(דאס רוב איז אייגענ'ס, נאר א חלק קאפירט)
א הערליכע ארטיקל האט אריין שפאצירט אין מיין אישי קעסטל פון איינע פון אונזערע גאר חשוב'ע חברים. ליינט און האט הנאה
צו די צווייטע יארטאג פונעם גיגאנטישן "כינוס כלל ישראל" ער"ח סיון תשע"ב אין סיטי פיעלד אנטקעגן דאס באנוץ פון אינטערנעט, וויל איך מיטטיילן מיין פערזענליכע געשעעניש וויאזוי פון הימל העלפט מען א אידיש קינד. ובפרט אין דעם נושא פון הבא לטהר מסייעין אותו, ווי איר וועט ליינען אין די קומענדיגע שורות.
אסאך מאל ווייסט נישט דער מענטש וויאזוי ארויסצוקריכן פון א נישט ריכטיגע זאך. ער ווייסט די זאך איז נישט ריכטיג, אבער האט נישט די קוראזש ארויסצוקריכן דערפון, אדער וויל נישט האבן, ס'יז אים בעסער אזוי. ער זוכט זיך נישט אריינצולאזן אין שוועריגקייטן צי ווייל ער וויל נישט זיין אנדערש פון יעדן אד"ג.
אנדערש איז אבער, ווען מען קריגט א קלארע באווייז פון הימל.
גענוג מיט הקדמות, לאמיר צוגיין צום פאסירונג.
איך האב מיין סעלפאון שוין לאנגע יארן, מיט סערוויס ביי ווערייזאן ווייערלעס, א גרויסע אמעריקאנע פירמע. און לויף פון די יארן איז אויפגעקומען פיל אנדערע ביליגערע קאמפניס וואס נעמען ביליגער טי מאבייל און נאך, און געקלערט אפשר זאל איך סוויטשן.
איך האב נישט געקענט אליינס באשליסן. איך האב געדארפט עמיצער זאל מיר געבן דעם ריכטיגן "דעת תורה" וואס צו טוהן דא. ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דאס נישט קענען באשליסן נישט געקומען מצד שוואכקייט, איך בין איבערהויפט נישט אזא מענטש, איך קויף געווענליך וואס איך דארף האבן. אבער דא האט "עמיצער" מיר דירעקט צוריקגעהאלטן.
אינצווישן איז געווען דער גרויסער מעמד הכינוס, עס האט מיך נאך מער אויפגעשאקעלט, ווי האלט איך אויף דער וועלט? מוז איך טאקע האבן די בעסטע קוואליטי און די בעסטע רעזאלושען? ווייסטו דען נישט פון ביז היצט אז דאס פארפירט אין שאול תחתית אריין רח"ל?
עפעס איז דאן געווען אין די נייעס, און כ'אב זיך דערמאנט פון הרב קרויס פון לאנדאן. וכידוע, ער פלעגט נוצן א חומש און וואו ס'האט זיך געעפענט, פון דארט האט ער גענומען א הוראה פאר די מענטשן וואס פרעגן אים אן. האב איך געטראכט לאמיך אויך אזוי טון, כאטש איך האב נישט די ערליכקייט פון אים, און נישט די קוואליפיקאציעס ווי אים. אבער צום טאטן אין הימל קען יעדער רעדן, און אדרבה, זאל מיר דער באשעפער צייגן את המעשה אשר יעשון.
ווי געשריבן איז מיין שאלה בכלל נישט געווען צי יא צי נישט סמארטפאן. מיין שאלה איז געווען צי איך זאל בלייבן ביי ווערייזאן צי ענדערש גיין מיט איינע פון די אנדערע ביליגערע. מיטן חומש אין די הענט נעם איך זיך שעפשען א קורצע געבעט: "רבש"ע דו ביסט דאך א כל יכול, ווייז מיר אן דעם ריכטיגן וועג וויאזוי איך זאל האנדלען, זאל איך אוועקגיין פון ווערייזאן צי נישט". איך האב נאך אפילו מוסיף געווען א שטילע בקשה צו די תפילה: "רבש"ע, ווען דו ווייזט מיר דעם פסוק, ווייז מיר א אפענע זאך, איך בין נישט דניאל וואס דו קענסט ווייזן רמזים, איך בין א שוטה ר.. וגס רוח, איך פארשטיי נישט קיין רמזים, זאג מיר אפען וואס איך זאל טון אן זיך דארפן ברעכן קאפ צו פארשטיין וואס דו ווילסט מיר זאגן".
די פסוק וואס איז אויפגעמישט געווארן פאר מיינע אויגן האט מיר אויף א מינוט איבערגעלאזט געפלעפט, אליינס נישט געווען זיכער, איך האב אויף די רגע נישט געזען קיין ענטפער צו מיין פראגע. אבער נאך א מינוט פון איבערקלערעניש האב איך געזען אז יא, דער פסוק רעדט צו מיר! דער פסוק הייסט קלאר יא ארויסגיין!
אט איז דער פסוק:
"ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה"
נו, לגבי מיין פראגע מיינט דאס לכאורה יא ארויסגיין פון ווערייזאן. (ס'שטייט דאך ''ויצא'' ארויס!)
גאנץ קלאר. אבער וואס טו איך ווייטער, איך וויל דאך נישט בלייבן אנע סעלפאון, אויב נישט ווערייזאן דאן וואס יא? האב איך צוגעמאכט דעם חומש און ווידער געשטעלט א קורצע תפילה: "רבש"ע, נאך איין מאל באווייז מיר קלאר, ואדברה אך הפעם. זאל איך אריבער גיין צו אן אנדערע ביליגערע סמארטפאן פירמע"? און ווידער האב איך צוגעלייגט מיין היימיש-געמאכטע בקשה: "רבש"ע ווייז מיר א קלארע זאך, אן קיין רמזים, לאז מיר נישט איבער מיט קיין צווייפלען".
דער צווייטער פסוק האט זיך אויפגעמישט, מיט א קלארער ענטפער! אט איז דער פסוק:
"ויקח ספר הברית ויקרא באזני העם, ויאמרו כל אשר דבר ה' [b]נעשה ונשמע[/b]"
דער פסוק זאגט אן א צווייפל נעשה "טי !" (T) און ווי א המשך צום ערשטן פסוק וואו ס'שטייט וילך אז מ'גייט וואס דאס מיינט "מאביל" א זאך וואס ריקט זיך! T-MOBILE !!!
אבער געוואלד, שטייט דארט אין פסוק נעשה טאקע, אבער בלויז ''ונשמע'' איך וויל דאך אויך קענען רעדן אויפן טעלעפאן נישט נאר הערן קאלע מיט וואסער?
האב איך צוגעמאכט דעם חומש אוועקגעלייגט איין שאנק און געטוישט צו א שבת'דיגע זמירות און ווידער געשטעלט א קורצע תפילה: "רבש"ע, נאך איין מאל באווייז מיר קלאר, ואדברה אך הפעם. זאל איך אריבער גיין צו אן אנדערע ביליגערע סמארטפאן פירמע"? און ווידער האב איך צוגעלייגט מיין היימיש-געמאכטע בקשה: "רבש"ע ווייז מיר א קלארע זאך, אן קיין רמזים, לאז מיר נישט איבער מיט קיין צווייפלען".
די שטיקל וואס איז אויפגעמישט געווארן פאר מיינע אויגן האט מיר אויף א מינוט איבערגעלאזט געפלעפט: "ובאו כולם בברית יחד נעשה ונשמע אמרו כאחד! אמרו אויך רעדן!
איך מוז דא ענדיגן, יעדעס ווארט איז סייווי איבריג. איי גאטטע טעל יו – רבש"ע דו האסט עס געמאכט מיט מיר! קיינער וואלט עס אזוי נישט גוט געמאכט ווי דו! ביסט א כל יכול, דו האסט געליינט יעדן דיטעיל אין מיינע מחשבות! האסט גערעדט צו "מיר", איך האב דיך געפרעגט און האסט מיר געענטפערט. איך האב געהערט דעם ליבליכקייט אין דיינע ווערטער, "טויש פון ווערייזאן און גיי טי-מאביל"!
דאס מיינט נישט אז דער עולם זאל זיך יעצט נעמען עפענען חומשים און זמירות'ליך, קען זיין מען וועט בכלל נישט באקומען די זעלבע ענטפערס. דאס איז געווען פאר מיר און דער רבש"ע האט דעמאלטס געליינט יעדע פינטעלע פון מיין מחשבה. איך האב געזען דערין א אור, א הימלישע אור וואס האט מיך באלויכטן אין יענע גורל'דיגע מינוטן. גורל'דיג, ווייל די דאזיגע אור, די השפעה פון דעת, האט ממש געטוישט מיין לעבן אין די פאלגענדע חדשים און יארן, ברוך השם פאר דעם.
רבי חנניא בן עקשיא אומר... יתגדל...
לע"נ.... זוכט נאך א נדבן...
אינספערירט פון דא
בדידי הוה עובדא - צום צווייטן יארטאג פון כינוס כלל ישראל...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 576
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
- האט שוין געלייקט: 161 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
בדידי הוה עובדא - צום צווייטן יארטאג פון כינוס כלל ישראל...
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
sefish האט געשריבן: אסאך מאל ווייסט נישט דער מענטש וויאזוי ארויסצוקריכן פון א נישט ריכטיגע זאך. ער ווייסט די זאך איז נישט ריכטיג, אבער האט נישט די קוראזש ארויסצוקריכן דערפון, אדער וויל נישט האבן, ס'יז אים בעסער אזוי. ער זוכט זיך נישט אריינצולאזן אין שוועריגקייטן צי ווייל ער וויל נישט זיין אנדערש פון יעדן אד"ג.
אנדערש איז אבער, ווען מען קריגט א קלארע באווייז פון הימל.
אמת ויציב!
נאכן "קינות קלל ישראל" האב איך געטראכט אויפצוגעבן מיין אינטערנעט אינדערהיים.
פונקט יענע טאג האט מיין שכן געפענט זיין וויי-פיי...