ארעסטן אין וויליאמסבורג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
NAVY SEAL
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 4:53 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך NAVY SEAL »

יואליש האט געשריבן:נעוי סיעל, כ'הער זאגן אז דו האסט געניצט די "ימ"ש" אויף דייטש. איז עס אמת? ביסט געווען אין כעס בשעת מעשה?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

קאמפיאטער האט געשריבן:האט מען דאסקאלאוויטש אויך געבעקט??
זיי מודה.!!

יא, איך ווייס פאר א פאקט אז אין פאפא האט מען געמאכט א העווי געלט אקציע פאר לויערס. איך האלט גראדע אז עס קומט אים א פעיר טרייעל, איך ווייס אבער אויך אז ער איז גילטי און פאר אים האט מען געמאכט א געלט אקציע בעת דער רחמנות יונגרייז וועם ער האט מאלעסטעט האט מען ארויסגעווארפן פון בתי מדרשים. שעים אן אונזער קאמיוניטי.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

במ"ל האט מאלעסטעט ווער ווייסט וויפיל קינדער לאורך ימים, ווען מען בעקט אים נישט, וואלט נישט געווען איין טאטע וואס זאל אים קלאגען????

האלטס טאקע, אז ווען א טאטע האט א מעשה רח"ל, גייט ער נישט צו די פאליציי ווען ער באקומט נישט קיין סטראשעס?


פין וועלכע ביהמ"ד האט מען ארויס געווארפען במ"ל דורך אלע יארען ווען יעדער האט געוויסט אז ער מאלעסטעט קינדער??


דער וואך האט מען אויף געפיקט א מנוול ישראל מאיר גינזבורג, וואס שפילט שוין מיט קינדער בערך דרייסיג יאר!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!


זיי מיר מסביר פארוואס עס האט גענומען אזוי לאנג!!
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

און היות מען שרייבט וועגען דעם צדיק נ. וו. ווי ממש עס קען נישט זיין,

ידעו הכל, ער איז מענטש מיט א געשליפען פיסקעל, וואס אמת און ליגנט זענען ממש יוצאים כאחד, א מענטש וואס האט א חוש איינצורעדען אנדערע אז עס איז נאכט ווען אינדערויסען שיינט די זון.

און די אלע מעשיות וואס ווערען פארציילט פארוואס זי זאגט אזוי וכו' וכו', זענען שער ושקר, די אנגעפארענע האבען בכלל נישט קיין אינטערעסע צו מאכען קיין שקרים אויף קיינעם, נאר וואס דען???

איין זאך זענען זיי אנדרעש, במקום וואס אונז אלע וועלען האבען אן אינטרעסע צו שטופען אלע שלעכטע מעשיות אויף אחד משלנו אונטער דער טעפיך, האבען זיי א נגיעה פארקערט.

אבער אויף צו מאכען מעשיות איז רחוק מאוד אז איינער זאל עס טוהן, יארען שפעטער, און מיט דעטאלען וואס זענען תסמר שערות ראש.

בכלל ווען זי וואלט אויף געמאכט די מעשיות וואלט די די עי דאס געוויסט, זיי ווייסען וואס זיי טוהן, און זענען נישט אינטרעסירט נאך צו גיין איינער וואס איז חף מפשע. פאר זיי גייען נאך איינעם איז דער די עי קאנווינסט אז יענער איז שולדיג.

און טאמער דער מיידעל איז אזוי געלונגען אז זי קען איין רעדען דער די עי און דער סאשעל ווארקער אויף א שקר, איז פון וואנעט ווייסט די אז זי זאגט ליגנט??? אלעס ווייל די קענסט דער נ. וו. אלס א געשליפען פיסקעל וואס שווערט זיך ביי זיין טאטעס בארד איז להד"ם????
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

אויכט האט מען צוזאם געשטעלט געלט פאר׳ן בעיל און גלייך נאכן ארויסגיין אויף בעיל האט ער פרובירט.צומלעסטן א בחור און בראשוב ביהמ״ד און קיינער האט נישט גענומען אחריות אויף איהם און דער טאטע פון די בחור איז אפילו נישט געגאנגן צום פאליס ריפארטען די מעשה.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

chosen people האט געשריבן:אויכט האט מען צוזאם געשטעלט געלט פאר׳ן בעיל און גלייך נאכן ארויסגיין אויף בעיל האט ער פרובירט.צומלעסטן א בחור און בראשוב ביהמ״ד און קיינער האט נישט גענומען אחריות אויף איהם און דער טאטע פון די בחור איז אפילו נישט געגאנגן צום פאליס ריפארטען די מעשה.


וואס? חס ושלום! קען נישט זיין אמת, איך קען איינעם, וואס קען אים, און ער זאגט מיר אז ער איז דער לעצטער מענטש וואס זאל דאס טון, די רעדסט שוין ווי נחום. איין מינוט די ביזט נחום אליין....
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

טאמער די אלע זאכען וואס כ'ליין דא צאם זענען אמת, דאן איז צייט פאר א רעוואלאציע, ס'צייט אז די רבנים אין כלל טוער זאלען האבען פין וועם צי מורא האבען ווען זיי זענען מעוות הדין,

אין כ'מיין נישט פין די רעגירונג זאלען זיי מורא האבען, ניין נאר מורא האבען פין אונז, פין די קינדערלאך וואס וועקען זיך אויף, א דאנק די "טריפה'נעם" אינטערנעט, מען חאפט זיך אז אינטער א לאנגע ווייסע בארד קען אמאל זיין באהאלטען א גענגסטער, א ביליגע פארשוין, וואס וועט פארקויפען זיין מאמע'ס קבר פאר אביסעל כבוד,

וואס פאר א חוצפה איז דאס צי רודף'ן די וויקטים'ס אין שטיצען די רודפים, ווי איז אביסעלע אמת, ווי איז אביסעלע אויפריכטיגקייט, פליצלונג קומט אן דער טריפה'נעם אינטערנעט, אין דעקט אויף די פרצוף פין די חברה, נו וואס טוט מען, מען קומט ארויס קעגען די אינטערנעט,

יארען לאנג לאזען זיי צי מטמא זיין אומשולדיגע קינדערלאך, אין פליצלונג זארגען זיי זיך פאר די קדושה פין כלל ישראל, אלא מאי זיי האבען מורא פין די אינטערנעט פאר א צווייטע סיבה:

אז די קינדערלאך זאלען זיך נישט אויפוועקען !!!
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

איך האב אזוי געטראכט, קומט ארויף אויבן אין הימל, א פיינער איד א בעל בית, תורה וגדולה. און מען רעכנט אים אויס דארט א גאנצע ליסטע פון קינדער וואס ער האט מאלעסטעט, ער נעמט זיך צו שרייען חס ושלום, איך האב קיינמאל נישט גערירט א קינד! דאס איז עולם האמת?! איך האב אפילו נישט געהאט דעם נסיון! דער בי״ד של מעלה נעמט אבער ארויס א ליסטע, אין רעכנט אויס, דא האסטו געגעבן בעיל, אז מען זאל ארויס לאזן א מאלעסטער און בשעת זיין בעיל האט ער מאלעסטעט עטליכע קינדער. דא האסטו געגעבן געלט פאר לויערס פון א מאלעסטער און אזוי האט ער זיך ארויסגעדרייעט פון תפיסה, האט ער געקענט מאלעסטן נאך עטליכע קינדער. און אזוי ווייטער....

זאלט איר וויסן אז דאס געדאנק פון "אומשולדיג ביז געפרוואוט שולדיג", איז א אמעריקאנער/גוי'שער אויסטרעף, און עס קען אייך אסאך קאסטן, אויבן אין הימל.
באניצער אוואטאר
venus
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 08, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

שליחה דורך venus »

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:טאמער די אלע זאכען וואס כ'ליין דא צאם זענען אמת, דאן איז צייט פאר א רעוואלאציע, ס'צייט אז די רבנים אין כלל טוער זאלען האבען פין וועם צי מורא האבען ווען זיי זענען מעוות הדין, אין כ'מיין נישט פין די רעגירונג זאלען זיי מורא האבען, ניין נאר מורא האבען פין אונז, פין די קינדערלאך וואס וועקען זיך אויף, א דאנק די "טריפה'נעם" אינטערנעט, מען חאפט זיך אז אינטער א לאנגע ווייסע בארד קען אמאל זיין באהאלטען א גענגסטער, א ביליגע פארשוין, וואס וועט פארקויפען זיין מאמע'ס קבר פאר אביסעל כבוד, וואס פאר א חוצפה איז דאס צי רודף'ן די וויקטים'ס אין שטיצען די רודפים, ווי איז אביסעלע אמת, ווי איז אביסעלע אויפריכטיגקייט, פליצלונג קומט אן דער טריפה'נעם אינטערנעט, אין דעקט אויף די פרצוף פין די חברה, נו וואס טוט מען, מען קומט ארויס קעגען די אינטערנעט, יארען לאנג לאזען זיי צי מטמא זיין אומשולדיגע קינדערלאך, אין פליצלונג זארגען זיי זיך פאר די קדושה פין כלל ישראל, אלא מאי זיי האבען מורא פין די אינטערנעט פאר א צווייטע סיבה: אז די קינדערלאך זאלען זיך נישט אויפוועקען !!!
It's temimus, stupid!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אנטשולדיג מיר זייער ר' יאנקל, אבער האסט מיר לגמרי נישט געענטפערט.

איך האב דיר נישט גאזאגט וואס די מעשה איז געווען, אויב האסטו פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, האב איך דיר גאר געפרעגט דו זאלסט מיר זאגן וואס די מעשה איז געווען.

איך האב ס"ה אראפגעלייגט א מעשה וואס וואלט ווען געקענט געשעהן, וואס אזוי לייגט מען אראפ די מעשה אויף אים (נאכאמאל, איך זאג נישט אז דאס איז געווען די מעשה דא) און איך האב דיר געפרעגט וואס דו וואלסט געטוהן. ענפער מיר נישט אז אויב ער טרייט זיך אראפצולייגן ווי א עובד ה' דעמאלס קען ער נישט זיין קיין ביזנעס מאן, ווייל דאס איז נישט קיין תירוץ. פאר דעם ביזנעס פון הכשרים נעמט מען אן עובד ה', אדער איינער וואס שפילט גוט עובד ה' (פונקט ווי פאר דעם סערוויס פון קוויטל ליינען נעמט מען אויך אזא איינעם).

סאו נאכאמאל, בקיצור. מישקאלצער רב האט א ביזנעס וועלכע ער האט שווער געארבעט עס צו ברענגען צו דעם מקום ווי עס איז. יעצט אויב גייט ער לאזן זיין הכשר אויף דעם ביזנעס, קען ער צומאכן זיין ביזנעס, וואס דארף ער טוהן.

ר' יאנקל, יעדער וואס קען מישקאלצער רב וועט דיר מעיד זיין אז ער איז נישט קיין עסקן, און איז נישט אינוואלווד אין וועבערמאנס קעיס אדער אין סיי וועלכע אנדערע קעיס, ער איז נישט דער סארט מענטש, ער איז ביזי מיט זיינע הכשרים און מיט זיין גרויסע מישקאלצער רבנות און דעציט. לדעתי איז ער נישט מחויב צו זיין א בעל מדריגה און לאזן זיין ביזנעס גיין קראכן פאר די סעיק פון אן אויסווארף (נישט קיין חילוק פארוואס יענער איז אן אויסווארף). דו האלטסט אנדערש? לאמיך קודם זעהן דיך זיין אזא גרויסער גיבור און פארלירן דיין פרנסה בידיים פאר א צווייטן איד (שוין אפגערעדט אז עס איז אינגאנצן נישט זיכער אז אזוי וועט יענער יא בלייבן אין ביזנעס).

לאמיך זעהן דער גיבור היינס ער זאל זיך נעמען איבער די ביינער פון די אמת'ע אינטימידעיטארס, און לאמיך זעהן ר' יאנקל אויב דו קענסט אויספיגערן ווער זיי זענען.

איך ווארט אויף אן אנטווארט
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

הדד בן בדד האט געשריבן:אנטשולדיג מיר זייער ר' יאנקל, אבער האסט מיר לגמרי נישט געענטפערט.

איך האב דיר נישט גאזאגט וואס די מעשה איז געווען, אויב האסטו פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, האב איך דיר גאר געפרעגט דו זאלסט מיר זאגן וואס די מעשה איז געווען.

איך האב ס"ה אראפגעלייגט א מעשה וואס וואלט ווען געקענט געשעהן, וואס אזוי לייגט מען אראפ די מעשה אויף אים (נאכאמאל, איך זאג נישט אז דאס איז געווען די מעשה דא) און איך האב דיר געפרעגט וואס דו וואלסט געטוהן. ענפער מיר נישט אז אויב ער טרייט זיך אראפצולייגן ווי א עובד ה' דעמאלס קען ער נישט זיין קיין ביזנעס מאן, ווייל דאס איז נישט קיין תירוץ. פאר דעם ביזנעס פון הכשרים נעמט מען אן עובד ה', אדער איינער וואס שפילט גוט עובד ה' (פונקט ווי פאר דעם סערוויס פון קוויטל ליינען נעמט מען אויך אזא איינעם).

סאו נאכאמאל, בקיצור. מישקאלצער רב האט א ביזנעס וועלכע ער האט שווער געארבעט עס צו ברענגען צו דעם מקום ווי עס איז. יעצט אויב גייט ער לאזן זיין הכשר אויף דעם ביזנעס, קען ער צומאכן זיין ביזנעס, וואס דארף ער טוהן?


זאגן אז לעגאל קען ער נישט אראפ נעמען דעם הכשר ווילאנג עס איז נישט דא קיין כשרות פארלעצונוג. אידן רחמנים בני רחמנים, וואלטן נישט קאליע געמאכט איינעם׳ס פרנסה וויל ער דארף גיבן א הכשר פאר איינעם לויטן געזעץ. זיי נישט א חשוד בכשרים.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

Re: ארעסטן אין וויליאמסבורג

שליחה דורך איחוד פעלד »

ברענגסט ארויס אן אינטרעסאנטע נקודה,
די אמתע אינטימידעיטערס זענען די וואס שטייען פין אינטען.
קען זיין, אבער ביי מיר איז א גרויסע ספק צו עס איז דא בכלל אזעלכע וואס מען קען אנווייזען אויף זיי עליה רמזי דין הוא.

עס איז אן עולם פין טויזענט מענטשען אפשר וואס שטייען און פראבירען יענעם צו טוהן עפעס.
למשל, אזוי ווי אפאר מענטשען געפינען אויס אז דער דייטש האט שייכות מיט איינער רובין, רופען צעהנדליגע מענטשען רובין, אין דער עיר שכולה עסקנים, ער זאל טוהן אזוי און אהער און אהין, און דער רובין טוט וואס ער טט און ווערט איינגעזעצט.

איינמאל ער זעצט איין די וואס טוהן דאס, נעקסט טיים ווען מען וואשט זיך צו דער קרבן, און דער קרבן איז גאר רובין מישקאלץ, זאגט דער קרבן נשתנו העתים, מען קען נישט היינט מער, און דאס וויל היינז דער רשע.

מארגען ווען דער באשולדיגטערס חברים וועלען לייגען פרעשור אויף דער רב דיין ראש ישיבה בעל מכשיר פין דער משפחה וואס קלאגט, וועלען זיי נישט אויף הייבען א פינגער. און מיט רעכט, ווער וויל דען אדערעך גיין וואס די פיר גייען נעבעך אדורעך.


אוודאי איז דא נאך מענטשען אינואלווד, אבער אינטימידעיטען איינער זאל אינטימידעיטען איז נישט קיין עבירה לכאורה.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »



זי איז נישט צופרידן ווייל די ארעסטירטע זענען בלויז די פויערן אויפן שאך ברעטעל.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אויב איז אמת וואס וואס הדד בן בדד לייגט אראפ אז דער מישקאלצער האט געמוזט אראפנעמען ווייל ער וואלט פארלוירן פרנסה, איז דאס פונקט אזוי אינטימידעשאן. 'שטייציך אויב הרב בערגער קען ברענגן א טעיפ ווי סיי-ווער סטראשעט אים/הייסט אים/בעט אים אראפצונעמען די הכשר, גייט גלייך אריבער די שולד צו יענעם.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
יונגערמאנטשיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך יונגערמאנטשיק »

ווי שוין געשריבן עטליכע מאל האט דער מישקאלצער געהאט רעכט מיטן אראפנעמען דעם הכשר, נאכדעם וואס דייטש האט פארקויפט דאס געשעפט. דער מישקאלצער טענהט אז איך גיב נישט קיין הכשר אויף א געשעפט וואס איך קען נישט דעם בעה"ב.

און אפילו אויב דייטש גייט טענהן אז ער האט דאס למעשה נישט פארקויפט, ער האט בלויז געזאגט ליגענט כדי דער עולם זאל זיך אפלאזן פון די סטאר, קען דער מישקאלצער טענהן אז דייטש האט פארלוירן נאמנות! סיי מיטן זאגן ליגענט, און סיי צוליב'ן גיין/שטיצן און סטראשען אנדערע מיטן גיין אין ערכאות קעגן א יוד. דער מישקאלצער מעג האבן זיינע אייגענע הלכות ווער ס'האט נאמנות און ווער נישט. און דער מישקאלצער מעג לעגאל אנרופן דייטש און אים זאגן "מיין הלכה לאזט דיך נישט גיין אין ערכאות, אויב דו גייסט נישט ארויס פארלירסטו נאמנות, און איך מוז אראפנעמען די הכשר".
יונגערמאנטשיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך יונגערמאנטשיק »

זיכער האבן זיי רעכט! די חילוק איז נאר אז התאחדות גייט דאס נישט אזוי שנעל טוהן, ווייל זיי ווייסן אז רוב וועלט ווייסט אז דאס איז בלויז פאליטיק, און דאס וועט זיי פארמיאוסן ביים עולם, ווידער דער מישקאלצער האט געוויסט אז זיין שיטה איז פאפולער ביים עולם האט ער דאס יא געטוהן.

אבער יעדער בעל מכשיר האט זיך זיינע הלכות און זיי מעגן זיך שטעלן דערויף.
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

איך זעה מיין תגובה אויף די ווערטער איז נישט ארויף געקומען משום מה. וועל איך שרייבען נאכאמאל

איינער האט געשריבן:זאלט איר וויסן אז דאס געדאנק פון "אומשולדיג ביז געפרוואוט שולדיג", איז א אמעריקאנער/גוי'שער אויסטרעף, און עס קען אייך אסאך קאסטן, אויבן אין הימל.


מהיכי תיתי, לויט אונזער תורה דארף מען 2 כשר'ע עדים אויף מחייב צו זיין א מענטש, מעשיות ושמועות אדער אפילו ווען עס איז אמת אהן קיין גביית עדות בבית דין כשר בישראל האט נישט קיין שום האפט, און דער דאזיגער איז אומשולדיג [אפילו ווען ער האט דאס באמת יא געטוען]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אוהב ספרים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

יונגערמאנטשיק האט געשריבן:זיכער האבן זיי רעכט! די חילוק איז נאר אז התאחדות גייט דאס נישט אזוי שנעל טוהן, ווייל זיי ווייסן אז רוב וועלט ווייסט אז דאס איז בלויז פאליטיק, און דאס וועט זיי פארמיאוסן ביים עולם, ווידער דער מישקאלצער האט געוויסט אז זיין שיטה איז פאפולער ביים עולם האט ער דאס יא געטוהן.

אבער יעדער בעל מכשיר האט זיך זיינע הלכות און זיי מעגן זיך שטעלן דערויף.


האסט דא מודה געווען צוויי זאכן.

1) די נאמנות און הלכה חלק איז פיל מאל בלויז א טעכנישע טערמין צו כשר'ן פאליטישע שגץ שטיק. סאו די נאמנות טאלקינג פאונט האט פארלוירן איר נאמנות...

2) אז מישקאלץ איז באגאנגען אן אקט פון אינטימידעשאן ווייל ער האט געוויסט ער טיט די שליחות פאר (אדער געשפירט די פרעשור פון) רוב וויליאמסבורג. דאס איז די פראבלעם! א חלק ניכר פון וויליאנסבורג וועט טוהן וואס אימער צו מיטשטיין און שטיצן און פארלאנגן מ'זאל אינטימידעטאן וויקטעמס פון מאלעסטעשאן און די וואס העלפן זיי! מישקאלצע ארעסט איז די ארעסט פון די פארפוילטע רשעות'דיגע וויליאמסבורגע קולטור. מישקלאץ איז נעבעך א שעיר לעזעזל. די געמיינע חלק פון די (אדערווייז) שיינע קהלה וועט זיצן אויפן באשילדונגס באנק, נאכאמאל און נאכאמאל ביז מיר וועלן זיך ברעכן און מודה זיין לחכמי אומה"ע אז מיר זענען פארקראכן און געמאכט די נרדפים אלס רודפים און די רודפים נרדפים.
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

יואליש האט געשריבן:
יונגערמאנטשיק האט געשריבן:זיכער האבן זיי רעכט! די חילוק איז נאר אז התאחדות גייט דאס נישט אזוי שנעל טוהן, ווייל זיי ווייסן אז רוב וועלט ווייסט אז דאס איז בלויז פאליטיק, און דאס וועט זיי פארמיאוסן ביים עולם, ווידער דער מישקאלצער האט געוויסט אז זיין שיטה איז פאפולער ביים עולם האט ער דאס יא געטוהן.

אבער יעדער בעל מכשיר האט זיך זיינע הלכות און זיי מעגן זיך שטעלן דערויף.


האסט דא מודה געווען צוויי זאכן.

1) די נאמנות און הלכה חלק איז פיל מאל בלויז א טעכנישע טערמין צו כשר'ן פאליטישע שגץ שטיק. סאו די נאמנות טאלקינג פאונט האט פארלוירן איר נאמנות...

2) אז מישקאלץ איז באגאנגען אן אקט פון אינטימידעשאן ווייל ער האט געוויסט ער טיט די שליחות פאר (אדער געשפירט די פרעשור פון) רוב וויליאמסבורג. דאס איז די פראבלעם! א חלק ניכר פון וויליאנסבורג וועט טוהן וואס אימער צו מיטשטיין און שטיצן און פארלאנגן מ'זאל אינטימידעטאן וויקטעמס פון מאלעסטעשאן און די וואס העלפן זיי! מישקאלצע ארעסט איז די ארעסט פון די פארפוילטע רשעות'דיגע וויליאמסבורגע קולטור. מישקלאץ איז נעבעך א שעיר לעזעזל. די געמיינע חלק פון די (אדערווייז) שיינע קהלה וועט זיצן אויפן באשילדונגס באנק, נאכאמאל און נאכאמאל ביז מיר וועלן זיך ברעכן און מודה זיין לחכמי אומה"ע אז מיר זענען פארקראכן און געמאכט די נרדפים אלס רודפים און די רודפים נרדפים.



פון ווען דארפעו מיר מודה זיין לחכמי[!] אומה"ע אז מיר זענען פארקראכען, אפילו אויב מיר זענען פארקראכען.

לדעתי טאר מען סתם אזוי אזא פארשוין ווי דייטש נישט געבען קיין השגחה אהן א משגיח תמידי, ולאו דוקא מפני פרשת וועבערמאן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אוהב ספרים האט געשריבן:לדעתי טאר מען סתם אזוי אזא פארשוין ווי דייטש נישט געבען קיין השגחה אהן א משגיח תמידי, ולאו דוקא מפני פרשת וועבערמאן

אבער הרב בערגער האט נישט געזעהן א פראבלעם אין אים געבען א הכשר ביז די יעצטיגע פרשה!! דאס איז די פוינט
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

לדעתי בכללות קוקט מען פאלטש אויף די גאנצע נושא, די אלע פורקי עול האבין בעצם נישט קיין שום שייכות מיט מאלעסטשיען, א ווייל עס איז דא צענדליגע וואס זענען נישט אפגעפארען אף על אז זיי זענען געטשעפט געווארען, ב' עס איז דא פלענטי פון די פורקי עול וואס מען האט זיי באמת קיינמאל נישט געטשעפעט, נאר וואס דען, דאס זענען סתם פורקי עול וואס עבדא בהפקירא ניחא להו, למעשה שפירט ער ביי זיך שלעכט ליידיג, ער האט שוין אוועקגעווארפען די תורה ער האט שוין צוגעפיקסט זיינע עלטערן מיט זיינע מלמדים און מגידי שיעור, אבער ער איז נאך אלטץ אין ערגעץ נישט אנגעקומען, ער איז געבליבען דער זעלבער שטריק און ליידאק, אפילו אין די גוישע וועלט א פראסטער היפי וואס וויל סתם האבין א גאוד טיים, וועט מען נאך געוואר ווערן אז די פראבלעם איז גאר ער און נישט קיין צווייטער שרייט מען מען האט מיר מאלעסטעט, איי וואס האט כוש מיט הודו, טענו לו בחטים והודו לו בזכר קדשו, ויש להאריך בכל זה אבער כעת נאר אויף שפיץ גאפעל


נ.ב. דאס מיינט נישט אז עס איז אויכעט דא אמת געשלאגענע.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אוהב ספרים האט געשריבן:
איינער האט געשריבן:זאלט איר וויסן אז דאס געדאנק פון "אומשולדיג ביז געפרוואוט שולדיג", איז א אמעריקאנער/גוי'שער אויסטרעף, און עס קען אייך אסאך קאסטן, אויבן אין הימל.


מהיכי תיתי, לויט אונזער תורה דארף מען 2 כשר'ע עדים אויף מחייב צו זיין א מענטש, מעשיות ושמועות אדער אפילו ווען עס איז אמת אהן קיין גביית עדות בבית דין כשר בישראל האט נישט קיין שום האפט, און דער דאזיגער איז אומשולדיג [אפילו ווען ער האט דאס באמת יא געטוען]

איך האב שוין געברענגט דעם שואל ומשיב'ס ווערטער אין די אנדערע אשכול איבער וועבערמאן אז למיחש מיה בעי, און מ'דארף צו אזא איינעם נעמען א צוגאנג פון כבדהו וחשדהו.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט