אריינקומען לשמוע את דבר ה', אלע ישיבות וואלטן זיך געברויכט שלאגן זיך איבער די תלמידים, עפעס א קלייניגקייט? קענען מחנך זיין דעם צוקונפטיגן דור?!!

ליידער ליידער דער מצב איז פונקט פארקערט, עס איז מיט גרויס ווייטאג מודיע צו זיין פאר אייך אז פאריגע וואך האט א טאטע פון א קינד מיינס, א נאנטער ידיד, א גאר א חשוב'ער אינגערמאן וואס אלע פון אונז קענען זיך שעמען פון זיין ערליכקייט און תמימות, איז געקומען דער טאג וואס זיין טייערע ערשטע יונגעלע איז געווארן דריי יאר אלט, עס איז שוין דורך א יאר זייט ער האט אנגעהויבן זוכן א מוסד פארן קינד, אבער אן ערפאלג, מ'האט אים געגעבן אלע מיני אויסריידן, ער האט דאס קינד געמוזט דערווייל לייגן אין א פלעי גרופ. עס איז ענדליך געקומען דער טאג, מ'ברויך נעמען דאס קינד דעם ערשטן מאל אין חדר לעקן האניג, טיילן פעקלעך, טרערן און בלוט האט זיך געגאסן אין דעם שטוב! מ'האט פרובירט פארשידענע מוסדות זיי איבערצייגן מ'זאל דאס קינד אריינלאזן טיילן פעקלעך און לעקן האניג, אבער "בלא", מ'האט נישט בשום פנים ואופן געקענט איבערצייגן דעם חדר מ'זאל דאס קינד ערלויבן פינף מינוט אינגאנצן זאגן אלף בית, לעקן האניג, טיילן אפאר פעקלעך, זיי האבן זיך ניטאמאל געשעמט פון אויסזאגן אז דער סיבה איז כדי דער טאטע זאל חלילה נישט איבערלאזן דאס קינד דארט נאכן פארלעקן די האניג און אפטראגן ה"י.

אידן! איר זאלט וויסן אז די טרערן וואס די זיידעס באבעס קרובים און חברים האבן פארגאסן אינאיינעם מיט די עלטערן האט געקענט פארפלייצן שטעט, בלי גוזמא! אין די לעצטע מינוט האט מען ב"ה געטראפן א קרוב וואס איז א מלמד אין א געוויסע מוסד, וואס האט בסוד סודות מסכים געווען דאס קינד אריינצונעמען אויף האניג לעקן, נישטאמאל דער מוסד האט געטארט וויסן, מ'האט די גאנצע משפחה איינגעהילט אונטערן טלית אינאיינעם מיטן קינד, און אזוי איז ב"ה געלונגען אונטערן נאז פון די געסטאפא זאגן אלף בית און לעקן האניג מיטן קינד.

רבותי, וויאזוי קענען מיר זאגן ידינו לא שפכו את הדם? אוי נא לנו מיום הדין!! דאס איז אונזערס א שכן, אונזער בלוט און פלייש, וויאזוי קענען מיר אנגיין כאילו לא היה?

מיינט נישט חלילה אז מ'רעדט דא פון בעלי עבירה ח"ו, מ'רעדט דא פון א פיינע ערליכע שטוב ווי מ'פירט זיך אויף ב"ה על דרך ישראל סבא, בבגדי צנועה על טהרת הקודש, אויף וואס די משתלטים על הציבור האבן אפגעמאכט לויט זייער פארשטאנד אז די משפחה ברויך מען נישט האבן אין וויליאמסבורג, מ'ברויך זיי עוקר זיין פון כלל ישראל מחמת פערזענליכע פאליטיק קעגן די באבע/זיידע.

רבותי! עס איז ידוע אז אין א שטאט ווי מ'איז שופך דם פאר א אידיש קינד און מ'פארשווייגט דאס רח"ל, די עונשים קומען זייער זייער שנעל צו פארן! משניתן רשות למשחית אינו מבחין בין צדיק לרשע.

ליידער, מען פארגיסט שוין בלוט דא אין דעם שטאט פאר שיינע פאר יאר! רבותי, צענדליגע קינדער מוזן פארן יעדן טאג קיין בארא פארק לערנען! זיי, די קליינע שלא טעמו טעם חטא קוקן ארויס פון פענסטער, זיי זעהען די שכנים'ס קינדער גייען ארויף אויפן באס און זיי בלייבן אינדערהיים, אדער שיקט מען זיי אין פלעי גרופ מיט קינדער האלב זייער יארגאנג, עס לאט זיך נישט באשרייבן דער צער און ווייטאג וואס אזוינע עלטערן גייען אדורך, טייל זאגן דאס איז מעין הצער פון ל"ע פארלירן א קינד ח"ו.

עס איז נישטא קיין שום אויסרייד צוריקצוהאלטן אן אומשולדיג קינד פון חדר, אויף קיין מינוט נישט! קטנים לאו בני מחילה נינהו, אז די עלטערן ברויכן פאררעכטן עפעס איז נישט קיין היתר צו נוצן דאס קינד אלץ א ציל ברעט! אדרבה, אז די עלטערן האט מען אויפגעצויגן דא ביי אונז און זיי טויגן נישט, ברויך מען דערגיין די סיבה דערצו, און אפשר ברויך מען ערזעצן די מחנכים? דאס פאלט זיי נישט איין אז זיי אליין טויגן אפשר נישט?!

די מוסדות האבן א נייע אויסרייד, דהיינו די מאמע גייט אנגעטוהן "אויפפאלענד", עס קומען פאר ברייט-פארצווייגטע דעבאטירונגען וואס דאס ווארט אויפפאלענד באדייט, יעדער חבר הנהלה האט אן אייגענע "מסכת אויפפאלענד" ביי זיך אין בוזעם, דאס קען מיינען פון גיין מיט סניקערס אויף לי עוו. ביז די קאליר פונעם פאקעט בוק, ביי אנדערע קרומט מען מיט די נאז ווען שכנים געבן איבער אז דאס פרוי ווארט אפ דעם קינד מיט א שייטל אנשטאט א פארדרייטן טורבאן.

וועד החינוך האבן געעפנט א שפיאנאזש אפעראציע במלוא מובן המלה, מ'נוצט אויס דאס אומשולדיג אפליקאציע צו אריינקריכן אין די קישקעס פון די משפחה, מ'רופט אן שכנים חברים, זיי זעצן זיך צוזאם די אויפזעהערס פון חינוך, און פאר שעה'ן נאכאנאנד מיטן גאנצן לבוש מיט די ברייטע ביבער היטן און קנעפלויזע העמדער קייען זיי שמוץ בדרך היתר אויף עלטערן, וואס זייער איינציגסטער חטא איז אז זיי ווילן שיקן א קינד לערנען תורה, ליידער איז דאס ארייננעמען א קינד אין מוסד פארוואנדעלט געווארן אין א נקמה אקציע אויף די אזוי-גערופענעם באלעבאטישן עולם, דאס זענען דערביטערטע מענטשן וואס טראגן און דרייען זיך ארום מיט שנאה און קנאה אויפן באלבאטישן לעבנס שטייגער. איך וויל נישט אריינגיין אין די דעטאלן, אבער המבין יבין אז זיי – און די עזרת נשים זייערע – האלטן נישט אויס זעעהנדיג מ'גייט אנגעטוהן שיין, וואס ע"פ פסקי הראשונים דארף מען זיך אהערשטעלן פארן מאן כדי דער מאן זאל האבן חשק פאר איר, און נישט פאר אנדערע ח"ו. ליידער מ'האט זיי אהינגעגעבן דעם רעד ער אין די האנט, זיי קענען זיך אליינס נישט גלייבן ווי גליקלאך זיי זענען, זענען זיי זיך נוקם ונוטר אין די עזרת נשים אזויווי ס'באדארף זיין.

עס איז שוין דורכגעפירט געווארן אבלאוועס אויף היימישע שטובער ווי מ'האט געזוכט בחורים ובסדקים פארן נעכטיגן טאג, מ'האט שוין געשיקט פרויען זיך אונטערזוכן אויב ס'איז חלילה נישטא קיין ביי האר אונטערן שייטל, מ'האט שוין געשיקט צו פסיכיאטערס, ועוד ועוד וואס מ'קען נישט ארויסברענגען דא וואס זיי האבן שוין אלס געטוהן, אלעס אין נאמען פונעם רבש"ע.

דער חיצוניות האט איבערגענומען כל התורה כולה, והא ראי', א פרוי וואס איז "פרום" און גייט מיטן גאנצן לבוש וואס איז אזוי באליבט ביי די וועד, קען עובר זיין אויף אלע עשרת הדברות און מ'וועט נישט מאכן קיינע פראבלעמען אין די מוסדות; אבער חלילה אויב האט זי א צוגעפאסט קלייד אדער פינקע שיך, דער מאן האט אביסל געשניטן די בארד – וואס לכל הדעות האבן ע"פ רוב אלע אונזערע עלטער זיידעס דאס געטוהן – דעמאלטס האט מען שוין א פארטיגן היתר זיי צו שופך דם זיין ביזן לעצטן טראפ! עס דרייען זיך ארום אין די מוסדות מענטשן וואס האבן בפני השמש באראבעוועט אידן, זיצן אויף די קאסע פין די מוסדות אידן גזלנים וואס זיי אליינס בא'גנב'ענען דעם מוסד, רבנים פון מוסדות התורה האבן שוין ארויסגענארט בתי מדרשים פון קהלות (וד"ל), זיי זענען עובר אויף איסורי דאורייתא יעדע סעקונדע! זיי זענען די וואס פסק'ענען דיני נפשות? וועגן די קאליר פון א קלייד און די לענג פון א בארד קען מען זאגן פאר א איד "איר באלאנגט נישט אין וויליאמסבורג?" ווער זענט איר, גנב וואס ביסטע!

דער עולם איז ליידער קאלטבלוטיג, אין לך יום שאין קללתה וכו', טראגעדיעס איז שוין ליידער א טעגליכע ערשיינונג ביי אונז אין שטאט, מ'קען שוין ליידער נישט ווייך מאכן מענטשנ'ס הערצער, ס'איז שוין פארשטיינערט, מ'הערט דער האט נישט קיין ישיבה, דער האט נישט קיין חדר, דער האט א מיידל פון זעקס יאר וואס גייט נאך אין דעי קעמפ, די עלטערן גייען קאליע, דאס שטוב גייט צוגרינד, ס'איז דא אויף אלעס ארגעניזאציעס, זאל דאס קינד זיך שטיקן ח"ו, ביז סעקונדן איז דא צען הצלה לייט, רבותי, פארוואס א קינד וואס האט נישט קיין מוסד איז נישט א הצלה קאלל? פארוואס דרייען מיר נישט איבער די שטאט מ'זאל אויפהערן מיט די געמיינע רציחות? דער וויי געשריי פון גע'רודפ'טע עלטערן און קליינע קינדער דעגרייכט ביז צום כסא הכבוד! ס'איז נישטא וואס צו רעדן אז מיר ליידן שוין פון די תוצאות, דער חרב של הקב"ה האט שוין ליידער געלאנדעט אויף אונז, מ'שלאגט אונז מיט ביטערע קלעפ, ס'איז נישטא נאך א זאך וואס ברענגט עונשים תיכף ומיד ווי עבירות שבין אדם לחבירו.

ווען מ'זאגט זיך אפ פון א קינד, אז מ'נעמט אים נישט אריין, איז נישט קיין חילוק צי דער מוסד האט דרייסיג טויזענט קינדער און אפערירט שוין פאר פופציג יאר, איין קינד לאזן אויפן וואסער איז גענוג צו מבטל זיין אלע תורה וואס מ'האט געלערנט אין דעם מוסד!

אמאל האט מען נאך זיך באצויגן צו די עלטערן מיט רעספעקט, מ'האט זיי אראפגערופן און אראפגעלייגט די תקנות אויף וואס מען ערווארט זיי זאלן זיך בעסער צושטעלן, מ'האט אונטערגעשריבן, און א טאג דערויף איז דאס קינד געווען אין מוסד. היינט צוטאגס באגייט מען זיך מיט די עלטערן מיט פשוט אכזריות וואס אפילו א להבדיל א קרימינאלער שופט וועט פאררויטעלט ווערן דערפון!

קודם כל איגנארירט מען אפליקאצעס אינגאנצן, נאכדעם וואס מ'לייגט מער דרוק באקומט מען א האלבע תשובה אז מ'וועט צוריקרופן. פארשטייט זיך זיי מאכן זיך ניטאמאל וויסענדיג אז די רחמנות'דיגע עלטערן ווארטן בכליון עינים צו שיקן דאס קינד די ערשטע מאל אין חדר אדער סקול, און דא קען מען ניטאמאל האבן די דיסענסי זיך וויסענדיג מאכן בכלל? זאג זיי ניין, וועט שוין זיין אסאך בעסער! אבער דאס רשעות און געמיינהייט פון די משתלטים איז היינט שוין אויף אזא הויכן ניווא אז זיי איזדיעקעווען זיך אויף אידיש בלוט! זיי האבן א בלוט-דארשטיגע הנאה צו זעהן עלטערן פארגיסן זיך זייער בלוט ווי וואסער, זיי נעמען ארויס דאס מערסטע הנאה פון זייער פאסטן אלץ א אייגן-געקרוינטער וועד החינוך אגענט, ער באשליסט דעם צוקונפט פון דעם שעפעלע'ס רוחניות'דיגן מצב.

ווען מ'זאל מיינען באמת לשם שמים קען מען טרעפן א וועג אריין אין די הארץ פון עלטערן וואס פירן זיך נישט לויט די תקנות מיט ליבשאפט, מיט געפיל! די תורה איז זיס! פארקערט, טרעף א וועג אריין אין פארשטאפטע הערצער דורכ'ן קינד, מיט אמת'דיג אהבה צו א צווייטן איד קען מען אסאך מער אויפטוהן ווי דורך מרחק זיין.

רבותי, לאמיר נישט פארשווייגן די רשעות און רדיפות וואס אונזער אייגן בלוט און פלייש מאכט מיט, ס'איז שוין ליידער אביסל צו שפעט, אבער מקען נאך אלץ תשובה טוהן!

פארלאנגט פון די מיטגלידער פון די וועד החינוך פון אלע מוסדות אויפצומאכן די טויערן פאר כל דכפין, מ'ברויך דאך טאנצן פשוט פאר שמחה אז עלטערן ווילן א חרדי'שע חינוך פאר זייערע קינדער, עס מאכט נישט אויס צי די מאמע אדער טאטע ברויך נאך א תיקון, זיי ווילן אי"ה האבן ליכטיגע ערליכע דורות, לאמיר זיי געבן א שאנס און נישט חלילה מצער זיין תינוקות של בית רבן.

אוודאי און אוודאי אז מ'פרעגט פון איימיצן סיי וועלכע אינפארמאציע אויף א חבר, שכן, וכדומה, זאל מען אלעמאל געבן די בעסטע אינפארמאציע, חלילה וחס נישט בארעדן יענעם, אפילו מ'איז יענעם אויסטערליש מקנא צוליבן ווייב זיינע אדער מחמת איזה סיבה, מ'זאל וויסן אז תיכף נאכן בארעדן יענעם איז דער עונש אויפן וועג! און דאס איז אויך בנוגע שידוכים, חלילה נישט זאגן א שלעכט ווארט אויף יענעם, דער וואס זאגט אז "איך מוז פשוט אלץ אחריות יענעם אויפמערקזאם מאכן אויף די חסרונות" איז א כופר! דער רבש"ע האט שוין זיינע וועגן, און פון יענעם בארעדן קען קיין גוטס נישט ארויסקומען!

עס איז קיין סוד ליידער וויפיל קרבנות מיר פארלירן יעדן טאג צום אמעריקאנער גאס, דייקא פון פיינע שטיבער! דער מספר קינדער וואס גייען ארויס לתרבות רעה איז זייער גרויס! דווקא די באלבאטישע שטובער גיבן ארויס די בעסטע און שענסטע פירות פון כלל ישראל, אידן וואס זענען נהנה מיגיע כפם, זיי זענען נישט ביי דין תורה יעדן טאג, זיי גייען נישט צו ערכאות של עכו"ם, זיי גיבן צדקה, העלפן א צווייטן איד, פארקערט, די אזוי-גערופענע כלי קודש וואלטן קיין קיום געהאט ווען נישט די בעלי בתים.. און אזוי צאלט מען צוריק?

רבותי, איך קען נישט גענוג ווארענען: אויב מיר וועלן נישט נעמען ערנסטע שריט צו אפשטעלן די בלוט פארגיסונג, זענען אונזערע טעג געציילטע ל"ע! וויפיל נאך אומגליקן דארף פאסירן, וויפיל נאך קינדער דארפן ארויסגיין לתרבות רעה, אז מיר זאלן אנהייבן כאפן דעם מעסעדזש? ס'איז קלאר ווי דער טאג, פון ווען מ'האט זיך אנגעהויבן באגיין מיט אכזריות מיט קינדער און זייערע עלטערן (וואס לויט דעם וועד החינוך וואלט דאס געברויכט מתקן זיין דעם לעכעריגן חינוך זייערע) זענען ליידער געפאלן מערערע קרבנות ל"ע! נישט נאר מ'האט נישט מתקן געווען, פארקערט גאר, גאנצע דורות פאלן אוועק לעינינו!

זאל דער רבש"ע אריינשיינען אין אונז שכל, אמן!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זיניגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Ben-Shishim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

שליחה דורך Ben-Shishim »

Ziniger
So very true
אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

דברים עומדים על הפרק=ביי די קווינס מסיבה היינט נאכט

שליחה דורך חרבונה »

אז מען רעדט שוין פון א מסיבה היינט נאכט, לאמיר זעהן איבער נאך עפעס א אווענט היינט נאכט.


[justify]אין די לעטצערע טעג גייט אהן א קאמפיין דורך די ישיבת מהרי''י סאטמאר, צו קומען אנטייל נעמען אין א גרויסע פאנדרעזינג אין שטאט וויליאמסבורג היינט דאנערשטיג ביינאכט, פאר די קווינס ישיבה צו קענען אויפהאלטען דאס פלאץ.

און איינע פון די פארבלענדענישען צו פארדרייען דעם עולם א קאפ, ובפרט די צושאסענע עלטערן וואס זעען אין דעם מקום נישט מער ווי א פריזער, וואס קילט אפ בחורים און געט זיך אפ ''זירא'' מיט אריינגעבן עפעס אין א בחור, און באפאסט זיך בלויז וויאזוי צו ווארפען בחורים ווי די הינט. (מילד גערעדט)

האבען זיי לכבוד דעם געשטעלט א חשובער איד הרב קרישעווסקי, וועם זיי האבען ארויסגעריקט פון א ישיבה פון די אנדערע סאטמאר, צו איינרעדן די תמימים, אז יא הרב קרישעווסקי דרייט איבער די ישיבה ער געט אריין ווארעמקייט, גיי איך צו און איך פרעג א בחור, זאג נאר וואס זאגסטו צו הרב קרישעווסקי, קוקט ער מיר פון די לבנה אראפ, ניטאמאל ווייסט ער אז אזא סארט איד לעבט בכלל, מען האט אים פונקט אזוי אריינגעזעצט אין קווינס ווי יעדע משגיח און שואל ומשיב, און האט נישט קיינמאל א רעכט צו האלטען די מייק און מעורר זיין די הינדערטער צאן קדשים וואס די עלטערן טראסטען בלינדערהייט די הייליגע ישיבה אז זיי נעמען שוין קעיר, פון די ריכטיגע חינוך.

די צווייטע בלאף מיט וואס מען גייט כאפען דעם עולם זאל קומען צו שטיצען די פאנדרעזינג מסיבה, איז די ''דברים העומדים על הפרק'' וואס גייט זיך דארט גיסען...

זאגט נאר וואס זענען מיר טאקע פערדן? די ברענעדיגע טעמע, מיט וואס מען רודפט אלע עלטערן צו בלאקירען אינטערנעט און נאך, און אז נישט קאפעט מען דיר ארויס בשן ועין דאס האט איר שוין טאקע געטון מיט אלע מפרשים, אבער צו האט איר שוין אמאל צוגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער מטעם הישיבה עפעס צו בויען דעם בחור? האט איר שוין עפעס געטון פאזיטיוו צו העלפן א בחור? א פייג! ![/justify]


אבער נישט פארגעסן ילכו ענוים ויתנו.... ליידיגט אייך אויס די טאשען ווי די פערד......
באניצער אוואטאר
Telegram
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 07, 2014 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך Telegram »

א פחד צו הערן, ממש ביז טרערן

אבער לויט ווי איך האב געהערט איז אין וויליאמסבורג שוין נישט אזא גרויסע פראבלעם, ווייל מען קען שיקן צו ר' יואל ראטה'ס מוסדות, ער נעמט אריין יעדעם. עם איי ראנג?
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ער האט שוין א חדר און א מיידל סקול?
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער ארטיקל שניידט שטיקער! דאס דארף ווערן אויפגעהאנגען אויף יעדן ווינקל אין וויליאמסבורג הבירה!

לתועלת הענין האב איך געמאכט א PDF, פרינטס עס ארויס און פארטיילט דאס וואו אימער איר קענט נאר! ובשם ה' נעשה ונצליח.
וירח ה' את ריח הניחוח
זיניגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:33 pm
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך זיניגער »

שמעקעדיג, די זכות וועט דיר זיכער ביישטיין, קענטליך איר פארמאגט א הארץ פין א יוד, ליידער זענען דא צווישן אינז וואס זענען בלי ספק נישט מזרע ישראל, א איד איז א רחמים נישט קיין חיליק וואס דער מצב, א אידיש הארץ איז אזוי אויסגעשטעלט ער קען נישט צי זעהן דאס ווייטאג פין א צווייטן איד! דאס אימדערהערטער אכזריות אין רציחה מיט וואס די משתלטלים על הציבור באגייען זיך מיט זייערע קרבנות איז מסמר שערות, מקען אויסגיין פאר צער ציציזעהן וואס טאטעס מאכן מיט ביז מנעמט שוין אן זייער בחור אין ישובה.

איך בעהט זיך צי יעדן איינעם זאל ביטע ארויסדריקן דעם ארטיקל אין דאס פארשפרייטן בכל תפיצות תבל בישראל, איר זאלט קענען זאגן פארן בית של מעלה איר האט כאטשיק עטוואס א פעולה געטוהן קעגן די רציחה.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

חרבונה האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון א מסיבה היינט נאכט, לאמיר זעהן איבער נאך עפעס א אווענט היינט נאכט.


[justify]אין די לעטצערע טעג גייט אהן א קאמפיין דורך די ישיבת מהרי''י סאטמאר, צו קומען אנטייל נעמען אין א גרויסע פאנדרעזינג אין שטאט וויליאמסבורג היינט דאנערשטיג ביינאכט, פאר די קווינס ישיבה צו קענען אויפהאלטען דאס פלאץ.

און איינע פון די פארבלענדענישען צו פארדרייען דעם עולם א קאפ, ובפרט די צושאסענע עלטערן וואס זעען אין דעם מקום נישט מער ווי א פריזער, וואס קילט אפ בחורים און געט זיך אפ ''זירא'' מיט אריינגעבן עפעס אין א בחור, און באפאסט זיך בלויז וויאזוי צו ווארפען בחורים ווי די הינט. (מילד גערעדט)

האבען זיי לכבוד דעם געשטעלט א חשובער איד הרב קרישעווסקי, וועם זיי האבען ארויסגעריקט פון א ישיבה פון די אנדערע סאטמאר, צו איינרעדן די תמימים, אז יא הרב קרישעווסקי דרייט איבער די ישיבה ער געט אריין ווארעמקייט, גיי איך צו און איך פרעג א בחור, זאג נאר וואס זאגסטו צו הרב קרישעווסקי, קוקט ער מיר פון די לבנה אראפ, ניטאמאל ווייסט ער אז אזא סארט איד לעבט בכלל, מען האט אים פונקט אזוי אריינגעזעצט אין קווינס ווי יעדע משגיח און שואל ומשיב, און האט נישט קיינמאל א רעכט צו האלטען די מייק און מעורר זיין די הינדערטער צאן קדשים וואס די עלטערן טראסטען בלינדערהייט די הייליגע ישיבה אז זיי נעמען שוין קעיר, פון די ריכטיגע חינוך.

די צווייטע בלאף מיט וואס מען גייט כאפען דעם עולם זאל קומען צו שטיצען די פאנדרעזינג מסיבה, איז די ''דברים העומדים על הפרק'' וואס גייט זיך דארט גיסען...

זאגט נאר וואס זענען מיר טאקע פערדן? די ברענעדיגע טעמע, מיט וואס מען רודפט אלע עלטערן צו בלאקירען אינטערנעט און נאך, און אז נישט קאפעט מען דיר ארויס בשן ועין דאס האט איר שוין טאקע געטון מיט אלע מפרשים, אבער צו האט איר שוין אמאל צוגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער מטעם הישיבה עפעס צו בויען דעם בחור? האט איר שוין עפעס געטון פאזיטיוו צו העלפן א בחור? א פייג! ![/justify]


אבער נישט פארגעסן ילכו ענוים ויתנו.... ליידיגט אייך אויס די טאשען ווי די פערד......



מנעמט צען אלפים קאלעזש פראגראמען און מאיז מסרס דעם בחור אויפפרעסנדיג דאס געלט מיט וואס ער וואלט געקענט ווען לערנען א פאך נאך דער חתונה.
דערצו שינדט מען די הויט פון די עלטערן שכר לימוד, מ'ווארפט דעם בחור ווי א כלב דער טאג ער ווערט א חתן, און מהאט נאך די חוצפא צו שנארן.
וועלכער פערד גיט געלט ביי אזא דינער, זיי ווייסן נישט וואס צו טון מיט אזויפיל געלט, אפילו ר' יעקב בער'ס עקסטענשאן איז שוין אויסגעצאלט.
באניצער אוואטאר
Telegram
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 07, 2014 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך Telegram »

יין שרף האט געשריבן:ער האט שוין א חדר און א מיידל סקול?

לויט ווי איך ווייס, יא, איך האב א קרוב וואס שיקט דארט זיינע קינדער, ווען איך וועל האבן צייט וועל איך אים געבן א קאל זיכער מאכן


----
Update

יא ער האט ביידע!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

כפארשטיי באמת נישט, אז א קינד קומט פון א שוואכערע שטוב דארף מען זיך הערשט זארגן פאר זיין עתיד און אים אננעמען, נאר פאר יעדע רוסישער ספק ממזר ספק שתוקי ואסופי עמוני ומואבי דארף מען צושטעלן פון כל טוב און שיקן כרפס און חזרת אויף יו"ט, און אונזערע קינדער לאזט מען זיך וואלגערן בראש כל חוצות.
שוין די העכסטע צייט נחמת ישראל און עורה זאל אנהויבן צאלן שכר לימוד פאר ארעמע עלטערן וואס האבן נישט, עניי עירך קודם.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

[tag]זיניגער[/tag], זייער הארציגע ווערטער, ווייעדיגע ווערטער, ציפעדיגע ווערטער. עס וועקט און מאנט און ציפט עד דכדוכה של נפש.
ברם זכור לטוב דאס וואס איינער האט שוין דא דערמאנט די מוסדות פון ר' יואל ראטה אין ווימ"ס, וואס איז דערווייל די איינציגסטע מוסד אין ווימ"ס וואס איז נישט געשטעלט צו מחנך זיין די עלטערן, נאר צו מחנך זיין די קינדער. זיי שטעלן נישט קיין שום תנאים פאר די עלטערן, מען דארף נישט אונטערשרייבן קיין שום תקנות, זייער איינציגסטער תנאי איז נאר אז דאס קינד איז א נארמאל קינד.
אנדערש ווי זיין ישיבה וואס איז מער געשטעלט אויף א סיסטעם פאר שוואכע בחורים, איז אבער זיין חדר און סקול געבויעט אויף די געווענליכע סיסטעם פון אלע היימישע ת"ת און בתי חינוך.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

ר' יואל האט מוסדות פאר אלע עידזשעס?? כ'מיין איך מוף קיין ווילי
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברסלבער האט געשריבן:[tag]זיניגער[/tag], זייער הארציגע ווערטער, ווייעדיגע ווערטער, ציפעדיגע ווערטער. עס וועקט און מאנט און ציפט עד דכדוכה של נפש.
ברם זכור לטוב דאס וואס איינער האט שוין דא דערמאנט די מוסדות פון ר' יואל ראטה אין ווימ"ס, וואס איז דערווייל די איינציגסטע מוסד אין ווימ"ס וואס איז נישט געשטעלט צו מחנך זיין די עלטערן, נאר צו מחנך זיין די קינדער. זיי שטעלן נישט קיין שום תנאים פאר די עלטערן, מען דארף נישט אונטערשרייבן קיין שום תקנות, זייער איינציגסטער תנאי איז נאר אז דאס קינד איז א נארמאל קינד.
אנדערש ווי זיין ישיבה וואס איז מער געשטעלט אויף א סיסטעם פאר שוואכע בחורים, איז אבער זיין חדר און סקול געבויעט אויף די געווענליכע סיסטעם פון אלע היימישע ת"ת און בתי חינוך.

ס'איז א וואונדער אז זיי (די עסטאבלישמענט. די סדומ'ער צדיקים. די שופכי דם ישראל.( האבן איהם נאכנישט גע"פייערבאמב'ט". אדער געשיקט פייערלעשערס און טריפה'נע פיצא סטארס. כיד הרשעה הטובה עליהם.... :roll: :twisted: :roll: :twisted: :evil: :( :( :evil: :cry: :o
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ווייל ביי זיי העלפט עס נישט, כאשר יענו אותו כן ירבה, ווייל אלעס איז נאר מניעות...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

איך כאפ אינגאנצן נישט די גאנצע סברה פון נישט נעמען שוואכע קינדער, דאס איז פונקט ווי א שפיטאל זאל נאר נעמען געזונטע פאציענטן,
הסופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 12:46 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

א טרער אויף די היינטיגע חינוך פראצעדור

שליחה דורך הסופר »

שכוח זיניגער,
כ'וויל צולייגען א נקודה, דאס אידישקייט אין אמעריקא וואלט זיך קיינמאל נישט אויפגעבויעט אויב וואלט מען געארבייט מיט'ן היינט'יגן סיסטעם. נעמט לדוגמא ר' שרגא פייוויל מענדעלאוויטש ז"ל, ווען ער וואלט געגאנגען מיט'ן היינט'יגן סיסטעם וואלט ער קיינמאל נישט אויפגעשטעלט די "ישיבה תורה ודעת".
ער איז ארומגעפארן אמעריקא און געזוכט בחורים וואס ווילן לערנען תורה, ער האט נישט געקוקט ווי גרויס איז זייער קאפיל, צו דער טאטע טראגט א קאפיל, צו דער בחור טראגט א קאפיל, צו דער מאמע דעקט צו די האר, צו איז מען אפי' שומר שבת, ביסטו א אידיש קינד ווילסט לערנען תורה איז קומ'זשע אין ישיבה אריין, מ'וועט דיר שוין אנטוען א קאפיל. אזוי האט ר' שרגא פייוויל מענדעלאוויטש ז"ל אויפגעשטעלט אידישקייט אין אמעריקא, וד"ל.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

רבותי כאפטס אהן ריזיגע שטיינער און זייטס גרייט צו ווארפן

וואס זאל איך ענק זאגן קודם כל דיינע קללות האלט ביי דיר געזונטערהייט קיינער ווערט נישט דערשראקן אזוי ווי דיינע ברכות ווערן נישט מקויים! ווייל ווען יא געב דיין גוטע חבר א ברכה מען זאל אים אהן נעמען און די האסט דיך געשפארט צייט כעס קללות און די פיער אויס אליינס וואס נאך.

יעצט לעצם הענין

פארוואס זאל מיין זוהן וואס איך פראביר עכ"פ מחנך צו זיין אויפן וועג וואס מיין טאטע האט מיר מחנך גיוועהן (יא איך ווייס איך בין מיט גארנישט גאראנטיר"ט אבער איך פראביר) זיצן מיט זיין אינגל וואס אים אינטערסירט גארנישט ער פירט זיך אויף אינדערהיים ווי א וואנזיניגע משיגענע האט נישט קיין שום סעל"ף ריספעק"ט, יא זאג מיר וועלכע אינגעלייט זעהסטו שבת צופרי אהיים וואקן פון שוהל שיכור ווי לוט נאך אנגעלאנט אויף זיין אומשילדיגע 7 יעריגע באחנ'ט אינגעלע ווייל זיין בעסטע חבר האט גיגעבן קידוש און ער האט אראפגעווישט אנדערט האלבן פלעשער בלע"ק לעיבע"ל? איך זעה גיוועהנליך טאטעס וואס האבן גערירטע בערד זייער ווייבער גייען מיט די פינק"ע פאקע"ט בוק"ס און שייטלעך ביז די מחילה וכו' (איך פארשטיי אז עס איז נישט א כלל) אבער מען קען זאגן אז רוב מאהל איז עס די חברה!

יעצט די זאג מיר ווי אזוי דער איד'ס סעודה זעהט אויס נאכדעם? איך רעד שוין נאכן שעה שלאף אויפן קאוט"ש נאך מעוטף בטליתו ווייל ער ווייסט נישט אויף וועלכע וועלט ער איז. וואס ווילסטו אזא קינד זאל האבן אין זיך?

און ניין א פינק"ע פאקע"ט בו"ק איז נישט קיין פראבלעם! און אויך נישט א שייטל ביז די מחילה! און אפילו נישט איינע וואס טרינקט יותר מלימודו דער פראבלעם איז נאר די גאנצע פיקטשע"ר צוזאמען! דער קינד וואקסט אויף אין א צודרייטע אינווייראמענ"ט מען פארט אין האטעל"ס הוליען צוזאמען, נאך מיט פינף אנדערע קאפל"ס בדומה להם וכו' איך דארף דיר נישט מסביר זיין אפילו וואס אונזערע היימישע פויערן טוהן אלס היינט איך גלייב אז די ווייסט אסאך בעסער ווי מיר.

איז יא הונדערט פראצענט עס איז דא טשענסע"ס אז עס גייט עפעס אויסוואקסען, (הגם איך זעה אד דא איז נאך דא א חשבון מיט די זיידע און באבע און מסתמא איז דער זוהן גארנישט בעסער ווייל ווען די זיידע איז א פעסטע בא"ם און די זוהן זיצט אין כולל מן הבוקר עד הערב וואלט קיינער אים נישט אפגעזאגט!) אבער מיין זוהן איז נישט מחויב צו זיצן מיט אים 7 שעה יעדע איינציגע טאג און הערן אלע זיינע השגות'ן!!!

אפשר שרייסטו היתכן מען נעמט נישט אהן חוש קינדער בנים למקום קינדער וכו' נאר יעדע פארשטייט אז עס איז נישט קיין תכלית

דער וואס דער אויבערשטער האט נעבעך באשאפען נישט געזונט ה"י גייט צו חוש און בנים למקום

און דער וואס זיין טאטע איז א משיגענע וואס וויל זיך נישט אויפפירן ווי א נארמאלע מענטש זאל גיין צו יואל ראטה אדער עפען אויף א תלמוד תורה סטריקטל"י פאר אינגעלייט וואס פירן שטובער ווי דיין חבר (און נעם נישט אהן מיין זוהן) און הייע"ר גוטע מחנכים נישט אזוי ווי אונזערע דוירכגעפוילטע סיסטע"ם, וואס וועלן ארויף ברענגען אלע קינדער צו וואקסן ר' עקיבא איגר'ס און עס וועט זיין אן עולם התיקון!!! איך וועל זיין צופרידן און די זיכער!

זאל דער רבש"ע אריינשיינען אין אונז שכל, אמן!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

וויפיל אזעלעכע וואנזיניגע משיגענע/שיכור/ווייסט נישט אויף וועלכע וועלט ער איז/היימישע פויער/פעסטע בא"ם קענסטו??
און דו קאמפלעינסט נאך אויף קללות, ווען פון דיין פעדער גיסן זיך אזעלעכע שיינע ווערטער אויף אידישע קינדער!!!
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

און וויפיל קינדער (נישט בחורים) קענסטו וואס מען האט נישט אהנגענומען אין חדרים?
אראפ רופן די מאמע זאגן אפאר ווערטער מיינט נישט, נישט אהנגענומען איך רעד נישט אהנגענומען כהמעשה הנ"ל אז אויף א' ב' האט ער נישט אפילו געהאט ווי צו גיין!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

מיסטער לית, האסט זייער גוט ארויסגעברענגט ווי די גאוה ארבעט אויף כוח, דיין גרויסע 'איך' וויל נישט שיקן די קינדער מיט דעם באמבס קינדער.
זאג, אין גראסערי קויפסטו אויך נישט דארט ווי דער באם קויפט.
מאיז שוין אזוי משוגע אז מפארגעסט ווי אזוי צו טראכטן גראד, וואס אין דער וועלט קען דער דריי יעריגע קינד קאליע מאכן ווייל זיין טאטע שניידט די בארד.
דער פאקט איז אז סדא גוטע קינדער פון שלעכטע שטיבער און שלעכטע פון גוטע שטיבער, רוב קינדער זענען בערך די זעלבע ממילא.
ווען גאנץ אידישקייט איז יא דיפיטי דא אדער נישט כאפט א נפקא מינה וועלכע שטוב מקומט, ווען חינוך וואלט געווען אהבת ה און יראת ה וואלטן די זאכן נישט געשפילט קיין גרויסע ראלע.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

זאג מיר די האסט געליינט וואס איך האב געשריבן אדער די האקסט סתם אזוי?
האב איך נישט קלאר געשריבן אז האקן די בערד האב איך נישט קיין שום פראבלעים?
האב איך נישט גיגעבן 2 משלים מני אלף וואס א זעקס זיבן יעריגע קינד זעהט און זאגט איבער? 1 טרינקען 2 הוליען אפאר קאפעל"ס אין האטעל"ס
מוז מיין זוהן זיין אויסגישטעלט צו דעם?
איך האב נישט קיין שום פראבלעים צו שאפע"ן אין די זעלבע גראסערי ווי איהם אבער ניין איך לאז נישט מיין זוהן גיין צו זיין הויז (ער וואוינט פונקט קעגן איבער מיר)
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זיניגער (אין אדם משים עצמו רשע) ,א לייק באקומסטו פאר דיין גוטע פעדער. מען פילט בפירוש דיין ווייטוג און אופברויז און נישט בר נש האט אויך אביסל וועליד פוינטס.

דער אמת איז-כמו תמיד- ערגעץ אינדערמיט ,עס איז נישט קיין קלארע שווארץ און ווייס נאר אסאך שעידס פון גרעי. געדענק איך אז ערגעץ איז דא א שטאט ווי דער רב לאזט נישט עפענען די מוסדות החינוך ביז יעדע איינציגע קינד איז מסודר מיט א מוסד צו לערנען.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

איך אויך האט געשריבן:זיניגער (אין אדם משים עצמו רשע)

זיניגער ע"ש די זון, נישט "זינדיגער"
פארשפארט