גאלד האט געשריבן:פארשטייסט נישט, קאווע, זיך שלאגן מיט אהרן טייטלבוים איז א חלק פון אידישקייט, אלע דברי קנאות בספרי רבינו זצ"ל האבן שוין די בני יואל אריינגעטייטשט אז עס מיינט אהרן, ליין זייערע וועכנטליכע פליג בלעטלעך
נו, א חלק פון די היסטאריע איז אז דער בריוו אטעניטישקייט איז אונטער א גרויסע פראגעצייכן, שכל'דיג איז עס פאלש, און ע"פ תורה איז דא א גרויסער מקום צו זאגן אז דער בריוו האט קיין תוקף
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
גאלד האט געשריבן:יא, יא, און די בני יואל טענה'ן אז פונקט ווי די רבי האט געטייטש אויף יעדע רשע "ציונים", הרשות בידם צו אריינטייטשן אז "ציונים" מיינט אהרן טייטלבוים,
וויזוי האט נאר יענער לץ געזאגט, "מה אהבתי" דאס וואס איך האב ליב, "תורתיך" ליגט אין דיין תורה
גאלד האט געשריבן:פארשטייסט נישט, קאווע, זיך שלאגן מיט אהרן טייטלבוים איז א חלק פון אידישקייט, אלע דברי קנאות בספרי רבינו זצ"ל האבן שוין די בני יואל אריינגעטייטשט אז עס מיינט אהרן, ליין זייערע וועכנטליכע פליג בלעטלעך
[tag]גאלד[/tag] פילע אידען אין סאטמאר ביי ביידע צדדים זענען סאלידע און רואיגע מענטשען וואס טייטשען נישט אריין אין יעדע מילי דקנאות צו ענליכ'ס אויף זייער פאליטישער קעגנער, נו אז ס'פאראן אין סאטמאר אידען וואס נעמען עס צום נעקסטען לעוועל ברויך מען נעמען טעראר צום נעקסטן לעוועל? צו בלויז ווייל מען וויל פארמינערן די צאל שמחות ביי די בני יואל'ע זאל מעג מען אינטערנעמען אלע סארט מיטלען צו צאפען יענעם און זיינע קינדער און קינד'ס קינדער די דם התמצית? גראדע הער איך ס'היבש דראסטיש געפאלען די חתונות דארט א געווענליכע ווינטער סעזאן צו א זומער איז דארט דא לערך צווישען 5-6 חתונות.
אשאד אויף די אשכול בכלל די גאנצע בריוו איז אזוי אמת די אידישע ווי די ענגלישע ! א שאד פאר די באהאלטענע זאליס און סימפאטיקער וואס האבן זיך אויס געטוהן די הויזן פריצייטיג. די מערכה בכלל איז א מערכה וואס ידעער נארמאלע ארוני באוויינט פון דעם ערשטן טאג.
היינט צו טאג איז נישטא קיין טעלעפאן אפדעיט נישטא קיין שעהר נישטא קיין טעראר הכל בטילים ומבוטלים כגזירת שייגאץ ארויס ועוד א גוטע נאכט מען קען גיין צו עפעס א וויכטיגערע אשכול
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש האט געשריבן:אשאד אויף די אשכול בכלל די גאנצע בריוו איז אזוי אמת די אידישע ווי די ענגלישע ! א שאד פאר די באהאלטענע זאליס און סימפאטיקער וואס האבן זיך אויס געטוהן די הויזן פריצייטיג. די מערכה בכלל איז א מערכה וואס ידעער נארמאלע ארוני באוויינט פון דעם ערשטן טאג.
היינט צו טאג איז נישטא קיין טעלעפאן אפדעיט נישטא קיין שעהר נישטא קיין טעראר הכל בטילים ומבוטלים כגזירת שייגאץ ארויס ועוד א גוטע נאכט מען קען גיין צו עפעס א וויכטיגערע אשכול
איר וואלט אזוי געוואלט אויך עפעס. למעשה גייט אלעס אן די בריוו און טעלעפאנען. איך אליין האב באקומען א האלבן דאזן די לעצטע דריי חדשים. זיי שיקן ווען עס איז דא א חתונה, א קינד ווערט געבוירן און ווען זי יערט זיך. אלעס מיט פונקטליכע נעמען און דאטומס.
וואס איז שייך לייקענען א פאקט וואס קהל אליינס לייקענט נישט.
פאר די וואס זענען נישט אזוי באהאווענט אין די היסטאריע פון די תקופה פון לעטערע יארן פונעם ברך משה זצ"ל, איז גוט צו וויסן למען ידעו, כידוע איז דער ברוך משה די לעצטע יארן נישט געווען אזוי טעטיג בהנהגה, ער האט כמעט קיינמאל געהאלטן קיין דרשות ברבים, און כמעט קיינמאל געווען אנווענזנד באסיפת רבנים בענינים העומדים על הפרק, נישט קשה, ב"ה דער אייבישטער האט איהם געשאנקען מיט אריכות ימים, און רוטינע זאכן ב"ה האט ער געטאן מיט גרויס ברען און ווארימקייט, און חסידים האבן זיך מתחמם געווען לאורו אבער די לצים גבאים האבן געהאט א פיעלד מיטן רבי'ן נעבעך, איין שיינעם פרימארגן ערשיינט א בריוו פון רבי'ן בכבודו בעצמו, נאך יארן וואסי כמעט נישט ארויסגעקומען גארנישט, נעמליך אז דער ארגעניזאציע "איחוד התלמידים" איז נישט תחת נשיאתו, נעבעך, (איחוד איז געווען א יוגנט ארגענזאציע פון ארונים צו צאמהאלטן תלמידים פון די מתיבתא נאך די חתונה,) עטוואס שפעטער ערשיינט אודך א בריוו פון סאטמאר רבי'ן, וואס איז שוין אזוי וויכטיג פאר יסודי הדת? אז דער בלאט איז גע'אסרט נעבעך, שפעטער האט דער רבי שוין יא גערעדט ברבים, אז ער ווארפט ארויס דער ראש הקהל בערל פרידמאן, אבער דער רבי איז געווען אינוויזבל ביי דעם דרשה, ווייל מ'האט דאס געהערט פון א הוק-אפ אין מיאמי, די ארונים האבן דעמאלטט געטענה'ט אז דאס איז געווען דער לץ ברוך מרדכי לעבוויץ, עני וועי ס'יענס געלעכטער, שפעטער א שטיק צייט איז פלוצלינג ויצא העגל הזה, א מקלאמפערשטע בריוו אז ר' אהרן איז א מועל בשליחות ערשיינט אין א פולע פעידש אין "דער איד", אביסל שפעטער האט דער ברך משה זיך געטארפן מיט ר' אהרן פנים אל פנים, אין גארנישט ווי וואס ווען, זיי זענען פאני בראט כשנים כתיקונם, די בילדער, פון די שידוך שליסן פון ר' אהרן'ס ערשטע אייניקל, הלא הם כתובים בספר דברי הימים, עני וועי, זאל מיר איינער מיט אביסל ראשינאל און קאמאן סענס, מיר זאגן צו דער בריוו האט א ברעקל תוקף להלכה,