א טרער אויף די היינטיגע חינוך פראצעדור
- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 594 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
דיין טרער-נאר פון איין אויג, און פונעם צווייטען?
א טרער קומט מיר פון איין אויג, אזוי ווי זיניגער האט עס שיין מרוגעשדיג אראפגעלייגט, אבער א טרער קומט מיר פון צווייטען אויג, אזוי ווי לית דין זאגט, און גלייבט מיר אז עס איז שוין גאר קיין טרער טרער נישט, עס איז שוין דא א גאנצען אשען, פארמישט מיט די ביידע סארטען טרערן, אבער מיר וואונדערט זיך אז כדי מצדיק זיין איין צד פארגעסט פון פשוטער מענטשליכער כללים, די זעלבער וואס געבט די רעכט פאר יד טאטע מאמע טוהן וואס זיי ווילען גיבט די רעכט פאר די מנהלי המוסדות טוהן וואס זיי ווילען, ווען האבען די פרומע פארלוירען זייערע רעכטען? זיי טארן שוין נישט וועלן? זיי טארן שוין נישט האבען קיין דיעות? עס איז געווארען אזא רוח, מען איז מצדיק די אלע וואס וטען כל מה שליבם חפץ מען דארף זיך באגיין מיט זיידענע הענטשוך מיט זיי, און אלע וואס קענען נישט ציילען ביז פינעף אליינס, שאקלען מיט ווי קעלבלעך, אבער די זעלבע זיידענע הענטשוך וואס מען באגייט זיך מיטט די קען אמאל זיין א מעסער און הארץ פאר די פרומע, יא, דער פרומער האט די זעלבע רעכט ווי די אנדערע, און עס איז נישט מער ווי א מענטשליך און לעגעטימע זאך אז א מוסד האט פרומע ראלס און רעגעלעשינס,ידער מוז קענען סובל זיין, ווען און זיין זונס כיתה לערנט א זון פון די פון די אקטיווסטע ניקס פון מאחורי??, טאק טו מי? עקספלען יור סעלף, בקיצור איך זיך דער וואס טיילט די רעכטען, די פרומע זענען דיעה'לאז, זיי טארן זיך נישט עפענען דאס מויל, זיי מעגן שפייען בלוט ווען זייערע קינדער קומען אהיים מיט השגות וואס הייבט זייער בלוט דרוק, אבער די אנדערע, נעם אים אריין און די מסודות, ריר אים נישט אן, שטיל? איך הער אבער א ביאור פארט דארף דאך עס האבן, [און די טענה אז ווער האט געבעטן די טאטע צו האבן אזאנע פרומע פרינציפן איז נעריש וויל עס פרעגט זיך פארקערט אויך ודו"ק און לגבי בחורים בישיבות הוא נושא אחרת לגמרי
- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
כוכב האט געשריבן:חרבונה האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון א מסיבה היינט נאכט, לאמיר זעהן איבער נאך עפעס א אווענט היינט נאכט.
[justify]אין די לעטצערע טעג גייט אהן א קאמפיין דורך די ישיבת מהרי''י סאטמאר, צו קומען אנטייל נעמען אין א גרויסע פאנדרעזינג אין שטאט וויליאמסבורג היינט דאנערשטיג ביינאכט, פאר די קווינס ישיבה צו קענען אויפהאלטען דאס פלאץ.
און איינע פון די פארבלענדענישען צו פארדרייען דעם עולם א קאפ, ובפרט די צושאסענע עלטערן וואס זעען אין דעם מקום נישט מער ווי א פריזער, וואס קילט אפ בחורים און געט זיך אפ ''זירא'' מיט אריינגעבן עפעס אין א בחור, און באפאסט זיך בלויז וויאזוי צו ווארפען בחורים ווי די הינט. (מילד גערעדט)
האבען זיי לכבוד דעם געשטעלט א חשובער איד הרב קרישעווסקי, וועם זיי האבען ארויסגעריקט פון א ישיבה פון די אנדערע סאטמאר, צו איינרעדן די תמימים, אז יא הרב קרישעווסקי דרייט איבער די ישיבה ער געט אריין ווארעמקייט, גיי איך צו און איך פרעג א בחור, זאג נאר וואס זאגסטו צו הרב קרישעווסקי, קוקט ער מיר פון די לבנה אראפ, ניטאמאל ווייסט ער אז אזא סארט איד לעבט בכלל, מען האט אים פונקט אזוי אריינגעזעצט אין קווינס ווי יעדע משגיח און שואל ומשיב, און האט נישט קיינמאל א רעכט צו האלטען די מייק און מעורר זיין די הינדערטער צאן קדשים וואס די עלטערן טראסטען בלינדערהייט די הייליגע ישיבה אז זיי נעמען שוין קעיר, פון די ריכטיגע חינוך.
די צווייטע בלאף מיט וואס מען גייט כאפען דעם עולם זאל קומען צו שטיצען די פאנדרעזינג מסיבה, איז די ''דברים העומדים על הפרק'' וואס גייט זיך דארט גיסען...
זאגט נאר וואס זענען מיר טאקע פערדן? די ברענעדיגע טעמע, מיט וואס מען רודפט אלע עלטערן צו בלאקירען אינטערנעט און נאך, און אז נישט קאפעט מען דיר ארויס בשן ועין דאס האט איר שוין טאקע געטון מיט אלע מפרשים, אבער צו האט איר שוין אמאל צוגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער מטעם הישיבה עפעס צו בויען דעם בחור? האט איר שוין עפעס געטון פאזיטיוו צו העלפן א בחור? א פייג! ![/justify]
אבער נישט פארגעסן ילכו ענוים ויתנו.... ליידיגט אייך אויס די טאשען ווי די פערד......
מנעמט צען אלפים קאלעזש פראגראמען און מאיז מסרס דעם בחור אויפפרעסנדיג דאס געלט מיט וואס ער וואלט געקענט ווען לערנען א פאך נאך דער חתונה.
דערצו שינדט מען די הויט פון די עלטערן שכר לימוד, מ'ווארפט דעם בחור ווי א כלב דער טאג ער ווערט א חתן, און מהאט נאך די חוצפא צו שנארן.
וועלכער פערד גיט געלט ביי אזא דינער, זיי ווייסן נישט וואס צו טון מיט אזויפיל געלט, אפילו ר' יעקב בער'ס עקסטענשאן איז שוין אויסגעצאלט.
איך ווייס נישט וועלכע @כוכב ס'האט דא אהערגעשלעפט דעם @חרבונה סתם צו אטאקירען און באשמיצען א וואוילע ישיבה, איך זעה יעדע וואך עטליכע שיינע באשרייבונגען אינעם איד ווי עס שטייט בפירוש די גרויסקייט און אויפטוען יעדן איינציגסטען טאג וואס דעי ישיבה שטייט, ווי זיי לייגען אריין אהנע שיעור כוחות אין די בחורי חמד, עס איז נאך אפילו איין איינציג מאל נישט געשטאנען עפעס אז ס'זאל חלילה פארקומען עפעס שלעכטס ווי מען זעט כסדר באריכטען איבער גויאישע אדער אנדערע סאטמארע שולע'ס
סתם עלילת שקר.
קוקט אויס עטס זענטס פון יענע סאטמאר וואס זיכט סתם צו גיסען א קיתון של שופכין אויף זייער קעגנער
- מבקר
- היימישער באניצער
- הודעות: 355
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 548 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
אחד העם האט געשריבן:א טרער קומט מיר פון איין אויג, אזוי ווי זיניגער האט עס שיין מרוגעשדיג אראפגעלייגט, אבער א טרער קומט מיר פון צווייטען אויג, אזוי ווי לית דין זאגט, און גלייבט מיר אז עס איז שוין גאר קיין טרער טרער נישט, עס איז שוין דא א גאנצען אשען, פארמישט מיט די ביידע סארטען טרערן, אבער מיר וואונדערט זיך אז כדי מצדיק זיין איין צד פארגעסט פון פשוטער מענטשליכער כללים, די זעלבער וואס געבט די רעכט פאר יד טאטע מאמע טוהן וואס זיי ווילען גיבט די רעכט פאר די מנהלי המוסדות טוהן וואס זיי ווילען, ווען האבען די פרומע פארלוירען זייערע רעכטען? זיי טארן שוין נישט וועלן? זיי טארן שוין נישט האבען קיין דיעות? עס איז געווארען אזא רוח, מען איז מצדיק די אלע וואס וטען כל מה שליבם חפץ מען דארף זיך באגיין מיט זיידענע הענטשוך מיט זיי, און אלע וואס קענען נישט ציילען ביז פינעף אליינס, שאקלען מיט ווי קעלבלעך, אבער די זעלבע זיידענע הענטשוך וואס מען באגייט זיך מיטט די קען אמאל זיין א מעסער און הארץ פאר די פרומע, יא, דער פרומער האט די זעלבע רעכט ווי די אנדערע, און עס איז נישט מער ווי א מענטשליך און לעגעטימע זאך אז א מוסד האט פרומע ראלס און רעגעלעשינס,ידער מוז קענען סובל זיין, ווען און זיין זונס כיתה לערנט א זון פון די פון די אקטיווסטע ניקס פון מאחורי??, טאק טו מי? עקספלען יור סעלף, בקיצור איך זיך דער וואס טיילט די רעכטען, די פרומע זענען דיעה'לאז, זיי טארן זיך נישט עפענען דאס מויל, זיי מעגן שפייען בלוט ווען זייערע קינדער קומען אהיים מיט השגות וואס הייבט זייער בלוט דרוק, אבער די אנדערע, נעם אים אריין און די מסודות, ריר אים נישט אן, שטיל? איך הער אבער א ביאור פארט דארף דאך עס האבן, [און די טענה אז ווער האט געבעטן די טאטע צו האבן אזאנע פרומע פרינציפן איז נעריש וויל עס פרעגט זיך פארקערט אויך ודו"ק און לגבי בחורים בישיבות הוא נושא אחרת לגמרי
אזויווי כ'האב שוין אויסגעשמועסט ערגעץ אנדערש, ביסט אינגאנצן גערעכט אז יעדער מעג האבן זיינע פרינציפן און רצונות. אבער ווען עס קומט צו א זאך וואס די ציבור איז אנגעוויזן אויף דעם, קען מען נישט שפילן מונופולי.
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
[justify][tag]זיניגער[/tag], הערליך שיין און הארציג געשריבן, זאל דער בורא זיך מרחם זיין ווי שנעלער אויף די צובראכענע עלטערן.
אין די ענגלישע וועלט איז דא א ראָ"ל ווען מען שרייבט א פּרעסוועסי"ב געשרייב'אכטס, קען מען נישט בלויז מסביר זיין איין זייט, מען מוז אראפ ברענגן דעם צווייטן זייט, און דערנאך מסביר זיין פארוואס זיי זענען נישט גערעכט, נאר די ביסט גערעכט.
האסט אפגעשריבן זייער א שיינע ארטיקל מלא הארץ און געפיל, אבער האסט פארגעסן צו ברענגן דעם אנדערע זייט פון מטבע. דו האסט געשריבן א מעשה פון א טאטען אן שרייבן די סיבה פארוואס מען האט נישט אנגענומען זיין אינגעל אין חדר.
איך בין נישט דא צו געבן גערעכט אויף אלע מעשיות אבער דאס איז זעכער אז מ'קען עס נישט אנקוקען מיט קעלבענע אויגן.... רשעים וואס זיי זענען, וואו איז זייער הארץ און געפיהל?
זעהט אויס אז ענק זענען שוין לאנג ארויס פון חדר און געדענקן שוין נישט די טריקענע פאקטן, אז על פי רוב ( געדענק, איך זאג על פי רוב) די קינדער וואס זענען געקומען פון פראסטע שטיבער וואס מען האט קיין געפיהל צו אידישקייט קיינמאהל געזען, נאר דאס פארקערטע. יא יא, זיי זענען געווען די שוואכערע קינדער ווען מען איז געווען אין די אינגערע כיתות, און אין כיתה ח' ט' געווען די באמעס פון קלאס, דאס איז דברים גלוים לכל. און לעומת זה די וואס זענען אויסגעוואקסן און אויסגעשטיגן, זענען פון די פיינע פרימע שטיבער לאו דווקא די רבי'שע.
איי וועסטו פרעגן וואס גייט דיך אן אז עס זענען דא אזעלכע קינדער אין קלאס? הייסט דו מאכסט דיך אינגאנצן וואו כאילו דו ווייסט נישט וואס איז די פראבלעם? די געדענקסט דען נישט ווי דער איין באם אין חדר האט מיטגשלעפט מיט זיך צוויי דריי פיינע קינדער? די מציאות איז, אז א סביבה האט א מוראדיגע שטארקע השפה אויף א מענטש, זיך חבר'ן מיט א שלעכטע חבר האט אלס געוויזן נעגעטיווא אפעקטען.
און נאכאמאל איך זאג נישט אז מען דארף ווארפען רעכטס און לינקס אבערנאויב זעהא מען אז די יונגעל גייט נאר ברענגען שלעכטס פאר די כיתה טאר מען איהם נישט מקבל זיין אין חדר. עט'ס האט'ס אזוי רחמנות אויף די טאטע'ס, אבער האללא זייער בלוט איז מער רויט פון די טאטעס וואס זייערע קינדער זענען אפגעפארן צילוב שלעכטע חברים? וואס עפעס? די ביסט דאן איי יונגעל קעגען פינף זעקס אינגלעך.
און צי דיר [tag]אחד העם[/tag][/justify] זאגסט זייער גוט, אבער מיין באליבטע שטיבל זאלסטו נישט בארעדן. דו וואלסט נישט געוואלט דיין זון זאל זיך חבר'ן מיט א קינד פון די אקטיווסטע ניק אין מאחורי? , איז קודם כדי צו זיין די אקטיווסטע ניק אין מאחורי דארף מען סאך הכל שרייבן איין מאל א וואך, און צווייטענס דו ביסט נאך אין מאחורי קיינמאל געווען, עס איז העכסט א אויסגעהאלטנע מקום, וואו מען העלפט זיך אאויס איינעם דעם צווייטען אויף א ערליכע וועג.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מצטמק ויפה לו?: איך גיי דיר ענטפערן אויף דיין תגובה. חוץ אויף דיין לעצטון פאראגראף. דא, אין דעים פאל וואס הער זיגמונד האט געברענגט רעדט זיך פון א אינגל אדער מיידל וועלכע הייבן ערשט אן צו גיין אין חדר אדער אין סקול. איז נישט שייך צו מעסטן זייער אייגן התנהגות (באם, כלשונך). אויב די הנהלה האלט אז די עלטערן פיהרן זיך נישט אויף ווי ס'באדארף צו זיין. קענמען זיי אריבעררופן אין אפיס פון די ת"ת אדער סקול, און זיי זאגן די תקנות צו וועלכע זיי מוזן זיך האלטן. אבער מ'דארף אננעמען זייערע קינדער אין חדר אדער אין סקול. משא"כ דא איז די הנהלה באגאנגען א גרויס אכזריות מיט'ן אפזאגן די קינדער...וואס דען זאלן זיי טון? שיקן אין פאבליק סקול, ח"ו?...
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:33 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
לית דין בר נש האט געשריבן:
פארוואס זאל מיין זוהן וואס איך פראביר עכ"פ מחנך צו זיין אויפן וועג וואס מיין טאטע האט מיר מחנך גיוועהן (יא איך ווייס איך בין מיט גארנישט גאראנטיר"ט אבער איך פראביר) זיצן מיט זיין אינגל וואס אים אינטערסירט גארנישט ער פירט זיך אויף אינדערהיים ווי א וואנזיניגע משיגענע האט נישט קיין שום סעל"ף ריספעק"ט, יא זאג מיר וועלכע אינגעלייט זעהסטו שבת צופרי אהיים וואקן פון שוהל שיכור ווי לוט נאך אנגעלאנט אויף זיין אומשילדיגע 7 יעריגע באחנ'ט אינגעלע ווייל זיין בעסטע חבר האט גיגעבן קידוש און ער האט אראפגעווישט אנדערט האלבן פלעשער בלע"ק לעיבע"ל? איך זעה גיוועהנליך טאטעס וואס האבן גערירטע בערד זייער ווייבער גייען מיט די פינק"ע פאקע"ט בוק"ס און שייטלעך ביז די מחילה וכו' (איך פארשטיי אז עס איז נישט א כלל) אבער מען קען זאגן אז רוב מאהל איז עס די חברה!
יעצט די זאג מיר ווי אזוי דער איד'ס סעודה זעהט אויס נאכדעם? איך רעד שוין נאכן שעה שלאף אויפן קאוט"ש נאך מעוטף בטליתו ווייל ער ווייסט נישט אויף וועלכע וועלט ער איז. וואס ווילסטו אזא קינד זאל האבן אין זיך?
און ניין א פינק"ע פאקע"ט בו"ק איז נישט קיין פראבלעם! און אויך נישט א שייטל ביז די מחילה! און אפילו נישט איינע וואס טרינקט יותר מלימודו דער פראבלעם איז נאר די גאנצע פיקטשע"ר צוזאמען! דער קינד וואקסט אויף אין א צודרייטע אינווייראמענ"ט מען פארט אין האטעל"ס הוליען צוזאמען, נאך מיט פינף אנדערע קאפל"ס בדומה להם וכו' איך דארף דיר נישט מסביר זיין אפילו וואס אונזערע היימישע פויערן טוהן אלס היינט איך גלייב אז די ווייסט
לית דין בר נש, א גרויסן יישר כוח פארן קלאר שטעלן פארן ציבור די מהלך המחשבה פין די קליקע מחנחים המשטלתים על הציבור.
עס איז זייער וויכטיג אז דער אלגעמיינער גאס זאל פארשטיין די סם אין עיקוש המוח מיט וואס טייל מענטשן דרייען זיך ארום.
איך וויל דיר דערציילן א קליינע מעשה וואס האט פאסירט אין דער נישט לאנגער פארגאנגענהייט.
סאיז באקאנט אז ר׳ בעריש ספינקער ז״ל פלעגט האבן א זימער קעמפ האט זיך איין יאר געמאכט א געוויסע משפחה האט איינגעשריבן זייערס א קינד ביי ר׳ בעריש אויף זימער, גראדע איז די משפחה געווען אין די קאטעגארי פין וואס די רעדסט, דער טאטע איז מער מאל ווי נישט געווען פאשיכורט, די מאמע האט געהאט א גאנצע פעקל לשון הרע בקיצור די שטוב האט נישט געטויגט.
געווען א געוויסער טאטע וואס האט שוין געהאט איינגעשריבן זיינס א זוהן אין ספינקע קעמפ וואס האט אנגעהויבן א קאמפיין דער קעמפ זאל אפזאגן דעם קינד פינעם שוואכן שטוב, דער טאטע האט געהעצט אין פארפירט ביז סאיז אים געלינגען צאמצישטעלן א קליקע טאטעס וואס האבן אין א אילטאמאטום צי די הנהלה פין ספינקא קעמפ פארלאנגט דאס קינד אפציזאגן, אין אז נישט נעמען זיי ארויס זייער אייגענע קינדער פין קעמפ.
די הנהלה איז געלאפן צי ר׳ בעריש פרעגן וואס אזוינס מהאט צי טוהן, ר׳ בעריש זי״ע האט זיך אויפגעשטעלט אין געשריגן אז ער וועט אנדערש האבן א פארמאכטן אויסגעשפילטן קעמפ ווי איידער ווי צי טוהן א איד.
די קליקע טאטעס האבן מקיים פסק געווען אין ארויסגענימען זייערע קינדער פין דארט אין פלאצירט ערגעץ אנדערש.
יארן זענען דורכגעגאנגן סהאט זיך ליידער אויסגעשטעלט אז די זוהן פין די טאטע וואס האט אנגעפירט מיט דעם קאמפיין איז ארויס אינגאנצן לתרבות הרע ל״ע, ווייטער דאס קינד פינעם שוואכן שטוב איז היינט א גאר חשובער אינגערמאן. (אז איר וועט אנפרעגן ביי געוועזענע ספינקא הנהלה מיטגלידער וועלן זיי אלע וויסן דערוועגן)
עס זענען פארהאן א מספר מצמצם פין טאטעס אין מאמעס וואס זענען אין עולם הדמיון, זיי זענען איבערצייגט זיי זיצן ביים פילאט קאבינע אין קאנטראל צימער פין זייער קינדס רוחניותדיגן צוקנופט, די עלטערן זענען טייל פין די פראבלעם פינעם רציחה אויף תנוקיות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, די עלטערן זענען די וואס באבאדירן די טעלעפאן ליניעס פין די מוסדות ווי זייער קינדער לערנען מיט טעגליכע טעלעפאן קאללס מזאל זייער קינד נישט לאזן חאבערען מיט דעם אין מיט יענעם מזאל טוישן זיין חבריתה ווייל יענעמס מאמע גייט מיט סניקערס אויף די גאס, עלטערן ריפן אן טיטשערס זיי זאלן מאכן סורדזשערי אויף א מיידעליש גרופ אין ארויסשניידן א יוצא דופן א יאנטשי מיידל וואס האט זיך אנגעוואקסן אויף איר טאכטערס שבת פארטי גרופ, די עלטערן ווערן שפעטער זייער אנטוישט ווען דער אמת פארסקעט אין פנים, זיי האבן פראבירט בויען זייער קינד דורך קלאפן אנדערע זיי האבן געלעבט אין דימיון זיי זענען קיינמאל נישט געווען ביים קאנטראל טורעם, געמיינט האבן זיי זיי ריקן די קלאטש אהער מדריקט א קנעפל אהין אין דאס קינד קימט ארויס געביגלט שיין די שטאט וועט זיך הארגענען נאך אים זיך משדך זיין.
לת דין, איך האב ניעס פאר אייך, דער וואס האט א האנט אין שטערן א קינד נישט קיין חילוק צי זיין פאטער טרינקט א האלב באטל יי״ש יעדן טאג אדער נאר שבת פין לערנען אין ישובה, חדר, סקול, איז נישט מעגליך ער זאל זעהן עטוואס נחת פין די קינדער זיינע.
סטאטיסטיקס האט שוין געוויזן די ארויסגעפאלענע קימען דייקא פין אזוינע שטיבער ווי עלטערן רעדן זיך איין זיי זענען אין פולשטענדיגן קאנטראל פינעם קינד, אזוי ווייט איז דער אנוכי גאווה שולט זיי זענען גרייט איבערציפארן אין פארדארבן דורי דורות פין פאנטענציעלי יראים ושלימים
אבי ״מיין זוהן זאל נישט זיצן לעבן יענע יונגעל וואס זיין טאטע טרינקט א פלאש בלעק לעבל לכבוד שבת״ איך בין דאך אזויפיל בעסער פין יענעם מיט די גערירטע בארד! אפשר קענט איר מיר זאגן פארוואס הויעכגעשעצטער ״לית דין״ זיינט איר אזוי זיכער איר זענט בעסער פין יענעם? ווער האט אייך געגעבן די רעכט דן צי זיין דיני נפשות? פארוואס האט א קליינע דריי יעריג נשמהלע וואס קימט פין א לויטער ערליכע שטוב (ניין דער טאטע טרינקט נישט בלעק לעבל) דער פאטער איז זיך גרייט מוסר נפש זיין צי קענען האבן ערליכע ליכטיגע דורות נישט זיין בארעכטיגט צי באקימען א חינוך ביי אינז אין שטאט? טאקע ציליב אזוינע ״לית דין ולת דיין״ ווי אייך וואס ריפן אריין צי די הנהלה טעגליך פראטעסטירן היתכן מהאט אריינגענימען דעם קינד אין מיין זינס חדר דאס איז איינע פין די סיבות פארוואס מיר שטייען היינט אין אזא מצב.
ווען א קינד שטערט אין חדר ער איז א פרה אדם ער פאדארבט אנדערע איז אויך נישטא א היתר בעולם אין צי ווארפן צי די כלבים, די חדר ברויך אים צישטעלן טיפל מיוחד אינדרויסן פין גביל החדר אין ציטשארדזשען די עלטערן פאר די עקסטרע הוצאות.
זיך ווארפן מיט א קינד פין דריי יאר איז אן אכזריות שאין כמוהו.
יעדער ווייסט ווען מגייט מאכן לייסענס ברויך מען האבן six point a of ID דאס זענען זייער תקנות אויב מהאט דאס באקימט מען לייסענס אין אז נישט נישט.
מוסדות התורה האבן נישט קיין באשטימטע תקנות, זייערע תקנות איז קאסטאם מעיד לויטן געשטאלט פינעם פרוי די קאליר פין די אויגן אין וואג פינעם גוף, ממילה פאר די וואס טענהן אז יעדער איז בארעכטיגט צי מאכן תקנות לויט זייער פארשטאנד, זאל יענער זיך פארשטעלן אז יעדע מענטש זאל געבוירען ווערן מיט זיין אייגענע תורה אדער די רעגירונג זאל האבן עקסטערע געזעצן פאר יעדע מענטש עקסטער, דאס וואלט געברענגט צי אימגלויבליכע כעאס אין נארכיע.
א גרויסער מוסד וואס קאלעקט מילונים דולר יערליך פין אחינו בני ישראל האט דאס פאראנטוועלכקייט צי שרייבן קלארע תקנות שהציבור יכולים לעמוד בה אין יעדער וואס שיקט אריין אן אפליקאציע מיז באקימען א שנעלע אין קלארע אנטווארט אויב פארוואס מנעמט נישט אן זייער אפליקאציע אין וויאזוי מקען דאס פארעכטן.
זיך ווארפן אין איגנארירן מענטשן איז א דבר שאין לא תקנה בכלל.
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
בעל עגלה, דאס איז די מעלה פון מיין ניק, אמאל יפה און אמאל רע ....
אבער צום ענין, איך רעד נישט פון דעם ספעציפישן מעשה, אבער נקוט כללא זו בידך ווען מען נעמט נישט אָן איינעם'ס קינד אין חדר, איז עס נישט סתם ווייל זיין טאטע דאווענט אָן א היט אדער מאכטס זיך די פיאות מיט דיפעטי- דא, ניין בכלל נישט, געווענדליך רעד מען פון א אויסגערופנע ליידאק, פויער, וואס איז אין די גאנצע שטאט באוויסט מיט זיינע מעשים נעים, און רעדן צו אזא איינעם וועט נישט העלפן ער קען נישט אנהייבן פון אלעף, סארי.
און וואו ער זאל שיקן?? זייער גוט געפרעגט, אבער אלא מאי??! ווייל ער האט נישט וואו צי שיקן ממילא דארף זיין אינגעל אפהרגנען אנדערע?
ועוד די טאטעס וואס צאלן שווערע שכר לימוד האבן נישט די מינימום רעכט פון פטרלאנגן אזא זאך? פארוואס שטייט דער באמ'ס רעכטען העכער??

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
זיניגער ליין איבער דער שורה נאכאמאל!
איך מעג און דארף פראבירן עס זאל זיין די בעסטע פאר מיין זוהן!
ניין איך רעד נישט מיט מיינע קינדערס מחנכים מער ווי איינמאהל א יאר ביי PTA (טאקע א תביעה אויף מיר היתכן) איך בין בכלל נישט Over Protective
אבער אזוי פיל יא עס איז דא קינדער וואס צוליב זייער טאטעס התנהגות וויל איך זיי נישט אין די זעלבע חדר ווי מיין זוהן און דאס איז גראדע א מיעוט והראי' מען הערט נישט יעדע טאג פון קינדער וואס מען האט נישט אהנגענומען אין חדר אנדערש ווי בחורים וואס איז ממש א מגיפה!
און יעצט צו דיין Statistic אז דוקא באמעס האבן גוטע קינדער און די פרומעס קינדער ווערן באמעס (וואס איך האלט איז גראדע נישט ריכטיג נאר פשוט ביי די פרומע איז עס מער אויפפאלענד זעהט מען עס מער אהן די באמס זוהן זעהט סך הכל אויס א משהו שוואכער ווי זיין טאטע) איז אולי ביי בחורים אבער אין די חדר יארן ווי מצטמק האט שוין ערווענט איז רוב מאל יא די באמעס קינדער וואס מאכן די פראבלעמען און שלעפן נאך מיט אפאר אנדערע פון די קלאס!
לית דין בר נש האט געשריבן:פארוואס זאל מיין זוהן וואס איך פראביר עכ"פ מחנך צו זיין אויפן וועג וואס מיין טאטע האט מיר מחנך גיוועהן (יא איך ווייס איך בין מיט גארנישט גאראנטיר"ט אבער איך פראביר)
איך מעג און דארף פראבירן עס זאל זיין די בעסטע פאר מיין זוהן!
ניין איך רעד נישט מיט מיינע קינדערס מחנכים מער ווי איינמאהל א יאר ביי PTA (טאקע א תביעה אויף מיר היתכן) איך בין בכלל נישט Over Protective
אבער אזוי פיל יא עס איז דא קינדער וואס צוליב זייער טאטעס התנהגות וויל איך זיי נישט אין די זעלבע חדר ווי מיין זוהן און דאס איז גראדע א מיעוט והראי' מען הערט נישט יעדע טאג פון קינדער וואס מען האט נישט אהנגענומען אין חדר אנדערש ווי בחורים וואס איז ממש א מגיפה!
און יעצט צו דיין Statistic אז דוקא באמעס האבן גוטע קינדער און די פרומעס קינדער ווערן באמעס (וואס איך האלט איז גראדע נישט ריכטיג נאר פשוט ביי די פרומע איז עס מער אויפפאלענד זעהט מען עס מער אהן די באמס זוהן זעהט סך הכל אויס א משהו שוואכער ווי זיין טאטע) איז אולי ביי בחורים אבער אין די חדר יארן ווי מצטמק האט שוין ערווענט איז רוב מאל יא די באמעס קינדער וואס מאכן די פראבלעמען און שלעפן נאך מיט אפאר אנדערע פון די קלאס!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מצטמק ויפה לו: ייש"כ. דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט. ס'קען טאקע זיין אויסנאמ'ס פאלן וואו די הנהלה מוז אזוי האנדלען (אפזאגן). ווייל איך אלס באס דרייווער האב צוגעזעהן א פאר געציילטע קעיסעס וואו די עלטערן, לויט זייער התנהגות האבן געלערנט די קינדער פונקט דעם היפוך וואס מ'לערנט אין חדר אדער אין סקול. ממילא האט דאס א נעגאטיווע השפעה אויף די איבעריגע קינדער פון די קלאס. אבער. נאכאמאל. דאס איז אן עקסטרעמער פאל. און די הנהלה דארף געדענקען אז זיי זענען דן דיני נפשות. און בלויז ווייל דער טאטע שטיצט זיך דאס בערדל, אדער די מאמע גייט נישט שלעפעריש אנגעטון לויט די פארשריפטן פון די וועד משמרת הצניעות (און אינז ווייסן מיר דאך ווער זיי זענען.) קענמען נאכנישט זיך ווארפן מיט אידישע קינדער, וואס דאס קען גורם זיין אז זיי זאלן אוועקפאלן פון אידישקייט אינגאנצן, ח"ו...
- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 594 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
מבקר האט געשריבן:אחד העם האט געשריבן:א טרער קומט מיר פון איין אויג, אזוי ווי זיניגער האט עס שיין מרוגעשדיג אראפגעלייגט, אבער א טרער קומט מיר פון צווייטען אויג, אזוי ווי לית דין זאגט, און גלייבט מיר אז עס איז שוין גאר קיין טרער טרער נישט, עס איז שוין דא א גאנצען אשען, פארמישט מיט די ביידע סארטען טרערן, אבער מיר וואונדערט זיך אז כדי מצדיק זיין איין צד פארגעסט פון פשוטער מענטשליכער כללים, די זעלבער וואס געבט די רעכט פאר יד טאטע מאמע טוהן וואס זיי ווילען גיבט די רעכט פאר די מנהלי המוסדות טוהן וואס זיי ווילען, ווען האבען די פרומע פארלוירען זייערע רעכטען? זיי טארן שוין נישט וועלן? זיי טארן שוין נישט האבען קיין דיעות? עס איז געווארען אזא רוח, מען איז מצדיק די אלע וואס וטען כל מה שליבם חפץ מען דארף זיך באגיין מיט זיידענע הענטשוך מיט זיי, און אלע וואס קענען נישט ציילען ביז פינעף אליינס, שאקלען מיט ווי קעלבלעך, אבער די זעלבע זיידענע הענטשוך וואס מען באגייט זיך מיטט די קען אמאל זיין א מעסער און הארץ פאר די פרומע, יא, דער פרומער האט די זעלבע רעכט ווי די אנדערע, און עס איז נישט מער ווי א מענטשליך און לעגעטימע זאך אז א מוסד האט פרומע ראלס און רעגעלעשינס,ידער מוז קענען סובל זיין, ווען און זיין זונס כיתה לערנט א זון פון די פון די אקטיווסטע ניקס פון מאחורי??, טאק טו מי? עקספלען יור סעלף, בקיצור איך זיך דער וואס טיילט די רעכטען, די פרומע זענען דיעה'לאז, זיי טארן זיך נישט עפענען דאס מויל, זיי מעגן שפייען בלוט ווען זייערע קינדער קומען אהיים מיט השגות וואס הייבט זייער בלוט דרוק, אבער די אנדערע, נעם אים אריין און די מסודות, ריר אים נישט אן, שטיל? איך הער אבער א ביאור פארט דארף דאך עס האבן, [און די טענה אז ווער האט געבעטן די טאטע צו האבן אזאנע פרומע פרינציפן איז נעריש וויל עס פרעגט זיך פארקערט אויך ודו"ק און לגבי בחורים בישיבות הוא נושא אחרת לגמרי
אזויווי כ'האב שוין אויסגעשמועסט ערגעץ אנדערש, ביסט אינגאנצן גערעכט אז יעדער מעג האבן זיינע פרינציפן און רצונות. אבער ווען עס קומט צו א זאך וואס די ציבור איז אנגעוויזן אויף דעם, קען מען נישט שפילן מונופולי.
האבן פרינציפען, מיינט ביי דיר מענאפאלי, ממה נפשך אויב די געסט רעכט פאר דעם פרומען צו האבען פרינציפען, איז ווען ער וויל נישט אוועקגיין פון זיינע פרינציפען האלסטו דאך אז עס נישט מאנאפאלי, ער מעג דאך האבען פרינציפען, און זיינע פרינציפען זאגען אים נעם נישט אן דעם אדער יענעם, און אפשר גייט דאס פארקערט אז וויבאלד עס איז א זאך בנוגע דעם ציבור קענען נישט די נישט פרומע האבען די מאנאפאלי און טוהן וואס זיי ווילען, ווייל עס איז דאך נוגע פאר די ציבור פרומע, הא גופא האב איך געפרעגט ווער טיילט אויס די ידו על העליונה קארטלעך
- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 594 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
מצטמק ויפה האט געשריבן:
און צי דיר [tag]אחד העם[/tag][/justify] זאגסט זייער גוט, אבער מיין באליבטע שטיבל זאלסטו נישט בארעדן. דו וואלסט נישט געוואלט דיין זון זאל זיך חבר'ן מיט א קינד פון די אקטיווסטע ניק אין מאחורי? , איז קודם כדי צו זיין די אקטיווסטע ניק אין מאחורי דארף מען סאך הכל שרייבן איין מאל א וואך, און צווייטענס דו ביסט נאך אין מאחורי קיינמאל געווען, עס איז העכסט א אויסגעהאלטנע מקום, וואו מען העלפט זיך אאויס איינעם דעם צווייטען אויף א ערליכע וועג.
חס ושלום נישט געמיינט צובארעדן, כדארף סתם אזוי מדגיש, עכ"פ ביי מיר, ווען איך רעד פון די פרומע און די נישט פרומע, און איך בין מסביר די שטעלונג פון איין צד, מיינט נישט אז איך האלט אז די שטעהלונג איז א ריכטיגע, און די אנדערע טוהן עפעס ראנג, ח"ו, מיין אהבה צוגיסט זיך אויף יעדם מענטש, יוד, באשעפעניש, ווער עס לעבט מיט מיר אויף איין יונווערס, קיש איך אים און הארץ, נאר וואס, מיר קיצעלט ווען איך זעה עולם גולם זאגט נאך ווי קעלבלעך די שטעהלונג פון איין צד, און כאילו סנישט פארהאנען קיין שטעהלונג און דיעה אויף די אנדערע צד, עס שמעקט מיר פון דיסקרימענציע, און איב האב דאס זייער נישט ליב, און יעצט בנוגע מאחורי, איך האב נישט בארעדט מאחורי, איך האב נאר ארויסגברענגט אז דעם פרומען מוז דאס נישט געפעלן, צו עס איז גוט אז עס געפעלט אים נישט, האב איך נישט גערעדט
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מר. (אדער הער) זיניגער שליט"א: אין דיין ענטפער צו "לית דין בר נש", וואו דו ברענגסט אראפ די מעשה וואס האטציך אפגעשפילט ביי הרה"צ ר' בעריש ספינקער, ז"ל האביך שטארק הנאה געהאט צו הערן דעם סוף פסוק, וואס קומט נאר צו פארשטארקערן די אמונה אין באשעפער אז ס'איז נישט הפקר וועלט. איך ווייס פון אן ענליכע מעשה פון איינעם א יוד? וועלכער גייט מיט'ן גאנצן חסידישן לבוש און א לאנגע שפיציגע בארד. ער איז אבער א גרויסער רשע. זיין גאנץ חיות איז פון טוען רשעות פאר אידן. זיין רעבעצין גייט אויכעט אנגעטון לויט אלע פארשריפטן פונ'ם וועד משמרת הצניעות. און אלע זייערע בנים ובנות זענען אפגעפארן, למחצה, לשליש ולרביע. נישט סתם קיל. נאר זיי זענען גאנץ קליינע מחותנים מיט'ן באשעפער און זיין תורה...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
[tag]זיניגער[/tag] זייער ווייטאגלעך.
וואס זאל איך דיר אבער זאגן, איך גלייב פשוט נישט די מעשה. אויב איז אמת וואס דו זאגסט, אז די משפחה איז ערליך, און גייט אין איינגקלאנג מיט די תקנות סדום, פארוואס טאקע איז דאס קינד נישט אין א מוסד? עפעס שטימט נישט דא.
אויב איז נישט דא קיין שמץ לשון הרע אויף יענע טאטע מאמע, ביטע אישי'ט מיך.

Under influence
- ישי שטיינמעץ
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל
די איינציגע וועג צי קעיר נעמען פין אזאלכע סארט פראבלעמען, איז צי עקספאוזען די וואס טוען דאס, פארשפרייטען זייערע נעמען און בילדער, פארציילען פינקליך די שמועס וואס מען האט געהאט מיט זיי, וואס זיי האבען געזאגט אין אזוי ווייטער,
קיינער וויל נישט ווערען אויסגעשמירט אויף די גאסען און אויפען אינטערנט,
נישט נאר די מוסדות ברויך מען צי אויסשמירען ברבים, נאר מען מוז טארגעטען די ספעציפישע אינדיווידיאלען וואס זענען געווען אינוואלווד,
דאס האט א אומשאצבארע כוח, דער מענטש מיט זיין משפחה וועלען נישט וויסען ווער ס'ווייסט יא אין ווער נישט, זיי וועלען ווערען קאמפלעקסט ווען זיי גייען אויף די גאס, זייערע בני בית וועלען ווערען נערוועז, אין ס'וועט לייגען אומגעהויערע פרעשור אויף די סיסטעם,
לערענטס ענק אויס, ווילאנג זיי וועלען נישט שפירען היץ אויף די אייגענע הויט, גייט זיך עס נישט אויפהערען, איינמאל זיי וועלעען ווערען עקספאוסד וועט זיך אלעס זייער זייער שנעל טוישען, קיינער וועט נישט וועלען זיין אינוואלווד אין די שמוציגע ארבעט, אנהייב וועלען זיי טרייען צי גיין אנדערגראונד, זיי וועלען נאר ענפערען שריפטליך אין מען זאל נישט וויסען ווער ס'שטייט אונטער דעם, אבער דעמאלץ וועט מען טארגעטען די גאנצע וועג החינוך פין יענע מוסד, און אזוי אויך זייער געטשקע (רבי בלע"ז), די רגע די היץ וועט זיין גענוג שטארק וועט זיך עס אויפהערען,
קיינער וויל נישט ווערען אויסגעשמירט אויף די גאסען און אויפען אינטערנט,
נישט נאר די מוסדות ברויך מען צי אויסשמירען ברבים, נאר מען מוז טארגעטען די ספעציפישע אינדיווידיאלען וואס זענען געווען אינוואלווד,
דאס האט א אומשאצבארע כוח, דער מענטש מיט זיין משפחה וועלען נישט וויסען ווער ס'ווייסט יא אין ווער נישט, זיי וועלען ווערען קאמפלעקסט ווען זיי גייען אויף די גאס, זייערע בני בית וועלען ווערען נערוועז, אין ס'וועט לייגען אומגעהויערע פרעשור אויף די סיסטעם,
לערענטס ענק אויס, ווילאנג זיי וועלען נישט שפירען היץ אויף די אייגענע הויט, גייט זיך עס נישט אויפהערען, איינמאל זיי וועלעען ווערען עקספאוסד וועט זיך אלעס זייער זייער שנעל טוישען, קיינער וועט נישט וועלען זיין אינוואלווד אין די שמוציגע ארבעט, אנהייב וועלען זיי טרייען צי גיין אנדערגראונד, זיי וועלען נאר ענפערען שריפטליך אין מען זאל נישט וויסען ווער ס'שטייט אונטער דעם, אבער דעמאלץ וועט מען טארגעטען די גאנצע וועג החינוך פין יענע מוסד, און אזוי אויך זייער געטשקע (רבי בלע"ז), די רגע די היץ וועט זיין גענוג שטארק וועט זיך עס אויפהערען,
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:דער ארטיקל שניידט שטיקער! דאס דארף ווערן אויפגעהאנגען אויף יעדן ווינקל אין וויליאמסבורג הבירה!
לתועלת הענין האב איך געמאכט א PDF, פרינטס עס ארויס און פארטיילט דאס וואו אימער איר קענט נאר! ובשם ה' נעשה ונצליח.
אוואו איז די PDF פארשווינדען געווארען?
You must be the change you want to see in the world